אפאזיציע
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: אפאזיציע
הבנתי. ביי דע וועי, ביי די זעלבע אינטערוויו ווי ער האט אינדארסירט ביידען האט ער אויך אראפגעריסן טאקער קארלסאן אז ער האט נישט געפרעגט 'צו שארפע פראגעס' און אז ער האט אים איבערגעריסן עטליכע מאל. דאס איז שוין מיט א פרא פוטין ווי קארלסאן
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: אפאזיציע
עפעס ליגט מיר אין קאפ אז אין אמעריקע איז דא ליסט, ס’הייסט....
אה די קלינטאן באדי קאונט.
און אויך האט אן אמעריקאנע פרעזידענט געלאזט ארעסטירן איינער וואס האט ארויסגעגעבן א פאפולערע דאקומענטרי קעגן אים.
און נאכדעם איז דא א געוועזענע פרעזידענט וואס ווערט גערודפ’ט דורך אן אטורני גענעראל וואס האט בשעת’ן לויפן פאר די אמט צוגעזאגט ’’איך גיי אים כאפן’’.
ס’נאר קאנספראציעס איי געס.

You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- כספי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 437
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
- האט שוין געלייקט: 883 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל
Re: אפאזיציע
כ'פארשטיי באמת נישט וויאזוי קענען מענטשן צוגלייכן אמעריקע צו רוסלאנד?! כ'האב מורא אז זיי טרייבן סתם ליצנות, און שפעטער קאלערן זיי זיך פון געלעכטער, זעענדיג ווי דער (תמימות'דיגער?) ניק פרובירט זיי צו מסביר זיין וואס איז די חילוק
דאס אליינס אז דו קענסט עס שרייבן, ווייזט אז דו ביזט נישט אין רוסלאנד, אין רוסלאנד וואלט מען נישט פארשוויגן אזעלכע ווילדע קאנספיראציעס
פוטין ימ"ש אויסערן זיין א עקס ק.ג.ב. אגענט, איז באוואוסט נישט פון היינט און נישט פון נעכטן, מיט זיינע מעשי רציחה, דאס איז נישט קיין באהאלטענע זאכן וואס שפיאנאזש אגענטן פארציילן אונז, דאס איז זאכן וואס אונז אלע האבן מיטגעהאלטן די לעצטע יאר צייט, צו איז דאס פריגאזשין, צו איז דאס נאוואלני, (דאס איז פון די לעצטע פאר חדשים, און ס'איז באוואוסט אסאך אזעלכע מעשיות)
אמעריקע חוץ פון די קאנספיראטארן ווייסט קיינער נישט פון קיין מעשי רציחה אדער אנדערע מעשים וואס ווערן געטון קעגן פאליטישע אפאנענטן
אויסער אקעגן טראמפ משלעבר יר"ה
אבער אנשטאט זאגן אז ס'איז טראמפ'ס שולד ווערט עס אמעריקע'ס שולד...

אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
האבעך געזען א באשרייבונג ווי זיי לויטן אז נאוואלני איז גארנישט געווען אזא פשוטע 'אפאזיציע', זיי זאגן אז ער איז קלאר געווען אז 'טריזאניסט' וואס האט ווידערשפעניגט אין געזעץ וואס איז אויפגעוויזן געווארן מיט 'עווידענס' אויף א פיל גרעסער פארנעם ווי יאנואר זעקס. אבער אינטערסאנט איז אז פונקט די וואס טראסטן נישט רוסלאנד מיט נאוואלני, זענען גאר די וואס האלטן אז ווער עס איז נאר געווען אין וואשינגטאן אויף יאנואר זעקס דארף מען איינשפארן פאר גאנץ לעבן. ווידער אין רוסלאנד האלטן זיי אז די רעגירונג דארף עס גאר מחזק זיין.
#היפּאקראטיע
#היפּאקראטיע
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: אפאזיציע
אין קורצן, די זעסט אלעס דורך דיין מערב וועלט גלעזער, מיט אינפארמאציע געפיטערט דורך די וועסטרין פראפעגאנדיסטס, קיין שום חידושים.כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:07 am כ'פארשטיי באמת נישט וויאזוי קענען מענטשן צוגלייכן אמעריקע צו רוסלאנד?! כ'האב מורא אז זיי טרייבן סתם ליצנות, און שפעטער קאלערן זיי זיך פון געלעכטער, זעענדיג ווי דער (תמימות'דיגער?) ניק פרובירט זיי צו מסביר זיין וואס איז די חילוק
דאס אליינס אז דו קענסט עס שרייבן, ווייזט אז דו ביזט נישט אין רוסלאנד, אין רוסלאנד וואלט מען נישט פארשוויגן אזעלכע ווילדע קאנספיראציעס
פוטין ימ"ש אויסערן זיין א עקס ק.ג.ב. אגענט, איז באוואוסט נישט פון היינט און נישט פון נעכטן, מיט זיינע מעשי רציחה, דאס איז נישט קיין באהאלטענע זאכן וואס שפיאנאזש אגענטן פארציילן אונז, דאס איז זאכן וואס אונז אלע האבן מיטגעהאלטן די לעצטע יאר צייט, צו איז דאס פריגאזשין, צו איז דאס נאוואלני, (דאס איז פון די לעצטע פאר חדשים, און ס'איז באוואוסט אסאך אזעלכע מעשיות)
אמעריקע חוץ פון די קאנספיראטארן ווייסט קיינער נישט פון קיין מעשי רציחה אדער אנדערע מעשים וואס ווערן געטון קעגן פאליטישע אפאנענטן
אויסער אקעגן טראמפ משלעבר יר"ה
אבער אנשטאט זאגן אז ס'איז טראמפ'ס שולד ווערט עס אמעריקע'ס שולד...
גיי פרעג די רוסקיס וואס זיי זאגן צו די איבערגעטריבענע מאכט באניץ צו אלטע זיידעס נאך א שפאציר אין די ’קאפיטאל געביידע’.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:10 am האבעך געזען א באשרייבונג ווי זיי לויטן אז נאוואלני איז גארנישט געווען אזא פשוטע 'אפאזיציע', זיי זאגן אז ער איז קלאר געווען אז 'טריזאניסט' וואס האט ווידערשפעניגט אין געזעץ וואס איז אויפגעוויזן געווארן מיט 'עווידענס' אויף א פיל גרעסער פארנעם ווי יאנואר זעקס. אבער אינטערסאנט איז אז פונקט די וואס טראסטן נישט רוסלאנד מיט נאוואלני, זענען גאר די וואס האלטן אז ווער עס איז נאר געווען אין וואשינגטאן אויף יאנואר זעקס דארף מען איינשפארן פאר גאנץ לעבן. ווידער אין רוסלאנד האלטן זיי אז די רעגירונג דארף עס גאר מחזק זיין.
#היפּאקראטיע
ניין!
קודם ווייז מיר די עווידענס אנקעגן נאוואלני... אנקעגן טראמפ איז גארנישט באהאלטן (מ'קען זיך ס"ה טענה'ן ווי א גרויסע עוולה עס איז פאקטיש געזעצליך).
צווייטנס, איך האלט נישט אז יעדער יאנואר6 מיטגליד דארף גיין זיצן, אדער אז פראטעסטן אויף סיי וועלכע רואיגע פארמאט זאל זיין פארבאטן (- כולל BLM, קליימעט טשענדזש, פרי מלכי, פרי פאלעסטיין, אנטי ביידען, אדער אנטי טראמפ, ווילאנג עס איז נישט ווייעלענט אדער ארויס פון געזעצליכע גדרים). משא"כ אין רוסלאנד זענען אלע פון די פארבאטן אויף יעדע פארמאט!
אויב זעסטו נישט קיין חילוק צווישן אקטיווירן און לאזן הערן די שטומע אנקעגן א פרעזידענט וועלכע דיקטירט אן קיין איבערזיכט פאר 24 יאר, און איינברעכן אין אן אקטיווע קאפיטאל געביידע ארויסצושרייען קעגנערשאפט אנקעגן דעמאקראטישע וואלן (וואס וועט זיך ממילא איבער'חזר'ן אין 4 יאר) וואס איינער האט מחליט געווען אן קיין שום דעקונג אז עס איז נישט יושר'דיג - דאן ווייס איך נישט וואס א 'חילוק' באדייט יא ביי דיר!
ועל כולם, קיינער האט נישט קיין טענות אויף רוסלאנד פארן איינזעצן קרימינאלן אדער אפי' פאליטישע קעגנער וועמען זייער געריכט טרעפט אומגעזעצליך. עס איז די טויט פון איין אפאזיציע נאכן צווייטן, און פון יעדע שטומע אנקעגן די לאנג-טערמיניגע רעגירונג וואס ווערט אפגעשטעלט מיט די מערסט ברוטאלע מיטלען - דאס איז וואס א רעכט-דענקיגער זאל פארשרייען.
ווען די דעמאקראטן וועלן איינזעצן און הרג'נען רעפארטער, דזשורנאליסטס, אפאזיציעס, און לויערס, אויף די מינעמאלסטע פארנעם ענליך דערצו - דאן קום צוריק צו מיר.
ווילאנג זיי גייען ס"ה נאך איין טאטאלע משוגע'נער וואס אפי' זיינע אייגענע מענטשן גלייבן אז ער גייט צומאל 'צו ווייט', און זיי פראבירן זיכער צו מאכן אז 'קיינער איז נישט העכער דעם געזעץ' איז נישטא וואס צו פאגלייכן.
במחילת כבודך וכבוד בית טראמפ.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
גאנץ אייראפע האט 'אפיציעל' נישט קיין פרייהייט פון ווארט און איך האב נישט געזען ס'זאל דיר אזוי באדערן. און אמעריקע וואס האט שוין יא 'אפיציעל' פרייהייט פון ווארט, איז שוין היינט צוטאגס גלוי לעיני כל אז ס'איז בלויז פאלשקייט ווען ס'איז שוין פאקטיש באשטעטיגט אז די רעגירונג איז קלאר געשטאנען אונטער די צענזורה איינגעשטעלט ביי 'פריוואטע' פירמעס.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 9:28 am
ווען די דעמאקראטן וועלן איינזעצן און הרג'נען רעפארטער, דזשורנאליסטס, אפאזיציעס, און לויערס, אויף די מינעמאלסטע פארנעם ענליך דערצו - דאן קום צוריק צו מיר.
ווילאנג זיי גייען ס"ה נאך איין טאטאלע משוגע'נער וואס אפי' זיינע אייגענע מענטשן גלייבן אז ער גייט צומאל 'צו ווייט', און זיי פראבירן זיכער צו מאכן אז 'קיינער איז נישט העכער דעם געזעץ' איז נישטא וואס צו פאגלייכן.
במחילת כבודך וכבוד בית טראמפ.
פרובירט אפיר זוכן 'קלינטאן בּאַדי קאונט'. דערנאך פרובירט אויסגעפינען וואס האט פאסירט מיט ברייטבארט. דערנאך מיט מיכאל העסטינגס, אויך סעטה ריטש. ס'שמעקט פונקט ווי רוסלאנד... אה, און קענעדי האט עפעס א קאָקאָ פונקט געשאסן.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
ביסטו גרייט צו וואוינען אין רוסלאנד אויב איז עס שוין ממש ווי אמעריקע? און אויב אמעריקע איז טאקע אזוי שלעכט, וואס איז די פוינט זיך צו טענה'ן, קען מען דען עפעס אויפטון? דאס אליין ווייזט אז לכאו' יא...
'פרייהייט פון ווארט' איז נישט די נקודה, עס איז דעמאקראטיע און טשעקס און בעלענסעס אויפן רעגירונג - דורך ציווילע שטומעס וואס קענען ווערן געהערט. וועלכע אייראפעישע לאנד איז ווי רוסלאנד לגבי דעם?
קאנספיראציעס און שפעקולאציעס איז נישט מיין ספעציאליטעט. און איך קען נישט דוקא אלע נעמען וואס דו רעכנסט אויס. זיי מיר נאר מסביר וויאזוי טראמפ איז בכלל געווען פרעזידענט אין אמעריקע פאר פיר יאר (מיט א מעגליכקייט פאר נאכאמאל)? וויאזוי האט די אפאזיציע א מאיאריטעט אין קאנגרעס? וויאזוי האט טראמפ אזויפיל אפענע שטיצע? וויאזוי איז די סופרים קאורט רעכט גענויגט? וויאזוי זענען די בוש'ס געווען פרעזידענט? וויאזוי איז בכלל דא אזא מאכטפולע רעפובליקאנע פארטיי?
אלעס אזוי גלאט אונטער די 'רוסיש-סטיל' אפרעשאן? אר יו קידינג מי?
'פרייהייט פון ווארט' איז נישט די נקודה, עס איז דעמאקראטיע און טשעקס און בעלענסעס אויפן רעגירונג - דורך ציווילע שטומעס וואס קענען ווערן געהערט. וועלכע אייראפעישע לאנד איז ווי רוסלאנד לגבי דעם?
קאנספיראציעס און שפעקולאציעס איז נישט מיין ספעציאליטעט. און איך קען נישט דוקא אלע נעמען וואס דו רעכנסט אויס. זיי מיר נאר מסביר וויאזוי טראמפ איז בכלל געווען פרעזידענט אין אמעריקע פאר פיר יאר (מיט א מעגליכקייט פאר נאכאמאל)? וויאזוי האט די אפאזיציע א מאיאריטעט אין קאנגרעס? וויאזוי האט טראמפ אזויפיל אפענע שטיצע? וויאזוי איז די סופרים קאורט רעכט גענויגט? וויאזוי זענען די בוש'ס געווען פרעזידענט? וויאזוי איז בכלל דא אזא מאכטפולע רעפובליקאנע פארטיי?
אלעס אזוי גלאט אונטער די 'רוסיש-סטיל' אפרעשאן? אר יו קידינג מי?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
אפי' מיט וואס דו זאגסט בנוגע טראמפּ אז די עווידענס איז לעיני כל. איז גוט באוויסט אז אין אמעריקע קען מען היינט צוטאגס יעדן לייגן אין תפיסה. ווייל יעדער פארלעצט איבער הונדערט פעדעראלע קריימס א טאג. ס'איז נישט קיין ספק אז טראמפּ איז אזוי שולדיג ווי כמעט יעדע נארמאלע מענטש. און ס'איז קלאר אז מ'וויל איהם אונטערברענגן פאר גאר אנדערע סיבות.
אויך איז היינט שוין קלאר אז פון אבאמא צו טראמפּ איז 'אינגאנצן' נישט געווען די א''ג 'פּיעספול טראנספער אף פּאוער'. נאך וואס זיי האבן איינגעשטעלט א (שוין קלאר אויפגעוויזן) פלאן איהם אונטערצוברענגען. וואס טראמפּ האט געהאט א אויסטערלישע סיעתא דשמיא אז ס'איז נישט געלונגען. אבער גע'הרג'ט זיין געלעגנהייט אויפצוטוהן אסאך האט עס יא. זעהט מיר אויך נישט אויס ווי ס'געט דיר א קראץ....
אויך איז היינט שוין קלאר אז פון אבאמא צו טראמפּ איז 'אינגאנצן' נישט געווען די א''ג 'פּיעספול טראנספער אף פּאוער'. נאך וואס זיי האבן איינגעשטעלט א (שוין קלאר אויפגעוויזן) פלאן איהם אונטערצוברענגען. וואס טראמפּ האט געהאט א אויסטערלישע סיעתא דשמיא אז ס'איז נישט געלונגען. אבער גע'הרג'ט זיין געלעגנהייט אויפצוטוהן אסאך האט עס יא. זעהט מיר אויך נישט אויס ווי ס'געט דיר א קראץ....
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
איך קען זיי נישט. אבער פון א קליינע גוגל סערטש שיינט ווי ביידע פון זיי לעבן נאך. ריכטיג? איך גיי טאקע נישט קאמענטירן!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: אפאזיציע
סארא סטופיד ארגומענט דעס, אנטושלדיגט.
די(די לינקע) ביסט גרייט צו וואוינען אין די נעדערלאנד’ס? ניין, און נאכאלץ פארקויפסטו ווי גוט ס’איז.
דא וואוין ע’כ, עמיר עס פרובירן צו פאררעכטן.
’נאוואלני’ איז נישט געקומען קיין אמעריקע, פארוואס?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
קורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:13 am אפי' מיט וואס דו זאגסט בנוגע טראמפּ אז די עווידענס איז לעיני כל. איז גוט באוויסט אז אין אמעריקע קען מען היינט צוטאגס יעדן לייגן אין תפיסה. ווייל יעדער פארלעצט איבער הונדערט פעדעראלע קריימס א טאג. ס'איז נישט קיין ספק אז טראמפּ איז אזוי שולדיג ווי כמעט יעדע נארמאלע מענטש. און ס'איז קלאר אז מ'וויל איהם אונטערברענגן פאר גאר אנדערע סיבות.
אויך איז היינט שוין קלאר אז פון אבאמא צו טראמפּ איז 'אינגאנצן' נישט געווען די א''ג 'פּיעספול טראנספער אף פּאוער'. נאך וואס זיי האבן איינגעשטעלט א (שוין קלאר אויפגעוויזן) פלאן איהם אונטערצוברענגען. וואס טראמפּ האט געהאט א אויסטערלישע סיעתא דשמיא אז ס'איז נישט געלונגען. אבער גע'הרג'ט זיין געלעגנהייט אויפצוטוהן אסאך האט עס יא. זעהט מיר אויך נישט אויס ווי ס'געט דיר א קראץ....
איך קען נישט גוט די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם, און איך פארשטיי אז עס איז נישט די בעסטע אין די וועלט - מילד גערעדט. אבער א סיסטעם איז עס נאכאלץ!
אודאי גייט מען שנעלער איינזעצן א מוילמאכער וואס טוט עוולות ווי סתם א מענטש. וואס האסטו געטראכט?! ווער רעדט נאך פון איינער וואס גרויסט זיך מיט זיינע משוגעת'ן און מיט זיינע 'שטיק' אנקעגן די 'סיסטעם' - אודאי גייט די סיסטעם אלעס טון אים צו פארשטילן. כך היא דרכה של עולם!
קיינער לייקנט נישט אז דעמאקראטן (און יעדע רעכט דענקיגער אינדיפענדענט - כולל אויסלענדישער) ווילן זען טראמפ אין די ערד, אדער לכל הפחות איינגעמאכט. ער איז נישט מיט אלעמען, ער דרייט אן און צוטיילט א לאנד, טוט זיך אפ זיינע עוולות אבער ליידן זאל א צווייטער, אן ערשט קלאסיגער ליגנער און אנדרייער, וכו וכו'. עס איז בכלל נישט אומלעגאל זיך צו נעמען אויף די ביינער פון אן אומעטישע מענטש אדער אויף קרימינאלע אקטן פון אזא איינעם, און עס איז זיכער נישט אומלעגאל צו נוצן סיי וועלכע לעגאלע מאכט אים אראפצוזען פון סיי וועלכע מאכטפולע פאזיציעס!
צו דעמאקראטן זענען צדיקים? צו זיי זענען בארעכטיגט אין יעדע שריט? זיכער נישט! אבער עט ליעסט גייען זיי מיט די בוקס - דערווייל!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:22 amסארא סטופיד ארגומענט דעס, אנטושלדיגט.
די(די לינקע) ביסט גרייט צו וואוינען אין די נעדערלאנד’ס? ניין, און נאכאלץ פארקויפסטו ווי גוט ס’איז.
דא וואוין ע’כ, עמיר עס פרובירן צו פאררעכטן.
’נאוואלני’ איז נישט געקומען קיין אמעריקע, פארוואס?
יא! פארוואס זאל איך נישט וועלן וואוינען אין נעדערלאנדס?! וואס איז דעי הנחה וואס דו שטעלסט? צופעליג דארף איך א ביהמ"ד ווי מ'שטעלט צו פשעווארסקע לאקשן קוגל נאכן דאווענען שבת און פונקט האב איך גארנישט פארלוירן דארט אויף די מינוט, אבער otherwise פארוואס נישט?!
קיין רוסלאנד/צפון קארעא/איראן... וויל איך אפי' נישט גיין אויף קיין באזוך! דו יא?
נאוואלני איז בשיטה אהין געפארן! איך כאפ נישט וואס דו ווילסט דערמיט זאגן.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:09 am ביסטו גרייט צו וואוינען אין רוסלאנד אויב איז עס שוין ממש ווי אמעריקע? און אויב אמעריקע איז טאקע אזוי שלעכט, וואס איז די פוינט זיך צו טענה'ן, קען מען דען עפעס אויפטון? דאס אליין ווייזט אז לכאו' יא...
'פרייהייט פון ווארט' איז נישט די נקודה, עס איז דעמאקראטיע און טשעקס און בעלענסעס אויפן רעגירונג - דורך ציווילע שטומעס וואס קענען ווערן געהערט. וועלכע אייראפעישע לאנד איז ווי רוסלאנד לגבי דעם?
קאנספיראציעס און שפעקולאציעס איז נישט מיין ספעציאליטעט. און איך קען נישט דוקא אלע נעמען וואס דו רעכנסט אויס. זיי מיר נאר מסביר וויאזוי טראמפ איז בכלל געווען פרעזידענט אין אמעריקע פאר פיר יאר (מיט א מעגליכקייט פאר נאכאמאל)? וויאזוי האט די אפאזיציע א מאיאריטעט אין קאנגרעס? וויאזוי האט טראמפ אזויפיל אפענע שטיצע? וויאזוי איז די סופרים קאורט רעכט גענויגט? וויאזוי זענען די בוש'ס געווען פרעזידענט? וויאזוי איז בכלל דא אזא מאכטפולע רעפובליקאנע פארטיי?
אלעס אזוי גלאט אונטער די 'רוסיש-סטיל' אפרעשאן? אר יו קידינג מי?
די זאכן זענען לענגערע קאמפליצירטע ענינים וואס מ'קען נישט מסביר זיין אויף איין פיס. ספעציעל אויב די צד שכנגד איז נישט מסכים אפי' צו הערן.
אויף די מינוט זעה איך נישט קיין ריזיגע חילוק צווישן אמעריקא און רוסלאנד. מיין קאמפארט זאנע איז אין אמעריקע, פונקט אזויווי מיין קאמפארט זאנע איז צו זיין א חסיד צווישן חסידים.
איך האב פארלוירן רוב פון מיין האפענונג אויף אמעריקע, מ'קען קיין סאך נישט טוהן. אבער ס'העלפט אויב מען איז אמווייניגסטנס באוואוסטזינוג.
פרייהייט פון ווארט איז די נקודה. נישטא קיין שאנס פאר טשעקס און באלאנסעס אויב קען מען דערפון נישט רעדן.
טשעקס און בעלענסעס אין אמעריקע עקזיסטירט שוין לאנג נישט. סי. איי. עי. און עף. בּי. איי. און די דעפענס דעפארטמענט און די פעדעראלע רעזערוו האבן בכלל נישט קיין טשעקס אדער באלאנס אין אוודאי נישט איבערזיכט.
טראמפּ איז טאקע 'בטעות' געווארן פרעזידענט. און קוק וואס האט פאסירט. אויב זעהסטו די רעספאנס דערצו אלס פרייהייט דאן העמער דא ענדיגן.
בנוגע וואלן אין אייראפע. אפשר האבן די שטעטעלאך וואלן אבער גרויסע דעסיזשענס פאסירן אין די אי. יו. הויפטקווארטיר אין בּראסעלס. אויך מיר א ערוועלטע דעמאקראטיע.
די אפאזיציע האט 'נישט' קיין מערהייט אין קאנגרעס! פאר רוב אמעריקע איז שוין אויס סוד אז די רעפובליקאנער און דעמאקראטן זענען איין פארטיי וואס טיילן זיך מיט די געלט. די רעפובליקאנער אין וואשינגטאן צוזאמען מיט די דעמאקראטן האבן אפגעשטעלט די 'אפאזיציע' פון די בירגער מער ווי איינמאל. סיי ביי די טי פארטיי מאוומענט און שפעטער ביי די מאַגאַ מאוומענט. יא די אפאזיציע איז מאַגאַ אידענטיפיצירטע אינדיווידואלע!
טראמפּ האט נישט אזויפיל אפענע שטיצע. למשל איך וואלט געווען א אפענע שטיצער. אבער סיי איך בין נישט. און סיי איך געב ח''ו נישט קיין געלט פאר די צוועק. איך זוך נישט צו ווערן נאכגעלאפן דורך די איי אר עס...
סופרים קאורט איז רעגירונג גענויגט. ווען ס'איז סיי וועלכע קעיס קאנסערוואטיזם ווס. רעגירונג, איז בערך ניינציג פראצענט פון די שטימע לטובת רעגירונג. אפגעזען פון די קאנסטיטוציע. אויב רעכט ווס. לינק ביי דיר איז לגב''ט אדער ווייסעכוואס זעה איך שוין אויך נישט ווי ס'איז אזוי רעכט. טראץ וואס זיי זענען אפיציעל מער 'רעפובליקאנער' זענען זייערע דעסיזשענס וואו ס'איז מערסטנס נוגע גאנץ לינק....
ווידער בוש איז נישט פון די אפאזיציע. וועק דיר אויף. נאכאמאל, די רעפובליקאנער פארטיי איז נישט די אפאזיציע.
רוסיש-סטיל אדער פאליטיש סטיל? איך בין געווען מיט די זעלבע מיינדסעט ווי דיר. ביז איך האב זיך ערוועקט ביי טראמפּ.
אפשר זאלט איר ליינען ברייטבארטס ביכל און סנאודן'ס ביכל וועסטו 'אנהייבן' כאפן. ביידע לייגן אויס פאקטן נישט קאנספיראציעס. דערנאך וועסטו שוין קענען קאנספירירן וואס האט פאסירט מיט ברייטבארט.....
בד''וו, איינער פון מיינע שאַקס איז געווען אז ברייטבארט איז נישט געווען קיין אידילאגיש קאנסערוואטיווע מענטש. בהצלחה.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
יא, איינער איז אונטער גראטעס אונטער געפערליכע אומשטענדן. נאך וואס ער האט טאקע עובר געווען בלויז אויף פרייהייט פון ווארט.
און די אנדערע לעבט טאקע א חיים טובים אין וועלכע לאנד?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: אפאזיציע
מיין פוינט איז, אז רוב לינקע שרייען ווי סאך בעסער ’די נעדערלאנד’ס זענען פון ’אמעריקע’ און נאכאלץ גייען זיי נישט אהין, פארוואס, ווייל רוב מענטשן ווילן בלייבן אין זייער היימלאנד, און עס טוישן צו זייער זייט.אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:31 amאלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:22 amסארא סטופיד ארגומענט דעס, אנטושלדיגט.
די(די לינקע) ביסט גרייט צו וואוינען אין די נעדערלאנד’ס? ניין, און נאכאלץ פארקויפסטו ווי גוט ס’איז.
דא וואוין ע’כ, עמיר עס פרובירן צו פאררעכטן.
’נאוואלני’ איז נישט געקומען קיין אמעריקע, פארוואס?
יא! פארוואס זאל איך נישט וועלן וואוינען אין נעדערלאנדס?! וואס איז דעי הנחה וואס דו שטעלסט? צופעליג דארף איך א ביהמ"ד ווי מ'שטעלט צו פשעווארסקע לאקשן קוגל נאכן דאווענען שבת און פונקט האב איך גארנישט פארלוירן דארט אויף די מינוט, אבער otherwise פארוואס נישט?!
קיין רוסלאנד/צפון קארעא/איראן... וויל איך אפי' נישט גיין אויף קיין באזוך! דו יא?
נאוואלני איז בשיטה אהין געפארן! איך כאפ נישט וואס דו ווילסט דערמיט זאגן.
אה, און טראמפ וואוינט אויך בשיטה אין ’אמעריקע’...
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
Re: אפאזיציע
מיט וועלכע בוקס גייען זיי? ס'זעהט מיר אויס ווי איר זענט פשוט אן באהאווענט מיט וואס האט דא פאסירט. אויב ווערט אויפגעוויזן אז די דעמאקראטן (און רעפובליקאנער) האבן ארויס געווארפן די בוקס איהם צו קענען אין דער ערד לייגן וועסטו מודה זיין? אדער גייסט איבערזאגן די זעלבע זאך? ווייל איך קען דיר עס אויפווייזן. אבער דו דארפסט קודם וועלן הערן. דערנאך געדולד צו ליינען. און דערנאך בין איך גאנץ זיכער אז דו וועסט עס כאפן פונקט ווי מיר.אלפא האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:26 amקורקלענד האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:13 am אפי' מיט וואס דו זאגסט בנוגע טראמפּ אז די עווידענס איז לעיני כל. איז גוט באוויסט אז אין אמעריקע קען מען היינט צוטאגס יעדן לייגן אין תפיסה. ווייל יעדער פארלעצט איבער הונדערט פעדעראלע קריימס א טאג. ס'איז נישט קיין ספק אז טראמפּ איז אזוי שולדיג ווי כמעט יעדע נארמאלע מענטש. און ס'איז קלאר אז מ'וויל איהם אונטערברענגן פאר גאר אנדערע סיבות.
אויך איז היינט שוין קלאר אז פון אבאמא צו טראמפּ איז 'אינגאנצן' נישט געווען די א''ג 'פּיעספול טראנספער אף פּאוער'. נאך וואס זיי האבן איינגעשטעלט א (שוין קלאר אויפגעוויזן) פלאן איהם אונטערצוברענגען. וואס טראמפּ האט געהאט א אויסטערלישע סיעתא דשמיא אז ס'איז נישט געלונגען. אבער גע'הרג'ט זיין געלעגנהייט אויפצוטוהן אסאך האט עס יא. זעהט מיר אויך נישט אויס ווי ס'געט דיר א קראץ....
איך קען נישט גוט די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם, און איך פארשטיי אז עס איז נישט די בעסטע אין די וועלט - מילד גערעדט. אבער א סיסטעם איז עס נאכאלץ!
אודאי גייט מען שנעלער איינזעצן א מוילמאכער וואס טוט עוולות ווי סתם א מענטש. וואס האסטו געטראכט?! ווער רעדט נאך פון איינער וואס גרויסט זיך מיט זיינע משוגעת'ן און מיט זיינע 'שטיק' אנקעגן די 'סיסטעם' - אודאי גייט די סיסטעם אלעס טון אים צו פארשטילן. כך היא דרכה של עולם!
קיינער לייקנט נישט אז דעמאקראטן (און יעדע רעכט דענקיגער אינדיפענדענט - כולל אויסלענדישער) ווילן זען טראמפ אין די ערד, אדער לכל הפחות איינגעמאכט. ער איז נישט מיט אלעמען, ער דרייט אן און צוטיילט א לאנד, טוט זיך אפ זיינע עוולות אבער ליידן זאל א צווייטער, אן ערשט קלאסיגער ליגנער און אנדרייער, וכו וכו'. עס איז בכלל נישט אומלעגאל זיך צו נעמען אויף די ביינער פון אן אומעטישע מענטש אדער אויף קרימינאלע אקטן פון אזא איינעם, און עס איז זיכער נישט אומלעגאל צו נוצן סיי וועלכע לעגאלע מאכט אים אראפצוזען פון סיי וועלכע מאכטפולע פאזיציעס!
צו דעמאקראטן זענען צדיקים? צו זיי זענען בארעכטיגט אין יעדע שריט? זיכער נישט! אבער עט ליעסט גייען זיי מיט די בוקס - דערווייל!
איך בין נישט קיין רעפובליקאנער און נישט קיין דעמאקראט ניט קיין קאנסערוואטיווע און אויך נישט קיין ליבעראלע.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
אויב ביסטו שוין יא אנגעליינט און מיואש אויפן פאליטישע מצב וועלכע האלט די גאנצע געמיינדע האסטעדזש פאר זייערע קעשענעס, וואס פונקטליך האט טראמפ יא צו פארקויפן לשיטתך וואס קען אפי' האפן אויפצוטון? וואס איז בכלל שייך צו טון אז טראמפ זאל לכבוד דעם זיין אזא הערא? סתם רעדן טוסטו דאך אויך, האט טראמפ א רעאליסטישע סטראטעגיע אויסצורייניגן וואשינגטאן? האלסטו טאקע אז זיינע אלע שטיצער זענען געווארן אנהענגער פון אים בלויז פאר די אינטעלעקטואלע סיבות וואס דו שטעלסט דא אהער? פארשטייסטו טאקע נישט די סכנה פון פאפוליזם און פון אונטערהייצן די מאסן אן קיין אלטערנאטיוון מהלך צום טיש?
נאכאמאל, איך באצו מיר נישט צו דיינע טענות אליין, ווייל איך קען נישט אריינרעדן דארט וואו איך קען מיר נישט אויס, און לויט ווי דו לייגסט עס אראפ דראמאטיש איז אלעס קארופטירט פון אויבן ביז אראפ, אויף וואס איך זע אפי' נישט קיין קאונטער ארגומענט וואס זאל קענען בייקומען אזא מסקנא-קודם-להנחה.
איך וויל נאר פארשטיין דיין אלטערנאטיוו...
נאכאמאל, איך באצו מיר נישט צו דיינע טענות אליין, ווייל איך קען נישט אריינרעדן דארט וואו איך קען מיר נישט אויס, און לויט ווי דו לייגסט עס אראפ דראמאטיש איז אלעס קארופטירט פון אויבן ביז אראפ, אויף וואס איך זע אפי' נישט קיין קאונטער ארגומענט וואס זאל קענען בייקומען אזא מסקנא-קודם-להנחה.
איך וויל נאר פארשטיין דיין אלטערנאטיוו...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל
Re: אפאזיציע
מיט וועלכע בוק’ס?
בשעת ’מעטט טאיבי’ די ליעקער פון די ’טוויטער פייל’ס (נאך אזאך וואס רוב אמעריקאנער געדענקן שוין ניטאמאל, ווייל די מידיע, קאנטראלירט דורך די לינקע גאווערמענט האט עס דערשטיקט) איז געזיצן אין קאנגרעס עדות זאגן וועגן די דערשטיקונג פון די ערשטע אמענדמענט, איז זיין הויז איבערגעפאלן געווארן דורך די געהיים פאליציי באקאנט אלס די FBI.
זייער אינטערסאנט, ווי גלייך נאך וואס ’אילאן מאסק’ איז דערקלערט געווארן שונא נומער איינס ביי די דעמאקראטן, נאך וואס ער האט זיי גוט פארשעמט מיט די טוויטער פייל’ס, האבן אנגעהויבן פאפן אויספארשונגן און אינוועסטיגשינ’ס קעגן אים.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: אפאזיציע
again, מיין פוינט איז מתחילה נישט געווען פון די פאקט אז דו וואוינסט נישט דארט אדער אז מ'צוט זיך נישט פאקטיש אוועק אהין. די נקודה איז צו דו וואלסט דיר געקענט פארשטעלן וואוינען דארט מיט דיין יעצטיגע (פרייע) מיינדסעט?! אויב נישט, ווייזט עס אז דו פארשטייסט יא עפעס א שטיקל חילוק!אלע צוזאמען האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 10:39 am
מיין פוינט איז, אז רוב לינקע שרייען ווי סאך בעסער ’די נעדערלאנד’ס זענען פון ’אמעריקע’ און נאכאלץ גייען זיי נישט אהין, פארוואס, ווייל רוב מענטשן ווילן בלייבן אין זייער היימלאנד, און עס טוישן צו זייער זייט.