דוד און בת שבע

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

חב''ד הויזן האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:03 am
שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:32 am איך האב דען געלייקנט אז דוד המלך האט ארויסגעגעבן א ספר תהלים? יעדער קען זייער גוט די ספר תהלים פון דוד המלך, איך באשרייב דא פשוט די אנדערע -נישט אזוי באקאנטע, זייט פון דוד. דער עולם האט טענות אז איך לייג אראפ דוד ווי א גענגסטער... נישט איך זאג דאס, ענק זאגן דאס, דו ביסט מחליט אז די מעשה פרעגט אפ די גאנצע הייליגקייט פון דוד, אבער איך קוק עס בכלל נישט אן אזוי. אמאליגע צייטן איז דאס בכלל נישט געווען אזא סתירה. איך פארצייל בלויז די מעשה וויאזוי עס שטייט. אקעי אוודאי לייג איך עס אראפ מיט מער שמאלץ, אבער ווי שוין געשריבן אויבן, אזוי זעט אויס למעשה פון די פסוקים אז די מעשה איז פארגעקומען.

למשל, די פסוקים שמועסן טאקע נישט אויס די גאנצע קאנווערסעישן וואס דוד האט געהאט מיט אוריה, די פסוק זאגט נאר די שפיצן וואס איז נוגע. די פסוק פארציילט אויך נישט אז דוד האט געשמועסט מיט בת שבע פאר די מעשה, אבער יעדער פארשטייט אז עפעס א קאנווערסעישן איז פארגעקומען, און איך האב ארייגעשטעלט כפי ענין הנראה וואס איז דארטן פארגעקומען. אז דו האלסט אז געוויסע זאכן איז נישט פינקט אזוי געווען, ביסטו מכובד זיך צו קריגן אדער שרייבן א אייגענע ארטיקל.

דאס אז די אויבישטער מעג זיך פירן אויף א וועג וואס 'זעט אויס' פאר אונז צו זיין אומעטיש איז א דבר פשוט, און כ'האב דאך קלאר געשריבן אז אויב גאט טוט דאס דאן איז עס 'יא' עטיש. וויאזוי דען קען מען פארשטיין אז גאט זאגט אונז לא ימתו בנים על אבות, ווייל ס'איז אומריכטיג און אומעטיש, אבער ער מעג יא זיין א פוקד עוון אבות על בנים? יא! גאט מעג! אז ס'געפעלט דיר נישט דאן טאף לאק, אבער אזוי ארבעט עס אזוי קומט אויס פון אפענע פסוקים.
יא דו לייגסט אראפ דוד ווי א גענגסטער אבער אונז זעמיר בכלל נישט מחליט אז דאס פרעגט אפ דוד'ס הייליקייט. דו האסט דא גארנישט מחדש געווען, די מעשה איז באקאנט פאר יעדן און אונז האמיר א תורה שבעל פה אין וואס אונז גלייב מיר וואס איז מפרש די מעשה. דו האסט סך הכל גענומען די מעשה און צוגעלייגט דיינע אייגענע פאנטאזיעס. נאכמער, דיין גאנצע טאלקינג פוינט ביז יעצט איז געווען אז דו קוקסט נישט וואס די גמרא און ראשונים זענען מסביר ווייל דו קוקסט פשוט די פסוקים אבער יעצט ביזטו מודה אז די פסוקים זענען היבש טריקן און דו ביזט מפרש און לייגסט צי צו די מעשה לויט דיין פארשטאנד, נא, האמיר א אויסוואל פון צוויי פירושים.

שאול המלך האט פארלוירן די מלוכה פארן נישט הרגענען די שאף פון די עמליקים און דוד וואס האט בפשטות עובר געווען אויף צוויי פון די שלש חמורות איז געבליבן מיט די מלוכה לו ולזרעו אחריו, אין המקרא הזה אומר דרשוני?

אנדערש ווי די מעשה פון שמשון הגיבור ווי רוב אינפארמאציע איז געקומען טאקע פון די גמרא האט עס נישט געטריגערט אזויפיל קעגנערשאפט, אבער ביי דעי מעשה האסטו גענומען אפאר טריקענע פסוקים וואס פאר טויזענטער יארן האבן תנאים ואמוראים ראשונים ואחרונים געלערנט פשט אין די מעשה - טאקע ווייל די מעשה as is האט מער קשיות ווי תירוצים - אז דוד האט טאקע געזינדיגט אבער ס'איז נישט געווען אזוי פשוט, קומסטו זיך קריגן מיט זיי אלע און צולייגן קאנווערסעישאנס מיט ליצנות. און נאך מיט א שטייפקייט אז דו דערציילסט פשוט די פאקטן.

דאס איז די איינציגסטע זאך וואס באדערט, נישט די מעשה נאר דאס גיין קעגן די תורה שבעל פה. איך האב גראדע הנאה געהאט פון די סעריע ביז אהער. אז דו ווילסט זיך דערקלערן אלס צדוקי, בין איך שטיל.

און האסט מיר נאכנישט געענטפערט אויף די ליצנות פון 'תשובה קארד'.
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך קוק בכלל נישט אין די גמרא אדער מפרשים. אדרבה, אז דו וועסט נישט זיין אזוי פויל און גוט ליינען יעדע תגובה אין דעם אשכול, וועסטו זען ווי איך זאג אז מען זאל דווקא יא לערנען די גמרות, און אויך גיין ווייטער צו די מפרשים. נאר מען דארף נישט ווערן סטאק און מען קען שפעטער צוזאמנעמען אלעס און אליין ניצן די שכל צו זען וועלכע פשט מאכט די מערסטע סענס.

געוויסע אמוראים האבן טאקע געזיכט צו זאגן אנדערש ווי פשוט פשט אין פסוק, און איך זאג אנדערש פשט איז זייערע ווערטער! די אברבנאל האט אויך אזוי געטון. דו ביסט דער וואס גייט קעגן תורה שבעל פה מיטן נישט אננעמען דעם אברבנאל אז דוד האט יא געזינדיגט מיט א גראבע עבירה. מאכסט עס סאונדן ווי די אמוראים האבן עפעס מורא'דיג אפגעלערנט די פסוקים מיט א געוואלדיגע אלטארנאטיווע מהלך. בכלל נישט! אם ווערי סארי. זיי טרייען אביסל צו דרייען מיט די צינג, אבער די מעשה בלייבט וויאזוי איך האב עס אראפגעלייגט. סתם זאגן אז "ס'איז נישט אזוי פשוט" מיינט גארנישט! זילטש!

שאול האט טאקע מיט איין עבירה געפלויגן, ווי די גמרא זאגט שוין אז דוד האט געהאט א ספעשל חן, גאט'ס פעט. און פארוואס איז דוד טאקע געווען גאט'ס ליבלינג? ווייל ער האט געוויסט וויאזוי די געים ארבעט. ער האט נישט געמאכט די זעלבע מסטעיק ווי שאול און אדם הראשון וואס האבן זיך פארענטפערט, גאט האט דאס נישט ליב. דוד האט גלייך די ערשטע רגע געזאגט, "סארי"

ודא רזא ד'תשובה קארד.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

איך האב געהערט פון רב געלצעהלער (אסאך נקידות) אז דוד המלך אנדערש ווי שאול איז מען מוחל אלע זיינע חטאים ווייל ער איז מוחל יעדעם איינעם. אנדערש ווי שאול וואס איז אין זיין אבסעסיע איז ער א נוקם ונוטר. דוד ברענגט צוריק אלע באנדיטן (יואב נעמט שוין קער אויפן ווינק פון אלע פראבלעמען..).
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך פערינא »

אויב אוריה איז געווען א חיתי אפשר איז ער נישט געווען קיין איד, איז בת שבע סתם געווען זיין גירל פריינד?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך מי אני »

שמן למאור האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:46 pmפארוואס איז דוד טאקע געווען גאט'ס ליבלינג? ווייל ער האט געוויסט וויאזוי די געים ארבעט. ער האט נישט געמאכט די זעלבע מסטעיק ווי שאול און אדם הראשון וואס האבן זיך פארענטפערט, גאט האט דאס נישט ליב. דוד האט גלייך די ערשטע רגע געזאגט, "סארי"

ודא רזא ד'תשובה קארד.
דער מהרש״א דארט ביומא כב: זאגט בעצם אויך אז דאס וואס די מלכות איז צוגענומען געווארן פון שאול אבער נישט פון דוד, איז מכח דעם ווייל דוד האט מודה געווען אין תשובה געטוהן:
כבר נתקשו בזה המפרשים וכי משוא פנים יש בדבר ותירצו בזה דחטא שאול הוא גדול ביותר לפי שהוא דבר הנוגע במלוכה כמ"ש (שמואל א טו ג) לך והכית וגו' מעולל ועד יונק וגו' משא"כ בחטא דוד שהוא חטא הכולל בכל ישראל. אבל לישנא ״גברא דמריה סייעיה״ לא משמע כן. ונראה לפרש בזה על פי מה שאמרו (יומא לח:) הבא לטהר מסייעין אותו מן השמים, והיינו גברא דמריה סייעיה לפי שהוא בא לטהר והודה על חטאיו וקבל עליו יסורים כדלקמן ולכך מן שמים סייעוהו לשוב בתשובה שלמה כמפורש בכמה מקראות בספר תהלים, משא"כ בשאול דלא מצינו בו שהודה על חטא זה לפניו יתברך ב"ה ולא קבל עליו יסורין ולכך עלתה לו ודו"ק.
עפ״י פשט קען מען אפשר זאגן אז די געדאנק איז אז פּאַוּער גייט בהכרח קארופּטירן א מענטש; עס איז מן הנמנע אנדערש פאר א מענטש, נישט קיין חילוק וואס פאר א גרויסע צדיק ער איז בעצם (חוץ יותם בן עוזיהו? עיין בסוכה מה: ובפירוש המיוחס לרש״י בדברי הימים ב כז ב). ועיין במה שהבאתי מפּראפעסאר ישעיה ליבוביץ על דוד. איז אז מ׳דארף עכ״פ האבן א מלך מיט פּאַוּער און פאליטישע מאכט אויפ׳ן פאלק, וויל הקב״ה א גוטע און דעסייסיוו פירער, וואס על הכלל כולו איז ער דאך א צדיק, הגם עס גייט בהכרח זיין קארופציע פון די פּאַוּער. און דאס לייגט אראפ ספר שמואל איז דוד געווען מער פון שאול, הגם די שרייבער(ס) פארהוילן זיך נישט פון זיינע סקאנדאלן און דורכפעלער - און טאקע מכח זיין פאליטישע פּאַוּער וואס קארופטירט דעם מענטש, וואס אט דאס איז א לעקציע וואס ספר שמואל וויל ארויסברענגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

הראש ישיבה, די דיין, שלום לאנדאו מ'וויליאמסבורג האט מיר אמאל געזאגט דוד איז די ליבלינג ווייל ער גלייבט אין זיך אז ער איז די ליבלינג. שאול טענה'עט ער איז נישט קיין ליבלינג, איז ער טאקע נישט קיין ליבלינג. וזה סוד השם ליריאיו שמקרב גאולה לתפילה. פאר תפילה מיז מען גלייבן אז מ'איז worthy פאר גאולה ודברים הללו שפתיים יישק.

יואלי לאנדאו'ס ספר איז טאקע אויף די שניט. ווילסט זיין א מיליאנער, manifest די איידיע אין קאפ קודם. והספר ניתנה כמתנה בהחתונה. ואם מישהו יבא לידע עשירות מזה, ויחשבה לו לצדקה יותר מפרות החג.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re:

שליחה דורך כספי »

ייש"כ @שמן למאור פארן לערנען מיט אונז א קאפיטל נ"ך, כאטשיג א באוואוסטע, אבער מ'ווערט איביג געוואויר פרישע זאכן, חזרה שאדט נישט, איך האב נישט געדענקט די חלק פון די סעודה די צווייטע נאכט

ס'איז באוואוסט אז ביי חסידים האט מען נישט געלערנט נ"ך, די אפיציעלע סיבה איז וועגן די משכילים האבן געלייגט אויף דעם א דגוש
איז עס טאקע דאס, אדער וועגן די משכילים האבן געלייגט א דגוש אויף ביקורת המקרא, און פון דעם האט מען מורא געהאט
אדער מ'האט מורא געהאט טאקע פון די סארט קאפיטלעך (כאטשיג יעדער ווייסט עס, האט מען מורא געהאט אז מ'וועט זיך מתעמק זיין אין דעם, ווי שמן למאור...)
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך כספי »

מי אני האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 4:04 am ר׳ יוסף אבן כספי שרייבט דארט (שמואל ב יא ו):
ואין ספק אצלי שדוד חטא, כי לא נוכל להכחיש הכתוב שאומר וירע הדבר אשר עשה דוד בעיני ה׳ (שמואל ב יא כז), ואמר לו נתן מדוע בזית את דבר ה׳ לעשות הרע בעיניו את אוריה הכית וגו׳ (שמואל ב יב ט). ועל כל פנים עבר על לא תרצח ולא תנאף (שמות כ יב) ולכן נענש על שניהם כמו שאבאר עוד, וכן הודה הוא על עצמו ואמר חטאתי לה׳ (שמואל ב יב יג), כל שכן כי הוא בספרו העיד ע״ז ויחד מזמור כאשר בא אל בת שבע (תהלים נא ב), אבל לא אמר כאשר הרג אוריה, וכתב כותב ספר מלכים אשר עשה דוד את הישר בעיני ה׳ ולא סר וגו׳ רק בדבר אוריה (מלכים א טו ה), וכל אלה הענינים סודות ואין ראוי לגלות ערוה. אבל אומר כלל אחד כי שבח גדול ותפארת עצום יש לשלם כי ייוחס לו עון או עונות יחידים, והעד משה אדון השלמים, כי בלא כלום א״א אחר שאינו מלאך, ואוי למי שכולו עון ועבירה, ודי בזה לפי הכונה בספר הזה.
דאס איז זייער א שטארקע שטיקל (אויסער די גאנצע הערליכע תגובה), מ'האלט אין איין רעדן איבער די טוישונגען וואס אינטערנעט האט געברענגט, איינע פון זיי איז די פרייהייט פון אינפארמאציע, ס'שוין זייער שווער צו קאווערן געשיכטעס ווי אמאל

ספרי היסטאריע פון פעלקער וועלן קיינמאל נישט פארמאגן עוולות און עבירות פון זייערע העלדן, אפגערעדט פון זייערע נביאים און קעניגן

די אידישע ספרים תנ"ך איז פול מיט עולות פון אונזערע פירער, אנגעפאנגען ביי די שבטי קה, אונזערע (יעדער פון אונז, אויסער גרים) עלטערן, וואס האבן מקנא געווען און פארקויפט זייער ברודער – זייער אייגענע פלייש און בלוט, פאר אראבישע סוחרים, יהודה מיט תמר, משה רבינו דער ראש כל הנביאים אונזער אייביגער רבי, אהרן הכהן מיט די עגל, אונזער אייביגער קעניג דוד המלך ע"ה מיט די מעשה פון בת שבע, און רוב מלכי ישראל מיט זייערע מעשים טובים, וכן הלאה.

אונזער רעליגיע האט זיך א אייגענע גאסיפ פעידזשעס... זעט אויס דעמאלטס האט מען נישט געהאלטן, אז לטובת הציבור דארף קיינער נישט וויסן וואס איז פארגעקומען און נישט ווי אלבערט שרייבט:
אלבערט איינשטיין האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 3:13 pm רעגירט ער צו מיר אז די מציאות פון באהאלטן אין נישט פארשמוצן א מענטש אפילו ביי שרעקליכע עבירות גייט צוריק אין די היסטאריע פון כלל ישראל נאך פון נ״ך און חז״ל און ער זעהט נישט די פראבלכם פטן דעם און ער בארעכטיגט די זאך פון באהאלטן די שמוציגע חלקים וואס ווערן געטוהן מעיני העדה
און דאס איז פון אונזערע שיינקייטן און גרויסקייטן


איינע פון אונזערע גדולים האט דאס אמאל גענטפערט איינעם וואס האט עם געפרעגט וועגן די נסיון פון יוסף הצ', צו ער גלייבט עס, וויאזוי קען זיין אז א אינג שיין בחור'ל פארקויפט דורך זיינע ברודער פאר א קנעכט, ענדליך קוקט עם שוין איינע אן, וויאזוי איז מעגליך אז ער האט זיך איינגעהאלטן
האט ער דאס גענטפערט, ווען ס'איז עפעס געווען שרייבט עס די תורה, און שעמט זיך נישט, פארוואס פונקט דא זאל מען עס קאווער"ן


ס'איז לכאורה נישט קיין סתירה צו וואס אונז ווייסן פון די גמרות און סתם פון שכל הישר, אז די זאכן קענען נישט זיין כפשוטם, נאר ס'איז געווען א עבירה לפי מדריגתם
ווייל א עבירה לפי מדריגתם, איז פונקט די זעלבע ווי א צווייטער טוט עס בפועל ממש, און ס'איז די זעלבע בושה.
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך כספי »

טאמבל סאס האט געשריבן: כ'האב מיך געהארגעט פאר געלעכטער. אזא לץ קומט אראפ נאר איינמאל א מילעניע. א גרויסן דאנק!

"פון: דוד מלכא משיחא אושפיזא קדישא עילאה." :לאךהויך: :לאךהויך: :לאךהויך:

וואס די חילוק פון א מילעניום און א סענטשארי? :lol:
טאמבל סאס האט געשריבן: ווער האט דאס געשריבן? איך האלט ביי בלאט פינף און איך קען נישט כאפן מיין אטעם. אזא לץ קומט אראפ איינמאל א סענטשורי.
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך חתן בחור »

כספי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:03 pm וואס די חילוק פון א מילעניום און א סענטשארי? :lol:

ניין הונדערט יאר.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

כספי האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:52 pm די אידישע ספרים תנ"ך איז פול מיט עולות פון אונזערע פירער, אנגעפאנגען ביי די שבטי קה, אונזערע (יעדער פון אונז, אויסער גרים) עלטערן, וואס האבן מקנא געווען און פארקויפט זייער ברודער – זייער אייגענע פלייש און בלוט, פאר אראבישע סוחרים, יהודה מיט תמר, משה רבינו דער ראש כל הנביאים אונזער אייביגער רבי, אהרן הכהן מיט די עגל, אונזער אייביגער קעניג דוד המלך ע"ה מיט די מעשה פון בת שבע, און רוב מלכי ישראל מיט זייערע מעשים טובים, וכן הלאה.

איינע פון אונזערע גדולים האט דאס אמאל גענטפערט איינעם וואס האט עם געפרעגט וועגן די נסיון פון יוסף הצ', צו ער גלייבט עס, וויאזוי קען זיין אז א אינג שיין בחור'ל פארקויפט דורך זיינע ברודער פאר א קנעכט, ענדליך קוקט עם שוין איינע אן, וויאזוי איז מעגליך אז ער האט זיך איינגעהאלטן? האט ער דאס גענטפערט, ווען ס'איז עפעס געווען שרייבט עס די תורה, און שעמט זיך נישט, פארוואס פונקט דא זאל מען עס קאווער"ן.
דאס בעצם טענה׳ט דר. ראַבּערט געגנאן קעגן די אקאדעמיקער וואס ווילן אפלערנען אז אהבת דוד ויונתן איז געווען האָמאָסעקשועל, הגם אז האָמאָסעקשועליטי איז געווען גאר גאר שטארק אראפגעקוקט אין יענע עפאכע. דאס איז ווייל מ׳זעהט אז ספר שמואל האלט זיך נישט אפ פון אויפדעקן דוד׳ס סקאנדאלן בפירוש, איז טא פארוואס איז די האָמאָסעקשועליטי צווישן אים מיט יהונתן נאר צום מערסטענסט ברמיזה? (מ׳קען ענטפערן אז דאס איז נאך מער אראפגעקוקט געווען ווי די אנדערע חטאים, ווי אויך זעהט מען נישט אז ער האט תשובה געטוהן דערויף אזוי ווי ביי די אנדערע חטאים, ולכן איז דאס נאר ברמיזה און סאָפּרעסט אפילו בספר שמואל.)

עס איז אויך אינטרעסאנט ווי די גמרא טוהט דורך (סנהדרין יט:) ווי אזוי שאול האט געקענט געבן מיכל צו פלטי בן ליש אחרי שהיתה אשת דוד און דוד זאל איר נאכדעם צוריקנעמען; אלס קידושי טעות וכו׳. ועיין ברד״ק (שמואל א כה מג-מד) אז ער האט געצוואונגען דוד איר צו געבן א גט וועלכע איז פסול, וממילא זענען זיי געווען א שוגג נישט וויסענדיג דערפון ע״ש. דער אברבנאל דינגט זיך דארט און זאגט אז פלטי בן ליש איז פשוט געווען אַן אלטע מענטש און איר קעירטעיקער, אז זי זאל נישט מזנה זיין זייענדיג אז איר מאן איז אנטלאפן ע״ש. ר׳ יוסף אבן כספי ‏שרייבט דארט דערויף:
אין מחקי להאריך בשאלות ותשובות ע״ז והדומה לזה איך עשה זה שאול וגם פלטי, או איך החזירה דוד, כי הם ידעו מה שעשו, ואם היה בזה עון לשאול יהיה עם עון עמלק וזולתו, ואם על פלטי מה לנו ולו ושמו יורה עליו. ואם על דוד והיה זה כענין בת שבע היקרה.
ואגב, לגבי דעם וואס עס שטייט דארט אז דוד האט גענוצען אחינועם מיזרעאל לאשה, לערנען דר. דזשאן לעווינסאן און דר. ברוך האלפערן אז די אחינועם איז אחינועם בת אחימעץ די ווייב פון שאול און מאמע פון יהונתן; און וועגן דעם האט זיך שאול אויסגעדרוקט אויף איר צו יהונתן (שמואל א כ ל) ״בן נעות המרדות וגו׳ לבושת ערות אמך״. (ועיין ברד״ק בשמואל ב יב ח דאכן נשא דוד עגלה אשת שאול ורצפה פילגשו אחר מיתת שאול. ועיין בירושלמי בסנהדרין פ"ב ה"ג.) און דאס איז אויך געווען לחזק המלוכה אליו אז ״ער האט די ווייב פונעם פריערדיגן מלך״. און זי האט טאקע אָנגעדרייט די (פאליטישע) פריינטשאפט צווישן איר זון יהונתן און דוד. (און דאס איז א סיבה פארוואס שאול האט אין רעאקציע צוגענומען מיכל פון דוד און איר געגעבן צו פלטי בן ליש.)

‏ולגבי די געדאנק פון פארהוילן דוד׳ס פעהלערן, ווילן זיי אויך זאגן אז אביגיל אשת נבל און די אביגיל אחות דוד אשת יתר (דברי הימים א ב טז-יז), זענען די זעלבע מענטש. זי איז געווען געהייראט צו יתר/נבל אלס א פאליטישע הייראט ממשפחת נחשון וכו' צו שטארקן יתר׳ס הערשאפט אויף יענע טעריטאריע, און דוד האט איר אוועקגענומען פון אים ווען דוד און אים האבן זיך צוקריגט. און דוד האט טאקע געהייראט זיין שוועסטער (כנראה, וויבאלד אז די פאליטישע הייראט זאל ווערן אויס, מוז א צווייטע קומען אין איר פלאץ). ‏(לפי די מבקרי המקרא איז איסור לישכב עם אחותו בפ׳ אחרי-קדושים בספר ויקרא ובפ׳ כי תבוא בספר דברים זענען פון P און D. און דאס זענען לפיהם געשריבן געווארן לאחר תקופת דוד.) זיי שרייבן:
Why the histories should have suppressed the recollections of David's absconding with Saul's wife, or, indeed, marrying his sister Abigail, is, at least intuitively, plain. Aside from placing David in the position of an adulterer (an incestuous one at that), such reports would fave deflated, or demythologized, David's royal designation
זיי נעמען אָן אז דאס האט ספר שמואל ‏(וועלכע איז אויך פון דעם D חדר) יא פארהוילן און דאס וואס האט געמוזט שטיין, זייענדיג באקאנט, איז געטוישט וברמיזה. ס'איז דא א שיעור וויפיל ספר שמואל גייט מגלה זיין, זייענדיג אז די ספר האלט דאך אז דוד איז דער לעדזשיטימיט מלך ישראל מה'.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך כרם זית »

אויב דוד און יונתן האבן געהאט האמאסעקסואל באציונגען דאן האט ער זיך נישט געשעמט מיט דעם וויבאלד ער דערמאנט עס אין די הספד אויף יונתן "נפלאתה אהבתך לי מאהבת נשים", און עס איז זייער נישט מסתבר אז דוד זאל אפנע הייט מודה זיין אין זיינע האמאסעקסואל נייגונגען.

יישר כח פארן צו ברענגען די מהלך אז אחינועם איז געווען שאול'ס ווייב וויבאלד עס האט מיר אלס געבאדערט אז ווען די פסוק רעכנט איר אויס אלס דוד'ס ווייב נאך די פרשה פון אביגיל, איז נישט דא קיין שום ביאגראפישע שטריכן אויף איר, אבער לפי"ז האט מען שוין גערעדט פון איר אויבן.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

כמובן אז לפי חז״ל קען דאס נישט זיין, ואפילו אם נדחיק אז דוד האט גענומען אחינועם לאחר מיתת שאול (ולפי דעת ר׳ יהודה בסנהדרין פ״ב מ״ב שמותר למלך לישא אלמנת מלך הקודמו), וואס איז בהדיא דלא כדמשמע בפשט בכתוב כלל וכלל (ובפרט במלחמת עמלק בצקלג שנשבו אביגיל ואחינועם בשמואל א פרק ל שהוא קודם מיתת שאול בפרק הבא), איז דאס דאך איסור אשה ובתה מיכל (וואס אשה ובתה איז לעולם אסור אף לאחר מיתת מי שנשא בראשונה, כדאיתא בסנהדרין עו: ע״ש, ואפילו אם נדחיק אז ער האט גענומען אחינועם לאחר מיתת מיכל בתה.) (וואס איסור אשה ובתה איז אויך פון P און D, וואס להמבקרים איז לאחר תקופת דוד.) הגם, אז לפי שיטת שאול אז קידושי מיכל לדוד בטעות היתה (לעיל שם יט:), וואלט דוד יא געקענט חתונה האבן מיט איר, עכ״פ לאחר מות שאול ולשיטת ר׳ יהודה (הגם נישט צוריקנעמען מיכל שפעטער)…

דאס איז די קטע פון זייער פאפיר, וואו זיי זאגן אז נתן הנביא האט אויך מרמז געווען לדוד די קאָקאָלד זיינער אל שאול (וגם לקיחתו של אביגיל) בתוכחתו על מעשה דבת שבע:
IMG_6884.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

שמן למאור האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 12:38 am דוד האט געזען אז ס'צרות, האט ער ארויסגענומען די אלעמען באקאנטע תשובה קארד. דוד האט אראפגעלאזט זיין קאפ, און מיט א וויינענדיגע שטומע זיך אנגעריפן צו נתן "אם סארי, חטאתי לשם"...
שאול האט טאקע מיט איין עבירה געפלויגן, ווי די גמרא זאגט שוין אז דוד האט געהאט א ספעשל חן, גאט'ס פעט. און פארוואס איז דוד טאקע געווען גאט'ס ליבלינג? ווייל ער האט געוויסט וויאזוי די געים ארבעט. ער האט נישט געמאכט די זעלבע מסטעיק ווי שאול און אדם הראשון וואס האבן זיך פארענטפערט, גאט האט דאס נישט ליב. דוד האט גלייך די ערשטע רגע געזאגט, "סארי"

ודא רזא ד'תשובה קארד.
איך בין נישט זיכער אז דאס איז אייער כוונה, אבער פון אייערע ווערטער הערט זיך א זלזול אין די אמת'דיגקייט פון דוד'ס תשובה. ווי ער כאילו ער האט דאס נישט אמת'דיג געמיינט, נאר ער האט בלויז געשפילט די געים פאר זיין אייגענע נוצען, און ארויסגעשלעפט די 'תשובה קארד' ווי נאר ער האט געברויכט א וועג ארויס. נישט נאר דאס, גאט איז גאר געפאלן פאר די חנופה... און אים באהאנדעלט ווי זיין ליבלינג צוליב דעם...
די סיבה פארוואס איך וויל זיך קריגען, איז נישט בלויז ווייל איך גלייב אז דוד איז נישט קיין היפאקריט, און איך גלייב אז די דעסקריפציעס אין נ"ך פון זיין תשובה זענען אמת'דיג. נאר ליבערשט וויבאלט הא גופא איז די עצם סיבה פארוואס גאט האט ליב תשובה, צוליב די שווערעקייט דאס צו אויספירן! וויבאלט מודה צו זיין אין די אייגענע חטאים איז עפעס וואס איז שווער פאר א מענטש, און א היפאקריט וועט ענדערש זיך פארענטפערן...
אויב מיינט איר אז מענטשליכע נאטור ערלויבט צו מודה זיין אין די אייגענע פעלערען בלויז אויף צו פארדינען ליבשאפט פון גאט, דאן פארשטייט איר נישט מענטשליכע נאטור...
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

ח"ו! חס מלהזכיר! א זלזול חלילה אין דוד המלך?! חלילה! אוודאי האט עס דוד אמת'דיג געמיינט, זיכער איז עס געווען שווער פאר אים. ער האט זיך נאר אויסגעקענט גוט מיט די סיסטעם און געוויסט וועלכע ראוט צו נעמען אז די זאך זאל זיין מסודר.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
moishe ben yosef
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 4:47 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך moishe ben yosef »

ווי זאגט דער וועלט, א מאמין האט נישט קיין קשיות אין א כופר וויל נישט קיין תירוצים
עפרא לפומיה @שמן למאור
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שפילער »

צ"ל "העלפט" נישט קיין תירוצים...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

moishe ben yosef האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 1:28 am ווי זאגט דער וועלט, א מאמין האט נישט קיין קשיות אין א כופר וויל נישט קיין תירוצים
עפרא לפומיה @שמן למאור
כ'האב זייער הנאה פון די סארט תגובות, עס טראגט מיר צוריק צו א פלאץ ווי איך בין געווען 5 יאר צוריק. איך וואלט אויך אמאל אזוי מגיב געווען אויף א נייע מושג וואס הערט זיך ווי א סתירה צום אנגענומענע חרדישע קוק ווינקל.

די סארט חברה זענען נאך אין די גרעסטע סכנה, עס באדערט זיי באמת און זיי ווערן מורא'דיג געטריגערט. און די סיבה איז ווייל באמת זענען זיי יא אינטערסירט אינעם אמת, נאר די מוח רידזשעקט קודם די נייע געדאנקן וואס מען הערט, און מען טרייט צו שרייען גאר הויעך, העכער ווי די קול פונעם פרישן אמת. אבער ווען מען ענדיגט שרייען און מען בארואיגט זיך, און מען הייבט אן צו טראכטן גראד, דאן הייבט די לאגיק אן צו פאטשן אין פנים, און עס קען זיין זייער פיינפול.

איך וואלט דיר געראטן אדער זאפארט אפצולאזן קאווע שטיבל, אדער זיין גרייט אויף וואס עס קומט אלץ.

הגם מיטן דאס שרייבן האב איך שוין סובקאנטשעסלי אריינגעלייגט אין דיין מוח א בלאקאדע וואס זאל זיין וואך אגאנצע צייט צו רידזשעקטן דאס וואס כ'האב געשריבן דא, און ווען די וועסט הערן אדער ליינען דא נייע זאכן און איינזען זייער ווארהייט, און שכל הישר וועט פאדערן דאס זייניגע, וועלן זיך די מוח צעלן שנעל אויפוועקן און נישט צולאזן אז ס'זאל געשען דאס וואס שמן למאור האט שוין פאראויסגעזאגט...

סאו פאר יעצט ביסטו גוט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שפילער »

מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך שמן למאור »

די ווידיאו דארף מען טאקע קוקן אלס אן הקדמה צו פארשטיין מיין ארטיקל. מען זאל ארויסהאבן די אפאלאגעטישע מהלך וואס מיין ארטיקל רידזשעקט.

מען קען טאקע זען ווי ווען ער קומט אן צו די גאר אומאיינגענעמע קאפ דרייענישן און די "מיסטיסיזם" ווערט ער אליין אומזיכער און אומרואיג...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

moishe ben yosef האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 1:28 am ווי זאגט דער וועלט, א מאמין האט נישט קיין קשיות אין א כופר וויל נישט קיין תירוצים
עפרא לפומיה @שמן למאור
לענ״ד דארף מען סתם אזוי קענען מחלק זיין צווישן דעם הייליגן ״העכערן ענין״ פון דוד און די סיפורים זיינע, און די אקטועלע היסטאריע וכו׳ דערפון. זיי דארפן נישט גיין צוזאמען, און קענען אבער פארט זיין ביידע ״אמת״ ממבטים שונים; איינס אונטערמינעוועט נישט דאס צווייטע. ‏(אין די פאל איז עס אויך די חילוק צווישן ״היסטאריע״ און ״היסטאריאגראפיע״.) און אט דאס איז די מהלך פון דר. דזשעימס קוגל, ווי אויך, אין א שטערקערע פארמאט, מיין דייעלעטיאיזם מהלך (@כרם זית ברענגט עס דא צו, וואו ער רירט אָן אויף די פּוינט וואס @שמן למאור זאגט דא).

ווי אויך איז שווער צו נוצן דא די אויסדרוק פון ״כופר״. איך שטעלט זיך פאר אז דו רעדטסט פון ״כופר״ זיין אין איינע פון די דרייצן עיקרים. קענסט אפשר האבן א טענה קעגן די ארטיקל פון @שמן למאור אז עס איז געשריבן בזילזול נגד דוד, אבער ״כפירה״ אין איינע פון די דרייצן עיקרים איז עס נישט. (די זעקסטע עיקר/יסוד איז פשוט גלייבן אין די מציאות פון אזא זאך ווי נבואה, און די אכטע איז בתורת משה מן השמים. ועיין בפירוש המשניות להרמב״ם בהקדמה לפ׳ חלק.) ״מלעיג על דברי חכמים״ איז אויך שווער, זייענדיג אז ער האט פשוט נישט צוגעברענגט חז״ל. ולגבי די, טאקע זילזול׳דיגע, לשון בנוגע ובנים לא יומתו על אבות על בנים וגו׳, נעמט ער דאך מיט דעם בהנחה יא אָן די עלעווטע עיקר פון שכר ועונש. און ער פרעגט דערויף אט די קשיא וואס האט געבאדערט פאר סיי ירמיה הנביא (ירמיה לא כח-כט) און סיי יחזקאל הנביא (פרק חי), ווי אויך חז״ל אחריהם (עיין לדוגמא בברכות ז. בסנהדרין כז: ובמכות כד.). איי געס דו ביסט דער וואס ״זוכט/וויל נישט קיין תירוצים״ להצדיק את @שמן למאור… ער איז ממש א מסית שאין מהפכים בזכותו?

אגב, די לשון ״עפרא לפומיה״ נוצט די גמרא בב״ב טז. לגבי אויף דעם וואס איוב האט געזאגט בוויכוחו עם רֵעיו ע״ש. און די פסוק זאגט דארט באיוב (מב ז-ח) אז למעשה האט הקב״ה געזאגט אז איוב האט גערעדט ״נכונה״ (עכ״פ ביחס צו זיין חברים וועלכע האבן גענומען די מער ״פרומע״ מהלך באורך הספר)…

ועוד, דאס אז ״א מאמין האט נישט קיין קשיות״ איז נישט קיין מעלה, און ס׳ווייזט אויף חסרון שכל ועיון און פּאַסט נישט פאר׳ן עם חכם ונבון. וואס דו מיינסט מסתם צו זאגן איז אז ״א מאמין ווערט נישט דערשראקן פון קשיות״; ער קען נאך אלס בלייבן נאמן לה׳ ושמירת התורה והמצות. אין אנדערע ווערטער, ער אנערקענט אין און האט יא די קשיות, נאר ער פארשטייט אז דאס דארף אים נישט דוקא רירן פון זיין שמירת התורה והמצות, ועיין באשכול זו מזה באריכות. כנראה אבער, ווערסטו יא דערשראקן פון קשיות וועלכע שטימען נישט מיט דיין וועלט-אויסקוק. ובכלל, ווי דו זאגסט, מ׳דארף קענען עגריען צו דיסעגריען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: דוד און בת שבע

שליחה דורך כרם זית »

איך וואלט נישט אריינגעלייגט קיין עפר אין די שמן למאור וויבאלד עס דארף דאך זיין זך להעלות נר תמיד...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re:

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

מי אני האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 11:50 am
ווי אויך איז שווער צו נוצן דא די אויסדרוק פון ״כופר״. איך שטעלט זיך פאר אז דו רעדטסט פון ״כופר״ זיין אין איינע פון די דרייצן עיקרים. קענסט אפשר האבן א טענה קעגן די ארטיקל פון @שמן למאור אז עס איז געשריבן בזילזול נגד דוד, אבער ״כפירה״ אין איינע פון די דרייצן עיקרים איז עס נישט. (די זעקסטע עיקר/יסוד איז פשוט גלייבן אין די מציאות פון אזא זאך ווי נבואה, און די אכטע איז בתורת משה מן השמים. ועיין בפירוש המשניות להרמב״ם בהקדמה לפ׳ חלק.) ״מלעיג על דברי חכמים״ איז אויך שווער, זייענדיג אז ער האט פשוט נישט צוגעברענגט חז״ל. ולגבי די, טאקע זילזול׳דיגע, לשון בנוגע ובנים לא יומתו על אבות על בנים וגו׳, נעמט ער דאך מיט דעם בהנחה יא אָן די עלעווטע עיקר פון שכר ועונש. און ער פרעגט דערויף אט די קשיא וואס האט געבאדערט פאר סיי ירמיה הנביא (ירמיה לא כח-כט) און סיי יחזקאל הנביא (פרק חי), ווי אויך חז״ל אחריהם (עיין לדוגמא בברכות ז. בסנהדרין כז: ובמכות כד.). איי געס דו ביסט דער וואס ״זוכט/וויל נישט קיין תירוצים״ להצדיק את @שמן למאור… ער איז ממש א מסית שאין מהפכים בזכותו?
דא איז יא געווען א כפירה אין די כתבי הקודש. ער האט עס אהערגעשטעלט כאילו די גאנצע תשובה ביזנעס איז געווען א טריק און עס איז נישט אמת. און די אלע נביאותער בעק ענד פארטה איז אלס חלק פון די שפיל.
סא דא שטעקט כפירה הן אין כתבי קודש הן אין נבואה, עכ"פ אין "שכל" דברי הנביאים אמת.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 1:09 pmדא איז יא געווען א כפירה אין די כתבי הקודש. ער האט עס אהערגעשטעלט כאילו די גאנצע תשובה ביזנעס איז געווען א טריק און עס איז נישט אמת. און די אלע נביאותער בעק ענד פארטה איז אלס חלק פון די שפיל.

סא דא שטעקט כפירה הן אין כתבי קודש הן אין נבואה, עכ"פ אין "שכל" דברי הנביאים אמת.
אפילו אויב לערענט מען אפ @שמן למאור אזוי, איז וועגן דעם האב איך צוגעצייכענט צום הקדמת הרמב״ם לפרק חלק, וואו ער שטעלט אויס זיינע דרייצן עיקרים/יסודות. והגם אז אזוי איז די לשון אינעם פיוט פון ״אני מאמין״, איז אבער באמת נישטא קיין שום עיקר, עכ״פ להרמב״ם, להאמין ״שֶׁכָּל דברי נביאים אמת״ (ובפרט כשאינו נוגע למעשה). די עיקר איז אז מ'זאל גלייבן אז עס איז שייך נבואה און אז עס איז דא אזא סארט מציאות און אינסטיטוט. די לשון זיינער דארט איז:
והיסוד הששי, הנבואה. והוא שידע אדם שזה מין האדם – יִמָּצֵא בהם בעלי טְבָעִים ממידות מעולות וְזַכּוֹת מאוד ושלֵמוּת גדולה, ונפשותיהן נכונות עד שהן מקבלות צורת השכל. אחר כן יִדְבַּק אותו השכל האנושי ב"שכל הפועל", וְנֶאֱצַל ממנו עליו אצילות נִכְבָּדָה – ואלה הם הנביאים, וזו היא הנבואה, וזהו עִנְיָנָהּ. וביאור יסוד זה על בּוּריוֹ יֶאֱרַךְ מאוד, ואין כוונתינו להביא מופת על כל יסוד מהם וביאור מציאות השגתה, לפי שזה הוא כלל החכמות כולן. אבל אזכרם דרך סיפור בלבד. ומקראי התורה מעידים על נבואת נביאים הרבה.
ועכ"כ אז עס זענען דא וואס פארשטייען אז דער רמב"ם בריש ח"ג ממו"נ האט געהאלטן אז יחזקאל הנביא האט געמאכט א טעות (בנבואתו) במעשה מרכבה. דאס נעמט אבער נישט אוועק מענין האמונה בזה העיקר.

ולגבי ספרי נביאים, לעומת התורה, איז נישטא קיין עיקר, עכ"פ בדברי הרמב"ם, להאמין בהם ממש. די אכטע עיקר גייט ארויף אויף תורת משה ופירושה של המצות ע"י החכמים, ועיין בלשון של הרמב"ם שם בפרק חלק באריכות. עס איז שווער כולל צו זיין דערין מעשה דבת שבע ופירוש חז"ל עליה (ווי ארויסגעברענגט פריער, איז דער אברבנאל וואס האט זיך געדינגען דערויף, נישט קיין "כופר", ופשוט).

ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט פונעם שו"ת מלכי בקודש, אז די פיוט "אני מאמין" איז נישט ריכטיג ומדוייק אפגעטיישט דעם רמב"ם'ס עיקרים. והא לך לשונו שם לגבי העיקר הו':
מלכי בקודש.jpg 1.jpg
מלכי בקודש.jpg 2.jpg
קומט אויס לפי"ז אז אפילו טאמער לערענט מען דאס אפ אין ספר שמואל אזוי, איז דאס נאך אלס נישט קיין "כפירה" - נישט אינעם זעקסטן עיקר און נישט אינעם אכטן. "זילזול", אבער נישט "כפירה". און אפשר אין דעם זין איז ער א מלעיג על דברי חכמים. הגם אז ער זאגט אז אט דאס איז בעצם פשט אינעם טעקסט ומשא ומתן של דוד ונתן וואס ספר שמואל ברענגט ארויס.

הכלל, אויב מיינט מען מיט "כופר" ← "רשע" אין די קאנטעקסט, דאן דארף מען זיין גאר געווארענט איבער ווי אזוי מ'רופט א מענטש, וכדאיתא בקידושין כח. ובב"מ עא. ע"ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט