לאמיר זיך אויסשמועסן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: לאמיר זיך אויסשמועסן

שליחה דורך כספי »

יאך הק' בין א גרויסער חסיד פון ר' ברוך און זיינע שרייבערייען, איך גיי דא נישט מאריך זיין אין די מעלות פון זיינע שרייבערייען (און ס'מיינט א ודאי נישט אז כ'בין מסכים מיט אלעס וואס ער שרייבט), אבער די עיקר איז זיין מורא'דיג קלארע געדאנקענגאנג, קלאר מיינט נישט אז ס'איז נישט דא קיין סתירות וכדו', אדער אז אלעס שטימט ביזן לעצטן ווארט, נאר ווען ער שרייבט עפעס, פארשטייט מען וואס ער וויל און מ'פארשטייט גוט פון ווי ער קומט, און וואס ער זאגט שטימט מורא'דיג

דאס וואס מ'רופט זיין ליצנות, איז דאך זיין מורא'דיגע ייחודיות אז זיינע תגובות געבן אזא וועק אויף, האלא! וואס האסטו געטראכט ביז יעצט, זעסט נישט אז דאס וואס ער זאגט איז אזוי גערעכט

דאס וואס אלפא טענה'ט אז ער נוצט א שארפע שפראך, מיין איך אז ס'איז פשוט אזוי קומט די מעסעדזש מורא'דיג שטארק ארויס און ס'גייט גוט אריין אין די ביינער, און מ'געדענקט עס גוט!

סאו פון מיין זייט אויס, קיפ איט אן, פול פארס!
לך בכחך זה והושע את ישראל
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
פארשפארט