חיים׳ל ברוקלינער האט געשריבן: ↑
נאר צו מאכן א סך הכל, מאנכע העיטערס רייסן אראפ וויענער רב ווייל ער האט נישט דערמאנט א גדול פון די אנדערע עק וועלט, און אפאר יונגעלייט זענען געגאנגען צו א שבת התוועדות אין שנה ראשונה. אה און שיעור פארגעסן... וויזניץ וומסב"ג האט מער מענטשן.
אנטשולדיגט, וויזניץ האב איך דא דערמאנט ווייל איינער האט געשריבן אז ער איז די גרעסטע נאך סאטמאר, סאטמאר און פאפא, האב איך צוגעלייגט אויך וויזניץ. גארנישט מיט אינטעררייסן.
עמרם האט געשריבן: ↑
נאך א משל מיט דעם צדיק, איז די נושא פון א עירוב אין ברוקלין. אפציעל האט ער אפי' נישט מתיר געווען אין ב''פ, ווייל ער האט מורא מ'וועט זיך נעמען אויף זיינע ביינער, אבער זיין עולם טראגט אינגרויסן, אבער ער מן הסתם וויל זיך נישט מישן אין קיין מחלוקת.
דאס מיינט א גדול בישראל? אז ער האט מורא פון בזיונות זאגט ער נישט זיין דעת תורה?
ער וועט נישט זאגן א ווארט וואס ער אליין האלט אז ס'איז די דעת תורה, ווייל ער האט מורא פון א צווייטן!
אלץ א נאבעלע מענטש, אדרבה ואדרבה, אבער פאררופט אייך נישט אלץ א רב פון א קהילה און אלץ א מנהיג ווען איר ווילט זיין א מענטש, ס'גייט נישט אינאיינעם!
זיינע מענטשן וואס פרעגן אים זאגט ער אז זיי קענען טראגן. פאר די גאס איז ער נישט מחוייב צו זאגען זיין מיינונג.
די גמ' רופט דאס אן ..."אם כן נתת דבריך לשיעורין"...! ס'הייסט אז ס'איז דא צוויי סעטס פון הלכות. איינער מעג יא און דער צווייטער טאר נישט. ממה נפשך, איז דער עירוב א גוטער עירוב דאמאלס מעג א יעדער איינער טראגן מיט'ן עירוב, אויב נישט טאר קיינער נישט טראגן.
נאר דאס ווייזט אויך אז ער איז א פאליטישן. מיט דעם פסוק פון "לא תגורו" האט עס גארנישט צו טון.
ער האלט נישט אז די עירוב איז א פראבלעם, אבער ער האלט אויך נישט אז מ'דארף זיך שלאגן פארדעם. וואס איז ראונג?
איך האב געליינט אמאל אז בריסק'ע רב האט געזאגט ביי איינע פון די בחירות ווען סאטמאר רב איז געקומען קיין אר"י קאמפיינען דערקעגן און ר' אהרן קאטלער איז עס געקומען שטיצן. האט ער געזאגט אז ס'איז נישט אזא גרויסע מצוה אז ר' אהרן האט געדארפט קומען און אויך נישט אזא גרויסע עבירה אז סאטמאר האט געדארפט קומען.
דו האסט נישט גוט "פארשטאנען". איך האב געזאגט אז א הלכה איז זייער קלאר. אדער איז עס מותר. אדער אסור. ס'איז נישטא אינמיטן. יא און נישט אין די זעלבע צייט.
א יחיד קען האלטן וואס ער וויל. א רב א מורה הוראה דארף ארויסזאגן זיין דעת תורה. ס'האט גארנישט צו טון מיט שרייען און קריגן זיך.
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
דו האסט נישט גוט "פארשטאנען". איך האב געזאגט אז א הלכה איז זייער קלאר. אדער איז עס מותר. אדער אסור. ס'איז נישטא אינמיטן. יא און נישט אין די זעלבע צייט.
א יחיד קען האלטן וואס ער וויל. א רב א מורה הוראה דארף ארויסזאגן זיין דעת תורה. ס'האט גארנישט צו טון מיט שרייען און קריגן זיך.
ער זאגט זיין דעת תורה פאר די וואס זענען סרים למשמעתו.
מיט די גאס האט ער גארנישט, ער איז נישט מחוייב צו פסק'ענען פאר די גאס.
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
דו האסט נישט גוט "פארשטאנען". איך האב געזאגט אז א הלכה איז זייער קלאר - אדער איז עס מותר, אדער אסור. ס'איז נישטא אינמיטן. יא און נישט אין די זעלבע צייט.
א יחיד קען האלטן וואס ער וויל. א רב א מורה הוראה דארף ארויסזאגן זיין דעת תורה. ס'האט גארנישט צו טון מיט שרייען און קריגן זיך.
ר' בערל טייערער, עס איז ידוע א ווארט פון די אור-אלטע באבעס, "ליגנט טאר מען נישט זאגן, דעם אמת דארף מען נישט זאגן".
תרמב: לגבי האבן אגענדאס (און משוגעת'ן) און פיהרן פאליטיק זענען דא א סאך דרגות און לעוולס וואו די בארימטע רבנים ואדמורי"ם פאסן זיך אריין.
זיכער שטייט ער (אדמו"ר מ'וויען) נישט אויף די זעלבע דרגא ווי ר' מענדעלע וויזשניצער. נאר די וואס האבן געוואלט אויפווייזן אז ער איז "תמים. גאנץ אן א פעילער". האביך סך הכול געטענה'ט אנדערש...!
סעמיט האט געשריבן: ↑
לדעתי ביסטו דן דעם וויענער רב לכף חוב, ווען דו קענסט דן זיין לכף זכות. אפילו ווען מ'איז גערעכט ברויך מען אויך זיין קלוג. א מענטש אין דער פאזיציע פון וויענער רב מוז קלויבן זיינע מלחמות, אויב וויל ער בכלל זיין אן אפעקטיווער מנהיג.
די גאנצע הנחה אז וויענער רב האט "געמוזט" רעדן פון הרב שטיינמאן איז לדעתי נישט ריכטיג. ער האט נישט געהאט קיין שום חיוב צו רעדן פון הרב שטיינמאן, היות ווי כ'גלייב האט וויענער רב גארנישט געהאט פערזענליך מיט הרב שטיינמאן, און קיין איין איינציג מענטש אין ביהמ"ד האט גארנישט געהאט מיט אים. די הספדים פון ז' אדר מעגן זיין בעיקר באזירט אויף די גדולים וואס ער אליין האט געקענט אדער מיט וועמען דער ציבור האט געהאט א שייכות. אוודאי וואלט שיין געווען אז וויענער רב קען ווען רעדן פון אזא צדיק וקדוש אפילו ס'איז נישט געווען קיין פערזענליכער קאנעקשאן, אבער אז דער וויענער רב וואוינט אין גלות וויליאמסבורג מעג ער מחליט זיין אז למרות זיין גוטן רצון איז דאס נישט אזא חיוב אז ער זאל זיך דעריבער איינקויפן שונאים.
סעמיט: דו זאגסט א גוטע סברא. נאר איכ'ל דיר מסביר זיין די נקודה העיקרית וואס ס'שטערט פאר (נייטראלע) מענטשן.
ווען ס'וואלט געווען א שמועס אויב דער ווינער רב זאל מספיד זיין הרב שטיינמאן אליינס, וואלט מען זיך געקענט דינגען אויב ער איז יא אדער נישט מחוייב איהם מספיד צו זיין, ווייל ער האט דאך עכט נישט געהאט קיין דירעקטע שייכות מיט איהם. נאר ווען ס'איז דא א מעמד אלס מנהג אין זיין קהילה מספיד צו זיין גדולי התורה און צדיקים וועלכע זענען נפטר געווארן אין דעם פארגאנגענעם יאר, און ער רעכנט אויס עטליכע נעמען און איהם לאזט ער אויס, דאס ווייזט אויף א פחיתות הכבוד פאר דעם ראש ישיבה וואס האט כל ימי חייו אוועקגעגעבן צו זיין א מרביץ תורה. נאכמער, ס'איז א בזיון אין כבוד התורה, ווייל דאס ווייזט אז פאליטיק שטייט העכער פון די תורה.
עס איז זייער שווער צו שרייבן אויף א לידער - אדמו"ר "נאבעלע פערזענליכקייט" און די סיבה דערפאר איז וויבאלד א לידער- אדמו"ר וועט על פי רוב טון אדער זאגן זאכן אנצוהאלטן די גלאנץ פון זיין מלוכה אפילו ס'וועט אים אראפברענגען.
א לידער- אדמו"ר ווען ער זאגט אדער טוט עפעס קען ער עס מיינען ערנסט אויפצוטאן פאר די כלל אדער קען ער מיינען זיין כבוד און אייגענע אינטערעסן.
אונזערע לידערס - אדמורי"ם רובם ככולם זענען באשאנקען געווארן מיט סעלפיש סקילס און דאס ברענגט צו אז זייער אסאך מענטשען ווערן שונאים פון זיי שפירנדיג אז די לידערס - אדמורי"ם זענען נישט דא פארן טובות הכלל.