שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
יקאב”ס מוח
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך יקאב”ס מוח »

איך ביו א בחור וואס לערנט איו א”י מיט אינטרעסע אין מעדיסין און ציוויליע היסטוריה ספעציעל אין די היסטוריה פין די דיוועלאפמינט אין רעליגיע און מאראלישע פרינציפ איך וויל זיך אויפסיינען אין קאווע שטיבעל כדאי צי קענען מער אריין גיין אין נוסעים וואס זענען מיר נוגע אין אויסהערן נאך פערפעקטיווס איצעווישן די היי יש"ע עולם
ר' גרשון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 5:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ר' גרשון »

וואס קען איך אייך זאגען אי בין א שטילע און איידלע כאראקטער מ'האט מיר געזאלבט מיט בלוי פארב און יעצט צו אלע צרות האט מען מיר ב"ה ארויסגעפליקט פאר'ן זיין שטיל און איינגעהאלטן.
ההוא גברא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 5:37 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ההוא גברא »

זייענדיג איינער מיט אן אויסטערלישן ליבשאפט צו ליטראטורישע ווערק - בפרט אין אידיש, זיך איך שוין לאנג א פלאטפארמע אין אידיש ווי ארגינעלע טאלאנט, אנע צענזורירונגן, ווערן געלופטערט. "קאווע שטיבל" שטעלט פאר אט דאס.

כ'האף אז מיינע צוויי צענט וואס איך וועל האפנטליך ביישטייערן וועלן זיין בייהילפיג און אינפארמאטיוו
שלישקעס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 7:55 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שלישקעס »

איך בין א יונגערמאן מער פון די נייגעריגע סארט נאטור איך וויל אלעס וויסן און זעהן, איך ליין שוין א לענגערע צייט דעם שטיבל און כהאב זייער הנאה, כהאב געקלערט סאיז שון העכסט צייט זיך געהעריג איינצישרייבן און קאמאנטירן דעם ציבור
חיים פישל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 8:23 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חיים פישל »

שלום וברכה, א גאסט פאר א לאנגע וויילע דא, איינער פון די אפטע געסט, געקומען די צייט אויך עפעס צוצוגעבן אויף די פלאטפארמע.
איך גלייך מוזיק און אפנקייט אין געוויסע נושאים וואס ווערן בלויז דא אויסגעשמועסט, א שטייגער ווי ארט, מאוויס, מוזיק וכו'.
איך האף צו קענען פון צייט צו צייט צוגעבן עפעס און ביי אן אשכול ווי איך שפיר נישט באקוועם מיט די טאפיק אדער מיינונגען העל איך פליען די פיפט..
זאב וואלף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:17 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך זאב וואלף »

איך בין א איידעל׳ער מאן וואס האט ליעב צו זיהו אין הערן חידושים. געהערט אין קאווע שטיבל וועגן די באחנטע וועב זייטל קאווע שטיבל דעראיבער האב איך מחליט געווען אז דאס איז עפעס וואס איך ווי איך וויל באזוכן.
מדעוטבע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 11, 2024 12:36 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מדעוטבע »

צו קענען ליינען ענינים און נושאים וואס אנדערע פלאטפורמעס דערשטיקן. ווי אויך צו ליינען אינפארמאטיווע קאלומס בעזרת השם. מיר גלייכן צו ליינען אומצענזירטע שרייבערייען.
יעקב נ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 11, 2024 6:43 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך יעקב נ »

א צייטווייליגע איך בין נישט קיין הויכע אבער אויך נישט צו נידריג איך בין גאנץ פעש, איך בין א טאטע פאר א פאר קינדער אין איך האב נישט קיין טמא,נע כלי אינדער היים איך האב נאר גיוואלט ליינען איבער איין נושא אין די אפעס, איר דארפט נאך עפעס וויסן וועגן מיר?
לאמיר זיך באקענען
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 11, 2024 2:45 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך לאמיר זיך באקענען »

א גיטן
איך בין שוין צום גיטן העכער די בן ארבעים לבינה אבער מען זיכט נאָכט די בינה.
האבן מיר געטראכט אריין צי קומען דא אין שטיבל.
וואס איז שייך צי זאגען איבער מיר?
וויליאמסבורג איז די היים שטאט
אין מוסדות רז״ל טיען מיר געהערן
מער אינפאו אין שרייבעריי האפן מיר ציצילייגן מיט די צייט
וועם אינטערסירט?
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 11, 2024 3:15 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך וועם אינטערסירט? »

דער אמת איז אז ביים מחליט זיין זיך איינצושרייבן אין קאווע שטיבל האב איך נישט געקלערט אז איך גיי מיך דארפן פארשטעלן פארן ציבור, במילא בין איך נישט געהעריג צוגעגרייט, אבער אזוי פיל קען איך זאגן א"ף מי"י מיינ"ד ווי מען זאגט ביי זיי, אז איך בין, ששש... זאגט'ס נישט פאר קיינען, זייער זייער זייער א נייגעריגע מענטש, אנדערש ווי מיין נאמען וואס קען געבן אן אימפרשעשי"ן אז גארנישט אינטערסירט מיך, איז אבער אין פאקט קען איך ביישטיין אפשר נישט ארויס צו גיין פון מיין באק"ס אבער איך וואלט עס זיכער פארברייטערט וד"ל.
אבוחצירא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 11, 2024 8:31 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך אבוחצירא »

א איד וואס וויל זיין וואויל און ערליך פיין און מענטשליך, נישט אאיביג געלאנגל עס מיר אבער איך האלט נישט ביים אויפגעבן, in other words I"m not about to give up the battle!
חושי הארכי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 12, 2024 11:08 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חושי הארכי »

א ווארימע ווינקל בלאזט זיצנדיג ביים ים, פרובירנדיג צו מסדר זיין די מחשבות און רוישיגע מאמענטן פונעם גאנץ יעריגען הלוך ילך, מיט א קאווע אין די האנט שלייך איך זיך אריין אין שטיבל צו מיטהאלטן די לעצטע געשענישן ביים היימישן ציבור מיט א טיפערן בליק, און ב"ה די עולם אנטוישט נישט מיט זייערע בליציגע רעיונות און תגובות, אזש דער בארוהיגונג'ס מיטל איז נישטא זיינסגלייכן.
שטיוולעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 13, 2024 7:37 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שטיוולעך »

איך בין א חסידישע אינגערמאן אויף געוואקסען אין וויליאמסבורג אין לעכצט נאך היימישע אידישע טעמעס למשל חסידישע רעבישע מנהגים נייעס וכדומה אדער מיט צי האלטען געשמאקע אידישע שמיסען אדער טעמעס וואס ווערט דא דיסקארירט אדער געפינען דא נאך אינטערסאנטע זאכן אין זיך קענען געהעריג אדורך שמיסען
איך ווייס נישט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 13, 2024 3:38 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך איך ווייס נישט »

איך ווייס נישט וואס איך וויל מיט מיין לעבן העלפט מיר ארויס שכח איך בין נייגעריג און טאלאנטפול הויעך און דאר היימיש און חסידיש פרום אבער בעלבתיש קלוג אבער תמימותדיג פארשטענדליך אבער נישט נאריש בא'חנ'ט אבער נישט פענסי א גרויסע אבער אבער ווערט נישט גראב איך מאך שיין פרנסה אבער נאכנישט קיין עושר
איך וויל זעהן דא אין די פלאטפארמע וואס זיי האבן צו פארקויפן וויל די גאס שמועסט אז ס'איז א פיינע קאווע שטיבל
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 736
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1046 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך עמרם »

נייעסריפארטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:12 pm איך בין א אלטע ליינער פון אמאל, איך וויל קענען ליינען די נייעס און ריפארטען נייעס וואס איז נישט ערלויבט אין אנדערע אידישע סייטס, האפענטליך וועל איך הנאה האבען פונעם שטיבעל און חברים וועלן הנאה האבען פון מיר, מיט דאנק פון פאראויס און לאמיר זיך באקענען.
איך ווארט פאר דיינע ריפארטס !
לייבי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:34 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך לייבי »

איך בין חסידיש אינגערמאן בן 35
האט ליב צי הערן נייעס און בפרט חסידישע רעבישע נייעס ו נייעס פנימי בתוך אונזער מחנה און דא זע איך ואז עס דא שטייט קלאר און היימיש און אויף אידיש (איך האף נאר אז עס שטייט נישט לשון הרע)
דרייצענט עוו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 3:58 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך דרייצענט עוו »

איך וואין אין בּארא פּארק איך בּין א אינגערמאן מיט פינעף קינדער בּלע״ה איך האבּ ליבּ צו זעהן דעה מין נייעס ווייל דאס איז די איינציקסטע פּלאטץ מעקען דאס טרעפען איך האבּ נישׁט קיין וואטס עפּפּ אין טעלעגרעם על כּן איז דעס א גיטע פּלאטץ פאר מיר.
הערצקא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 14, 2024 9:35 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך הערצקא »

איך וויל זען אידיש אין היימשע נייעס אין טעמעס אין מיין ציין פין זיך אויסרוען אנשטאט אנדערע סייטס וואס נישט היימיש אין קאווע שטיבל זאט אויס צי זיין גאר געשמאק אין ריין מיט אקטיווע נושאים אין די טאג טעגליכע לעבן !
פטיש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 18, 2024 12:58 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פטיש »

א גוטן אייך אלע חשובע פריינט
וואו איך זע זענען דא זענעו דו אשכולות זייער רייך און אינפארמאטיוו
וואס איז פאר מיר כלים קרים על נפש עייפה
איך בין זייער אינטערעסירט און היסטאריע און נאסטאלגיע
אזוי אויך און טעכנאלאגיע און נייע אויפטרעפן
איך בין דא ארויסצוהעלפן יעדן לויט וויפל איך קען
חלק גדול
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:27 am
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חלק גדול »

קאווע שטיבל איז די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען זיך אויסשמועסן ראיג און געשמאק מיט א אמת'דיג קייט
בעצם איך האב שוין געהאט דא א ניק, און ליידער האב איך נישט געשריבען, בינעך געווארן אויסגעשפארט

איך שרייבט מיר יעצט איין פון פריש, מיט א פעסטע קבלה צו שרייבן, און איך שפיר אז איך קען אסאך צוגעבן, בפרט און היסטאריע, און העמק דבר.....
שטאטס נער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 05, 2024 6:40 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שטאטס נער »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 9:21 pm
שטאטס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:35 pm וואס זאל איך ענק זאגן טייערע חברים יקרים כדאי צי באקומען רשות צי שרייבן דא דארף מען זיך כמאט אראפ ציען די הויזן אין זיך פארשטעלן דא פאר ענק ברבים נא זעמער דיך פארט אין .....
עהה, דו האסט נאכנישט קיין צוטריט צו מאחורי...
:lol:
נא אדרבה פארצייל וויאזוי קען מען דארט אנקומען ?
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 736
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 332 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1046 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך עמרם »

שטאטס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 9:09 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 9:21 pm
שטאטס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:35 pm וואס זאל איך ענק זאגן טייערע חברים יקרים כדאי צי באקומען רשות צי שרייבן דא דארף מען זיך כמאט אראפ ציען די הויזן אין זיך פארשטעלן דא פאר ענק ברבים נא זעמער דיך פארט אין .....
עהה, דו האסט נאכנישט קיין צוטריט צו מאחורי...
:lol:
נא אדרבה פארצייל וויאזוי קען מען דארט אנקומען ?
מנהל האט געשריבן:פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
פארשטייסטע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 18, 2024 9:41 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך פארשטייסטע »

איבער מיך? גארנישט ספעשל... סתם א נייגעריגער, אפשר א שטיקל מיינונג דא דארט. לעצטנס האב איך גע'גוגעל'ט אפאר נושאים וואס האבן מיר אינטעריסירט און קאווע שטיבל האט געהאלטן אין איין ארויפקומען, זעט אויס אז דא רעדט מען פון די גוטע טאפיקס... עניוועי, איך מיין אז איך האלט שוין ביי איבער פערציג ווערטער
רעאגיר