תרומה - געב שוין אביסל הארץ!

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
א שעפעלע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 17, 2014 9:19 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

תרומה - געב שוין אביסל הארץ!

שליחה דורך א שעפעלע »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

מיר האלטן אין פרשת תרומה, די פרשה וואס איז עוסק אין די ענינים פונעם משכן וואס וועט זיין דער פלאץ פון השראת השכינה וואו השי"ת וועט קומען און רוען צווישן די אידישע קינדער אין מדבר, אנגעהויבן פון די נדבת המשכן וואס כלל ישראל איז געבעטן געווארן צו ברענגן און מנדב זיין כדי צו קענען בויען די משכן מיט די כלים, נאכגעפאלגט מיט די כלי המשכן ווי די ארון, שולחן, מנורה, און אזוי ווייטער.

איז די תורה הקדושה הייבט אָן מיט די ווערטער וואס השי"ת האט געהייסן פאר משה רבינו צו זאגן פאר כלל ישראל, וְיִקְחוּ לִי תְּרוּמָה מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ תִּקְחוּ אֶת תְּרוּמָתִי, אז מען זאל נעמען אַן אפשיידונג פון יעדער איינער וואס זיין הארץ באוויליגט צו ברענגן פארן משכן. און די תורה הקדושה רעכנט אויס די אלע נויטיגע זאכן וואס מען האט געדארפט האבן.

איז צום ערשט לאמיר דערמאנען די באקאנטע קושיא וואס אלע ספרים פרעגן, וואס באדייט די לשון "וְיִקְחוּ" לִי תְּרוּמָה, לכאורה וואלט געווען מער פאסיג ווען עס שטייט 'וְיִתְּנוּ' לִי תְּרוּמָה, ווייל דא רעדט מען דאָך פון געבן פארן אייבישטער און נישט פון 'נעמען' עפעס פאר זיך.

און בכלל דארף מען פארשטיין, מיר געפונען אז עס זענען געווען צוויי סארטן נדבות ביים בויען די משכן, אויסער די נדבה וואס ווערט דערמאנט אין אונזער פרשה, איז יעדער איד אויך געווען מחוייב צו ברענגן א מחצית השקל פארן משכן (וואס פון דעם האט מען געמאכט די 'אַדָנִים' די שוועלן אויף וואס די ברעטער פונעם משכן זענען געשטאנען) וואס דארט האבן טאקע אלע אידן געברענגט די זעלבע סכום. קומט אויס אז עס זענען געווען צוויי באזונדערע אופנים פון נדבה: איינס איז געווען א אייניגע חיוב אויף יעדן איינעם צו געבן א האלבע שקל, הֶעָשִׁיר לֹא יַרְבֶּה וְהַדַּל לֹא יַמְעִיט, קיינער קען נישט געבן מער אדער ווייניגער, און די צווייטע איז ממש דאס פארקערטע, "מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ" עס איז דווקא געקומען אויף א אופן פון נדבת הלב, יעדער איינער זאל ברענגן וויפיל זיין הארץ באגערט, וויפיל ער וויל און וויפיל ער פארשטייט.

וואס איז טאקע פשט פון די צוויי באזונדערע סארטן אופנים פון נדבה? און ממה נפשך, אויב קען מען מחייב זיין יעדן איינעם א סכום, דעמאלטס פארוואס האט מען נישט צוטיילט אלע הוצאות פון מלאכת המשכן אויף דעם אופן?, און אויב האט דער ענין פון נדבת הלב א ספעציעלע חשיבות, דאן פארוואס זאל נישט אלעס קומען דורך נדבות הלב און גארנישט דורך א חיוב פון ברענגן א סכום קבוע?.

וואס איז די סוד פונעם קליינעם קומץ מעהל?
מיר שטייען שוין אצינד אין די טעג פון חודש אדר, איז לאמיר אנהייבן אונזער יסוד מיט די ווערטער פון חכמינו ז"ל אין מסכת מגילה (דף ט"ז.) ווען המן הרשע האט באקומען די באפעל פון אחשורוש צו גיין ארומפירן מרדכי הצדיק אויף א מלכות'דיגע פערד און איהם מכבד זיין און אויסרופן פאר איהם ככה יעשה לאיש וגו', איז המן געגאנגען זוכן מרדכי, און ווי פארשטייט זיך האט ער איהם געפונען זיצן אין בית המדרש ארומגענומען מיט תלמידים. המן האט זיי געפרעגט וועגן וואס זיי לערנען, האבן די תלמידים געענטפערט אז זיי האבן עוסק געווען אין 'הלכות קמיצה' וואס מען האט אפגעשיידט פון א קרבן מנחה אין די צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען.

ווען המן האט דאס געהערט, האט ער זיך אנגערופן "אתא מלי קומצי קמחא דידכו ודחי עשרה אלפי ככרי כספא דידי" ענקער קליינע קוֹמֶץ (וואס האלט אין זיך נישט מער ווי דאס ביסל מעהל וואס גייט אריין אין דריי פינגערס) קומט און שטופט אוועק די צען טויזנט שטיקער זילבער וואס איך האב אנגעבאטן פאר אחשורוש כדי אייך צו קענען אויס'הַרג'ענען. דאס הייסט אז המן האט משיג געווען אז די קליינע קמיצה פון א קרבן מנחה טראגט א גרעסערע חשיבות און א טיפערע באדייט ווי די גרעסטע זאכן אין די וועלט, און אין דעם זכות ווערן די אידן געהאלפן.

וואס איז טאקע אזוי חשוב פונעם קומץ אז מ'שיידט אפ בלויז די פּאָר ברעקלעך מעהל פון א גאנצע מנחה און נאר דאס לייגט מען אויפן מזבח? ווי פּאַסט עס בכלל אז א איד קומט אין בית המקדש אריין און ברענגט אזא קליינטשיגע קרבן פארן אייבישטער? און פון די צווייטע זייט זעהן מיר דא אז המן ווערט טאקע דערשראקן ביז גאר און ער שפירט שוין ווי זיין מפלה איז נאנט אלס אינעם זכות פון א קליינע קומץ, וואס באדייט דער ענין?.

נאר חז"ל הקדושים לערנען אונז אין די משנה אין סוף מסכת מנחות, "נֶאֱמַר בְּעוֹלַת הַבְּהֵמָה אִשֵׁה רֵיחַ נִיחוֹחַ, וּבַמִנְחָה אִשֵּׁה רֵיחַ נִיחוֹחַ, לְלַמֵד שֶׁאֶחָד הַמַרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט וּבִלְבַד שֶׁיְכַוֵן אָדָם אֶת דַעְתּוֹ לַשָׁמָיִם", דאס הייסט אז ביי די גרעסטע קרבן בהמה און ביי די קלענסטע קרבן מנחה שטייט די זעלבע לשון אין די תורה, "אִשֵׁה רֵיחַ נִיחוֹחַ", אונז צו לערנען אז זיי ביידע מאכן פונקט די זעלבע נחת רוח פאר השי"ת. ווען דער עושר ברענגט א גרויסע טייערע אקס וואס האט איהם אפגעקאסט שווערע טויזנטע ככרי כסף, און דער ארימאן קומט צו גיין מיט זיין קליין שיסעלע מעהל, זאגט דער אייבישטער, ביי מיר מאכן זיי ביידע די זעלבע נחת רוח, ווייל אין הימל רעכנט מען בעיקר די כוונה, די הארץ, און די געפיל וואס דער מענטש לייגט אריין אין זיין קרבן, נישט די גרויסקייט פונעם קרבן.

און דאס האט המן הרשע מרגיש געווען, מ'קען געבן עשרת אלפים ככר כסף [און ווי תוספות איז מסביר דארט אויפן פלאץ, אז המן האט געהאט טיפע כוונות דערמיט, ער האט געוואלט געבן די זעלבע סכום וויפיל די אידן האבן געגעבן מחצית השקל אין מדבר] אבער אויב מען גיבט עס נישט מיט הארץ, אויב עס האט נישט די געפיל וואס א איד לייגט אריין אין זיין קליינע נדבה אדער זיין קליינע מנחה, דאן איז אלעס בטל ומבוטל, עס איז גארנישט ווערד קעגן די קומץ מעהל וואס קומט מיט הארץ.

עס איז דא 'נדבת' און עס איז דא 'לב'
און אגב אז מ'רעדט שוין דארף מען וויסן אז דאס איז נישט נאר געזאגט געווארן לגבי קרבנות אין בית המקדש. יעדע זאך וואס א מענטש גיבט מיט הארץ און מיט געפיל, איז טויזנט מאל מער ווערד ווי וואס ער גיבט אָן הארץ.

ווען מ'רעדט פון דער מושג "נדבת הלב" קען מען האבן א טעות. אמאל איז דא א מענטש, א בעל צדקה, וואס ווען איינער רעדט זיך אויס דאס הארץ צו איהם גיבט ער א שיינע סכום, אבער ער גיבט עס מיט א אנגעצויגנקייט, מיט א פנים זועפות, ווייל ער וויל נישט ווערן צוגעבינדן צו די צוועק אדער צו דער מענטש וואס בעהט פון איהם. ער איז נאר גרייט צו געבן בלויז דאס געלט און מער נישט; ווי איינער זאגט "נעם דיר וואס דו דארפסט, נאר לאז מיך אפ, ווער פארשוואונדן פון דאנעט". אזא איינער האט טאקע געגעבן 'נדבת' אבער בכלל נישט 'לב', ער האט געשאנקן זיין נדבה אָן קיין ברעקל הארץ אדער געפיל.

אין די זעלבע צייט ווען א מענטש הערט יענעם אויס מיט א סבר פנים יפות, ער דערהערט, ער שפירט מיט, ער ווייזט ארויס זיין מיטגעפיל, איז אפילו אויב ער גיבט נישט אזא גרויסע נדבה, האט ער אבער מנדב געווען זיין הארץ, עס איז א נדבת הלב! וואס ווי מיר וועלן שוין זעהן שפילט דאס גאר א גרויסע און וויכטיגע ראלע אין די נתינה.

די גרעסטע קללה ווען ס'איז נישטא קיין קשר
דער שם משמואל ברענגט עטליכע מאל, אויף דעם וואס מיר געפונען אין פרשת בראשית אז דער אייבישטער האט פארשאלטן דעם נחש, נאכדעם וואס ער האט צוגערעדט חוה צו זינדיגן און עסן פונעם עץ הדעת, "וְעָפָר תֹּאכַל כָּל יְמֵי חַיֶיךָ" אז זיין שפייז וועט אלעמאל זיין ערד, און ווי די גמרא זאגט אין מסכת יומא (דף ע"ה.) אז וואו דער שלאנג געפונט זיך נאר האט ער שטענדיג צו עסן, סיי אויף דער ערד און סיי אויף א הויכע דאַך, אלעמאל וועט ער עסן די שטויב און די זאמד. האט געפרעגט אויף דעם הרה"ק רבי יצחק פון ווארקא זי"ע, אויב אזוי וואס פאר א עונש איז דאס?, אויב האט דער שלאנג אייביג צו עסן וואו ער שטייט און וואו ער גייט און ער ווערט קיינמאל נישט הונגעריג, איז דאס לכאורה א ברכה און נישט קיין קללה?.

נאר די קללה איז -האט דער ווארקער רבי זי"ע מסביר געווען א טיפע יסוד- ווייל דער אייבישטער האט פאַרוואָרפן דעם שלאנג אז ער זאל מער נישט זוכה זיין זיך צו באהעפטן צום אייבישטער, ער האט אפגעהאקט 'קשר' מיט איהם און ער האט פארלוירן די מתנה פון קענען רעדן און בעטן צו השי"ת. יעדער בריה אין די וועלט קען זיך באהעפטן צום אייבישטער דורך בעטן פאר זיין עסן, ווי דוד המלך זאגט אין ברכי נפשי (תהלים ק"ד) הַכְּפִירִים שֹׁאֲגִים לַטָרֶף וּלְבַקֵשׁ מֵקֵל אָכְלָם - די חיות בעטן און שרייען צום אייבישטער אויף זייער שפייז, זיי האבן די זכיה צו קענען מתפלל זיין און רעדן צו השי"ת, אבער דער שלאַנג קען נישט, טאקע ווייל דער רבוש"ע האט איהם אהינגעווארפן זיין עסן און באשטימט ערד אלס זיין שפייז און ממילא האט ער אלעמאל גענוג און נאך צו עסן, דעריבער האט ער שוין מער קיינמאל נישט די זכיה צו קענען עפעס בעטן פון השי"ת, און עס איז נישט פארהאן א גרעסערע קללה פון דעם צו ווערן דערווייטערט פון השי"ת.

טוהן די התחייבות אדער געבן אסאך איז נאכנישט גענוג
לענינינו לערנען מיר פון דעם א יסוד נפלא, עס איז פארהאן א ענין פון א קשר, א פארבינדונג, א נאנטקייט צווישן צוויי צדדים, און אויב איז דאס נישט פארהאן, אפילו אויב איין צד שטעלט צו פארן צווייטן אלעס וואס ער דארף, דאָך קען עס ווערן גערעכנט ווי א קללה!. דער אייבישטער האט דאָך געשאנקן פארן שלאנג גענוג און נאך עסן עד סוף כל הדורות, ווילאנג ס'איז נאך דא א ברעקל זאמד אויף די וועלט ווייסט דער שלאנג אז ער האט פון וואו צו לעבן. ער דארף זיך נישט זארגן, ער דארף נישט שווער ארבעטן אויף פרנסה, און ער דארף אפילו נישט זוכן, ער האט אלעמאל גרייט זיין עסן נעבן זיך. אבער דער אופן וויאזוי ער האט דאס באקומען, דער אייבישטער האט איהם אוועקגעווארפן און מְרַחֵק געווען פון זיך, דער אייבישטער וויל נישט האבן קיין באזונדערע קשר מיט איהם, און דערמיט איז ער פארשאלטן!.

וויפיל מאל קען זיך מאכן דער ענין, להבדיל אלף אלפי הבדלות, בין אדם לחבירו, בין איש לאשתו, בין אב לבנו, און אזוי ווייטער. ווען א יונגערמאן ווייסט אז זיין ווייב דארף געלט צו קענען איינקויפן פארשידענע זאכן, און ער איז דאָך א גוטהארציגער מאן, גיבט ער א נעם ארויס זיין קרעדיט קארטל און ער ווארפט עס איר אהין אז זי זאל עס נוצן געזונטערהייט... בעצם קען ער זיין די וועלטס גרעסטע 'נָדִיב' וואס גיבט פאר זיין ווייב מיט א ברייטקייט און ער קאַרגט בכלל נישט אויף איר חשבון; וואס ער דארף אבער וויסן, אז אויב קומט עס נישט מיט קיין הארץ, אויב פעלט די קשר צווישן זיי, זי קען זיך נישט אדורכשמועסן מיט איהם בנוגע וואס צו קויפן און ווען צו קויפן ווייל עס אינטערסירט איהם נישט בכלל אין וואס זי באשעפטיגט זיך און ער איז נישט נייגעריג צו הערן וואס זי האט צו זאגן, דאן זאל ער וויסן אז זיין גאנצע געבן איז כמעט ווי די קללה פונעם נחש ח"ו. מ'קען געבן און געבן אָן אויפהער, אבער אויב עס פעלט די נויטיגע 'תשומת לב' און געפיל וואס דארף מיטקומען אינאיינעם מיט דאס געלט, איז עס כמעט ווי נישט געגעבן, און צומאל אפילו נאך ערגער פון דעם...

דאס זעלבע איז מיט א טאטע כלפי זיינע קינדער. מען קען זיין א ברייטהארציגער טאטע, מ'קען ארבעטן שווער צו ברענגן פרנסה און אפצוצאלן די התחייבות'ן וואס פארלאנגן זיך אין שטוב, אבער אויב ס'איז נישט דא דארט די ווארימקייט, די ליבליכקייט, די נאנטקייט וואס דארף זיין צווישן א טאטע און זיינע קינדער, קען דאס כמעט אריינגיין בגדר קללה ח"ו.
אוי לאותה בושה...

הערטס א מעשה'לע וואס עס דערציילט אונז א יונגערמאן, א איד וואס איז עוסק על המחיה ועל הכלכלה און פארדינט ב"ה שיין פרנסה, אז ער פלעגט זיין גאר שטארק פארטוהן אין זיינע געשפטן, ער איז געווען פארנומען דערמיט טאג און נאכט האלטנדיג אז דערמיט טוט ער זיין פליכט פון זיין א גוטע טאטע צו זיינע קינדער און א גוטע מאן אין שטוב, וויבאלד ער ברענגט דאָך זייער א שיינע געהאלט און ער שפייזט זיין משפחה מיט גרויס רחבות און שפע ב"ה.

ווען איז געווען מיין מינוט פון אויפוואכונג, אין וועלכע איך שפיר אז דער רבוש"ע האט זיך מתגלה געווען צו מיר און מיר אויפמערקזאם געמאכט אז איך לעב אין א שרעקליכע טעות?, דערציילט דער איד מיט התרגשות: איין טאג האב איך באמערקט ווי מ'רופט מיר פון מיין זוהן'ס חדר אינמיטן טאג, אבער וויבאלד כ'בין דאָך א פארנומענער ביזנעסמאן האב איך נישט אויפגעהויבן דעם קאל, און כ'האב זיך פאָרגעשטעלט אז מ'רופט צוליב שכר לימוד אדער דעם בעפארשטייענדן דינער וכדומה. קורצליך נאכדעם האט מען גערופן א צווייטע מאל, אבער איך איגנאריר דאס ווייטער. ווען באלד דערנאך האט מיין ווייב גערופן, האב איך שוין פארשטאנען אז עפעס האט פאסירט, און זי דערציילט מיר אז מיין זוהן איז אראפגעפאלן אין חדר און זיך שטארק צוקלאפט, און ווי עס זעהט אויס האט ער זיך צובראכן א פוס ל"ע, און מען האט איהם אריינגעפירט אין עמערדזשענסי רום. פארשטייט זיך אז איך האב תיכף ומיד איבערגעלאזט אלע מיינע געשעפטן, און איך בין גלייך געפארן צום שפיטאל, ווי דער פליכט פון א 'גוטע טאטע' צו זיין דארט נעבן זיין קינד אין פאל פון נויט.

איך בין אנגעקומען אין שפיטאל און מ'האט מיר געוויזן וואו צו גיין, מיין זוהן איז געלעגן אין א בעט און גאר שטארק געוויינט זיך ווארפנדיג פאר יסורים. אין יענע מינוטן האט אריינשפאצירט א דאקטער, גראדע א פרומע איד, און וועלנדיג בארואיגן דאס קינד, הייבט ער אָן צו שמועסן מיט איהם און ער פרעגט איהם אין וועלכע כיתה ער לערנט, וואס ער לערנט, און נאך פארשידענע פראגעס כדי אנצוקניפן א שמועס מיט איהם, מיין זוהן האט אבער נישט געענטפערט, נאר געוויינט און געוויינט און זיך נישט געקענט בארואיגן.
דאן ווענדט זיך דער דאקטער צו מיר מיט א פרעגנדיגע בליק אז איך זאל ענטפערן אויף די פראגעס, דאס הייסט אז איך זאל איהם דערציילן וואס דאס קינד לערנט און מיט וואס מ'קען מאכן א שמועס מיט איהם. אבער צו מיין גרויס שאנדע האב איך זיך דעמאלטס געכאפט אז איך ווייס ניטאמאל וואס ער לערנט... שוין חדשים וואס איך האב נישט געהעריג פארברענגט מיט איהם און נישט געהאט די מינדנסטע אהנונג וואס ער לערנט... קוים האב איך געוואוסט אין וועלכע כיתה ער גייט! און די בושות האבן זיך געשטארקט פון סעקונדע צו סעקונדע, ווען דער דאקטער האט געכאפט מיין פארלעגנהייט און פראבירט צו פארדרייען דעם שמועס אין א בעסערן ריכטונג, און ער פרעגט מיר מיט וועלכע שפילצייגן מיין קינד האט ליב צו שפילן אינדערהיים? וועלכע קאליר האט ער ליב? און נאך ענדליכע פראגעס וואס וועלן העלפן בארואיגן דאס קינד... אבער איך האב נישט געוואוסט וואו זיך אהינצטוהן פון בושה, איך האב דעמאלטס פשוט געוואלט אז די ערד זאל זיך עפענען אונטער מיר און מיך איינשלינגען! איך האב איינגעזעהן אז איך ווייס גארנישט צו זאגן וועגן מיין קינד און כ'האב נישט די קלענסטע ידיעה איבער וואס עס טוט זיך אין זיין לעבן! יא איך בין טאקע א פיינע טאטע ווייל איך ארבעט צו באצאלן זיין שכר לימוד אבער דארט ענדיגט זיך עס, איך טוה בלויז מיין 'התחייבות' וואס איך מוז, אבער אָן קיין ברעקל הארץ, איך האב נישט מיט איהם קיין שום פערזענליכע קשר און שייכות, און איך האלט נישט מיט קיין ברעקל פון זיין טאג טעגליכע הלוך ילך, מיר זענען ווי צוויי פרעמדע אידן וואס שטייען איין אונטער איין דאַך.

דאס איז געווען ווי א מתנה פון הימל אז איך זאל זיך כאפן וואו איך שטיי אויף די וועלט, און באקומען אן אויפוואכונגס-רוף ווילאנג איך קען נאך עפעס פאררעכטן!. פון יענע טאג און ווייטער האב איך געמאכט זיכער אהיימצוקומען פריער פון די ארבעט, זיצן מיט מיין משפחה, רעדן צו מיינע קינדער און זיי אויסהערן, זיך נאכפרעגן און אינטרעסירן ביי זיי, פשוט בויען א קשר, א נאנטקייט, א ליבליכע שייכות און פארבינדונג מיט זיי, א הארציגע קשר.

נאר דורך נדבת הלב קען געבויט ווערן א משכן
און אז מיר דעהערן גוט דעם יסוד, קומען מיר צוריק צו פארשטיין און ארויסנעמען אט דער מוסר השכל פון אונזער פרשה.
דער אייבישטער וויל קומען רוען צווישן אידישע קינדער, די שכינה הקדושה גייט זיך כביכול 'מצמצם' זיין און אראפלאזן צו אונז און זיין ממש נעבן אונז אינעם משכן, אבער צו דעם פעלט אויס אן עבודה פון אונזער זייט, עס פעלט זיך אויס אונזער הארץ!. אזא רוחניות'דיגע בנין גייט נישט ווערן געבויט דורך סכומים פון התחייבות אדער דורך גרויסע נדבות פון עשירים, נאר דא פעלט זיך אויס "מֵאֵת כָּל אִישׁ אֲשֶׁר יִדְּבֶנּוּ לִבּוֹ" דער רבונו של עולם וויל די נחת רוח פון אונזערע הערצער און אונזער השתוקקות דערצו.

ווי עס שטייט אין ספרים הקדושים אז טאקע דערפאר האט השי"ת דא געבעטן אז מען זאל ברענגן סיי וועלכע נדבה, יעדער האט געקענט אליינס מחליט זיין אויב ער וויל און וואס ער וויל, און ס'איז נישט געקומען דורך א 'ציווי' און באפעל אויף א באשטימטע זאך אדער א קביעות'דיגע סכום וויפיל מ'דארף ברענגן צום משכן, ווייל דער אייבישטער האט דווקא דאס געוואלט, אונזערע הערצער און אונזער געפיל, יעדער איד זאל ביישטייערן מיט זיין גאנצע הארץ, ער זאל געבן וויפיל ער קען און וואס ער קען. איינער גיבט אוועק טייל פון זיינע באליבטע קליידער, א צווייטער גיבט אוועק זיין פרישע וואָל, און א דריטער גיבט אוועק אן אלטע ירושה חפץ, און ממש דאס איז די מטרה, כדי עס זאל זיין א מקום וואס איז צוזאמגעשטעלט פון אידישע געפילן און ריינע תשוקות און גלוסטעניש צום אייבישטער. עס מוז בכלל נישט זיין ריזיג און עס מוז נישט זיין טייער, אידן האבן געברענגט אביסל פעל פון בהמות, שטיקלעך פעדימער, אביסל אויל, בשמים, וכדומה, אבער דער עיקר איז אז עס איז געווען מיט הארץ און געפיל, און פון אזעלכע סארטן נדבות הלב פון כלל ישראל ווערט אוועקגעשטעלט א משכן און עס ברענגט השראת השכינה.

און ווי דער אור החיים הקדוש ערקלערט אז דערפאר ווערן די טייערע "אַבְנֵי שֹׁהַם וְאַבְנֵי מִלֻּאִים" אויסגערעכנט נאר צום סוף נאך אלע אנדערע נדבות, וויבאלד חז"ל זאגן אין מסכת יומא (דף ע"ה.) אז די וואלקענעס האבן געברענגט די טייערע שטיינער צוזאמען מיט די מָן, "אם כן משלחן גבוה היו מביאים, בלא טורח ויגיעה, ולא חסרון כיס, אשר על כן סדר נדבתם אחר כל הנדבות שמביאין מכיסם ועל ידי טורח" קומט אויס אז ס'האט נישט געקאסט קיין געלט, און ס'איז אנגעקומען אומזיסט און אָן קיין מיה און פלאג, און דעריבער ווערט דאס אויסגערעכנט די לעצטע פון אלע זאכן, ווייל עס האט נישט די חשיבות ווי ברענגן א 'אייגענע זאך' מיט געפיל! די טייערע דיימאנט שטיינער זענען טאקע געווען א שיינע נדבה, אבער עס האט געפעלט דארט די 'לב' עס איז נישט געקומען מיט די הרגשים פונעם הארץ, און דעריבער איז עס די ווייניגסטע חשוב, ווייל דא מעסט מען הארץ, נישט עפעס אנדערש!.

און עס קען זיין אז דאס איז די כוונה פון די תורה הקדושה מיט די ווערטער "וְיִקְחוּ לִי" תְּרוּמָה און נישט 'ויתנו' לי, ווייל דאס געבן האט געדארפט זיין מער ווי בלויז א 'נתינה' פון טאש, נאר דער איד האט געמוזט נעמען און אפשיידן א שטיק פון זיך, דער רבוש"ע בעהט איהם נעם דיין הארץ און לייג עס צו, רייס אוועק א שטיק פון דיין נפש און דיין געפיל און ברענג עס צוזאמען מיט דיין נדבה, און באמת ליגט דער יסוד שטארק מרומז טאקע אין די פילע דיטאלן און קלייניגקייטן וואס די תוה"ק איז מאריך באריכות גדול במשך פון עטליכע פרשיות אונז צו לערנען אז דוקא אין די קלייניגקייטן און אין די אלע פונקטליכע פרטיות'דיגע דינים דארט ליגט אסאך הארץ און געפיל וואס דאס איז געווען דער גאנצע תכלית, דער נדבת הלב.
און דאס איז "לֹא לְלַמֵּד עַל עַצְמוֹ יָצָא, אֶלָּא לְלַמֵּד עַל הַכְּלָל כֻּלּוֹ יָצָא" עס לערנט אונז א לימוד נישט נאר דא ביי בנין המשכן, נאר ביי יעדע זאך, אין יעדע אידישע שטוב וואס איז א קליינע 'וְעָשׂוּ לִי מִקְדָשׁ' דארף מען געדענקן אז די עיקר איז די הארץ, די תשומת לב, די מיטגעפיל און כוונה.

הייב אָן דורך קליינע פעולות פון געבן און טוהן
אויב אזוי וועט א מענטש ווערן דערשראקן און זאגן וואס זאל איך טוהן אז איך פארמאג נישט די נויטיגע געפילן, איך שפיר עס נישט, איך בין נישט דערביי, בין איך דען אינגאנצן פארפאלן? בין איך ווי דער שלאנג וואס איז אינגאנצן פארווארפן ח"ו?.

אויף דעם איז אונז די תורה הקדושה מרמז, אז בנוסף צו די נדבת הלב האט יעדער איד אויך געדארפט געבן א סכום קבוע פון א מחצית השקל, צו ווייזן אז עס איז דא א פלאץ פאר דעם אויך. אויב דו האלטסט נאכנישט ביי די דרגא פון נדבת הלב, הייב כאטש אָן צו טוהן, געב אביסל אוועק פון דיר, הייב אָן מיט א שטיקל, אביסל, א האלבע, און ארבעט אויף דיר צו קענען אנקומען.

ווי דער ספר החינוך זאגט די באקאנטע לשון (מצוה ט"ז) "כִּי אַחֲרֵי הַפְּעֻלּוֹת נִמְשָׁכִים הַלְּבָבוֹת", אז מען הייבט אָן מיט'ן טוהן מעשים וועט שוין דאס הארץ נאכקומען, דו טוה נאר, פראביר, לייג צו קאפ און מוח וויפיל דו קענסט, און בעזרת השי"ת וועסטו זוכה זיין צו עפענען דיין הארץ און זוכה זיין צו זיין א נדיב לב.
אז א מענטש איז משתדל און ער פאנגט אָן מיט קליינע טריט און קליינע פעולות אינעם גוטן ריכטונג, וועט ער מיט די צייט אליינס דערטאַפּן און באמערקן די הערליכע קשר און שייכות וואס ער קען אנקניפן מיט זיינע בני בית, קינדער, און ארומיגע. דורך קליינע מעשים פון נתינה און געבן פאר אנדערע, וועט ער אנקומען צו "וְיִקְחוּ לִי" צו קענען נעמען פון זיך, פון זיין הארץ און געפיל און דאס מיטטיילן מיט זיי, און זוכה זיין דורכדעם צו די גרעסטע ברכה און השראת השכינה. ובשם ה' נעשה ונצליח!.

לסיכום געדענק:
• דער עושר'ס טייערסטע אָקס און דער ארימאן'ס קלענסטע מנחה, ביידע מאכן גענוי די זעלבע נחת רוח, ווייל אין הימל רעכנט מען די הארץ און געפיל.
• אויב איז נישט פארהאן א הארציגע קשר, און א נאנטקייט צווישן צוויי צדדים, אפילו אויב מען שטעלט אלעס צו בשפע און בריוח, דאָך קען עס צומאל ווערן גערעכנט ווי א קללה רח"ל.
• די עצה אנצוקומען צו קשר און געפיל, איז דורכ'ן אנהייבן צו טוהן קליינע פעולות, פראבירן וויפיל מ'קען יא געבן און טוהן פאר יענעם, ביז די הארץ קומט שוין נאך.
א לעכטיגע שבת קודש!

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר