מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 1:12 am
היום האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:58 pm א זקן פון עטליכע אכציג קע״ה איז אמאל חול המועד פסח ל״ע פליצלונג קראנק געווארן, ס׳האט קיינער נישט פארשטאנען פאר וואס.
נאכן ארום לויפן זיכן דעם פאסיגן דאקטער צו דיעגנעזירן דעם מצב, איז מען אנגעקומען צו דעם אלטנ׳ס פאמיליע דאקטער וואס ער האט לעצטע מאל עהם געזעהן אלץ קינד.
נאך גרינטלעך באטראכטן דעם חולה רופט ער זיך אהן; ״נע, דאס איז עהם געקומען פון צופיל אפיקומן געגעסכט׳ס״.
״וואס הייסט???״ פרעגט עהם דו באזארגטע משפחה.
״אהע״ איז דער דאקטער מסביר ״א מאן וואס האט שוין אכציג אפיקומנס געגעסן און זיין לעבן, מיז דעך אמאל קראנק ווערן…״
דארף צי זיין אן אלטען דאקטער
לכאורה…
ע״פ חשבון קומט אזוי אויס…

אויף דעם (אויך) איז געזאגט געווארן, ווילסטו הערן א מעשה אדער ווילסטו זיך (מתווכח זיין) פאר׳חשבונ׳ען?
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

צוויי עדות לויפן צו צום שטעטל׳ישן רב יום כיפור נאך מיטאג און פארצייילן ווי זיי האבן יעצט געזעהן חאצקל באלעגאלע האקן אויף ביידע באקן.
דער רב לאזט עהם שוין רופן, האלט עהם שטרענג פאר, ״חאצקל! אזא זאך? אין יום כיפור? עסן?
רב לעבן, ענפערט חאצקל, גלייב די צוויי נישט קיין ווארט, זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, פרעג זיי, זיי ווייסן בכלל צו פארצייילן וואס איך האב געגעסן?
א ודאי, זאגן זיי גלייך, ״שטיקער געבראטן פלייש, בשר בהמה!״
נעמט ער ארויס פון טאש א שטיק טשיז קעיק, בייסט אריין, שלינקט אראפ, און דרייט זיך אויס צום רב ״איז שוין אריבער זעקס שעה? ניין, נא, האב איך דיר נישט געבעטן נישט גלייבן זיי קיין ווארט?…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
שווארצע אדיסי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 15, 2023 9:32 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שווארצע אדיסי »

קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:46 pm
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:29 pm פאר די אלע דא אין שטיבל וועלכע געדענקען נאך ווי אזוי מען שפילט קוויטלאך...

אפשר טאקע עפן אן אשכול איבער קוויטלעך, די נייע ג'ענערעישען האט נישט קיין אנונג וואס דאס איז, נאר אז ס'אסור צו שפילן.
איך ווייס נישט פון וועלכע דז'ענערעישעין די רעדסט פון. ביי רוב פון מיינע חנוכה פארטיעס שפילט מען קוויטלעך.

מיט חברים וכדומה אויכעט.

פאר עפעס א סיבה, נאך חנוכה האב מיר זיך קיינמאל צאמגעקראצט צו שפולן.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך קהל'ס נער »

שווארצע אדיסי האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 12:54 am
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:46 pm
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 3:29 pm פאר די אלע דא אין שטיבל וועלכע געדענקען נאך ווי אזוי מען שפילט קוויטלאך...

אפשר טאקע עפן אן אשכול איבער קוויטלעך, די נייע ג'ענערעישען האט נישט קיין אנונג וואס דאס איז, נאר אז ס'אסור צו שפילן.
איך ווייס נישט פון וועלכע דז'ענערעישעין די רעדסט פון. ביי רוב פון מיינע חנוכה פארטיעס שפילט מען קוויטלעך.

מיט חברים וכדומה אויכעט.

פאר עפעס א סיבה, נאך חנוכה האב מיר זיך קיינמאל צאמגעקראצט צו שפולן.
זעהט אויס אז די ביסט פון די עלטערע ג׳ענערעישען…..
ס׳מיינט נישט אז ביסט ניינציג, די נייע עולם אונטער 35 קען דאס נישט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

גערעכט. 90 נאך נישט אבער 35 איז שוין לאנג...
(אוי פון ווי נעמט מען די כוחות פון אמאהל)
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איינער קומט אהיים פון דער ארבעט און זאגט צו זיין ווייב, זיי מוחל געב מיר א גלעזעל ביער שנעל פאר עס גייט זיך אנפאנגען.

זי ברענגט עס און ער טרונקט עס אויס און בעהט איהר נאכאמאל, זיי אזוי גוט און ברענג מיר נאך א גלעזל, עס גייט זיך באלד אנפאנגען.

זי ברענגט עס און ער טרונקט עס אויס און בעהט איהר ווידער, זיי אזוי גוט און ברענג מיר נאך א גלעזל שנעל, עס גייט זיך שוין אנפאנגען.

זי ברענגט עס און ער טרונקט עס אויס און בעהט איהר ווייטער, זיי אזוי גוט און ברענג מיר נאך א א גלעזל, עס גייט זיך שוין ממש יעצט אנפאנגען.

געבט זי א שריי... דו שכור וואס דו ביזט! דיין טאטע האט אויך געטרינקען? דו פוילער אינגאטש! ברענג מיר, ברענג מיר, וואס מיינסטו איך בין דיין קנעכט? דיין דינסט? אלעס בעטסטו!

רופט ער זיך אן... נו שוין, עס האט זיך אנגעפאנגען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א ליטוואק זעהט אמאהל א סקווירא חסיד גיין אויפ'ן גאס מיט'ן גארטעל (א וודאי) זאגט ער איהם דו ביזט א פסול'ר ספר תורה ווייל א פסול ספר תורה לייגט מען דער גארטעל פון אינדרויסען.

ענטפער ער א פסול'ר ספר תורה האב איך שוין געזעהן אבער איך האב נאך קיינמאהל נישט געזעהן א ספר תורה מיט א האלבע מענטעלע
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

א פענסי לעידי קומט אהיים אויפגעשאקלעט אינגאנצען, ״די דארפסט שוין זעהן מיר צו אויפטוישן מיין פרייוועט שאופער״ וויינט זי צו איר מאן, ״דער דרייווט דאך ווי אזא אום אחריות׳דיגע חיה רעה, ס׳איז ממש סכנות נפשות, ער האט מיר שוין היינט אליין צוויי מאל כמעט געהארגעט״.
אזוי? זאגט ער, ״לאמיר עהם געבן נאך איין טשענס…״
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:11 am אקעי בערל, איך גלייב... איך פרוביר מיך צו פיקטשערן א 92 יאריגע איד ארומלויפן... סארי ס'ארבעט עפעס נישט :roll:
דאס איז דאך (א טייל פון) די מילתא דבדיחותא...!
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שעפטאל »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:25 am
שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 11:11 am אקעי בערל, איך גלייב... איך פרוביר מיך צו פיקטשערן א 92 יאריגע איד ארומלויפן... סארי ס'ארבעט עפעס נישט :roll:
דאס איז דאך (א טייל פון) די מילתא דבדיחותא...!
און דאס איז א טייל פון זיין מילתא דבדיחותא...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך מיין איך האב שוין אמאל פארציילט די (אמת'ע) מעשה:

אין די בראשית יארן פון קרית יואל האט דארט געוואוינט אדער איז איינגעשטאנען א געוויסער חשוב'ער "רב".

איין טאג ווען ער האט געדאוונט מנחה פאר'ן עמוד האט ער געזאגט מודים דרבנן הויעך. נאכ'ן דאווענען ווען מ'האט איהם געפרעגט פארוואס ער האט געזאגט מודים דרבנן אלס בעל תפילה האט ער געזאגט...ס'הייסט. איך בין דאך א רב. דארף איך זאגן מודים דרבנן...!

איך זאג נישט מער פרטים ווייל מ'וועט וויסן פון וועם מ'רעדט דא.

ביי דעם זעלבן "גאון" איז געווען א צווייטע מעשה. אין אן אנדערע שטאט. ער האט געדאוונט אין סאטמאר ביהמ"ד אין יענע שטאט. ער האט געהאט א מנהג ארומצוגיין מיט זיין טלית אויף די פלייצע פאר'ן דאווענען און כאפן א שמועס מיט פארשידענע מענטשן. (דאס האב איך אליין געזעהן אלס יונגל.). איין טאג. ווען ער האט געענדיגט שמועסן האט ער צוריקגעלייגט דעם טלית און געגאנגען אהיים. מיינענדיג אז ער האט שוין געדאוונט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 7:20 am גערעכט. 90 נאך נישט אבער 35 איז שוין לאנג...
(אוי פון ווי נעמט מען די כוחות פון אמאהל)
דו געדענקסט נאך מסתמא ווען די מאמע איז געגאנגען שעפן וואסער פון די ברין. און מ'איז געפארן צום רעבי'ן אויף יו"ט מיט א פערד און וואגן...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:41 am
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 7:20 am גערעכט. 90 נאך נישט אבער 35 איז שוין לאנג...
(אוי פון ווי נעמט מען די כוחות פון אמאהל)
דו געדענקסט נאך מסתמא ווען די מאמע איז געגאנגען שעפן וואסער פון די ברין. און מ'איז געפארן צום רעבי'ן אויף יו"ט מיט א פערד און וואגן...!
אויב איך זאג מער וועט מען שוין וויסען פונקטלאך. ס'איז בעסער מען רעדט נישט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאלאצ'ינטא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

מזאגט ביי קידוש לבנה "הלכך צריך למימרא מעומד" (אז מדארף זאגען קידוש לבנה שטייעדיג) פארוואס?
נאר שטעל זיך פאר וואס וואלט פארגענגען נאך קידוש לבנה טאמער וואלט מען עס געזאגט שטייעדיג
יעדע וואלט צוגעגאנגען צו זיין חבר, טוה מיר א טובה נעם אריין מיין בענקעל...
האט מען קובע געוועהן עס צו זאגען שטייעדיג...
(איך ווינדער מיך נאר פארוואס האט מען נישט קובע געווען עס צו זאגען אויסעווייניג מהאי טעמא...)
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

דער גרויסער יוד קומט צום דאקטער פאר א טשעק אפ, רב׳ יוד זאגט עהם דער דאקטער ״דעיס איז שוין נישט קיין וויץ, דו ווערסט מיר דא גרעסער און גרעסער, דו דארפסט טיען עפעס ערענסט צו פארלירן אפאר סייזעס״.
דער יוד קרעכטס אזוי ״איך ווייס, איך ווייס, וואס זאל איך טיען, איך האב שוין אלעס פראבירט, דיעטס, בינדן, שטעכן… האסט עפעס פריש? א מהלך וואס קען ארבעטן?״
יא זאגט דער דאקטער, ״גיי קיין פלארידא״.
וואס? פרעגט דער יוד ״עס ארבעט״?
״א ודאי״ ענפערט ער ״גיי אהין, ריע זיך אויס א ביסל, און דאן צוריק, וועסטו זעהן ווינדער״.
דער יוד פארט קיין פלארידע אויך צוריקעקומען ער זעהט גארנישט קיין ישועה.
״וואס מאכטו חוזק פון מיר״? שרייט ער אויפ׳ן דאקטער ״אומזינסט געפארן״.
״אח״ זאגט עהם דער דאקטער ״איך האב געהייסן גיין קיין פלארידא, נישט פארן״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

וואס איז די חילוק צווישען חב"ד און ברסלב?
חב"ד איז קאמפלעצירטע תורות פאר פשוטע מענטשען
ברסלב איז פשוטע תורות פאר קאמפלעצירטע מענטשען
(פארשטייט זיך אז ממיינט נישט חס ושלום די ערליכע ברסלבע חסידים וואס פון זיי איז דא אסאך, ממיינט די נ נח'ס למיניהם)
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

פוילישע פעפער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 6:51 am מזאגט ביי קידוש לבנה "הלכך צריך למימרא מעומד" (אז מדארף זאגען קידוש לבנה שטייעדיג) פארוואס?
נאר שטעל זיך פאר וואס וואלט פארגענגען נאך קידוש לבנה טאמער וואלט מען עס געזאגט שטייעדיג
יעדע וואלט צוגעגאנגען צו זיין חבר, טוה מיר א טובה נעם אריין מיין בענקעל...
האט מען קובע געוועהן עס צו זאגען שטייעדיג...
(איך ווינדער מיך נאר פארוואס האט מען נישט קובע געווען עס צו זאגען אויסעווייניג מהאי טעמא...)
פוילישע פעפער: דער דזשאוק איז אייזן. וואס? דיינעמייט. ממש. נאר דו האסט געמאכט א קליינעם טעות. דו האסט געשריבן ..."אויב מ'וואלט געמאכט קידוש לבנה "שטייענדיג"...דו האסט זיכער געמיינט צו זאגן "זיצענדיג"...!

פוילישע פעפער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 4:07 pm וואס איז די חילוק צווישען חב"ד און ברסלב?
חב"ד איז קאמפלעצירטע תורות פאר פשוטע מענטשען
ברסלב איז פשוטע תורות פאר קאמפלעצירטע מענטשען
(פארשטייט זיך אז ממיינט נישט חס ושלום די ערליכע ברסלבע חסידים וואס פון זיי איז דא אסאך, ממיינט די נ נח'ס למיניהם)
דאס איז דאך די גרויסקייט (און ברייטקייט) פון ברסלב. אז ס'איז דא פלאץ פאר א יעדן איד...!
דו 'עסט מיך נאך באלד חושד זיין אז איך בין א ברסלב'ער. אפשר אין די בחינה, יא.
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 4:11 pm
פוילישע פעפער האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 6:51 am מזאגט ביי קידוש לבנה "הלכך צריך למימרא מעומד" (אז מדארף זאגען קידוש לבנה שטייעדיג) פארוואס?
נאר שטעל זיך פאר וואס וואלט פארגענגען נאך קידוש לבנה טאמער וואלט מען עס געזאגט שטייעדיג
יעדע וואלט צוגעגאנגען צו זיין חבר, טוה מיר א טובה נעם אריין מיין בענקעל...
האט מען קובע געוועהן עס צו זאגען שטייעדיג...
(איך ווינדער מיך נאר פארוואס האט מען נישט קובע געווען עס צו זאגען אויסעווייניג מהאי טעמא...)
פוילישע פעפער: דער דזשאוק איז אייזן. וואס? דיינעמייט. ממש. נאר דו האסט געמאכט א קליינעם טעות. דו האסט געשריבן ..."אויב מ'וואלט געמאכט קידוש לבנה "שטייענדיג"...דו האסט זיכער געמיינט צו זאגן "זיצענדיג"...!
יא ביסט גערעכט, סאיז מיין טעות
יישר כח
;) ;) ;)
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

״מיין רבי האט גילוי אליהו יעדע נאכט״ בארימט זיך דער חסיד פאר זיינס א חבר.
״וואס מאכט דיך דאס טראכטן?״ פרעגט ער עהם.
״מיין רבי אליינס האט עס מיר אמאל מגלה געווען״ ענפערט דער חסיד.
״אזוי?״ זאגט דער חבר ״במחילת כבודך, אבער איך גלייב נאך נישט אזוי דיין רבי״
״דו שעמסט זיך נישט???!!!״ צוקאכט זיך דער חסיד אויף עהם, ״א מענטש במדרגה פון גילוי אליהו, און די גלייבסט עהם נישט???״
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

א יוד, נעבעך זיך ביטער אפגעמיטשעט א גאנץ לעבען, האט איין טאג נישט מער און נישט ווייניגער געווינען א הינדרעט מיליאן דאלער לאטערי.
מיט איין שמחה לויפן ער אהיים פארציילן זיין ווייב דו נייעס.
ווי נאר זי הערט דאס, פון גרויס התרגשות, כאפט זי א הארץ אטאקע, און ל״ע געזעגנט זיך פון דער וועלט.
רופט זיך אן דער מאן ״ווען דאס מזל קומט, שיינט עס עד הסוף״…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היום, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

פישל האט זיך גע׳עפנט א פיש געשעפט.
האט ער אויף געהאנגען א סיין ״מיר פארקויפן דא פרישע פיש״.
קומט אריין א קונה און פרעגט, האט איינער עפעס בארעדט אייער פיש? וואס מאכטו מענטשען טראכן? צו וואס דארפסטו די ווארט ״פרישע״? נעם עס אראפ!
״האסט א פוינט״ זאגט פישל, ער נעמט עס אראפ!
קומט אריין א יודענע, פארוואס דארפסטו שרייבן ״דא״? א ודאי דא, ווי דען, דארט?
״אמת״ זאגט פישל. מעקט אויס דער דא!
קומט אריין א סוחר, פרעגט ער, פארוואס זארפסטו דעם ״מיר פארקויפן״? וואס דען? די געבסט בחינם?
״גערעכט״, פישל מעקט שוין!

נו, איז געבליבן נאר די ווארט ״פיש״!

קומט אריבער דארט די שטאט׳ס חכם, שרייט ער ״פישל, וואס דארפסטו דא א סיין ״פיש״ אז אייער פיש שמעקן אויף א מייל ווייט״?…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

אז מרעדט פון פיש האב איך זיך דערמאנט פון די באקאנטע מעשה אין סקווירא שטעטעל ווען א פיש האט זיך גענומען רעדען
מפארציילט אז א טאג שפעטער האט איינער אריינגערופען די געשעפט און געפרעגט צו זיי האבן סאלאמען?
האט די איגענטומער געזעגט: יא
האט אים די קונה געזאגט: דעמאלטס לאמי'ך רעדען מיט אים.....
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
פארשפארט