איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך קוק בכלל נישט אין די גמרא אדער מפרשים. אדרבה, אז דו וועסט נישט זיין אזוי פויל און גוט ליינען יעדע תגובה אין דעם אשכול, וועסטו זען ווי איך זאג אז מען זאל דווקא יא לערנען די גמרות, און אויך גיין ווייטער צו די מפרשים. נאר מען דארף נישט ווערן סטאק און מען קען שפעטער צוזאמנעמען אלעס און אליין ניצן די שכל צו זען וועלכע פשט מאכט די מערסטע סענס.חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:03 amיא דו לייגסט אראפ דוד ווי א גענגסטער אבער אונז זעמיר בכלל נישט מחליט אז דאס פרעגט אפ דוד'ס הייליקייט. דו האסט דא גארנישט מחדש געווען, די מעשה איז באקאנט פאר יעדן און אונז האמיר א תורה שבעל פה אין וואס אונז גלייב מיר וואס איז מפרש די מעשה. דו האסט סך הכל גענומען די מעשה און צוגעלייגט דיינע אייגענע פאנטאזיעס. נאכמער, דיין גאנצע טאלקינג פוינט ביז יעצט איז געווען אז דו קוקסט נישט וואס די גמרא און ראשונים זענען מסביר ווייל דו קוקסט פשוט די פסוקים אבער יעצט ביזטו מודה אז די פסוקים זענען היבש טריקן און דו ביזט מפרש און לייגסט צי צו די מעשה לויט דיין פארשטאנד, נא, האמיר א אויסוואל פון צוויי פירושים.שמן למאור האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 21, 2024 8:32 am איך האב דען געלייקנט אז דוד המלך האט ארויסגעגעבן א ספר תהלים? יעדער קען זייער גוט די ספר תהלים פון דוד המלך, איך באשרייב דא פשוט די אנדערע -נישט אזוי באקאנטע, זייט פון דוד. דער עולם האט טענות אז איך לייג אראפ דוד ווי א גענגסטער... נישט איך זאג דאס, ענק זאגן דאס, דו ביסט מחליט אז די מעשה פרעגט אפ די גאנצע הייליגקייט פון דוד, אבער איך קוק עס בכלל נישט אן אזוי. אמאליגע צייטן איז דאס בכלל נישט געווען אזא סתירה. איך פארצייל בלויז די מעשה וויאזוי עס שטייט. אקעי אוודאי לייג איך עס אראפ מיט מער שמאלץ, אבער ווי שוין געשריבן אויבן, אזוי זעט אויס למעשה פון די פסוקים אז די מעשה איז פארגעקומען.
למשל, די פסוקים שמועסן טאקע נישט אויס די גאנצע קאנווערסעישן וואס דוד האט געהאט מיט אוריה, די פסוק זאגט נאר די שפיצן וואס איז נוגע. די פסוק פארציילט אויך נישט אז דוד האט געשמועסט מיט בת שבע פאר די מעשה, אבער יעדער פארשטייט אז עפעס א קאנווערסעישן איז פארגעקומען, און איך האב ארייגעשטעלט כפי ענין הנראה וואס איז דארטן פארגעקומען. אז דו האלסט אז געוויסע זאכן איז נישט פינקט אזוי געווען, ביסטו מכובד זיך צו קריגן אדער שרייבן א אייגענע ארטיקל.
דאס אז די אויבישטער מעג זיך פירן אויף א וועג וואס 'זעט אויס' פאר אונז צו זיין אומעטיש איז א דבר פשוט, און כ'האב דאך קלאר געשריבן אז אויב גאט טוט דאס דאן איז עס 'יא' עטיש. וויאזוי דען קען מען פארשטיין אז גאט זאגט אונז לא ימתו בנים על אבות, ווייל ס'איז אומריכטיג און אומעטיש, אבער ער מעג יא זיין א פוקד עוון אבות על בנים? יא! גאט מעג! אז ס'געפעלט דיר נישט דאן טאף לאק, אבער אזוי ארבעט עס אזוי קומט אויס פון אפענע פסוקים.
שאול המלך האט פארלוירן די מלוכה פארן נישט הרגענען די שאף פון די עמליקים און דוד וואס האט בפשטות עובר געווען אויף צוויי פון די שלש חמורות איז געבליבן מיט די מלוכה לו ולזרעו אחריו, אין המקרא הזה אומר דרשוני?
אנדערש ווי די מעשה פון שמשון הגיבור ווי רוב אינפארמאציע איז געקומען טאקע פון די גמרא האט עס נישט געטריגערט אזויפיל קעגנערשאפט, אבער ביי דעי מעשה האסטו גענומען אפאר טריקענע פסוקים וואס פאר טויזענטער יארן האבן תנאים ואמוראים ראשונים ואחרונים געלערנט פשט אין די מעשה - טאקע ווייל די מעשה as is האט מער קשיות ווי תירוצים - אז דוד האט טאקע געזינדיגט אבער ס'איז נישט געווען אזוי פשוט, קומסטו זיך קריגן מיט זיי אלע און צולייגן קאנווערסעישאנס מיט ליצנות. און נאך מיט א שטייפקייט אז דו דערציילסט פשוט די פאקטן.
דאס איז די איינציגסטע זאך וואס באדערט, נישט די מעשה נאר דאס גיין קעגן די תורה שבעל פה. איך האב גראדע הנאה געהאט פון די סעריע ביז אהער. אז דו ווילסט זיך דערקלערן אלס צדוקי, בין איך שטיל.
און האסט מיר נאכנישט געענטפערט אויף די ליצנות פון 'תשובה קארד'.
געוויסע אמוראים האבן טאקע געזיכט צו זאגן אנדערש ווי פשוט פשט אין פסוק, און איך זאג אנדערש פשט איז זייערע ווערטער! די אברבנאל האט אויך אזוי געטון. דו ביסט דער וואס גייט קעגן תורה שבעל פה מיטן נישט אננעמען דעם אברבנאל אז דוד האט יא געזינדיגט מיט א גראבע עבירה. מאכסט עס סאונדן ווי די אמוראים האבן עפעס מורא'דיג אפגעלערנט די פסוקים מיט א געוואלדיגע אלטארנאטיווע מהלך. בכלל נישט! אם ווערי סארי. זיי טרייען אביסל צו דרייען מיט די צינג, אבער די מעשה בלייבט וויאזוי איך האב עס אראפגעלייגט. סתם זאגן אז "ס'איז נישט אזוי פשוט" מיינט גארנישט! זילטש!
שאול האט טאקע מיט איין עבירה געפלויגן, ווי די גמרא זאגט שוין אז דוד האט געהאט א ספעשל חן, גאט'ס פעט. און פארוואס איז דוד טאקע געווען גאט'ס ליבלינג? ווייל ער האט געוויסט וויאזוי די געים ארבעט. ער האט נישט געמאכט די זעלבע מסטעיק ווי שאול און אדם הראשון וואס האבן זיך פארענטפערט, גאט האט דאס נישט ליב. דוד האט גלייך די ערשטע רגע געזאגט, "סארי"
ודא רזא ד'תשובה קארד.