די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

די פרוי פעני ווילליס איז די דיסטריקט אטוירני פון פולטאן קאונטי, דזשארדזשיע.

זי האט קאמפיינט און געווארן אויסגעוועלט אלס די. עי. מיט דעם (הויפט) ציל צו ברענגען דאנאלד טראמפ און זיינע מענטשן אויף די באשולדיגונגס באנק.

נאכ'ן געווינען, האט זי, אזוי ווי צוגעזאגט, זיך גענומען צו טראמפ'ס ביינער. זי האט אריינגעברענגט א באשולדיגונגס אקט (אינדייטמענט) פון 92 סעיפים (פאראגראפן) אקעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט דאנאלד טראמפ און זיינע מיטהעלפערס.

דער געוועזענער פרעזידענט און שטאלצער ביזנעסמאן און פאליטישן האט זיך געבויגן און געקומען צו דעם משפט אין אטלאנטא, דזשארדזשיע ווי א וואויל יונגל. ער איז געזיצן און אויסגעהערט אלע קלאגעס און שלעכטע זאכן וואס ער און זיינע מענטשן האבן אנגעשטעלט כדי צו פעלשן די רעזולטאטן פון די פארגאנגענע פרעזידענטליכע עלעקשאנס.

זי (די די.עי.) איז געווען זייער שטרענג און געפאדערט מיט פאטאס אז דער געריכט זאל איהם אריינווארפן אין דזשעיל. א יעדע לאגישע און מענטשליכע בקשה וואס טראמפ און זיינע לאיערס האבן אריינגעגעבן האט זי אראפגעקלאפט. אויך האט זי געמאכט "דיעלס" מיט די איבריגע אנגעקלאגטע אז זיי זאלן עדות זאגן אקעגן טראמפ. ס'האט אויסגעזען ווי דער געוועזענער פרעזידענט וועט ענדיגן ערגעץ אין א פריזאן מיט אן ארענדזשן יוניפארם.

נאר ווער ס'קען אביסל דעם געוועזענעם פרעזידענט האט געוואוסט אז ער וועט זיך נישט לאזן אינגאנצן. ער האט דאך די ממתקים, און ער האט גרויסע לאיערס. נאר דערווייל האט אויסגעזעהן ווי דער קעיס אקעגן איהם איז אייזן פעסט.

אויך די מיס. פעני וויליס האט א יעדן איינציגן טאג געגעבן סטעיטמענטס פאר די פרעסע וויאזוי זי גייט "באגראבן" מר. טראמפ. אזוי ווי ס'שטייט אין די מגילה... "והמלך והמן ישבו לשתות". זי האט זיך געפרייט און גע'יובל'ט מיט איהר הצלחה.

נאר טראמפ און זיינע לאיערס זענען אויך נישט געשלאפן. זיי האבן זיך גענומען גריבלען אין איהר בעקגראונד. יגעת ומצאת, זיי האבן געטראפן אז זי האט געדינגען איינעם א לאיער (כדוגמתה) צו זיין דער פראסעקיוטאר אין דעם קעיס. דער לאיער נעיטען וועיד (ר' נתן ווייס) איז אויך געווען איר "בויפרענד". זיי זענען געפארן אויף וואקאציע (עטליכע) צוזאמען, און מר. וועיד האט באצאלט פאר די וואקאציעס פאר זיך און זיין פלונית'טע מיט א קרעדיט קארט. נו, וואס איז שלעכט מיט דעם?! נאר דער פראבלעם איז אז מר. וועיד'ס געלט איז געקומען פון רעגירונגס פאנדס, ווייל ער האט אויך געארבעט פאר די קאונטי אלס הויפט פראסעקיוטאר אין דעם קעיס.

האבן די טראמפ לאיערס גע'טענה'ט 2 זאכן. איינס, אז זי האט פערזענליך פארדינט פון דעם קעיס. צוויי, אז זי האט גענומען א וואקאציע אויף די רעגירונגס חשבון, צו וואס זי איז נישט געווען בארעכטיגט.

די לאיערס האבן גע'טענה'ט אז מ'זאל איר אראפנעמען פון די קעיס, ווייל מ'האט איר דאך געכאפט מיט א "גניבה" און זי האט געזאגט ליגנט.

ווען זי וואלט נישט געווען פון די אפריקאנער (אמעריקאנער) גזע וואלט זי שוין פון לאנג געפלויגן. האט די רעגירונג אין דזשארדזשיע באשלאסן אז מ'זאל מאכן א היערינג.

ביי די היערינג/ס האט מען געברענגט א יעדן איינעם וואס איז נאר געווען א מחותן וואס האט געהאט א שייכות מיט איהר. זיי האבן ארויפגעלייגט איהר טאטן אויפ'ן וויטנעס סטענד. דער אלטער האט (נעבעך) געמיינט אז מ'האט איהם גערופן אין קאורט כדי ער זאל פארציילן זיין גאנצע לעבנס געשיכטע. ער האט אנגעהויבן פון פאר בראשית ביז'ן סוף. דער תמצית, דער עיקר וואס זיי (די רעגירונג) האבן געוואלט ארויסברענגען אז זיין בת יחידה פעני ווילליס האט שוין געקענט מר. וועיד נאך אין יאר 2019, און זי האט איהם אויפגענומען אלס פרעסקיוטאר צוליב איהר באקאנטשאפט מיט איהם. זיי האבן אויך ארויפגעלייגט דעם "חתן בחור" אליין אויפ'ן וויטנעס סטענד. ביי איהם האבן זיי געוואלט אז ער זאל מודה זיין אז די וואקעישאן/ס פאר וועלכע ער האט באצאלט (אויך פאר פעני ווילליס) זענען געקומען פון רעגירונגס, פי' טעקספעיער געלטער, כלומר זיינע וועידזשעס. האט ער צוריקגע'טענה'ט אז ער האט אויך אנדערע אינקאם אלס פרייוועט לאיער, און די וואקאציעס זענען געווען פון יענע געלט.

יעצט דארף מען ווארטן וואס דער דזשאדזש וועט דעסיידן. צי זי קען נאך ווייטער פיהרן דעם קעיס אקעגן דאנאלד טראמפ, אדער זי מוז אראפגיין, און ממילא וועט דער קעיס אקעגן אים און זיינע שותפים בטל ווערן...!
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

אז א פראסעקיוטער טרעט אפ צופאלט די גאנצע קעיס? מה פתאום?
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך נישנאש »

ניין. אבער אויב ווערט עס געשיקט צו א אנדערע דיסטריקט אטוירני האבן יענער די פולע דיסקרעציע צו פארשליסן די קעיס. און עכ"פ זאגן אלע עקספערטן אז עס וועט עס פארלענגערן אויף זייער לאנג
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 17, 2024 10:55 pm אז א פראסעקיוטער טרעט אפ צופאלט די גאנצע קעיס? מה פתאום?
דאס איז די האפענונג פון די טראמפ לאיערס. אז די אינדייטמענט איז געווען מתחילה פסול. הויפטזעכליך ווייל זי האט פערזענליך פארדינט פון דעם קעיס.

ס'איז טאקע א שטיקל פשט'ל. אבער דער גאנצער ליגל סיסטעם איז געבויעט אויף לעגאלע דריידלעך.

אין אמת'ן איז די גאנצע טענה'ריי אקעגן איהר נארישקייטן. נאר די לאיערס האבן זיך אנגעטשעפעט אויף דעים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

נ.ב. יעצט לויפט אויך "לייוו סטריעם" אויף קאורט טי.ווי. ווי פעני ווילליס זאגט "עדות". זי רעדט צוזאם אזעלכע שטותים והבלים. נאר די "תובע/ת-קטיגור ווייזט אויף זייער קלאר אז זי האט גענומען וועקעישנס צוזאמען מיט מר. וועיד, פאר וועלכע ס'איז דא רעקארדס אז ער האט באצאלט אויך פאר איהר. נאר זי טענה'ט אז זי האט עס צוריקגעצאלט אין קעש...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

נישנאש האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 17, 2024 11:16 pm ניין. אבער אויב ווערט עס געשיקט צו א אנדערע דיסטריקט אטוירני האבן יענער די פולע דיסקרעציע צו פארשליסן די קעיס. און עכ"פ זאגן אלע עקספערטן אז עס וועט עס פארלענגערן אויף זייער לאנג
דאס איז סך הכול דער (שארט טערם) ציעל פון טראמפ און זיינע לאיערס. אדורך צו שוויצן ביז נאך די עלעקשנס. וואס ער האפט צו געווינען.
זויער טייג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:51 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך זויער טייג »

berlbalaguleh האט געשריבן: אין אמת'ן איז די גאנצע טענה'ריי אקעגן איהר נארישקייטן. נאר די לאיערס האבן זיך אנגעטשעפעט אויף דעים.

נישט קיין נארישקייטן ווי ס'קוקט יעצט אויס, ביי איר היערינג האט זי געהאט געבראטענע בושות, זי האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

הקיצור: די גאווערנמענט האט א שטארקע קעיס אקעגן איהר. די פראסעקיואטרס "קריכן אריין אין די קישקעס", זיי ווילן איהר דוקא כאפן ביי א ליגנט.

די קלוגסטע זאך וואלט געווען פאר איהר צו ענטפערן "איך געדענק נישט"...! נאר זי פלאפלט און פלאפלט מיט זייטיגע שטותים וואס האט נישט קיין שייכות צו דעם קעיס.

ווי ס'ווייזט אויס איז זי גארנישט אזא גרויסע העלד ווי מ'האט געמיינט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

זיי האבן אויך ארויפגעלייגט אויפ'ן וויטנעס סטענד דעם (געוועזענעם) שותף פון נעיטן וועיד. ער איז דער ערשטער און איינציגסטער וואס רעדט צו די זאך. ער איז זייער פארזיכטיג מיט זיינע ענטפערס. די דיפענס (טראמפ'ס צד) וויל בכל תוקף ועוז אויפווייזן אז פעני ווילליס מיט נעיטן וועיד האבן זיך נישט נאר געקענט אין ביזנעס נאר אויך געווען "לאווי דאווי" פאר'ן יאר 2021. ווען זי האט איהם געשטעלט אויף די פאזיציע פון ספעשל פראסעקיוטאר. ער רעדט נישט אין די וועלט אריין. אזוי ווי די אנדערע מחותנים ביז אהער. אויף א יעדע זאך וואס ער האט א ספק צו וועלכע מסקנא זיין ענטפער גייט פיהרן זאגט ער "איך געדענק נישט".

ביז אהער האבן די לאיערס פאר טראמפ'ס צד נישט מצליח געווען ארויסצוקוועטשן אן ענטפער פון איהם (ברעדלי) אז וועיד און ווילליס זענען געווען מער ווי סתם באקאנטע אין ביזנעס.

ער שטעלט א סאך מאל אן א פנים ווי א תם. נאר ער איז מקיים דעם מאמר (חז"ל) סייג לחכמה שתיקה. זייער מזל איז אז די אנדערע זענען נישט אזוי געשליפן ווי ער. זיי האבן זיך שוין לאנג פאררעדט אז די צוויי פייגעלעך האבן זיך געקענט פון א לאנגע צייט פאר ער איז געווארן דער הויפט קטיגור. (ס'איז נישט א טייגער פון זאא).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

אן אינטרעסאנטע זאך איז כדאי צו באמערקן: כמעט אלע, אן אויסנאם וועלכע האבן א ווארט צו זאגן איבער דעם קעיס פון איהר אייגענע ראסע, צי איז דאס לעגאלע עקספערטן, לאיערס אדער פאדקעסטערס זענען להשמיד ולהרוג אקעגן איהר און פרייען זיך צו זעהן איהר מפלה.

נאך אן אינטרעסאנטער פאקט: אז דא זענען די "יוצרות" איבערגעדרייט.

די מענטשן וועלכע רופן זיך אויפ'ן לעגאלן לשון "די סטעיט". זיי באשיצן איהר. און די וועלכע ווערן אנגערופן "דיפענס" זענען אקעגן איהר. ווייל די לאיער(ין) מיסס. מערטשענט וואס קלאפט די מערסטע אויף איהר און האט לכתחילה אויפגעדעקט דעם פאקט אז די צוויי "לאוו פייגעלעך" האבן זיך שוין געקענט א סאך פריער ווי זיין אריינקומען אין די קעיס, זי ארבעט פאר די דעפענס פון איינעם פון די הויפט אנגעקלאגטע דורך פעני ווילליס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

לויט ווי ס'זעהט אויס האט דאנאלד טראמפ (מסתמא) געזאגט א פאר קפיטלעך תהילים. ווייל דער גאנצער קעיס אקעגן איהם גייט זיך צופאלן ווי א זייפן בלאז.

די לאיערס פאר די דיפענס האבן שוין אויפגעוויזן זייער קלאר אז די פרוי פעני וויליאמס האט געזאגט ליגנט. און האט עובר געווען אויף די קאנפליקט אוו אינטערעסט געזעצן. אויך דער הויפט פראסעקיוטאר מר. נעיטן וועיד.

איך (און אלע אידן) וואונטש איהם אז ער זאל מצליח זיין אין זיינע אנדערע קעיסעס אויך.

דער ליבעראלער בהמה פון אידישן אפשטאם (ליידער) דער דזשאדזש ענגאראן האט איהם באשטראפט מיט350 מיליאן דאללער. אין דעם סיוויל לאוסוט וואס זיי האבן געברענגט אקעגן דאנאלד טראמפ אין ניו יארק.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך א בני יואל »

איינער קען אביסעלע מער מרחיב זיין אין דעי קעיסֶ
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך א בני יואל »

וואס איך וויל וויסן איז
פארוואס איז פרוי פיני געקומען צו לויפן אויפן וויטנעס סטענד אומגערופן (אזוי האב איך פארשטאנען)
איר צעדרייטער שווארצע טאטע האט איר נאר צוהארגעט נאכמער
וועיד אליינס האב איך נישט אויסגעהערט
אבער דאס מערסטע אינטערסאנט איז שווארצער געוועזענער שותף ברעדלי זינגט ווי א פידעלע אן א עק ווי שטארק ער טרייט צו ענטפערן ער געדענקט נישט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך וועל פרובירן, בל"נ.

מ'דארף דא גיין מיט א שטיקל ליטווישן מהלך.

לכאורה וואס איז דא די גאנצע סומאטאכע? מר. וועיד האט באקומען וועידזשעס פון די רעגירונג פאר זיין ארבעט, און ער האט אויסגעגעבן דאס געלט צו אונטערהאלטן די חשוב'ע מיס פעני וויליס. פאר וועם זאל דען זיין א נפקא מינה וואס ער טוט מיט זיין (ערליך?) פארדינט געלט?

נאר דא קומט אריין דער דריי מיט'ן פינגער פון די לאיערס פאר מר. טראמפ'ס חבורה.

מר. וועיד, דער ספעשל פראסעקיוטאר, איז נישט געווען קיין אנגעשטעלטער פון די רעגירונג אונטער דעם אויפזיכט פון די דיסטריקט אטוירני. ווען דאס וואלט געווען דער פאל וואלט קיינער נישט געדארפט אפגעבן קיין דין וחשבון וואס מ'האט געטון מיט דעם געלט.

משא"כ. מר. וועיד איז געוועין אן "אינדעפענדענט קאנטראקטאר". די רעגירונג (פעני וויליס) האט געדינגען זיין לאו פירמע אנצופיהרן מיט די פראסעקיושן פון די באשולדיגטע. די געלטער פאר זיין פארדינסט זענען געצאלט געווארן פון פאבליק, פי' שטייער צאלער געלטער, ממילא האט די וועלט א רעכט צו וויסן אויב זיין עצם אריינקומען אין די קעיס איז געווען בארעכטיגט, אדער האט די די.עי. וועלכע האט איהם געדינגען געטון א אומבארעכטיגטע זאך. דאס הייסט "קאנפליקט אוו אינטערעסט", אז מ'טאר נישט נעמען א קרוב אדער א נאנטן מענטש פון די משפחה אויף א רעגירונגס פאזיציע אן די באשטעטיגונג פון א קאמיטעע. דא איז די שאלה אויב מיס פעני ווילליס האט איהם אויפגענומען ווייל ער איז געווען איהר באקאנטער (בלשון נקיה), אדער האט זי זיך באקענט מיט איהם ערשט נאכדעם וואס ער איז געווארן אויפגענומען אויף זיין פאזיציע.

ועוד: זיין פירמע האט געטשארדזשט אומגעהויערע סכומים פון געלט פאר זיין "ארבעט", ווי $600,000 דאללער און העכער, און ער איז געצאלט געווארן פון שטייער צאלער געלטער, וויל די וועלט (טראמפ'ס לאיערס) וויסן אויב ער האט נישט אויסגעגעבן די געלטער אויף אן אומבארעכטיגטן וועג. דהיינו, אין דעם פאל, געצאלט פאר ענטערטעינמענט און וואקאציעס פאר די די.עי. וועלכע האט איהם געדינגען. זי טענה'ט אז זי האט איהם צוריקגעצאלט די גאנצע געלט פאר איהר חלק, נאר ס'איז נישט דא קיין שום הוכחה אויף דעם. זי האט נישט "געצאלט" מיט א קרעדיט קארט אדער א טשעק. זי טענה'ט אז זי האט געגעבן קעש, אויף דעם איז אויך נישט דא קיין שום הוכחה. נישט אז זי האט ארויסגענומען די סכומים אדער אז ער האט דעפאזיטעד דאס געלט. האט זי אויפגעבויעט א פשט'ל אז זי האט געהאט געלט ביי זיך אינדערהיים, און פון די געלט האט זי געצאלט. זי האט געברענגט איהר אלטן טאטן ער זאל "עדות" זאגן אז ער האט איהר אייביג געהייסן האבן קעש געלט ביי זיך.

ווען די לאיערס פון טראמפ האבן איהר געזאגט אז זי זאל ברענגען עפעס א ראיה האט זי געענטפערט... "איך זאג". דאס איז שוין גענוג א ראיה...!

נאר די לאיערס פון טראמפ האבן א סאך אימעילס און טעקסט מעסעדזשעס און טעלעפאן קאללס וואס מר. וועיד האט געמאכט פון די מיס. פעני ווילליס'ס הויז מיט 2 יאר פריער ווי זי האט איהם געדינגען.

יעצט ווארט מען נאר אז דער דזשאדזש מר. מעקעפי זאל באשליסן אויב זי קען ווייטער פיהרן די קעיס אדער נישט.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך א בני יואל »

לויט ווי איך פארשטיי איז מעקעפי א לינקער אין ער האט געהאלטען אין איין אפשטעלען די טראמפּ לויערס אינמיטען די פארהער ווען זיי האבען קראסס עקזעמינט די וויטנעסעס אין אויך טאר מען נישט פארגעסן אז די וויטנעסעס זענען פיינע לויערס אין זיי טרייען צי וואטשען יעדעס ווארט וואס זיי זאגען
איך טריי אויסציפיגערין איין פרוי ווער די איז
די פרוי וואס האט אויפגעברענגט פארוואס דער אלטער שותף האט פארלאזט די קאמפעני אין איבער געלאזט די צוואנציג טויזנט דאלער פין עסקרא פאר די ארבעטער וואס האט אים באשולדיגט אויף סעקסשעל אביוז
איז זי פין די סטעיט?
ווי סקיקט מיר אויס האט מר וועיד געניצט ברעדלי צי דרייען מיט די געלטער צי ניצען ברעדליס קרעדיט קארטעל פאר זיינע שייגעטץ שטיק ווייל ער האט פארשטאנען וואס סקען געשעהן
אפשר דארף מען טרעפין טרענזעקשינס פין פעני צי ברעדלי ?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו ביסט גערעכט מיט דעם אז דער דזשאדזש איז נוטה צו לינקס. רוב דזשאדזשעס אין אמעריקע היינטיגע צייטן זענען ליבעראל געשטימט.

נאר ס'איז נישט קיין ראיה. איך האב שוין געזעהן, למשל ביי טרעפיק טיקעטס אין ניו יארק וואו איך האב (ליידער) א ביסל עקספיריענס. סיי ביי מיר און סיי ביי אנדערע קעיסעס. ווען דער דזשאדזש איז נוטה צו באפרייען דעם מענטש וואס האט געכאפט א טיקעט וועט ער רעדן שטרענג און דרשנ'ען אז דאס געזעץ מוז ווערן אפגעהיטן. נאר מכח פארשידענע טעמים באפרייט ער דעם מענטש. און פארקערט אויך. ווען ער קומט ארויס מיט א פסק פון שולדיג וועט ער רעדן לטובת דעם באשולדיגטן. נאר נאך אלעמען איז דער מענטש שולדיג.

די ערגסטע "עדות" איז געווען פעני ווילליס אליין. זי האט גערעדט כאילו מ'מיינט נישט איהר דא אינגאנצן. ווען מ'האט איהר געכאפט ביי אפענע ליגנטס. סיי מיט די צייט ווען זי האט זיך צוערשט "באקענט" מיט מר. וועיד. וואס איהר אייגענע (געוועזענע) חבר'טע האט איהר סותר געווען. און סיי מיט די געלטער וואס זי טענה'ט אז זי האט צוריק געצאלט אין קעש.

אויסער דעם האבן די לאיערס פאר טראמפ'ס מיט באשולדיגטע די רעקארדס פון די טעלעפאן קאללס און טעקסט מעסידזשעס פון וועיד'ס פאון וואס זענען געקומען פון איהר הויז ווען זי האט געטענה'ט אז זי האט איהם נאכנישט געקענט. און געזאגט קלאר און אפן אז ער איז נישט געווען ביי איהר אין הויז.

דער דזשאדזש וועט נישט האבן קיין ברירה נאר איהר אראפנעמען פון די קעיס. די שאלה איז נאר אויב מ'וועט איהר נישט אנקלאגן אויף פארשידענע פארלעצונגען פון געזעץ.

אפילו אויב דער דזשאדזש וועט ערלויבן אז זי (און מר. וועיד) זאלל פיהרן דעם קעיס ווייטער אקעגן דאנאלד טראמפ וועלן עס זייערע לאיערס נישט אראפשלינגען. זיי וועללן גיין צו א העכערן געריכט און ברענגן די גאנצע עווידענס וואס זיי האבן אין זייער באזיץ. אזוי ווי די רעפארטס פון די נסיעות און אנדערע עקפענסעס פון מר. וועיד'ס קרעדיט קארט וואו דער נאמען פון פעני ווילליס איז קלאר ארויסגעשריבן.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך א בני יואל »

קודם דיין ראיה פין נוי יארק איז לכאורה גאנץ נוי יארק אבער אדרבה קים אין נוי יארק סיטי מיט די ליבעראלע טרעפיק קארטס איז ממש נישט פארהאנען א מציאות שבּעולם צי געווינען א קארט קעיס מיט זיי
אבער לאמיר נישט פארדרייען די שמועס דא
לויט ווי אזוי סקיקט מיר אויס געט מעקעפי ניטאמאל א אפשען פין איר אויספרעיגען ווי א נארמאלער קעיס גרייט צי
ער הערט נישא אויף אריינצישרייען
שוין געפרעיגט
אטערני פריוועליטש
געט טא די פאוינט
מאוו טא די נעקסט קוועשען
א נארמאלער מענטש זעיט גלייך ווי ער ציט ממילא טראכט איך דער גאנצער שפיעל גייט ווערין ציבלאזען מיט גארנישט אין אפילו די אפענע דריידלע מיט די געלטער גייט אויך נישט גייו אין ערגעץ
איך האלט אינמיטען אויסהערן בען שאפירא ווי אזוי ער ענעלייזד די גאנצע מהלך
גאנץ אינטערסאנט דער ווייל
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו ביסט גערעכט: נאר כמו שאמרתי. די טראמפ לאיערס זענען נישט קיין חדר יונגלעך. זיי וועלן עס נישט אראפשלינגען. זיי וועלן זיך שוין דערטראכטן עפעס אן עצה. ווילאנג טראמפ האט די ממתקים און ער קען צאלן געלט קען ער באקומען די בעסטע לאיערס.

איך ווינטש איהם דאס בעסטע. ער האט דאך געטון א סאך טובות פאר אידן.
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך נישנאש »

א בני יואל האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:41 am לויט ווי איך פארשטיי איז מעקעפי א לינקער אין ער האט געהאלטען אין איין אפשטעלען די טראמפּ לויערס אינמיטען די פארהער ווען זיי האבען קראסס עקזעמינט די וויטנעסעס אין אויך טאר מען נישט פארגעסן אז די וויטנעסעס זענען פיינע לויערס אין זיי טרייען צי וואטשען יעדעס ווארט וואס זיי זאגען
איך טריי אויסציפיגערין איין פרוי ווער די איז
די פרוי וואס האט אויפגעברענגט פארוואס דער אלטער שותף האט פארלאזט די קאמפעני אין איבער געלאזט די צוואנציג טויזנט דאלער פין עסקרא פאר די ארבעטער וואס האט אים באשולדיגט אויף סעקסשעל אביוז
איז זי פין די סטעיט?
ווי סקיקט מיר אויס האט מר וועיד געניצט ברעדלי צי דרייען מיט די געלטער צי ניצען ברעדליס קרעדיט קארטעל פאר זיינע שייגעטץ שטיק ווייל ער האט פארשטאנען וואס סקען געשעהן
אפשר דארף מען טרעפין טרענזעקשינס פין פעני צי ברעדלי ?
נישט ריכטיג. ריכטער מעקעפי איז ווייט פון א ליבעראל, אדרבה ער איז אויב עפעס א רעפאבליקאנע און ער איז אויסגעוועלט און געשטעלט געווארן דורך די רעבאפליקאנע גאווערנער
סיי וועלכע ליבעראל אדער אפילו טראפ גענויגטע דזשאש וועלט קיינמאל אין די לעבן נישט אנגענומען בכלל די דעפענס טענות איבער די די. עי. און אוודאי נישט געלאזט די גאנצע זאך ווערן איבערגעדרייט על פיה
ער האט קיינמאל נישט אפגעשטעלט פון זיך אליין די דעפענס לויערס, סך הכל ווען עס איז ארויפגעברענגט געווארן אן אבזשעקשן דורך די סטעיט האט ער געמוזט דיסיידען, נאך אלעמען דארף ער פאלגן די גיידליינס, און גראדע אסאך מאל האט ער אווערייטעד די אבזשעקשען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

נישינאש: אמת. מ'קען נישט זאגן אז ער (דער דזשאדזש) איז איינזייטיג. ער האט זייער א סאך מאל "אוועררול'ד" די אבדזשעקשן פון די "סטעיט".

די לאיער פון טראמפ'ס צד מיס. מערטשאנט האט גאנץ גוט אויסגעפרעגט די "עדות" אויפ'ן סטענד. אויך זייער לאיער מר. סעידאוו האט געמאכט שטארקע פוינטס. זיי האבן זייער קלאר ארויסגעברענגט די שייגעץ שטיק וואס די צוויי (פעני און וועיד) האבן אנגעשטעלט. די לאיער פון די "סטעיט" מיס. קראס האט אויך געטון איהר דזשאב. זי האט פרובירט מיט אלע כוחות נישט צו לאזן אז מ'זאלל גרונטליך חוקר ודורש זיין די אלע הויפט מחותנים דא. ספעציעל פעני ווילליס. דער בעסטער וויטנעס איז נאך געווען מר. ברעדלי. ער האט זייער פארזיכטיג געענטפערט אויף אלע שאלות. א סאך מאל האט ער געזאגט אז ער געדענקט נישט. נאר ער האט אויך "אויסגעזאגט סודות פון חדר" וואס די צוויי, זיין געוועזענער שותף וועיד און פעני ווילליס האבן אנגעשטעלט. ער האט אויך געטעקסט די אינפארמאציע פאר די לאיער פון טראמפ'ס חבורה.
קורץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:40 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך קורץ »

וועיד אליין האט פיל מאל געבילד די דיסטריקט אטורני פארן ארבעטן 24 שעה א טאג, (ווען ער איז באצאלט געווארן אויפן שעה) און נאך אינוואוסעס וואס איז געווען פאברעצירט אויף צו אויסמעלקן געלט פון שטייער צאלער, און האקן א לעבן מיט זיין חברטע
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך berlbalaguleh »

קורץ: אויף דעם איינעם פרט וואלט איך איהם יא געגעבן גערעכט. ער האט קלאר ארויסגעזאגט און אנגעוויזן אויבן אויף דעם אינוואויס אז דער דאטום וואס ער שרייבט איז ווען דער חלק פון די ארבעט איז געענדיגט געווארן. און וויפיהל שעות ער האט געארבעט אויף דעם. נאר די אומגעויהערע סכומים ווי $650,000 דאללער און העכער פאר איין טייל פון זיין ארבעט. און דער פאקט אז ער איז ארומגעפארן און געהאקט א לעבן מיט זיין "גוירלפרענד" אויפ'ן חשבון פון די שטייער צאלער. פארדעם דארפן זיי אפגעבן דין וחשבון.
אתרוגים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:11 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: די גאנצע פעני ווילליס/דאנאלד טראמפ סומאטאכע

שליחה דורך אתרוגים »

איז דא עפעס נייעס און די פרשה?
פארשפארט