מיך באדערט שוין א לאנגע צייט וועגן די סיעמס, וואס איז די אויפטו, קודם אויב די טייטץ איז דורכזיכטיג וואס העלפט מיר די סיעמס, מען זעהט דאך אדורך די פיס, און אויב עס איז נישט דורכזיכטיג און מען קען נישט זעהן די פיס, אין אזא פאל איז דען אסור צוגיין מיט א טייטץ וואס זעהט אויס ווי פיס? און אויב עס איז עס אסור, וואס העלפט די סיעמס פאר דעם?
נאך א זאך, פארוועם מען געמאכט די סיעמס? אז די מענער זאלן נישט מיינען אז עס איז עכטע פיס, דעמאלטס פארוואס ליגט די סיעמס פון אונטן עס וואלט געדארפט זיין פון פארנט, אמר רבי יוחנן אחורי הארי ולא אחורי האשה,
נאך א זאך, די פאקט איז אז סיעמס מאכט אויסזעהן די פיס דארער.
אויכעט דער יונגערמאן וואס האלט די אויגן אויף אראפ און די אויגן באגעגנט זיך מיט די סיעמס גייט אטאמאטיש זיין אויגן אויף ארויף... ווי מען זעהט ביי הל' סוכה מבוי חנוכה..
און צום לעצט, אע"פ שאין ראיה לדבר אבל זכר לדבר איכא.. איך האב א שוועגערין וואס גייט מיט דורכזיכטיגע טייטץ אבער מיט סיעמס, איך האב איינמאל.. גערעדט צו איהר וועגן דעם, האט זי מיר געזאגט וואס הייסט, איך האב סיעמס...
"סיעמס" אויף פרויען שטרימפ
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 372 מאל
דער אשכול פארמאגט 90 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן