א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

טמיר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:04 pm איך סיין אויף נאר ווייל איך וויל שטיצן א יוד וואס נעמט זיך אונטער צי געבן א קאפע פאר די יודישע מאפיא. ער איז א שליח ציבור טון ער פארדינט יעדעמס שטיצע פאר דעם.

חיים הלוי און לאכעדיג ווייסן דאס אויך. נאר זיי דארפן דאך באקומען זייער פאר גראשן פון ריינער צי קענען שבת מאכן
טמיר ונעלם האפט אז פאנעט וועט איין טאג האבן געלט און ער וועט דיר עפעס געבן פארן אים פאמפן דא אויף קאווע שטיבל, וויל איך דיר לאזן וויסן אז היות ער איז א רעביש קינד + א דעעשע אייניקל ווערס זענען יודעי לשמצה וועסטו קיין איין דאללער פון אים נישט זעהן, אין ס'איז א שאד דיין ארבעט.

איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט צו ריינער און איך ווייס אפילו נישט וויאזוי ער זעהט אויס אבער צו פאנעט האב איך שוין יא גערעדט פנים אל פנים און איין זאך קען איך דיר זאגן, די אויגן שטייען אים נישט גראד אין קאפ און יעדע ווארט וואס ער זאגט שטימט נישט מיט די נעקסטע ווארט זיינע און ווי איינער פון אונזער חבירים האט שוין ארויסגעברענגט קוקענדיג אויף זיינע קארט פיילס אז פאנעט לעבט אין דינייעל..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך בא גד »

דיין שקר איז צו דורכזיכטיג
דו זאגסט איבער אלע זיינע לאזונגען ווארט ביי ווארט,
גיי טרעף די קליפס פון די בתי דינים זיצונגען ביי בערגמאן סאיז פלאי פלאים ווי ממש זאגסט איבער מלה במלה וואס ער שרייט דארט, ככלב שב על קיאו
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

איך האב נישט געזען ריינערס טענות אויף פאנעט אבער קלוגע מענטשן טראכטן אייניג, און ווי נאר איך האב געזען פאנעט די ערשטע מאל און גערעדט מיט אים א ווארט האב איך גלייך צוגעטראפן און געזעהן מיט וועם מ'האנדעלט דא.

גד גדוד יגודנו...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך [NAMELESS] »

בא גד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:24 pm
חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:12 pm
טמיר האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:04 pm
חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 7:11 pm פארט יעצט ארום זיין קארט פיילונג... דער איד לעבט אין דינייעל ער רופט מכון להוראה און התאחדות הרבנים ר' מענדל זילבער אין קארט און ער ערווארט נאך אז די סיסטעם זאל עם מקבל זיין....

איז שוין בכלל געווען אזא זאך אין די היסטאריע אז א יחיד זאל רופען א פראמינענטע בית דין און רבנים אין קארט?

נניח אלעס איז קראפטירט די רבנים בתי דינים, אבער דו האסט זיך נישט געצויגען צו דשארדשיע ביסט נישט געווארן א מאדערן איד... דו ביסט אין די סיסטעם און דו זיכסט פרנסה פון די מענטשען אין די סיסטעם, דאס איז דאך ממש סואסייד.

קלוגער וואלט געווען ער נעמט נאר דוד קיינער אין קארט לאמיר זאגן בערגמאן מיט בית יוסף אויך, אבער מכון להוראה התאחדות הרבנים און ר' מענדל זילבער? ביסט אינגאנצן יצא מדעתך?
איך סיין אויף נאר ווייל איך וויל שטיצן א יוד וואס נעמט זיך אונטער צי געבן א קאפע פאר די יודישע מאפיא. ער איז א שליח ציבור טון ער פארדינט יעדעמס שטיצע פאר דעם.

חיים הלוי און לאכעדיג ווייסן דאס אויך. נאר זיי דארפן דאך באקומען זייער פאר גראשן פון ריינער צי קענען שבת מאכן
:lol: אפשר גיסטו טאקע איבער פאר ריינער אז איך קען נוצען פאר דאלער.

מה''פ איז היבש א שוואכע קאפע פאר די סיסטעם, זיי שפירן עס ניטאמאל...

מצא טוב און מה טובו וכדומה דאס איז א קאפע ווי עס דארף צו זיין זיי ווייסען נישט ווי אזוי עס צו הענדלען.
אוי איז דאס א קאפע
קוק ווי זיי זענען ביזי מיט עם
זיי ווייסן וואס דו ווייסט נישט זיי ווייסן בעסער ווי דו מיינסט וואס זיי האבן געטון און אמעריקא איז א לאנד פון געזעץ און איך האב נישט קיין ספק און זיי ציטערען אין די הויזן
והא ראיה ווי זיי פייטן עם

אבער זיי פארגעסן איין זאך, מען לעבט אין 2024 און רוב עולם וויל זען ווי מען רוימט אויס די השתחה פון דיני תורה איינמאל פאר אלעמאל
נישט אין ארץ ישראל און נישט אין אייראפע איז די לעוועל פון השחתה אזוי געפערליך הויעך ווי דאהי
אפאר יחידים וואס זענען קרח רייך פון אידיש בלוטיגע געלט און די יחידים מיינען אז זיי פירן יהדות אמעריקא זיי מיינען אז דער עולם בעקט זיי
אבער זיי לעבן אין א גרויסער טעות
איך גלייב שווער אז מה''פ וועט מצליח זיין זיי אונטער צו ברענגן, הלוואי יא, מיר קוקט אויס ער וועט אליינס ווערן אונטערגעברענגט... עס איז א שטארקע ווייטאג, אבער די מציאות פאטשט אין פנים
בא גד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך בא גד »

חיים הלוי האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:32 pm
איך גלייב שווער אז מה''פ וועט מצליח זיין זיי אונטער צו ברענגען, הלוואי יא, מיר קוקט אויס ער וועט אליינס ווערן אונטערגעברענגט...

ער ווערט נישט!!!
נישט דער פאדהייצער רב'ס זון, נישט די צוויי קאשוי אייניקלעך פון מכון און סאכדעס, נישט בית יוסף און נישט דוד ריינער פירט דער וועלט
דער גאט ברוך הוא פירט עס און וואס ער באשליסט וועט געשען, אפגעזען וואס די חברה ווילן

מארק מיי ווארדס, אין 5 יאר פון יעצט העמער זען ווי וועט ריינער זיין און ווי פאנעט
סעיוו עס גוט אראפ
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

די ליסטע איז גרויס פון מענטשן וואס האבן געפייט די סיסטעם, רובם ככולם פון זיי האבן נישט געהאט קיין פרנסה, זיך גע'גט און נישט געזען קיין נחת פון די קינדער און אויף די עלטער האבן זיי חרטה געהאט.
טראכט פון איינעם, יענעם מיין איך...

פאנעט וועט נאך איין טאג חרטה האבן, האפענטליך וועט עס נישט זיין צו שפעט.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך סקעפטיקער »

@בא גד און @לאכעדיג עטס וועטס ענק נאך אסאך אויסשלאגן אין קאורט און מ'וועט דעמאלטס זעהן ווער עס איז גערעכט, עס איז ממש א שאד יעצט צו אויסצומוטשענען דעם עולם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סקעפטיקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

איך האב חס ושלום נישט גערעדט אויף די קדושים די דעעשע רביס זי"ע, אבער פון זייערע אייניקלעך זענען דא משוגעים וואס מאכן א חורבן אין כלל ישראל, צווישן זיי איז הרב "מענדלע" וויזניץער און "מענדלע" הערש פאנעט.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך סקעפטיקער »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:41 pm איך האב חס ושלום נישט גערעדט אויף די קדושים די דעעשע רביס זי"ע, אבער פון זייערע אייניקלעך זענען דא משוגעים וואס מאכן א חורבן אין כלל ישראל, צווישן זיי איז הרב "מענדלע" וויזניץער און "מענדלע" הערש פאנעט.
ביי מענדעלע וויזניצער פיעלט קיינער נישט פאר וויכטיג צו ברענגען זיין דעעשע יחוס, ער איז כדי לעצמו, אבער אויף רמ"ה פאנעט זעהט אויס אז דו האסט נישט גענוג און דו דארפסט נעמען דעם לאכעדיגן קינדערישן מהלך אז זיין זיידע האט געהאט א פאני נאז, און אז זיין באבע האט גערעדט הויעך
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

בא גד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:34 pm דער פאדהייצער רב'ס זון
כ'האב נישט געוואוסט אז דער פודהייצער איז געוועהן א רב, ס'ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געארבעט אין פאסט אפיס.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך קהל'ס נער »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:51 pm
בא גד האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:34 pm דער פאדהייצער רב'ס זון
כ'האב נישט געוואוסט אז דער פודהייצער איז געוועהן א רב, ס'ליגט מיר אין קאפ אז ער האט געארבעט אין פאסט אפיס.
דאכט זיך אז דער שארמאשער דער בעל הטעילער ריידס האט בתחלת דרכו געארבעט אין פאסט אפיס, העכערע זאכן.

ווי נעמט מען ציריק די צייטן ווען רבנים האבן אליינס געארבעט פאר די געלט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
[NAMELESS]

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאכעדיג האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:37 pm די ליסטע איז גרויס פון מענטשן וואס האבן געפייט די סיסטעם, רובם ככולם פון זיי האבן נישט געהאט קיין פרנסה, זיך גע'גט און נישט געזען קיין נחת פון די קינדער און אויף די עלטער האבן זיי חרטה געהאט.
טראכט פון איינעם, יענעם מיין איך...

פאנעט וועט נאך איין טאג חרטה האבן, האפענטליך וועט עס נישט זיין צו שפעט.
גראדע קען איך היבש וואס זענען מוצלחים מיט פיינע קינדער יוסל וואלדמאן פון קרית יואל איז איינס נאך איינער איז משה יעקב יוסף בראך... עס איז דא נאך...
נישט דאס איז די נקודה ר' מענדל הערש זאל מצליח זיין מיט פרנסה און מיט גוטע קינדער, איך גלייב נאר נישט אז ער וועט זיין די ערשטער וואס זאל באזיגן די סיסטעם
יצחק אייזיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:59 pm
האט שוין געלייקט: 387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך יצחק אייזיק »

איך ווייס נישט צו די סיסטעם כאפט א קאפע פון זיין וועבזייטל אבער פון זיין לאו סאוט כאפן זיי שוין איינמאל א קאפע. נישט צו לאנג צוריק ווען א איד וואלט גערופן די גרעסטע בתי דינים אין קאורט וואלט זיך די היימישע גאס ממש איבערגעדרייט, עס וואלט געווען צעטלעך, פלאקאטן, דרשות וכו' נישט ווייניגער ווי די יעצטיגע חינוך עסק אדער מציצה. דערווייל קוק דיר ארום, אלעס שלאפט. קוים וואס איינער ווייסט דערפון און אפילו די וואס יא אינטערסירט עס גאר ווייניג. איך ווייס נישט צו ער גייט געווינען זיין לאו סאוט (אין יעדן פאל טוט עס אויף אז זיי גייען פון offense צו defense) אבער די עצם זאך אז ער איז געגאנגען אין קאורט און אלעס פארט ווייטער כאילו לא היה איז א שטארקע פאטש.

יעצט צו ער קען מצליח זיין מיט די וועבזייטל, איך גלייב נישט אז ער האלט א מינוט אז די סיסטעם וועט אים עקסעפטן אבער עס איז דא גענוג און נאך וואס זענען נישט אין די סיסטעם, און נאכמער איז דא וואס זענען יא אינעם סיסטעם אבער האבן עס טיף טייער ווען מען קען, און אזא זאך איז עפעס וואס די מוסד דארף פון דעם נישט וויסן.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

די סיבה פארוואס עמך מענטשן רעדן נישט פון פאנעט איז ווייל ער האט נישט קיין ווארט ביים היימישן עולם.

ער שטויסט די סיסטעם און ער דעדט אסאך שטותים דעריבער זענען מענטשן נישט נייגעריג אין אים און מען רעדט נישט פון אים.

(פון זיין קארט דמיון זאל מען רעדן?...)

אויף סאשעל מידיע ווי אויך אויף ק"ש ווי יעדע קליינע מוח קען זאגן א מיינונג איבער אלעס רעדט מען אויך פון פאנעט.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך קורקלענד »

הייסט שרייבסטו דא פשוט מצד דיין קליינע מוח......
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

קורקלענד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 2:33 am הייסט שרייבסטו דא פשוט מצד דיין קליינע מוח......
וכן למר.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך עמרם »

פאלגענד האב איך געזעהן אויף אידטיש
אויף די הדסים אויסגאבע
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:09 am פרשת משפטים אויף עמוד 13 איז געווען דארט א בילד פון א אויסגעלאסענע פרוי.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך לאכעדיג »

פאנעט טייערע, פון פארלערנען משניות מסכת אבות און אויסלערנען וויאזוי מען מאכט סקוואש קוגעל וועסטו קיין פרנסה נישט האבן. די דארפסט צושטעלן גוטע סחורה.

ווי אויך ברויך מען אינוועסטירן אין א פראיעקט, לדוגמא צושטעלן א געשמאקע וועבזייטל.
די האסט גענומען א וועבזייטל וואס קאסט נישט קיין געלט און ס'איז טאטע נישט באטעמט. מילד גערעדט.

די וויינסט פאר נאך סובסקרייבערס, אבער די עולם וויל זעהן וואס די קענסט. דערווייל קומסטו אריין שטומפיק.

ביי קינדליין ביסטו אריינגעקומען קלארער.
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

נאך דיין אלע קריטיק און bash'ן דעים אינגערמאן ביזטו געגאנגן ספענדן אפאר דאלער כדאי איהם צו אונטערהאקן נאך מער?

דו האלטסט אז דיינע ווערטער האבן האפט ביי סיי ווער מיט א טראפעלע זכרון?

זאג, דו מאכסט דיך אדער דאס איז ליידער אמת'דיג?
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

.
[NAMELESS]

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך [NAMELESS] »

נבלה נעשה בישראל!!!

שלומי אמוני ישראל איז געכאפט געווארן אין שאק ווי ווייט די קעגנער קאמפעני וועט גיין אונטערצוברענגן ר' מענדל הערש.

ר' מענדל הערש האט א וואטסאפ גרופע מיט קרוב צו 1000 איינגעשריבענע ווי ער לייגט פון צייט צו צייט זיינע סחורה, די קעגנער קאמפעני האט דאס נישט געקענט צוזעהן אזוי ווי דא קען מען נישט נוצען די רבנים ווייל זיי האבן נישט קיין ווארט אויף די בעלי בתים פון וואטסאפ...
זענען זיי ארויפגעקומען מיט א נידריגע אקט וואס שרייבנדיג די שורות גלייבט זיך נישט אז אידן וואס פארופען זיך 'פרום' זאל קענען זיין אומשטאנד דאס צו טון רח''ל
זיי האבן זיך איינגעשריבן מיט גוגל וואיס נומבער אין זיין גרופע און געלייקט זייער מיאוסע בילדער אויף די פראפייל בילד רח''ל ממש פ. בילדער פרויען אן בגדים... רח''ל און דאס האבן זיי געטון עטליכע מאל במשך די היינטיגע מוצ''ש בלית ברירה האט ר' מענדל הערש געמאלדן אז די גרופע פארמאכטע זיך און יעדער זאל זעהן אראפצוגיין.

פאר מיר איז דאס געווען א טורן פוינט און א איי אפענינג אויף די חברה וואס זיכען עם אונטער צו ברענגן כלמרשט אונטער דעת תורה ..
מייערן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 11:00 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך מייערן »

סאיז א ווייטאג!! למעשה ארבעט זיך אויס זיין נייע סייט?
״והעיקר״ ״ליב האבען א יוד און יעדען מצב״
״ראש הקהל מוהל אדער קצב״ קרעדיט רעב מיכאל ז״ל
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: א ווענדונג צו ר' מענדל הערש פאנעט

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

חיים הלוי האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 12:10 am נבלה נעשה בישראל!!!

שלומי אמוני ישראל איז געכאפט געווארן אין שאק ווי ווייט די קעגנער קאמפעני וועט גיין אונטערצוברענגן ר' מענדל הערש.

ר' מענדל הערש האט א וואטסאפ גרופע מיט קרוב צו 1000 איינגעשריבענע ווי ער לייגט פון צייט צו צייט זיינע סחורה, די קעגנער קאמפעני האט דאס נישט געקענט צוזעהן אזוי ווי דא קען מען נישט נוצען די רבנים ווייל זיי האבן נישט קיין ווארט אויף די בעלי בתים פון וואטסאפ...
זענען זיי ארויפגעקומען מיט א נידריגע אקט וואס שרייבנדיג די שורות גלייבט זיך נישט אז אידן וואס פארופען זיך 'פרום' זאל קענען זיין אומשטאנד דאס צו טון רח''ל
זיי האבן זיך איינגעשריבן מיט גוגל וואיס נומבער אין זיין גרופע און געלייקט זייער מיאוסע בילדער אויף די פראפייל בילד רח''ל ממש פ. בילדער פרויען אן בגדים... רח''ל און דאס האבן זיי געטון עטליכע מאל במשך די היינטיגע מוצ''ש בלית ברירה האט ר' מענדל הערש געמאלדן אז די גרופע פארמאכטע זיך און יעדער זאל זעהן אראפצוגיין.

פאר מיר איז דאס געווען א טורן פוינט און א איי אפענינג אויף די חברה וואס זיכען עם אונטער צו ברענגן כלמרשט אונטער דעת תורה ..
פ"וו ווייסט מען ווער עס האט עס געטוהן?
פארשפארט