שלום רב לכל בית ישראל!
כ'האב אביסל געטראכט וועגן די ענין פון אזוי-גערופענע ציונות. פון ערב רב אין עקבתא דמשיחא. פון קנאות.
למעשה בין איך געקומען צו געוויסע מסקנות בדרך אפשר.
קודם כל קוקט מיר אויס אז דאס וואס עס שטייט אז בעקבתא דמשיחא וועלן די ערב רב עמלקים (מזרע ישראל אבל נשמתם משורש ערב רב ועמלק) זיך דראפענען צו פירערשאפט שטעלעס ביי כלל ישראל.
איז קודם כל דארף מען קלארשטעלן אז דאס גייט ארויף אויף אלע סארט פירערשאפט, נישט נאר לגבי "ציונים" אין מדינת ישראל, נאר אויך און ערשט ביי רבי'ס און רבנים!! סיי ביי פרייע און סיי ביי פרומע.
בעצם איז טאקע אמת אז ס'געווען אסאך פרייע כופרים ערב רב, אבער דאס איז אמאל זיכער אז די ערב רב עמלקים וואס קומען אין פארעם פון רבי'ס און רבנים זענען פיל מאל ערגער פון די פרייע פירער ערב רב, מכמה סיבות. ואלו הן:
1) ווייל ווען איינער קומט בשם "גאט" נער'ט ער אריין אסאך מער תמימות'דיגע ריינע נשמות וואס וואלטן קיינמאל נישט נאכגעגאנגען א פרייע כופר. ווען איינער קומט מיט די שמונה בגדים און שטעלט זיך אהער גאר אלץ פון דעם אייבערשטען'ס גוטע, דאס איז אסאך אסאך מער דעמעדזשינג. דאס פארפירט ריינע הייליגע נשמות לעומק קליפת הערב רב העמלקי.
דאס איז איינמאל איינס.
2) צוויי מאל איינס איז, אז ווען איינער ניצט די ענערגיע פון תורה און תפילה פאר די טומאת הערב רב העמלקי, דאס געבט די ענערגיע פון קדושה זאל פאלן צו די טומאה צו די טומאת הערב רב, און דאס געבט זיי כוח צו מאכן אסאך מער שאדן ווי א פרייער מנהיג און כופר קען מאכן, ווייל דער כופר האט נישט די ענערגיע פון תורה ותפילה.
דאס איז צוויי מאל איינס.
עכ"פ קומט אויס פון דעם אז טאמער ברויך מען וועהלן צווישן פרייע כופרים ערב רב מנהיגים, צו רבי'ס רבנים ערב רב מנהיגים, איז זיכער אז די די פרייע ערב רב מאכן ווייניגער שאדן!!
ס'איז פשוט. די פרייע כופרים באדערן נישט די אמונה. זיי לערנען טאקע שטותים, זיי לערנען נישט קיין שמע ישראל. אבער א פרייער וואס וואקסט אויף פריי און נאכדעם ערוועקט זיך אין אים זיין אידישער פונק, טוט ער תשובה און האט א ריינע בלאט אן קיין עמאושענעל טראומא לגבי אמונת ה' און לגבי תורת ה' .
מה שאין כן ביי די חרדישע מנהיגים ערב רב עמלקים, זיי נוצן די אמונה מיט די תורה צו כדי צו בויען זייער גאוה און כבוד. זיי פייניגן אויס אידישע קינדער כאילו בשם די תורה, כאילו גאר בשם דעם באשעפער, און דאס פירט צו אומאפשאצבארע שאדן פאר די מענטשן. דאס פלאנצט איין אין זיי א שרעקליכע עמאושענעל טראומא צו אמונת ה' און צו תורת ה', וואס דאס צו אויסקלינען ברויך מען גרויס רחמי שמים.
ווייל אפילו ווען ס'געלונגט איינעם צו זיך אפטשעפענען פון די חרדי'שע ערב רב עמלקים ימ"ש, אבער זייער אסאך מאל ווארפט ער אויך אוועק די אידישע ריינע אמונה און די הייליגע תורה, ווייל פאר זיין געפיהל איז דאס א מקור פון צער און טראומא.
און דערפאר זעהט מען אז ס'איז א חסד ה' אז די ערב רב פרייע זענען געווען מער ביים פירערשאפט רידער און נישט די חרדי'שע ערב רב, ווייל ווען די חרדי'שע ערב רב וואלטן זיך ווען חלילה משתלט געווען אויף רוב כלל ישראל דאן זאל דער באשעפער אפהיטן, קען זיין ס'וואלט חלילה נישט געווען קיין תקומה לשונאיהם של ישראל.
טאמער ס'האט געדארפט אריבערגיין א צייט ווי די שליטה זאל זיין ביי ערב רב עמלקים, איז זיכער אז די פרייע ערב רב מאכן אסאך ווייניגער שאדן פון די פרומע ערב רב עמלקים ימ"ש.
ס'איז ליידער דא אזוי פיהל יונגעלייט וואס אפיציעל זענען זיי חרדים, גייען מיט שמונה בגדים, אבער זיי האסן די אמונה, טיף אין הארצן האסן זיי די תורה. זיי זענען נישט שולדיג. זיי זענען טראומאטייזד. זיי האבן נעבעך נישט די וועלט און נישט יענע וועלט.
די וועלט האבן זיי נישט ווייל מען האט זיי ערצויגן אויף א וועג ווי זיי ווייסן נישט עכט וויזוי צו זיין א נארמאלע מענטש און הנאה האבן אויף א נארמאלע אופן פון עולם הזה. יענע וועלט האבן זיי נישט ווייל מען האט זיי טראומאטיזירט צו תורה און צו אמונה, און אזוי זיי עפעקטיוו אוועקגעשטופט פון יענע וועלט. ממילא זענען זיי נעבעך געבליבן א קרח מכאן וקרח מכאן, ה' ישמרינו.
זיי זענען די עכטע תינוקות שנשבו, נישט די פרייע!! די פרייע קענען תשובה טאהן! אבער די חרדי'שע קרבנות, פאר זיי איז זייער שווער צו אנקומען צו די אמת'דיגע אמונה און צו אהבת התורה, ווייל זיי ברויכן קודם אויסרייניגן אלעס וואס מען האט זיי אויסגעלערנט פון אלץ קינד, און זיי ברויכן קודם נאטרעלייזן אלע שווערע געפילן לגבי אידישקייט און ערשט דערנאך קענען זיי אנהייבן פונדאסניי. דאס איז אן עבודה קשה.
ס'קומט מיר צו וויינען ווען איך קוק זיך אום און זעה אומגעהויערע שאדן וואס די חרדי'שע ערב רב עמלקים האבן אנגעווערטשאפט פאר כלל ישראל! ס'איז לא יאומן כי יסופר!!
למעשה ברויך מען וויסן און פארשטיין אז די דרך היינט צו זיין א איד און צו זיין קאנעקטעד מיט'ן באשעפער און זיין תורה איז נישט דורך מנהיגים. היינט איז א דור ווי מען טאר נישט נאכגיין א מנהיג. אפילו נישט נאך א ערליכע מנהיג. די מציאות היינט איז אז דער שטן ניצט מנהיגים צו פרובירן חרוב מאכן כלל ישראל.
ס'איז היינט א צייט פון "בימים ההם אין מלך בישראל איש הישר בעיניו יעשה!" די וועג היינט איז אז יעדער ברויך זיך טרעפן זיין וועג פאר זיך. ערליכע בעלי בתים מיט תמימות און יראת שמים דוקא אן קיין רבי'ס אדער אנדער אזוי-גערופענע רעליגיעזע מנהיגים. דוקא דאס וועט ראטעווען כלל ישראל!
ס'איז א צייט וואס יעדער דארף טראכטן פאר זיך!! זיך קאנעקטן מיט זיין נשמה און טוהן וואס ער האלט איז ריכטיג. אפילו טאמער מען איז זיך אמאל טועה, אבער דאס איז די וועג פאר'ן היינטיגן דור!! דאס טוט די מערסטע אויף און מאכט די ווייניגסטע שאדן!!
ס'נישטא קיין ברירות, מען מוז אויפציען די קינדער צו טראכטן פאר זיך. מען מוז אויפציען די קינדער צו גרינגשעצן מנהיגים!! אז זיי זאלן וויסן אז דער איינציגער מנהיג איז גאט ברוך הוא אליינס. דאס איז די צורך השעה פאר'ן היינטיגן דור, און דאס וועט ברענגען אז די קינדער זאלן ליב האבן אידישקייט און האבן סיי דעי וועלט און סיי יענע וועלט!
וה' יצילנו משגיאות. זאל דער באשעפער רחמנות האבן אויף די תינוקות שנשבו אז ס'זאל זיי ווערן לעכטיג בגשמיות וברוחניות. אמן!
די חרדישע ערב רב עמלקים מנהיגים זענען אסאך ערגער ווי די פרייע ערב רב!
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
די חרדישע ערב רב עמלקים מנהיגים זענען אסאך ערגער ווי די פרייע ערב רב!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישי שטיינמעץ, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 10, 2023 11:41 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: די חרדישע ערב רב עמלקים מנהיגים זענען אסאך ערגער ווי די פרייע ערב רב !
ס'איז אויך דא היינט אמת'ע רבנים און רבי'ס וואס זענען נישט א חלק פון די ערב רב פון וועמען מ'קען מקבל זיין וואס תורה ומצוות איז באמת אין ווי אזוי צו זיין קאנעקטעד מיטען באשעפער ס'קען זיין ס'איז אביסעל שווער זיי צו טרעפען באט אויב מ'זיכט באמת העלפט די אייבערשטער
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: די חרדישע ערב רב עמלקים מנהיגים זענען אסאך ערגער ווי די פרייע ערב רב !
ישי שטיינמעץ: דיין טעזע איז גאנץ גוט. נאר א ביסל צו שארף.
אויך. די לאגיק (און נאראטיוו) איז מער אויף די זייט פון..."הפוך על הפוך"...!
אויך. די לאגיק (און נאראטיוו) איז מער אויף די זייט פון..."הפוך על הפוך"...!
- ישי שטיינמעץ
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 30, 2014 3:51 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 269 מאל
Re: די חרדישע ערב רב עמלקים מנהיגים זענען אסאך ערגער ווי די פרייע ערב רב !
ס'דא וואס זענען בסדר. אבער די נטויה צו ווערען פארגלייבט אין א מענטש איז סייווי א פראבלעם. אפילו ווען די רבי/רב איז נישט קיין מושחת. ס'נישט גענוג אז די רבי/רב איז נישט קיין מושחת. ס'דארף אויך זיין אז ביידע סיי די רבי/רב און סיי די תלמיד/חסיד זאלען וויסען וואס זענען די גדרים פון די רילעישענשיפ . טאמער נישט איז עס נישט קיין גרויסע אויפטוה אז די רבי/רב איז נישט קיין מושחת. די מציאות פון די רילעישענשיפ קען סייווי זיין פראבלעמאטיש .אסטיון האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 4:12 pm ס'איז אויך דא היינט אמת'ע רבנים און רבי'ס וואס זענען נישט א חלק פון די ערב רב פון וועמען מ'קען מקבל זיין וואס תורה ומצוות איז באמת אין ווי אזוי צו זיין קאנעקטעד מיטען באשעפער ס'קען זיין ס'איז אביסעל שווער זיי צו טרעפען באט אויב מ'זיכט באמת העלפט די אייבערשטער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 10, 2023 11:41 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: די חרדישע ערב רב עמלקים מנהיגים זענען אסאך ערגער ווי די פרייע ערב רב !
יא יא א חלק פון נישט זיין א ערב רב רבי/רב איז צו זיכער מאכן אז די חסידים/תלמידים ווערן נישט שווענץ אין די רבי ווערט נישט קיין ע"ז אז נישט מאכט אים דאס אליינס פאר א חלק פון די ערב רבישי שטיינמעץ האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 5:41 pmס'דא וואס זענען בסדר. אבער די נטויה צו ווערען פארגלייבט אין א מענטש איז סייווי א פראבלעם. אפילו ווען די רבי/רב איז נישט קיין מושחת. ס'נישט גענוג אז די רבי/רב איז נישט קיין מושחת. ס'דארף אויך זיין אז ביידע סיי די רבי/רב און סיי די תלמיד/חסיד זאלען וויסען וואס זענען די גדרים פון די רילעישענשיפ . טאמער נישט איז עס נישט קיין גרויסע אויפטוה אז די רבי/רב איז נישט קיין מושחת. די מציאות פון די רילעישענשיפ קען סייווי זיין פראבלעמאטיש .אסטיון האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 18, 2024 4:12 pm ס'איז אויך דא היינט אמת'ע רבנים און רבי'ס וואס זענען נישט א חלק פון די ערב רב פון וועמען מ'קען מקבל זיין וואס תורה ומצוות איז באמת אין ווי אזוי צו זיין קאנעקטעד מיטען באשעפער ס'קען זיין ס'איז אביסעל שווער זיי צו טרעפען באט אויב מ'זיכט באמת העלפט די אייבערשטער