דוד און בת שבע

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

הקדמה

דאס איז נאך א רינגעלע אין מיין סעריע פון באשרייבן און איבערזעצן מעשיות פון תנ"ך אויף אידיש. דער עולם איז אריינגעקומען מיט פאזעטיווע גריסן ביי די פאריגע ארטיקלען, האב איך באשלאסן צו גיין ווייטער. און ווי אלעמאל, פאר די וואס קענען עס נישט פארנעמען; נעמט ארויס א נ"ך און מיש אויף צו שמואל ב' פרק י"א און זע פאר זיך אליין אז איך שרייב אפ דברים כהוויתן ווי עס ווערט געברענגט אין די פסוקים, מיט אביסל אויפרישונג צו אויפלעבן די מעשה.


***

ס'איז געווען אן אנגענעמע געהעריגע רואיגע טאג, די צייט איז געווען אנפאנגט נאכט, און פאר דוד מלך ישראל האט זיך פארגליסט ארויסצוגיין שעפן אביסל פרישע ליפט.

דוד איז ארויפגעגאנגען אויפן הויעכן דאך פונעם מייעסטעטישן פאלאץ, און געכאפט אן איינגענעמע שפאציר, ווען פליצלינג זענען זיינע אויגן געפאלן אויף "עפעס" וואס האט זיך אפגעשפילט אינטן אויפן ערד...

די "עפעס" איז געווען א הערליכע פרוי מיטן נאמען בת שבע, וואס האט זיך געהאלטן אינמיטן וואשן, און קיין בעדינג סוט איז זי נישט געגאנגען...

דוד האט שנעל אוועקגעקוקט, ער האט זיך דאך פארגענומען פאר זיין שובבי"ם פראיעקט אז ער וועט זיך היטן די אויגן... אבער... ווייסטעך... ס'נישט אריבער קיין מינוט און ער קוקט ווייטער, די פרוי איז דאך אויסטערליש הערליך.

דוד האט זיך שנעל נאכגעפרעגט ווער די פרוי איז, און מען האט אים מודיע געווען אז דאס איז בת שבע די ווייב פון אוריה החתי. די קעניג האט איר געלאזט ריפן, און זי איז שנעל געקומען פארן קעניג דוד.

דוד האט איר אריינגענומען אין א צומער, און אנגעפאנגען צו שמועסן מיט איר. בת שבע האט זיך זייער געוואונדערט אז די הייליגע קעניג דוד איז עובר אויף איסור יחוד און שמועסט זיך אזוי געמיטליך מיט א פרעמדע פרוי אן אשת איש, אבער זי האט גארנישט חושש געווען. מסתמה איז דא עפעס א העכערע טיפע חשבון דערביי.

די שמועס האט זי שנעל פארקירעוועט, און דוד האט איר געפרעגט, "זאג, ביסטו אפשר יעצט א נדה"? פאר בת שבע האט אנגעכאפט די קדחת, זי האט פארשטאנען וואו אהין דוד צילט. זי האט אבער נישט געהאט קיין ברירה, דוד קען איר יעדע רגע הרג'ענען פארן זיין א מורד במלכות, ס'נישט קיין וויץ, מען שטייט דא פאר א קעניג. "ניין, כ'בין יעצט אין מיינע ריינע טעג" האט זי געענטפערט מיט א ציטערדיגע שטומע. און דאן... האט דוד געטון מיט איר דאס וואס ברלנד האט געטון פאר זיינע חסידות'טעס, ודו"ק והבן...

בת שבע איז ארויסגעגאנגען אינגאנצן צעטומלט. איז דאס די הייליגע קעניג וואס אונז אלע קענען? זאל איך דזשוינען די מי טו מאוומענט און ארויסקומען מיט מיין מעשה ברבים? ווער וועט מיר בכלל גלייבן?

זי האט באשלאסן צו מאכן א שווייג און פארטיג.

ס'איז אבער ארובער אפאר חדשים און זי האט געזען אז זי איז טראגעדיג געווארן פון דוד. איר מאן איז שוין פאר אסאך חדשים נישט געווען אינדערהיים ווייל ער איז געווען אויפן פראנט און זיך געשלאגן אין די אידישע מיליטער אינעם אנגייענדע מלחמה קעגן די פאלק עמון. (ס'איז נאך געווען פאר די שלש שבועות...) אזוי אז מענטשן וואלט געקענט כאפן אז זי איז נישט טראגעדיג פון איר מאן.

דוד האט געהערט דערפון און פארשטאנען אז ס'איז צרות. מענטשן וועלן צאמשטעלן אז זי איז טראגעדיג פון אים און ס'וועט זיין גרויסע בושות. ער האט שנעל געשיקט א משלחת צום גענעראל יואב, און געהייסן אהיימשיקן דעם סאלדאט אוריה פונעם פראנט. דוד האט געוואלט אז ער זאל אהיימקומען און זיין אביסל מיט זיין ווייב, אזוי אז מען זאל מיינען אז זי איז טראגעדיג געווארן פון איר מאן.

אוריה איז געווארן געכאפט אין שאק ווען זיין קאמענדיר קומט צו צי אים אזוי אויפן פראנט און זאגט אים אז ער דארף זיך צוריקקערן אהיים ווייל די קעניג אליין וויל רעדן מיט אים! "וואס קען שוין די קעניג דארפן פון מיר"? האט ער זיך געוואונדערט. אבער אז מען ריפט גייט מען!

אוריה איז אנגעקומען אינעם קעניגליכן פאלאץ און זיך געשטעלט פאר דוד המלך.

דוד: אה! א גוטן אוריה! וואס טוט זיך עפעס אזוי?!

אוריה: (פלאצט פאר נייגער) ב"ה פיין! ס'איז מיר א כבוד אין עהערע צו שטיין דא פארן קעניג.

דוד: וואס איז נייעס...?

אוריה: (ווערט אומגעדילדיג) גארנישט ספעציעל, ווייסטעך, ס'איז מלחמה צייטן.

דוד: וואס מאכט טאקע די גענעראל יואב, מיט די סאלדאטן?

אוריה: ב"ה מען גייט אן מיטן באשעפערס הילף און די הייליגע קעניג'ס כוח...

דוד: (שמייכלט) אהה, זייער שיין, נע נע ס'נישט איך... אלעס איז פונעם אויבערשטן, נאר מיטן באשעפערס כוח. וויאזוי גייט טאקע די מלחמה? מען איז מצליח?

אוריה: (פלאצט שוין פאר נייגער) ב"ה, איך בין נישט די גרויסע עקספערט, אבער איך בין גרייט צו פאלגן וואס די קעניג דארף נאר פון מיר. איך בין גרייט אויסצופירן די געוואלדיגע שליחות וואס די קעניג האט מיר ספעציעל אויסדערוועלט דערפאר און מיר געלאזט ריפן פונעם פראנט אויסצופירן.

דוד: אהה, זייער פיין. אקעי, גיי אהיים, ריה דיר אויס, וואש דיין פיס, און גיי דיר אהיים צו דיין "גאר שיינע ווייב"... אהעם אהעם, ;) כ'זאג דיר נישט פון וואו איך ווייס... ;) און זיי גארנישט חושש!

אוריה האט געמאכט זיין וועג ארויס פון פאלאץ, און זיך באקוועם געמאכט נעבן די טויער פונעם פאלאץ, ער האט נישט געהאלטן ביים אהיימגיין. (צוליב פארשטענדליכע סיבות... זעט אויס קיין נאר איז ער נישט געווען...)

דוד האט געשיקט זיינע שיק יונגלעך נאכצוקוקן ווי אוריה גייט, און זיי האבן געזען ווי ער לייגט זיך שלאפן אינדרויסן אויפן גאס, און ער איז בכלל נישט אהיימגעגאנגען.

די נעקסטע אינדערפרי האט דוד געלאזט ריפן אוריה.

דוד: פארוואס ביסטו נישט אהיימגעגאנגען צו דיין ווייב?!?! די איין שליחות קענסטו נישט אויספירן? קומסט דאך פון א ווייטע וועג, גיי אהיים צו דיין ווייב און... ווייסטעך... יו קנאו... ;)

אוריה: הער קעניג, אונזער הער גענעראל יואב מיט די גאנצע מחנה זיצן אויפן שלאכטפעלד, און איך זאל זיך אזוי אהיימגיין צו עסן און שלאפן מיט מיין ווייב? ס'איז דאך אזוי אומעטיש! ווי קען איך טון אזא זאך?

דוד: עהם, קוק, עה, גיי דיר אהיים פאר א גוט יאר! וואס פארשטייסטו נישט דו! :shock: :oops:

אוריה איז זיך ארויסגעגאנגען פון פאלאץ, אבער איז נישט אהיימגעגאנגען.

דוד האט געהייסן אנרעכן א גרויסע סעודה מיט אסאך גוטע וויין, אפשר וועט ער זיך אנשיכור'ן און אהיימגיין צו זיין ווייב.

אוריה איז טאקע יענע נאכט געקומען צום סעודה, ער האט געטרינקען, געגעסן און געטשילט מיטן עולם. דוד האט זיך אזוי צוגעשארט צו אוריה אינמיטן די סעודה און פראבירט זיין מזל צום לעצטן מאל.

דוד: וואס ווילסטו?! כ'דארף רעדן גראב?! ס'נישט מאחורי דא! גיי שוין אהיים און טו מיט דיין ווייב די ווארט וואס די מנהל לאזט נישט שרייבן!!! :twisted:

אוריה: (זיינע אויגן דרייען זיך פאר שיכרות) אהה אההא האא עהההה!!!

דוד: אוריה!!! גיי קנאק אויס דיין ווייב אויב דו ווייסט וואס איז גוט פאר דיר! איך האב א ספעציעלן הייליגן חשבון דערביי!

אוריה: אויההה עההה אההה...

דוד!!! העי! העי! זיי מיט מיר דא פאר א מינוט! דאנט געט קעריד אוועי! גיי אהיים!

אוריה: פפפאאררוואסס?!?

דוד: בכלל נישט וועגן כ'האב מזנה געווען מיט דיין ווייב און ווייל זי איז טראגעדיג פון מיר און כ'וויל דו זאלסט זיין א גוטע קאווער אפ... נעע בכלל נישט!!! נאר פאר אנדערע "העכערע סיבות"...!!! :D

אוריה איז אראפגעפאלן א שיכור, און אזוי געבליבן שלאפן די גאנצע נאכט.

דוד האט געזען אז ער האט נישט קיין צוויי ברירות האט ער זיך געזעצט שרייבן א בריוו צום גענעראל יואב.

דוד האט געלאזט ריפן אוריה, ער האט אים געגעבן דעם בריוו אין האנט אריין, און געזאגט: "ס'איז שיין "געווען" דיר צו קענען... אבער יעצט גיי געב איבער דעם בריוו פאר דעם הער גענעראל יואב, זאלסט חלילה נישט אריינקוקן אין די בריוו!!!"

אוריה האט זיך צוריקגעקערט צום שלאכטפעלד, און איבערגעגעבן דעם בריוו פאר יואב.

יואב עפנט דעם בריוו און ליינט:

צו מיין גענעראל יואב,

די סאלדאט וואס האט דיר נארוואס איבערגעגעבן דעם בריוו, אוריה החתי, זאלסטו לייגן פארנט פון די אלע סאלדאטן ביים פראנט, און לאזט אים דארטן אליין, בקיצור, מאך זיכער אז ער ווערט גע'הרג'עט!

פון: דוד מלכא משיחא אושפיזא קדישא עילאה.

יואב האט פארשטייט זיך געפאלגט דעם באפעל פונעם קעניג, ער האט געהייסן אוריה גיין מיט א גרופע סאלדאטן צו א פלאץ ווי ער האט געוויסט אז די שונא האט דארטן א פעסטונג, און ווי נאר זיי האבן זיך דערנענטערט האט די שונא אראפגעווארפן כלי זיין אויף די אומבאהאלפענע סאלדאטן, און ס'איז נישט אריבער קיין סאך צייט און אוריה איז גע'הרג'עט געווארן מיט נאך אנדערע סאלדאטן.

יואב האט שנעל געשיקט א שליח זאל איבערגעבן א באריכט פארן קעניג פונעם פראנט. ער האט אים געהייסן פינקטליך וויאזוי איבערצוגעבן די נייעס.

די שליח האט געקומען און פארציילט פארן קעניג אז א מחנה סאלדאטן זענען גע'הרג'עט געווארן אויפן פראנט ווען זיי זענען געקומען צו נאנט צו א פיינטליכע פעסטונג.

די קעניג איז געווארן בייז, און זיך גענומען צו שרייען, "פארוואס האט מען געטון אזא נארישקייט און זיך דערנענטערט צום שונא אן קיין געהעריגע שוץ מיטלען"? די שליח האט גלייך צוריקגעשאסן, "אבער די קעניג זאל וויסן אז אוריה החתי איז אויך צווישן די טויטע"!

ווי נאר די קעניג האט דאס געהערט, איז זיין פנים אויפגעלאכטן! אה! ברוך השם פאר די גוטע בשורה!!!

בת שבע האט געהערט אז איר מאן איז גע'רצח'עט געווארן אין די שלאכטן, און זי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין, זי האט דאך אזוי ליב געהאט איר מאן, ער איז דאך געווען אזא איידעלע נאבילער מענטש, א שאד אז ער איז נישט דא געווען איר צו סופארטן ביי איר סעקשואל אביוז פרשה...

עס איז אריבער די שבעה און דוד האט איר געלאזט ריפן, און... חתונה געהאט מיט איר אזוי ש'מיר נש'דיר. אביסל שפעטער איז געבוירן דאס קינד, א יונגעלע בעיבי... און דער וואס האט נישט געקענט רעכענען האט גארנישט פארדעכטיגט... :o

אבער... נתן הנביא האט יא געקענט רעכענען, און ער האט שוין איינמאל פארשטאנען וואס דא איז פארגעקומען! בנוסף לזה האט אים די באשעפער אויך געקומען זאגן א נבואה...

נתן הנביא האט זיך אריינשפאצירן אומגעריפן אין פאלאץ, און זיך אנגעריפן צו דוד. "זאג נאר, האסט אן עושר וואס האט אלץ דינג וואס ער דארף נאר, און דאן איז דא אן ארעמאן וואס האבן בלויז איין קליינע שעפעלע וואס פון דעם שפייזט ער זיך מיט די משפחה. קומט דער עושר און גנב'עט אוועק דעם שעפעלע פונעם עני, און מאכט פונעם שעפסל א בארבעקיו, וואס האלסטו מען זאל טון מיט אזא מענטש?

דוד'ס גרימצארן איז אים ארויף אין די נאז, ער האט ממש געשפירט ווי פסח אויפדערנאכט ווען מען עסט צופיל פון די ווייסע מרור. ער האט זיך גענומען צו שרייען, "דער רשע דארף מען הרג'ענען! און פארן עני זאל ער צוריקבאצאלן 4 שעפסן"!!!

נתן הנביא איז געבליבן רואיג און אריינגעקוקט דוד אין די אויגן. "דוד, דו ביסט דער מענטש!!! דער באשעפער האט דיך אלעס געגעבן! ער האט דיר געמאכט קעניג איבער אלע אידן, ער האט דיר געגעבן אסאך שיינע ווייבער, און דו האסט נישט בעסער וואס צו טון ווי גיין צוכאפן איינעמס ווייב און הרג'ענען איר מאן?

נתן האט אנגעפאנגען צו שעלטן (אין נאמען פון גאט שטייצעך) "און יעצט, קיין שלעכטס וועט זיך נישט אפטון פון דיר! דיינע ווייבער וועט א צווייטער נעמען פון דיר און מען וועט אלעס אויספראקן ברבים"!!!

דוד האט געזען אז ס'צרות, האט ער ארויסגענומען די אלעמען באקאנטע תשובה קארד. דוד האט אראפגעלאזט זיין קאפ, און מיט א וויינענדיגע שטומע זיך אנגעריפן צו נתן "אם סארי, חטאתי לשם"...

נתן איז גלייך געווארן עקסייעדט פון דוד'ס ווייעכקייט, און האט זיך אנגעריפן, "אקעי! די גרויסע גזירה פון שטארבן האט מען אפגעטון פון דיר" אבער עפעס וועסטו מוזן ליידן! מען קען עס נישא אדורכלאזן אזוי גלאטיג.

"דיין ממזר'ל וואס דו האסט דא אנגעמאכט וועט שטארבן! און נישט סתם יעצט אפ'פגר'ן אזוי איינס צוויי דריי, נאר ער וועט זיך מוטעשנען מיט א קראנקייט פאר א וואך צייט! ; איך ווייס אז די באשעפער שרייבט אין ספר דברים כ"ד ט"ז: לֹא יוּמְתוּ אָבוֹת עַל בָּנִים וּבָנִים לֹא יוּמְתוּ עַל אָבוֹת, אִישׁ בְּחֶטְאוֹ יוּמָתוּ. ס'נישט עטיש און שכל'דיג צו שטראפן און אוודאי נישט הרג'ענען א קינד צוליב די עבירות פון זיין טאטע, אבער דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר אונז אידן צו טון, די באשעפער קען זיך אויסלאכן פון זיינע אייגענע רולס און ער מעג יא טון וואס ער וויל, און אז ער טוט עס, איז דאך עס אטאמאטיש גוט און עטיש"!

דוד האט געהערט וואס נתן האט צאמגערעדט, און איז אריינגעפאלן אין א געפערליכע היסטעריע. ער איז שנעל געלאפן כאפן א בליק אויף זיין זון, און געזען ווי ער ווארפט זיך שוין אין בעט פאר יסורים.

דער קעניג האט זיך אראפגעווארפן אויף דר'ערד און זיך גענומען צו וויינען און שרייען, ער האט געפאסט און געדאוונט און זיך נישט געלאזט בארואיגן. די זיבעטע טאג האט דאס קינד ליידער אויסגעהויעכט די נשמה.

די קנעכט פונעם קעניג האבן מורא געהאט אים צו פארציילן די שלעכטע בשורה. זיי האבן זיך אזוי געשישקעט צווישן זיך; "אז דער קעניג האט אזוי געוויינט און געליאמערט ווען די קינד איז געווען נישט געזונט, שטעל דיך פאר יעצט ווען ער וועט הערן די נישט גוטע נייעס".

דוד האט געזען אז מען שושקעט זיך, האט ער געהייסן מען זאל אים פארציילן וואס גייט פאר. ווי נאר ער האט געהערט וואס איז געשען, האט ער זיך אויפגעשטעלט פון די פלאר און אויפגעהערט צו וויינען. ער האט זיך געגאנגען איבערטון די קליידער, זיך געוואשן און זיך געשמירט, און געהייסן די קנעכט אנגרייטן א סעודה... :? :roll:

די קנעכט האבן נישט געקענט פארשטיין וואס דא קומט פאר, און זיי האבן געפרעגט, "אדוני המלך, מה פשט"? :roll:

האט זיי די קעניג מסביר געווען א געוואלדיגע הסבר וואס לייגט זיך עפעס מורא'דיג שטארק אויפן שכל.

"קוקטס אהער, ווען ער איז נאך געווען קראנט, האט איך געוויינט און געשריגן ווייל עס איז נאך געווען עפעס האפענונג. אבער יעצט אז ער איז טויט איז שוין טו לעיט, געים אווער, זאל איך כאטש עסן א פיינע לאנטש"... :like

דוד איז געגאנגען טרייסטן זיין ווייב בת שבע, זיי האבן געמאכט לאוו, און ס'איז זיי געבוירן די באקאנטע שלמה המלך, און זיי האבן געלעבט העפעלי עווער עפטער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך לאכעדיג »

די גמרא זאגט אין מסכת שבת דף נו' עמוד א'
א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו', אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו?
אלא מה אני מקיים (שמואל ב יב, ט) מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע. ''שביקש לעשות ולא עשה"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך סבא דבהתא »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:53 am די גמרא זאגט אין מסכת שבת דף נו עמוד א'
א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו', אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו?
אלא מה אני מקיים (שמואל ב יב, ט) מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע. ''שביקש לעשות ולא עשה"
כדענק נישט אויף אויסעווענדיג אבער דאכטזיך מיר אז די גמ’ אין ברכות פארענטפערט עס באופן אחר אז די אלע פלעגן שרייבן א גט פארן גיין אין מלחמה אין פאל מקומט נישט צירוק, און לגבי הריגת אוריה זאגט דארט די גמ’ אז ער איז געווען חייב מיתה אלס מורד במלכות
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך לאכעדיג »

סבא דבהתא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:06 am כדענק נישט אויף אויסעווענדיג אבער דאכטזיך מיר אז די גמ’ אין ברכות פארענטפערט עס באופן אחר אז די אלע פלעגן שרייבן א גט פארן גיין אין מלחמה אין פאל מקומט נישט צירוק,
און לגבי הריגת אוריה זאגט דארט די גמ’ אז ער איז געווען חייב מיתה אלס מורד במלכות
די גמרא וועגן גט ביי מלחמה איז אין מסכת כתובות דף ט' עמוד א' אמר רבי שמואל בר נחמני אמר רבי יונתן, כל היוצא למלחמת בית דוד - גט כריתות כותב לאשתו, ופירש"י: שאם ימות במלחמה יהא גט מיום כתיבתו.

און די גמרא אז אוריה החיתי איז געווען א מורד במלכות איז אין מסכת קדושין דף מג' עמוד א'
אוריה החתי היה מורד במלכות. ופירש"י: שהמרידה הייתה בזה שקרא ליואב "אדוני" בפני המלך דוד.
איזה נשמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 23, 2017 1:27 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך איזה נשמה »

קוק אין די לינק דא א ביאור באריכות וואו ער טענה'ט אז אפילו און "פשט" מוז מען זאגען אז דא איז נישט געוועהן א חטא אוודאי נישט וואו ס'זעהט אויס בפשטות

אונז ווייסן נאר די מעשה ווייל עס איז פארציילט אין שמואל, אז מ'לערענט פארדעם און נאכדעם וואו אזוי די נביא רעדט וועגן דוד וכו' און די גאנצע השתלשלות מיט דוד לייגט זיך נשט אפ אין פשט צו זאגען אז מרעדט דא פון איינער וואס האט געטוהן נידריגע זאכן. עיין שם באריכות


Duvid Bas Sheva
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:53 am די גמרא זאגט אין מסכת שבת דף נו' עמוד א'
א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, שנאמר (שמואל א יח, יד) ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו', אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו?
אלא מה אני מקיים (שמואל ב יב, ט) מדוע בזית את דבר ה' לעשות הרע. ''שביקש לעשות ולא עשה"
מקרא אני דורש,

שמואל ב' ד': וַיִּשְׁלַח דָּוִד מַלְאָכִים וַיִּקָּחֶהָ, וַתָּבוֹא אֵלָיו וַיִּשְׁכַּב עִמָּהּ.

תהלים, נא: לַמְנַצֵּחַ, מִזְמוֹר לְדָוִד בְּבוֹא-אֵלָיו, נָתָן הַנָּבִיא כַּאֲשֶׁר-בָּא, אֶל-בַּת-שָׁבַע.

הא מה אני מקיים ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' מלמד שנסתלקה ממנו שכינה לאותו שעה. אחרים אומרים, שהשכינה איתו היתה אפילו כשחטא, שהרי הוא ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין ולית אתר פנוי מיניה.


קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי בת שבע איז געווארן טראגעדיג אויב ס'איז נאר געווען ביקש לעשות ולא עשה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
איזה נשמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 23, 2017 1:27 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך איזה נשמה »

איך קען נישט די גמרא דארט אבער ווען די גמרא זאגט לא חטא איז נישט פשט אז לא בא עליה, בוודאי שבא עליה.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

די גמרא זאגט אבער ביקש לעשות ולא עשה, ניין?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך לאכעדיג »

שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:38 am הא מה אני מקיים ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' מלמד שנסתלקה ממנו שכינה לאותו שעה. אחרים אומרים, שהשכינה איתו היתה אפילו כשחטא, שהרי הוא ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין ולית אתר פנוי מיניה.
אנטשולדיג מיר אבער דאס שטייט נישט אין ערגעץ.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

איזה נשמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:36 am קוק אין די לינק דא א ביאור באריכות וואו ער טענה'ט אז אפילו און "פשט" מוז מען זאגען אז דא איז נישט געוועהן א חטא אוודאי נישט וואו ס'זעהט אויס בפשטות

אונז ווייסן נאר די מעשה ווייל עס איז פארציילט אין שמואל, אז מ'לערענט פארדעם און נאכדעם וואו אזוי די נביא רעדט וועגן דוד וכו' און די גאנצע השתלשלות מיט דוד לייגט זיך נשט אפ אין פשט צו זאגען אז מרעדט דא פון איינער וואס האט געטוהן נידריגע זאכן. עיין שם באריכות


Duvid Bas Sheva
כ'מיין אז די פאר דעם און נאכדעם איז נישט כפשוטו, נאר די מעשה איז כפשוטו.

וואס פארא סארט גערעדעכץ איז דאס?

כ'קען חסידים פון ברלנד וואס זאגן ממש די זעלבע אויף זייער רבי.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:52 am
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:38 am הא מה אני מקיים ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו' מלמד שנסתלקה ממנו שכינה לאותו שעה. אחרים אומרים, שהשכינה איתו היתה אפילו כשחטא, שהרי הוא ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין ולית אתר פנוי מיניה.
אנטשולדיג מיר אבער דאס שטייט נישט אין ערגעץ.
ס'שטייט יעצט אין קאווע שטיבל.

תורה לאו בשמים הוא וניתן לידרוש לכל אחד ואחד.

ס'איז דא ע' פנים לתורה. קענסט אליין אפמאכן וועלכע פשט געפעלט דיר בעסער.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך לאכעדיג »

שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:59 am ס'שטייט יעצט אין קאווע שטיבל.

תורה לאו בשמים הוא וניתן לידרוש לכל אחד ואחד.

ס'איז דא ע' פנים לתורה. קענסט אליין אפמאכן וועלכע פשט געפעלט דיר בעסער.
די קענסט זיך נישט קריגן מיט א אפענע גמרא אויסער אויב די לייקענסט אין תורה שבעל פה.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:03 am
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 1:59 am ס'שטייט יעצט אין קאווע שטיבל.

תורה לאו בשמים הוא וניתן לידרוש לכל אחד ואחד.

ס'איז דא ע' פנים לתורה. קענסט אליין אפמאכן וועלכע פשט געפעלט דיר בעסער.
די קענסט זיך נישט קריגן מיט א אפענע גמרא אויסער אויב די לייקענסט אין תורה שבעל פה.
אויב די גמרא קען זיך קריגן מיט אן אפענע פסוק, דאן פארוואס קען איך זיך נישט קריגן מיט די גמרא?

אמר רב שמן למאור, כל האומר דוד לא חטא אינו אלא טועה, ולא עוד, אלא שמשים דוד בעצמו כטועה, שנאמר כִּי-פְשָׁעַי, אֲנִי אֵדָע; וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד. לְךָ לְבַדְּךָ, חָטָאתִי, וְהָרַע בְּעֵינֶיךָ, עָשִׂיתִי:

הא מה אני מקיים אם הגמרא "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה"? הרי אמרו, הגמרא הזה בוודאי שהוא לא כפשוטו.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
איזה נשמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 23, 2017 1:27 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך איזה נשמה »

ווער זאגט ס'נישט כפשוטו. מ'זאגט אז דא פעהלט קאנטעקסט.

שטעל דיר פאר, איך פארצייל א לאנגע דרשה אויף די לעבענס געשיכטע פון מיין רבי, איך זאג אויף איהם גרויסע זאכן דוראויס די גאנצע דרשה, אין מיטן ווארף איך אריין א געפערליכע מעשה אויף איהם א זאך וואס קיין איין איש הגון וואלט אפילו נישט געטראכט צו טוהן, און איך לייג נאך צו, אז ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף תשובה טוהן ביז ניין חדשים שפעטער, און ווייטער און מיין דרשה זאג נאך שיינע תוארים אויף איהם. וואלסטו ממש אויףגעשפריגען און געפרעגט ילמדנו רבינו, וואס איז פשט? זיי דיך מסביר, עפעס מאכט נישט קיין סענס און דיינע ווערטער.

דעס איז וואס רש"י זאגט אמאהל "המקרא אומר דרשני" פון די ווערטער אין פשט אליין זאגטסוך ארויס אז דא פעלט אפאר דיטעילס.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

אדרבה, קום אריין מיט די אומוויסנדע דיטעילס, פיל אונז אריין ביטע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
איזה נשמה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 23, 2017 1:27 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך איזה נשמה »

לְךָ לְבַדְּךָ, חָטָאתִי.......
Think about this words, does it sound like he did something terrible to a fellow human being, b killing him and taking his wife? or its something between him and god
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך לאכעדיג »

שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:12 am אויב די גמרא קען זיך קריגן מיט אן אפענע פסוק, דאן פארוואס קען איך זיך נישט קריגן מיט די גמרא?

אמר רב שמן למאור, כל האומר דוד לא חטא אינו אלא טועה, ולא עוד, אלא שמשים דוד בעצמו כטועה, שנאמר כִּי-פְשָׁעַי, אֲנִי אֵדָע; וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד. לְךָ לְבַדְּךָ, חָטָאתִי, וְהָרַע בְּעֵינֶיךָ, עָשִׂיתִי:

הא מה אני מקיים אם הגמרא "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה"? הרי אמרו, הגמרא הזה בוודאי שהוא לא כפשוטו.
די גמרא איז מפרש די פסוקים פון תנ"ך.
און מיט דיין מהלך קען מען ליצנות מאכן פון כל הקודש לנו.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך לאכעדיג »

איזה נשמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:13 am ווער זאגט ס'נישט כפשוטו. מ'זאגט אז דא פעהלט קאנטעקסט.

שטעל דיר פאר, איך פארצייל א לאנגע דרשה אויף די לעבענס געשיכטע פון מיין רבי, איך זאג אויף איהם גרויסע זאכן דוראויס די גאנצע דרשה, אין מיטן ווארף איך אריין א געפערליכע מעשה אויף איהם א זאך וואס קיין איין איש הגון וואלט אפילו נישט געטראכט צו טוהן, און איך לייג נאך צו, אז ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף תשובה טוהן ביז ניין חדשים שפעטער, און ווייטער און מיין דרשה זאג נאך שיינע תוארים אויף איהם. וואלסטו ממש אויףגעשפריגען און געפרעגט ילמדנו רבינו, וואס איז פשט? זיי דיך מסביר, עפעס מאכט נישט קיין סענס און דיינע ווערטער.

דעס איז וואס רש"י זאגט אמאהל "המקרא אומר דרשני" פון די ווערטער אין פשט אליין זאגטסוך ארויס אז דא פעלט אפאר דיטעילס.
רש"י האט געשריבן זיין פירוש מיט רוח הקודש און די קענסט נישט מפרש זיין די תורה און חז"ל ווען די שרייבסט מיט א אגענדע צו נידריגע זאכן ווי מיר האבן שוין געזען ביי דיין שמשון הגיבור באשרייבונג.
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך אלפא »

נאמבער איינס. זאגט דאך שוין די גמ' אין מסכת שבת (סג.) "א"ר כהנא כד הוינא בר תמני סרי שנין והוה גמירנא ליה לכוליה הש"ס ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו עד השתא".

צווייטנס, פאר די וואס גייען כפשוטו מיטן גמ' אז כל האומר דוד חטא טועה, קען מען דאך זאגן די זעלבע זאך אויף דעם ארטיקל אז עס איז נישט כפשוטו...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט דארט (שמואל ב יא ו):
ואין ספק אצלי שדוד חטא, כי לא נוכל להכחיש הכתוב שאומר וירע הדבר אשר עשה דוד בעיני ה׳ (שמואל ב יא כז), ואמר לו נתן מדוע בזית את דבר ה׳ לעשות הרע בעיניו את אוריה הכית וגו׳ (שמואל ב יב ט). ועל כל פנים עבר על לא תרצח ולא תנאף (שמות כ יב) ולכן נענש על שניהם כמו שאבאר עוד, וכן הודה הוא על עצמו ואמר חטאתי לה׳ (שמואל ב יב יג), כל שכן כי הוא בספרו העיד ע״ז ויחד מזמור כאשר בא אל בת שבע (תהלים נא ב), אבל לא אמר כאשר הרג אוריה, וכתב כותב ספר מלכים אשר עשה דוד את הישר בעיני ה׳ ולא סר וגו׳ רק בדבר אוריה (מלכים א טו ה), וכל אלה הענינים סודות ואין ראוי לגלות ערוה. אבל אומר כלל אחד כי שבח גדול ותפארת עצום יש לשלם כי ייוחס לו עון או עונות יחידים, והעד משה אדון השלמים, כי בלא כלום א״א אחר שאינו מלאך, ואוי למי שכולו עון ועבירה, ודי בזה לפי הכונה בספר הזה.
און דער אברבנאל שרייבט דארט לגבי די גמרא בשבת נו.
והדברים האלה לחכמינו ז״ל הם דרכי הדרש ואין לי להשיב עליהם. ודי במה שאמרו ״רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה״, כי היה אצלם זה דרך דרש, והיה רבי מהפך הדבר מחמתו לקורבתו והיותו מזרע בית דוד ולא כפי האמת. ואיך נאמר שבקש לעשות ולא עשה? והכתוב מעיד על המעשה הרע כולו בפירוש, ואם דוד לא חטא איך אמר חטאתי להשם? ולמה עשה תשובה מעולה, ואמר (תהלים נא ה) כי פשעי אני אדע וחטאתי נגדי תמיד? וגם הפסוק שהביאם לזה ויהי דוד בכל דרכיו משכיל והשם עמו, הוא קודם הספור ולא ישלול אותו מחטוא אחר כך, כי אם שהיה אז משכיל ונבון ומצליח במעשיו ושהשם היה עמו בכל אשר יעשה, כל שכן שעם היות שחטא באמת לפי שקבל ענשו ועשה תשובה היה השם עמו. ולכן לא יסבול דעתי להקל בחטאת דוד, ולא אכחיש האמת הפשוט, ואיך אתפייס עם הגט שאמרו שהיו נותנים אל נשותיהם? והנה הפסוק שהביאו לראיה רחוק מזה, ודוד אמר לאוריה שילך הלילה ההוא לביתו ושילך בבקר, ויורה שלא היה שם גט והיה הייחוד כשר ונאות, ואין זה כי אם כדמות אמרם שם בגמרא שהיה אוריה מורד במלכות וחייב מיתה, לפי שאמר ואדוני יואב שקרא אל יואב אדוני בפני המלך (קידושין מג.). סוף דבר אם הכתוב קראו חוטא והוא הודה חטאו, איך היה טועה אדם בהאמינו? טוב לי שאומר שחטא מאד והודה מאד ושב בתשובה גמורה וקבל ענשו ובזה נתכפרו עונותיו.
ער איז מסביר אז דאס וואס הקב״ה האט אים געלאזט נעמען בת שבע נאכדעם גראד פאר א ווייב, איז טאקע ווייל זי איז געווען מעוברת ולהסתיר חטאו מפני כבוד המלכות וכו׳ (ווי אויך אז ס׳איז מיועד לצאת מהם שלמה). און מ׳זעהט טאקע אז אבשלום האט נישט געוואוסט דערפון און דאס נישט גענוצט קעגן דוד בשעת מרדו, און אדוניהו האט דאס נישט גענוצט קעגן שלמה אויך בשעת התנשאו למלוך. און דאס וואס די גמרא זאגט בשבת קה. אז שמעי האט געשאלטן דוד דערמיט איז נאר על צד הדרש ע״ש. (ולכאורה איז דאס זעלבע בנוגע דעם אז יואב גילה הפתק ששלח דוד אליו אודות אוריה, בתנחומא מסעי יב ע״ש. והוא ג״כ דלא כהרד״ק להלן שם בפרק יז פסוק ג אז אחיתופל האט געוואוסט דערפון און זיך צאמגעשטעלט במרד אבשלום בשנאו את דוד על זו המעשה, זייענדיג אז בת שבע איז געווען זיין אייניקל ע״ש.)

דער אברבנאל אין אָנהויב פרשה פרעגט די קשיא (השאלה השישית) אז פארוואס איז דאס קינד געשטארבן אלס די חטא פון דוד? זיין תירוץ איז משמע אז בעצם דארף א ממזר נישט לעבן (עיין בע״ז נד:) און דא האט מען עס צוריקגעדרייט צום אריגינעלע מכוון אז ס׳זאל טאקע נישט לעבן מחמת עונש לדוד על חטאו. (הגם אז מ׳קען נאך אלס פרעגן אז אויב נעמט מען דאס שוין ארויס פון ״עולם כמנהגו נוהג״, דאן פארוואס איז זי בכלל טראגעדיג געווארן? כדי טאקע צו מעניש זיין דוד מיט מיתת הבן? איז דאך דאס קינד א מטרה לעונש אחרים. ואולי קען מען ענטפערן אז זי איז טראגעדיג געווארן כדי שישאנה דוד מחמת זה להסתיר הענין, און אזוי ווי דער אברבנאל זאגט פריער. און דאס וועט דאך גורם זיין ללידת שלמה, וועלכע איז דער מלך וועמען הקב״ה וויל. ער פרעגט טאקע פארוואס שלמה האט נישט געקענט קומען פון איינע פון די אנדערע ווייבער?) ועיין כאן. הגם, אז עס בלייבט נאך שווער אז פארוואס איז דאס קינד קראנק געווארן פאר זיבן טעג און נישט תיכף געשטארבן? ואולי אז דאס גייט צו על צד הטבע ביותר, און תיכף שטארבן וואלט געווען מער נסי. (איך פארשטיי אז מידי אפאלידזשעטיקס לא יצאנו, אבער מ׳דארף דאס סתם אזוי משווה זיין, וויבאלד די מעשה בבת שבע, ווי אויך דאס אז מ׳איז נישט מעניש בנים על חטא אבותם, זענען דאך ביידע לפי החוקרים פונעם D חדר. הגם D האלט אויך אז החורבן איז געקומען מעוונות מנשה המלך אויף שפעטערע דורות. ועיין במלכים ב כא יא-טז, ואפילו צדקתו של יאשיהו המלך לא הועיל כבלהלן שם פרק כג פסוק כו ועיין בתמיהת אברבנאל שם. אבער ירמיהו הנביא אליינס, וועלכע איז אויך בעצם פון די D חדר, ספּראַוועט זיך מיט די טעאלאגישע פראבלעם בירמיה לא כט, און ער זאגט אז עכ״פ בהעתיד וועט נישט זיין אזוי.)

דאס וואס די גמרא זאגט דארט בשבת נו. איבער ״שביקש לעשות ולא עשה״, איז רש״י דארט מפרש אז דאס מיינט שביקש לשכב עמה אף קודם קבלת הגט, אבער למעשה שכב עמה לאחר מכן ע״ש. אבער אוודאי זענען זיי מודה ששכב עמה כמשמעות הכתוב.

עס איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז דער רד״ק שרייבט (שמואל ב יב כד; מלכים א א יג) אז בת שבע האט נישט געוואלט נזקק זיין לדוד נאכדעם וואס ער האט איר גענומען פאר א ווייב, ביז ער האט געשוואוירען צו איר אז איר זוהן וואס וועט געבוירן נעקסט וועט איבערנעמען די מלוכה ע״ש. (וידוע הגמרא בסנהדרין ע:) דער הואיל משה איז מפרש (לעיל יא כז) אז דאס וואס ער האט איר גענומען נאך מיתת אוריה איז געווען (עכ״פ כאילו) לגמול לה גבורת בעלה ע״ש.

ולגבי דוד'ס התנהגות במות הילד ולאחריו, שרייבט דר. ראַבּערט אַלטער:
This uninterrupted chain of verbs signifies David’s brisk resumption of the activities of normal life, evidently without speech and certainly without explanation, as the courtiers’ puzzlement makes clear. The entire episode powerfully manifests that human capacity for surprise, and for paradoxical behavior, that is one of the hallmarks of the great biblical characters. David here acts in a way that neither his courtiers nor the audience of the story could have anticipated
ער ברענגט אויך ארויס, במה שאמר נתן הנביא לדוד אָז, אז פאר'ן שרייבער פון ספר שמואל, האט די מעשה אליינס געקענט בעצם דינען אלס א סמל וסיבה פאר'ן אונטערגאנג פון בית דוד בהחורבן:
As Bar-Efrat notes, David’s rather callous message to Joab, “the sword sometimes consumes one way and sometimes another,” is now thrown back in his face. The story of David’s sons, not to speak of his descendants in later generations, will in fact turn out to be a long tale of conspiracy, internecine struggle, and murder. One of the most extraordinary features of the whole David narrative is that this story of the founding of the great dynasty of Judah is, paradoxically, already a tale of the fall of the house of David. Once again, no one has grasped this tragic paradox more profoundly than William Faulkner in his recasting of the story in Absalom, Absalom! The author of the David story continually exercises an unblinking vision of David and the institution of the monarchy that exposes their terrible flaws even as he accepts their divinely authorized legitimacy
ועיין כאן.

זיי זענען מסביר דוד'ס התנהגות:
The courtiers thought that David's fasting and weeping were signs of grief, but David explains that they expressed repentance and supplication, in the hope that the child would yet be saved
ער איז דאס מסביר עפ"י פאליטישע מאכיאוועליעניזם.

אגב, לפי חז״ל איז איסור יחוד נתקן געווארן נאך מעשה אמנון ותמר (סנהדרין כא.), וועלכע איז געשעהן נאך מעשה דוד עם בת שבע, און טאקע אלס אַן עונש דערויף (יומא כב:).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

איזה נשמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:18 am לְךָ לְבַדְּךָ, חָטָאתִי.......
Think about this words, does it sound like he did something terrible to a fellow human being, b killing him and taking his wife? or its something between him and god
איך האב גערעדט וועגן די חלק צו ער האט חוטא געווען צו נישט. אין פסוק שטייט אז ער האט חוטא געווען, און די גמרא טרייט צו זאגן אז נישט.

די גמרא אליין אנערקענט אז ס'איז נישט כפשוטו... אמר רב, רבי דאתי מדוד מהפך ודריש בזכותיה דדוד... די גמרא אליין אנערקענט אז ס'איז דא א בייעס דא...

אבער די חלק צו ער האט געטון אן עוולה בין אדם לחבירו איז בכלל נישט קיין שאלה. די גט פטורין - מורד במלכות סטייל תירוצים בארואיגן מיר בכלל נישט. ער האט בעוולט א מענטש, אים אריינגענארט צו ווערן א מורד במלכות, און ער איז נאך א פרומער אויך...

איך קען די סארט מענטשן זייער גוט, די זענען די ארגסטע. זיי טוען זיך אפ כל דבר אסור, לייגן אריין אנדערע מענטשן אין דער ערד, און ווען מען האלט זיי פאר, האבן זיי נאך די שו"ע אויף זייער זייט אויך.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:26 am
שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:12 am אויב די גמרא קען זיך קריגן מיט אן אפענע פסוק, דאן פארוואס קען איך זיך נישט קריגן מיט די גמרא?

אמר רב שמן למאור, כל האומר דוד לא חטא אינו אלא טועה, ולא עוד, אלא שמשים דוד בעצמו כטועה, שנאמר כִּי-פְשָׁעַי, אֲנִי אֵדָע; וְחַטָּאתִי נֶגְדִּי תָמִיד. לְךָ לְבַדְּךָ, חָטָאתִי, וְהָרַע בְּעֵינֶיךָ, עָשִׂיתִי:

הא מה אני מקיים אם הגמרא "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה"? הרי אמרו, הגמרא הזה בוודאי שהוא לא כפשוטו.
די גמרא איז מפרש די פסוקים פון תנ"ך.
און מיט דיין מהלך קען מען ליצנות מאכן פון כל הקודש לנו.
כ'גיי טרייען נאך איין מאל. די פסוקים זאגן אז ער האט מזנה געווען מיט איר און האט איר גאר געמאכט טראגעדיג.

קומט די גמרא און מאכט ליצנות פון כל הקודש לנו, און זאגט אז ביקש לעשות ולא עשה...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:28 am
איזה נשמה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 2:13 am ווער זאגט ס'נישט כפשוטו. מ'זאגט אז דא פעהלט קאנטעקסט.

שטעל דיר פאר, איך פארצייל א לאנגע דרשה אויף די לעבענס געשיכטע פון מיין רבי, איך זאג אויף איהם גרויסע זאכן דוראויס די גאנצע דרשה, אין מיטן ווארף איך אריין א געפערליכע מעשה אויף איהם א זאך וואס קיין איין איש הגון וואלט אפילו נישט געטראכט צו טוהן, און איך לייג נאך צו, אז ער האט אפילו נישט געטראכט אז ער דארף תשובה טוהן ביז ניין חדשים שפעטער, און ווייטער און מיין דרשה זאג נאך שיינע תוארים אויף איהם. וואלסטו ממש אויףגעשפריגען און געפרעגט ילמדנו רבינו, וואס איז פשט? זיי דיך מסביר, עפעס מאכט נישט קיין סענס און דיינע ווערטער.

דעס איז וואס רש"י זאגט אמאהל "המקרא אומר דרשני" פון די ווערטער אין פשט אליין זאגטסוך ארויס אז דא פעלט אפאר דיטעילס.
רש"י האט געשריבן זיין פירוש מיט רוח הקודש און די קענסט נישט מפרש זיין די תורה און חז"ל ווען די שרייבסט מיט א אגענדע צו נידריגע זאכן ווי מיר האבן שוין געזען ביי דיין שמשון הגיבור באשרייבונג.
איך האב אויך רוח הקודש ביי די וועי. און אויב האט איינער אן אגענדע איז עס טאקע יא רש"י און די מפורשים וואס דארפן פראטעקטן דוד. די נישט בייעסט מפרשים זאגן טאקע יא ווי מיר. איך בין מפרש, בעסער געזאגט, איך טייטש איבער די פסוקים ממש וויאזוי עס שטייט, און אגב רש"י לערנט נישט אנדערש ווי מיר דא.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט