לאמיר זיך אויסשמועסן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2046 מאל

לאמיר זיך אויסשמועסן

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אין ליכט פון א דערנעבענדן אשכול איבער וויענער רב און הרב שטיינמאן האט מיר איינער פון די חשובע חברים געשיקט א פריוואטע מעסעדש זיך אפרעדנדיג אז מיין איינציגסטע ציל פון שרייבן דא איז צו האקן אויף חסידישקייט און אראפמאלן חסידים ווי לוזערס. דאס איז געוועהן מיין ענטפער:
סך הכל שרייב איך וואס איך פארשטיי די אמת איז, און די האפענונג איז אז אויב ס'וועט איינעם מאכן פילן ווי א לוזער וועט עס איהם בייסן און עסן ביז ער וועט באשליסן זיך צו פארבעסערן און אויסגראדן זיין שכל און געפילן, איך מיין אז דאס איז דיין ציהל אויך, נישט אזוי?

גראדע האבן מיר שוין אפאר חברה געזאגט פריוואט אז איך האב זיי געהאלפן אויסגראדן די שכל...

און גראדע האב איך נישט קיין שום אישו מיט חסידישקיט פער סע. איך האב דען אן אישו מיט א בארד און פאות? הוט און רעקל? צובינדן די רעכטע שוך פאר די לינקע? לייגן ר"ת תפילין? האב איך אמאל בכלל גערעדט קעגן אזעלכע זאכן? וואס האט מיין געשרייבעכץ איינגעשטויסן מיט חסידישקייט? דו האלטסט אז דער בעש"ט וואלט געהאט א פראבלעם ווען א וויליאמסבורגער רב איז מספיד הרב שטיינמאן? דער בעש"ט וואלט דען נישט געוואלט אז חסידישע רבנים זאלן ארויסזאגן זייער דעת תורה אן קיין מורא? ס'נישט קיין שום ספק ביי מיר אז דער בעש"ט וואלט געפייגערט צו זעהן חסידים זיך אפגעבן מיט'ן אויסארבעטן פרינאפס אנשטאט זיין פארנומען מיט בראקעל טשיקען סמארטפאונס און נייע חומרות ביים מצות באקן, מקרב זיין את הדעות בין הגענדערס אנשטאט טוהן דאס פארקערטע וואס מאכט חרוב שטיבער [וואס בדוו איז א פונדאמענטאלע חינוך פראבלעם וואס טויזענט בעשאוס מיט דעיטס וועלן נישט קענען פאררעכטן]...
מיין שאלה איז צווייפאכיג:

1) איז טאקע דא א גרויסע עולם דא וואס פילט וואו איך האב אן אגענדע צו דערנידערן און שפעטן פון חסידים? ס'הערט זיך צו מיר אבסורד, אבער אז ס'דא איינער וואס פילט אזוי ווער ווייסט צו ס'נישט דא נאך?

2) זענען די זאכן אויף וואס איך רעד מיך אפ טאקע אינטעגראלע features אינעם חסידישן קולטור (סיסטעם בלעז) און נישט סתם באגס וואס מ'קען פאררעכטן? בין איך טאקע אזוי out of touch פון די חסידישע ריאליטי אז איך קען שוין נישט האבן א מיינונג דערין? צו לעב איך טאקע אין א באבל אז איך האב א שפראך מיט'ן עולם דא ווען באמת פארשטייט מען נישט קיין ווארט וואס איך וויל בכלל?

ווער ס'האט טענות אויף מיין מהלך זאל פליעז ארויסקומען און גיסן פעך און שוועבל אויף מיר און ארויסלייגן אלע טענות וואס מ'האט קעגן מיר, ווייזטס מיר וואו איך קען מיך פארבעסערן. אדער אפשר איז די gap אין פארשטענדעניש צו גרויס און איך זאל אויפהערן שרייבן altogether?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר