דער אייוועלט אשכול

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
פארשפארט
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך שפילער »

האניג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 12, 2024 5:14 pm
שפילער האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 07, 2024 10:17 pm IMG_20240207_221440_229.jpg
:lol:
פון וואו קומט דאס?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67245
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אויף די ''לעיטיסט טאלקס פאדקעסט'' אשכול האט זיך געטו אן איבערקערעניש וועגן די סיסטעם, און צו יעדע איד דארף טרעפן זיין פלאץ אין אידישקייט אויף זיין וועג.


א ניק 'הצלחה' שרייבט דארטן, און בתוך דבריו דערמאנט ער ברמיזא אונזער שטיבל.


"אויב קענסטו נישט פארנעמען דיין טאטעס אין זיידעס ווערזשאן פון יודישקייט איז געראנטירט אז די גייסט נישט קענען פארנעמען דיי אייגענע וורזשאן אויך נישט, מארק מיי ווארד אין ביפ מיך ווען די זיצט ביי די בעלי תשובה פראגראם..

יעצט לאמיך געבען נאך איין קליינע לעסאן אין סייקאליזשי פאר דיין זשעלי איי האופ איט וויל נאט בי טו מאטש פאר יו טו הענדעל
ווען איינער פראטעקט זיין הויז פון א צווייטער וואס טרייט עס צו ציברעכן איז דער מענטש נישט קיין אנגעווייטאגטער ס"ה האט ער ליב זיין הויז ער האט אריינגעלייגט ארבעט אין דעם אין ער איז נשיט אונטערעסירט איינער זאל עס צוברעכן.
מיט דעם וואס איך טריי נישט צו זיין קלוגער ווי מיין רבי, אין ווען איך קוק באמת ארויף מיין זיידע'ס אין מיין טאטע, אזא איינער ווערט נישט אנגערופן אין די סייקאלדזשי וועלט אנגעווייטאגט די טערם פאר אז איינער איז א צופרידענער, ער איז צופרידן מיט זיך אין ער איז צופרידן מיט זיין סאסייעטי.

יעצט לייג צו קאפ דא קומט די שווערע פארט
איינער וואס שומפט אין שעלט אויף זיין גאנצע יוגנט ער שעלט אויף זיינע אויפציער ער שעלט אויף זיינע עלטערן אין ער רעדט מיט אזא האס אין זילזל אויף די סיסטעם וואס זיין רבי האט אראפגעשטעלט אזא איינער האט זייער שטארקע סימפטענס פון א אנגעווייטאגטער אין גאר מעגליך ער ליידט שטארק דעראויף.

יעצט צו ענק אוט אויף די באקס, קלוגע, אנגעווייטאגטע מענטשען
איך קען נישט עומק זיין צו די טיפקייט פון ענקער חכמה, אויב עטס האטס גענומען די עפערט ארויס צו קריכן פון די באקס, עטס זענטס די געלונגענע, די קלוגע, אויב אזוי פארוואס אין די וועלט שלעפט עטס מיט מיט ענק די באקס איבעראל?? לאז שוין אפ די באקס פאר א גוט יאר אין קריך אוועק דערפון!? געגאנגען לויף אוועק, קוק אפילו נישט צוריק! די האסט די גאנצע אונטערנעט פאר דיך, די האסט אזויפיל אונטערטעימענט די האסט סעלעבריטיס די האסט אפילו א אודישע זייטל מיט נאך הינדערטער מענטשען אזוי ווי דיר, גיי אונזשוי, ליוו לייף!
דא אויף אייוועלט איז א זייטל וואס איז געבויעט אין אונזער באקס רוב מנהלים, אחראים, באנוצער זענען מענטשען וואס זענען טיעף טיעף אין די באקס פארקלעבט מיט גרילא טיעפ, אויב די ביסט העפיער, קלוגער ווי אונז, פליז לאז אונז מנוחה הער אויף אררינצוקריכן אין אונזער באקס אין שיסן נעגעטיוויטי אויף כל הקודש לנו.

אה, אבער ביסט נישט קאנפידענט צו נעמען דארסטישע ענדרונגען אדער ביסטו נישט אזוי 100% פארצענט קלאר מיט דיך ביסט צומישט ביסט פארלוירן, די שעלטס אז די דארפסט גיין אויפן גאס מיט א היט און רעקל אבער למעשה גייסטו אייביג ארויס מיט א היט אין רעקל.. ס"ה ביסטו גוט צו שעלטן אין שומפן אין טרייען צו ווייזן אז די ביסט קלוגער פון יעדן אבער טון למעשה דאס קענסטו שוין נישט. דאס גאנצע וואס די ערלויבסטעך איז צו וואטשן א מאווי אונטער דיין דאכענע ווייל די מעגסט די סיסטעם האט דיך נעבעך געפעילד, קיינער קען דיך גארנישט זאגן, די קענסט לאכן דיינע רביס אין פנים, ווייל די סיסטעם האט דיך געפעילד, די סיסטעם איז קאראפט די סיסטעם איז צובראכן אין די ביסט נעבעך א גליטענער פון די סיסטעם, דאס גייסטו איינחזרן נאכאמאל אין נאכאמאל אין ווי מער גילטי די גייסט פילן אלס מער גייסטו דאס איינחזרן, קיינער קען דיך נשט זאגן וואס די האסט צו טוען קיינער קען נישט רעדן פון יודישקייט, חסידישקייט, ערליכקייט, פרומקייט, נא נא נא נא נישט צו דיך, פארוואס? לאמיר עס איבער חזרן נאכאמאל, ווייל די סיסטעם איז קאראפט די סיסטעם איז צובראכן אין די ביסט נעבעך א גליטענער פון די סיסטעם..

ערעב יוד אפשר איז צייט זאלסטעך אויפוועקן, ליידער יעצט ביסטו נישט א יוד אין נישט א גוי, די האסט נישט עולם הזה אין נישט עולם הבא
שטעל זיך פאר א טשייניז קונד האט אפגעמאכט ביי זיך אז ער האט נישט געוואלט זיין א טשייניז ער האט ענדערש געוואלט זיין אן אראבער פון ווען ער שטייט אויף ביז ער גייט שלאפן, ער שטויסט ער בריקעוועט ער שעלט אין שומפט פארווואס בין איך א טשייניז.. פארוואס בין איך א טשייניז.. טראכט אריין ווי נעריש דאס איז. א זאך וואס די קענסט נישט טוישן אזאך וואס די ווייסט די דארפסט לעבן דערמיט פאר די רעסט פון דיין לעבן, מאך שלום מיט עס, זיך צו עסן אין לעבן אין פעין איז נישט אויסגעהאלטן ניטאמאל בגשמיות.

השי"ת האט דיך אריינגעלייגט אין די סיסטעם וואס פאר א סאך איז עס א געוואלדיגע מעלה אבער לאמיר זאגן פאר דיך נישט פאר דיך איז עס נאר א חסרון עס איז א ביטערע נסיון נעבעך וואס מען האט דיך אריינגעלייגט אין, איז אויב די פילסט אז דיין תכלית החיים איז ארויס צו טשעקען, דעלמטאס טשעק ארויס עי עס עי פי, אבער אויב נישט דעלמאטס פייינד עי העפי וועי טו ליוו וויט איט, נאכאמאל אין אידיש ביטע טרעף א מהלך צו לעבן אין די סיסטעם פרייליך אין צופרידן, ווען די זעסט צוויי ארעמעלייט איינער א צופרידענער אין איינער אנגעווייטאגטער וועמען וואלסטו ארויפגעקוקט אין וועמען וואלסטו געשוינט? עד מתי וואס דיין פלאן ווי לאנג גייסטו בלוטיגן אויפן פאקט אז ביסט נעבעך געבוירן צו א היימישע חסידישע קאמיוניטי!?

געדענק ווען די ביסט געגאנגען צו שלום בית שיערם אין מען האט געזאגט אז מען מיז טרעפן מעלות אויפן ווייב, זעצט זיך אראפ טריי זיך צו מצמצם זיין אין טראכט אריין אפשר אפשר איז יא דא א מהלך צו לעבן מיטן סיסטעם (יא, צו לעבן אין די באקס) אפשר האט די סיסטעם יא מעלות, אפשר דיין טאטע, זיידע, רבי האבן יא געהאט א פאונט עכ"פ אפשר מיט געוויסע זאכן אוודאי איז דא חסרונות אויך, אבער זיי אמתדיג מיט דיך איז דען דא א סיסטעם אן חסרונות? אין וועגן עס האט חסרונות מאכט עס שוין די גאנצע סיסטעם קאראפט?

לאז דיך נישט ווערן אווקגעשלעפט פון דיין פארגאנגענהייט לאמיר זאגן האסט געהאט א מגי"ש א ריש שין עין, א מנהל א ריש שין עין, אפילו אויב דיין טאטע איז שלעכט אדער האסט געהאלטן אלס בחור אז קיינער פארשטייט דיך נישט.. למעשה יעצט ביסטו אן עדאלט ביסט חתונה געהאט יעצט קענסטו אליין טראכטן נעם אריין אין דיין קאפ אז די מענטשען ריפלעקטן נישט די גאנצע יודישקייט אין נישט אלעס\יעדער אין די סיסטעם איז ווי זיי, קוק דיך אום וועסטו זעהן אז גענוג אין נאך מענטשען שיינען אין טרייווען "אין" די סיסטעם אדראבא טרעף א מענטש וועם די קוקסט ארויף וואס איז יא אין די סיסטעם אין איז נישט אנגעווייטאגט אין רעדט צו אים באטראכט אים זעה וואס די קענסט ארויס לערנען צו פארשטיין בעסער אין האבן א קלארערע בליק ניץ נישט דיין אום-מעטשאר בחורישע זשאדזשמענט פראביר צו קוקן מיט א נייע בליק.

פרעג דיך אליין צו דיין יעצטיגע לעבען פון זיין קרח מכאן וקרח מכאן איז טאקע די ריכטיגע מהלך אדער אפשר דאך איז דא א זיסערע לעבן ווי דאס!?"


https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... start=1750
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך מנחם מנדל »

"מיר" זענען נישט גענוג שטארק?!?
דו ביסט ביסט נישט גענוג שטארק! אפשר ער אויך און אלע וואס האבן צוגעשטימט מיט אים.
א נארמאלע מענטש וואס באקומט א נארמאלע חינוך פון זיינע עלטערן וויל נאכגיין די וועגן פון זיינע עלטערן און זוכט זיך נישט קיין "נייע וועגן" וועגן אין עבודת השם. אויב ביסטו נישט צופרידן מיט די חינוך וואס דיין עלטערן האבן דיך געגעבן, שעם דיך דערמיט! נעבעך דו ווילסט נישט גיין אין דיינע עלטערן'ס דרכים, דו ווילסט זיין אנדערש פון די גאנצע וועלט, נעבעך. קומט איינער און מאכט נאך א שיטה דערפון?!?
שוין טויזנטער יארן וואס עלטערן זענען מחנך קינדער ווי אזוי זייערע עלטערן האבן זיי מחנך געווען און זייערע קינדער וועלן עס איבער געבן פאר זייערע קינדער און אזוי עד סוף הדורות, אזוי ארבעט די וועלט.


דאס שרייבט נאך איינער...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p4911528
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

די לעצטע משנה אין מסכת גיטין
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67402
אליהו ליכטענשטיין האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 14, 2024 5:22 pm לעצטע משנה אין מס' גיטין.


די תנאים ואמוראים האבן געהאלטן סוף מס' גיטין. מ'האט שוין דורכגעטוהן אלע הלכות פון די ווייטאגליכע פרשה וואס הייסט א גט. די ספר כריתות, די שליחות, די לשמה, די דעת, און אזוי ווייטער. און יעצט ווען מ'האלט שוין ביים פארענדיגען די מסכתא, מ'שליסט שוין די נושא, מ'רוקט זיך שוין צו מער פרייליכע מסכתות הבאים עליהם לטובה, שטעלט זיך די גורל'דיגע שאלה אין בית המדרש. ווען זאל א מענטש געבן א גט ??? אדער מער דייטליך, פארוואס געבט א מענטש א גט פאר זיין ווייב ??? דורכאויס די גאנצע זמן ווען מ'האט עוסק געווען אין מס' גיטין איז מען נאר געווען פארנומען מיט די הלכה'דיגע אספעקטן פון א גט, די הערליכע לומדות און רייד וואס מס' גיטין איז געבענטשט, אבער ווען מ'האלט שוין ביי סתימת הגולל און מ'קוקט שוין ארויס אויפ'ן סיום, וועקט זיך אויף די אונטער'ן באוואוסטזיין נאגנ'דיגן פראגע, פארוואס ? אוי טאטע, פארוואס גט א מענטש זיין ווייב ?? און נאך מיט אלע קאנסעקווענצען וואס קומען ארויס דערפון. דא הייבן חכמינו ז''ל אן צו דן זיין אין די געפילישע און פסיכאלאגישע פערספעקטיוו פון די צוועלעף שורות.


איז וויבאלד די נושא איז א ברענעדיגע נושא, און אונז האב מיר זוכה געווען צו קלארע רייד פון חכמינו ז''ל אין די ענינים, לאמיר צוזאמען דורכטוהן די ענין און לערנען א משנה וואס די תנאים האבן אונז געשריבן.



משנה מסכת גיטין פרק ט' משנה י. בית שמאי אומרים לא יגרש אדם את אשתו אלא אם כן מצא בה ערות דבר שנאמר כי מצא בה ערות דבר, בית הלל אומרים אפילו הקדיחה תבשילו שנאמר כי מצא בה ערות דבר, ר' עקיבא אומר אפילו מצא אחרת נאה הימנה שנאמר והיה אם לא תמצא חן בעיניו.





פאוואליע.... נישט אזוי שנעל. מיר האבן געלערנט דא דריי שיטות אונטער וואסערע אומשטענדן א מאן זאל געבן א גט פאר זיין ווייב, און לאמיר פארשטיין אלע, שטייט און קלאר.


די ערשטע שיטה איז שיטת בית שמאי, און ס'איז לכאורה די גרינגסטע צו פארשטיין .זי האט א ערות דבר, פינטל. ערות דבר ווערט ערקלערט אין די גמרא אז דאס מיינט אז זי טוהט עבירות. זייער סימפל, יאנקל האט חתונה געהאט מיט זיין ווייב בשעה טובה ומוצלחת און אלעס איז געפארן געשמירט. זי איז געווען א פיינע, א ערליכע, א קלוגע, און זיי זענען זיך זייער גוט אויסגעקומען פאר עטליכע יאר ב''ה, אבער ליידער האבן זיך זאכן נאכדעם גענצליך געטוישט, עס איז נישט געשעהן אין איין טאג, אבער נאך א שטיקל תקופה האט זיך אנגעזעהן א בולט'דיגע און גאר יסודות'דיגע חילוק פון זיין אלטע ווייב צו זיין נייע ווייב. אירע השקפות החיים איז נישט צו דערקענען, איר מהות איז געטוישט מהיפך אל היפך, איר סדר היום טראגט איר אויף גאר ווייטע פלעצער, אירע פריינט ווייסן נישט וואס איז מיט איר געשעהן. יאנקל זעהט אז די מצב איז ביטער. קודם פרובירט ער צו גיין צו א רב, די רב טרעפט זיך רעדן צו די פיר ווענט, דערנאך פרובירט יאנקל א טעראפיסט, די טעראפיסט הייבט די הענט נאך א קורצע וויילע, יאנקל פילט ווי זיין וועלט פאלט צאם, נאך א שטיק צייט זעהט יאנקל אז געים איז אווער, זייערע וועגן האבן זיך קאמפליטלי פונאנדערגעשיידט, מיט א שווער הארץ גיבט יאנקל א גט און ווייסט אז דאס איז עס, די קאפיטל איז געשלאסן.


מזבח מוריד עליו דמעות. :-e;/ :-e;/ :-e;/


―――–――――――――――――――––―


די צווייטע שיטה אין די משנה איז שיטת בית הלל, אינגאנצן א צווייטע געשיכטעלע. בית הלל איז מודה צו בית שמאי אין די פריערדיגע מעשה אז געבן א גט אין אזא סיטואציע איז א פאסיגע אויספיהר פאר אזא טראגעדיע, אבער בית הלל זאגט אז מ'דארף נישט קריכן ביז אזא האר אויפשטעלנדע פאסירונג פאר א לעגיטימע סיבה צו גט'ן, אפילו א אומטויגליכע אומבאלומפערטע פרוי איז נישט עפעס וואס א מענטש דארף זיך צאמליידן פאר'ן לעבן, זי פארברענט זיינע געקעכצן. לאמיר זיך באקענען מיט משה.


משה האט חתונה געהאט מיט זיין ווייב למזל טוב און ער האט איר אין אנהייב גראדע געגליכן. ער האט שוין געהערט אלץ חתן אז זי איז א צופלויגענע, אבער ער האט געטראכט אז ער וועט אפילו הנאה האבן דערפון. ער האט נישט געוואלט האבן א ווייב וואס וועט אים שטיין אויפ'ן קאפ און הייסן צוזאמלייגן די שבת'דיגע טלית א מינוט נאך הבדלה. און ער האט אויך נישט געוואלט האבן א ווייב וואס וועט שוין אויסליידיגן די פריזער צו מאכן פלאץ פאר די טשיז קעיקס פינעף וואכן פאר שבועות. ער האט געקענט באשטיין צו האבן א לויזע אטמאספערע אין שטוב. אבער ווי זאגן נאר די גוטזאגער, א מענטש טראכט אין גאט לאכט. בעט נישט צו שטארק פאר עפעס ווייל ס'קען נאך אנקומען.... פאר די צונאמי וואס האט באטראפן זיין היים גלייך נאך שבע ברכות האט זיך קיינער נישט געראכטן, ווען די הויפן שמוציגע געשיר אין סינק איז אנגעקומען א אמה העכער די קאונטער און שארף געדראעט איינצופאלן האט זיך א דערשראקענע משה שנעל גענומען צו די עבודה און ארויף געשארט די ארבעל, ווען ער האט זיך דערזעהן טאג נאך טאג מיט האלב רויע אייערשפייז אין זיין נעבעכ'דיגע סענדוויטש איז משה געווארן א נאנטער ידיד מיט די כולל'ס ווענדינג מאשין. משה פלעגט אייביג מיינען אז ''צוויי לינקע הענט'' איז עפעס א מין לאזונג וואס מען זאגט אויף געוויסע שטאט'ס שלימזלנים, ער האט אין וויסטן חלום זיך נישט פארגעשטעלט אז איינע פון דיזע וועט נאך וואינען ביי אים אין חצר. ווען די קינדער האבן שוין אנגעהויבן אינטערוואקסן איז עס געקומען צו א מצב וואס משה האט זיך אויסגעלערנט אז אויב ער וועט נישט וואשן די וועש וועט עס קיינער נישט טוהן, און אויב ער וועט נישט באשטעלן עסן פונעם לאקאלן רעסטוראנט וועט זיין ווייב'ס הקדיחה תבשילו'דיגע נאכטמאל נישט שטילן זיין הונגער. עס איז געקומען ביז א פונקט וואס משה האט געפילט אז ער קען נישט מער, ער איז געגאנגען צו בי''ד און געמאלדן אז ער גיבט אריין א רעזיגנאציע בריוול. בית הלל זאגט אים, יא ! מיר פארשטייען דיר, דו האסט א לעגיטימע סיבה זיך צו גט'ן.


א שאד. א שאד. :-e;/ :-e;/ :-e;/


――――――――――――――――――――――


מיר פארשטייען זייער גוט יאנקל מיט משה. אזעלכע זאכן קענען זיך מאכן. און כאטש ס'איז א גרויסע ווייטאג יעדעס מאל וואס א יודישע שטוב ווערט צובראכן, מאכט זיך אבער דא און דארט אויסנאם פעלער. א יעדע מענטש האט א בחירה. ער אדער זי קען בוחר זיין צו ארבעטן אויף זיך, צו ארבעטן אויף די מידת הסבלנות, תיקון המידות, און אזוי ווייטער. אדער קען ער מחליט זיין אז ער האלט נישט ביים ליידן און שווייגן און ער גייט זיך נישט לאזן טרעטן... און שוין.


אבער יעצט ריק מיר זיך ווייטער צו שיטת רבי עקיבא. הייליגער רבי עקיבא... גרויסער תנא רבי עקיבא.... ווי אזוי קען מיר פארשטיין דיינע הייליגע ווערטער ??? צו דען האלטסטו אז א מאן זאל גט'ן זיין ווייב ווייל ער האט געזעהן א שענערע ? עס לייגט זיך נישט אויפ'ן שכל. א מאן איז חתונה געהאט צופרידענערהייט פאר עטליכע יאר ב''ה, אלעס גייט אים גוט, די לעבן פארט געשמאק. איין טאג, באאם ! ער האט געזעהן א שענערס, די פרשה איז געענדיגט, ער גייט צום נעקסטן, גע'ענדיגט מיט זיין ערשטע ווייב, זאל זי גיין ווי די שווארצע פעפער וואקסט. זיינע אייגענע קינדער וואס ער האט געהאט מיט איר לאזט ער צו די ווינט, און ער גייט הוליען א לעבן. דאס איז וואס ר' עקיבא זאגט ? רבונא דעלמא, ווי קען זיין אזא זאך ? און ווען ענדיגט זיך דאס ? אין לדבר סוף, יעדע מאל ער זעהט עפעס אנדערש לויפט ער עס נאך? א מאן זאל נישט זיין צופרידענערהייט חתונה געהאט מיט זיין געטרייע אשת נעורים וואס די באשעפער האט אים געשאנקן ?


לעטס דעמאנסטרעיט. א יונגערמאן היינטיגע טעג שפאצירט אריין אין ביהמ''ד איין צופרי די קאפ אביסל אראפגעלאזט, זעהט אויס גאנץ צובראכן, ער זונטאג'ט אויף א פלעינע מיטוואך, זיינע חברים גייען צו צו אים, פרעגן אים, וואס גייט פאר ? מ'קען דיר מיט עפעס העלפן ? ער ענטפערט מיט א פארלוירענע שטימע, כ'ווייס נישט וואס צו טוהן, עפעס גייט פאר, פרעג בעסער נישט, סאמטינג טעריבעל איז גאאינג אן. וואס הייסט ? ווערן די חברים דערשראקן, זאג אונז יעצט, אפשר קעמעדיר מיט עפעס העלפן ? צום סוף דערווישן זיי ארויס פון אים, אז עפעס גייט פאר ביי אים אינדערהיים, די מצב איז גארנישט אזוי מסודר. נאך קורצע אינוועסטוגאציעס שווימט ארויס די ביטערליכע מציאות אז ס'שפילט זיך אפ א בית שמאי געשיכטעלע ביי אים אין שטוב, מ'דארף גרויס רחמי שמים, זיין ווייב איז א פרוי פון וועם די משנה רעדט. יעדער פילט מורא'דיג שלעכט פאר אים, מ'האפט אז זאכן זאלן גיין צום גוטן, מ'איז מתפלל אז זאכן זאלן זיך טוישן. אויב הערט מען אבער נאך א שטיק צייט אז די מעשה האט זיך ליידער גענדיגט מיט א גט, האט יעדער שטארקע מיטגעפיהל מיט אים, מ'פארשטייט אים, מ'האפט אז בקרוב וועט ער נאכאמאל זוכה זיין צו אויפשטעלן א בית נאמן בישראל. מ'האפט אז די איבערגאנג וועט נישט צו שטארק שאטן פאר די קינדערלעך, און יעדער וועט אינגיכן קומען אל המנוחה ואל הנחלה.


יעצט לאמיר איבערשפילן די זעלבע מעשה נאר א משהו אנדערש. א יונגערמאן היינטיגע טעג שפאצירט אריין אין ביהמ''ד אביסל פאר'חלומ'ט, זיין קאפ איז נישטא, קיינער ווייסט נישט וואו ס'איז. זיינע חברים גייען צו צו אים און פרעגן אים וואס גייט פאר ? מ'קען דיר מיט עפעס העלפן ? ניין, ס'גוט, ענטפערט ער מיט א געמאכטע רואיגקייט, גארנישט גייט נישט פאר. די עולם לאזט אים אפ און פרעגט אים נישט קיין קושיות, כאטש יעדער זעהט אז עפעס איז דעפיניטלי wראנג. נאך א שטיק צייט פלאצט די נייעס ווי א באמבע אין העלן טאג, אז די יונגערמאן האט רח''ל איבערגעלאזט זיין שטוב מיט פינף קינדערלעך, געגאנגען וואוינען מיט עפעס א......... וואס ער האט אנגעטראפן ערגעצוואו אויפ'ן טריפה'נען אינטערנעט. זיין ווייב וויינט אינדערהיים, ווייסט נישט וועלכע בייזע חלום האט איר באטראפן. זיינע קינדער זענען צושוידערט, ווייסן נישט וואו טאטי איז פלוצלינג אנטרונען געווארן. זיי דארפן עמערדזשענסי באקומען טעראפי, א ערנסטע מומחה צו וועם זיי זאלן זיך קענען אויסרעדן זייערע דערשראקענע הערצעלעך. די גאנצע שטאט שמועסט פון די געפערליכע מעשה וואס האט דא געשעהן, און פון וואסערע רשע דער טאטע איז. ר' עקיבא האלט אז ער איז גערעכט ? מצא אחרת נאה הימנה מעג גט'ן זיין ווייב ? וואס גייט דא פאר ? ווי אזוי קענען מיר דאס פארשטיין ?


מ'רעדט שוין נישט פון דעם וואס שלמה המלך זאגט אין משלי, ''שקר החן והבל היופי אשה יראת ה' היא תתהלל''. לאמיר אפילו זאגן אז חן ויופי איז די עיקר. לוינט זיך אבער אויף דעם חשבון צו פארלירן אלעס אנדערש ?


לאמיר יעצט אנקוקן די מעשה פון א אנדערע אנגעל. ווער איז די מאן דאמר אז א מאן זאל גט'ן זיין ווייב ווען ס'איז ''מצא אחרת נאה הימנה'' ? די הייליגע תנא ר' עקיבא. ווער איז געווען ר' עקיבא ? ווער איז געווען ר' עקיבא'ס אייגענע פרוי ? מיר קענען אלע די מעשה. לאמיר זיך דערמאנען.


גמ' מס' כתובות דף ס''ב.


ס'געווען א פאסטוך וואס האט געהייסן עקיבא. דער עקיבא איז געווען אזא עם הארץ אז אפילו קיין א''ב האט ער נישט געקענט. ער איז געווען אזוי ווייט פון תורה ומצוות אז ער פלעגט זאגן ''געצמיר א תלמיד חכם און כ'וועל אים בייסן ווי א אייזל'' !! ער איז געווען א פאסטוך ביי דער בארימטע עושר ''כלבא שבוע''. דארט פלעגט ער פאשענען די שעפעלעך און בהמה'לעך. כלבא שבוע'ס טאכטער, די גאר געלונגענע און געראטענע רחל, האט באמערקט אויף דעם פויער'ישן עקיבא אז ער האט א שטיקל איידלקייט צו זיך. זי האט באמערקט עפעס אויף אים וואס קיינער אנדערש האט נישט געזעהן. זי האט גענומען דעם געמבל און אים געזאגט איך בין מסכים חתונה צו האבן מיט דיר אויב דו גייסט גיין לערנען תורה. פאר די החלטה צו חתונה האבן מיט ר' עקיבא האט זי זיך ממש מוסר נפש געווען. זי איז געווען גרייט צו פארלירן אלעס. איר טאטע האט איר געזאגט באקומסט נישט קיין פעני פון מיין גאנצע פארמעגן אויב דו טוהסט דאס. זי איז אבער נאכאלץ איינגעגאנגן אויף דעם ווייל זי איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געזעהן וואס פון דער עקיבא קען נאך אויסוואקסן. מסירת נפש שאין כדוגמתה.


די סוף מעשה קענען מיר אלע. ר' עקיבא איז אויסגעוואקסן דער גרויסער הייליגע תנא רבי עקיבא, וואס גאנץ תורה שבע''פ גייט לשיטתו, אלעס אדאנק זיין ווייב וואס האט געגלייבט אין אים. און ווי רבי עקיבא אליינס האט זיך אויסגעדרוקט פאר זיינע טויזענטע תלמידים מיט די באוויסטע ווערטער ''שלי ושלכם שלה היא''. רחל אשת ר' עקיבא, די בארימטע פרוי וואס איז פארצייכענט געווארן מיט גאלדענע אותיות אין די קורות הדורות פון יודישע היסטאריע.


זאגט אונז אבער יעצט ר' עקיבא אז מצא אחרת נאה הימנה איז בארעכטיגט צו אפלאזן זיין ערשטע ווייב. צו וואלט דען די הייליגער תנא רבי עקיבא אפגעלאזט זיין פרוי וואס ער איז שולדיג זיין גאנצע לעבן וועגן מצא אחרת נאה הימנה ?? מצא אחרת נאה הימנה וועגט דען איבער די אלע תורה, טויזענטע תלמידים, גאנץ תושבע''פ ? ס'זעהט אויס אז ס'דארף א געהעריגע ביאור.


עס איז סתם אזוי שווער צו פארשטיין, בימי חז''ל האט מען געקענט חתונה האבן מיט וויפיל פרויען מ'וויל. מילא לויט בית שמאי א פרוי וואס זונדיגט דארף מען גט'ן, ס'דאך נישטא קיין אנדערע ברירה. די זעלבע איז לויט בית הלל. אבער לויט רבי עקיבא מצא אחרת נאה הימנה וואס פעלט אויס צו גט'ן ? ער קען חתונה האבן מיט נאך א פרוי, זאל ער האבן צוויי, וואס ער דארף ער מצער זיין די ערשטע ?


די תירוץ איז זייער פשוט. ווען א מאן האט חתונה איז זיין תפקיד ''ושמח את אשתו אשר לקח'', ער האט נאר איין ווייב און ער פרייט זיך מיט איר, ער ווייסט אז דאס איז וואס דער באשעפער האט אויסגעוועלט פאר אים און בעסער קען גארנישט זיין. ס'איז מצא אשה מצא טוב. פאר ער האט חתונה געהאט איז ער געווען א פלג גופא, מופקר לכל, שרוי בלא חומה, און נאכ'ן חתונה איז ער אנגעקומען צו זיין ציל. ער איז פרייליך און מושלם, ער האט א אינערליכע רואיגקייט, ער מיט זיין ווייב זענען איינס און קיין שום פרעמדער קען זיך דארט נישט אריינמישן.


אויב איינער האט חתונה און דאס אויבנדערמאנטע האט נישט פאסירט, ער ערפילט נישט זיין תפקיד, ער קוקט נאך אלץ ארום אויפ'ן וועלט זעהן וואס נאך הנאות אדער תאוות ער קען האבן, ער איז נישט צופרידן מיט זיך און זיין חלק בעולם, האט ער נאכנישט חתונה געהאט. ער האט גארנישט פון די גאנצע זאך, שלימות איז נאך ווייט פון אים.


ווען מ'איז מדייק די ווערטער וואס ר' עקיבא האט געשריבן אין די משנה זעהט מען אז אין זיינע ווערטער ליגט א טיפע כוונה. בית שמאי זאגט אז אויב ''זי'' איז די פראבלעם, דהיינו- זי טוט עבירות, זאל ער איר גט'ן. בית הלל זאגט אויפ'ן זעלבן גאנג, אויב זי האט א פראבלעם, זי איז א שרעקליך אומטויגליכע, איז צייט זיך צו שיידן. ר' עקיבא זאגט נישט אז זי האט א פראבלעם דהיינו- זי איז א נישט שיינע, נאר פונקט פארקערט ''ער'' האט א פראבלעם, ''אפילו מצא אחרת נאה הימנה'', ער זעהט שענערע. א רגע, פארוואס זעסטו שענערע פרויען ?? כ'האב געמיינט דו האסט שוין חתונה געהאט ?? מצאת אשה, דו האסט דיין אשה כשירה, פארוואס ביסטו נאך פארנומען ארומקוקן און קאמפערן צווישן דיע און די אנדערע ? אלא מאי דו ביסט בכלל נישט חתונה געהאט, דו ביסט בכלל נישט איינס מיט דיין פרוי, דו האסט נאכנישט אנערקענט די געוואלדיגע מתנה וואס די באשעפער האט דיר געגעבן. נו, אויב אזוי קענסטו איר רואיג אפ'גט'ן, האסט סייווי נישט קיין שייכות מיט איר.


רבי עקיבא איז געווען דער וואס האט ריכטיג אנערקענט אין די כח פון א פרוי. ער האט עס מיטגעלעבט אויף די אייגענע ביינער. ער האט ערשט האנטיג געוויסט די געוואלדיגע מעלה פון ליב האבן און טראסטן די פרוי על כל צעד ושעל. טאקע דערפאר איז ער די בעל המימרא וואס זאגט אז אויב ביזטו נישט חתונה געהאט, אפילו דו האסט א פרוי אבער דו האסט מיט איר גארנישט, דו זוכסט נאך אנדערע, דאן קענסטו זיך צוטיילן פון איר רח''ל, ס'איז במילא נישט מצא אשה מצא טוב, דו האסט נאכנישט געטראפן, דו זוכסט נאך.


דאס איז פשט פון שיטת רבי עקיבא אין די משנה. ער האט גארנישט פון חתונה האבן מיט נאך א פרוי. ער האט נאכנישט חתונה געהאט מיט די ערשטע.


דיסקלעימער: די ארטיקל איז געשריבן פון א מאן'ס שטאנדפונקט, וואו דער מאן איז דער נישט צופרידענער. די סיבה דערצו איז ווייל די משנה איז געשריבן פון דעם שטאנדפונקט, און ווייל אייוועלט איז געמאכט פאר מענער. מען קען ניצן דעם זעלבן ארטיקל אויף פארקערט ווי דער פרוי איז דער מיט די פראבלעם.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

גרויסע ירידת הדורות דארט, מדיסקוסירט אין גרויסן איז דיין ווייב יא די שענסטע אדער נישט והמסתעף..
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך אלפא »

האט איינער אן אהנונג צו די לעיזער קרויס אשכול איז אראפ פון אייוועלט?
איך טרעף עס נישט ביי אקטיווע אשכולות. נישט אין די קול מבשר אשכול - https://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=214. און נישט ווען איך מאך א סורטש דערויף - https://www.ivelt.com/forum/search.php? ... 7%96%D7%9F.

אויב יא, פארוואס?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
[NAMELESS]

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלפא האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 7:29 am האט איינער אן אהנונג צו די לעיזער קרויס אשכול איז אראפ פון אייוועלט?
איך טרעף עס נישט ביי אקטיווע אשכולות. נישט אין די קול מבשר אשכול - https://www.ivelt.com/forum/viewforum.php?f=214. און נישט ווען איך מאך א סורטש דערויף - https://www.ivelt.com/forum/search.php? ... 7%96%D7%9F.

אויב יא, פארוואס?
יאפס קוקט אויס אזוי, געווען דארט זייער היציג נעכטן וועגען זיין לעצטע שמועס ווי ער רעדט וועגן רילעשאנשיפ ביי קאפלס...
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

עלינו האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 15, 2024 8:44 pm הערליך ר' אליהו,
לענין פשט, קודם אין בית הלל לערנען אסאך ראשונים אז מען רעדט הקדיחה תבשילו במזיד, אויף ר' עקיבא וואס (אגב פסק'ענט מען נישט אזוי, און עס איז אויך כדי צו זען די לשון הרמב"ם אין פי' המשניות) פאשטיי איך נישט דיין טענה, ר' עקיבא רעדט נישט צו ער איז א נארמאלער מענטש אדער צו מען דארף אים לייגן אויף די דעקל פון די ****, ר' עקיבא זאגט אז מען מעג גט'ן א פרוי פאר עני זאך, איינער קומט צום ב"ד און ער זאגט איך וויל גט'ן מיין ווייב פרעגט אים ב"ד פארוואס אויב ער ענטפערט זי געפעלט מער נישט ווייל איך האב געזען אחרת נאה הימנה לויט ב"ש און ב"ה זאגט מען אים אז ער טאר זיך נישט גט'ן, לויט ר' עקיבא "מעג" ער, מען דארף נאך אלס טוהן אלעס אז ער זאל בלייבן מיט זיין ערשטע ווייב, און מען מוז אים נישט פארשטיין און מען דארף נישט מסכים זיין צו די שריט, (איינער וואס ער האט געטראפן אויפן אינטערנעט וכו' קען זיין איז אין כלל פון מצוה לגרשה).
ועוד אין די מעשה פון ר' עקיבא האסטו אריינגעלייגט קינדער און כאילו דער מענטש גייט ארום הוליען, איינער וואס האט קינדער איז אפי' ביי א אשה רעה נישט דער סדר צו גט'ן עיין עירובין מא ע"ב.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 6#p4920686
זייער נייגעריג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 15, 2023 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך זייער נייגעריג »

באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך מנחם מנדל »

בלויע רעקל האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:12 pm איך זיך שוין לאנג א מקור.. ווי שטייט אין שולחן־ערוך אז קוקן אויף א פרוי( נישט פאר הנאה) איז אסור?
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך מנחם מנדל »

קעפל: טייערע אידן אויף סאוישל מידיע היט אייער אויגן וועט אייך גוט זיין
זכאי האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 3:01 pm איך האלט שוין אפאר שעה נאכן וואטשן א הערליכע ווידעאוי וואס איז געווען דא אויפן וועלטל ארויסגעגעבן דורך איינע פון די גאר היימישע זינגערס און אינטערטעינערס בזמינינו, און איך קען נאך אלס נישט צו זיך קומען.

ווי געטרויט זיך א היימישער זינגער מיט א היימישער פרודוסער ארויסצוגעבן אן אפעציעלער ווידעאוי וואו מען זעהט א פרוי?! האבן מיר טאקע פארגעסן אז מיר האבן א טאטען אין הימל וואס האט אונז אויסדערוועלט אלס זיין פאלק, און ער האט אונז געגעבן זיין תורה מיט פונקטליכע אנווייזונגען וואס מען מעג יא און נישט טוען?

לאמיך אייך מסביר זיין וואס באדערט מיר.

ניין איך בין נישט קיין פרומער אדער כאניאקישער אינגערמאן און ניין איך בין אויך נישט איינער וואס זיצט באהלה של תורה און פארברענגט נישט קיין מינוט ליידיג. און יא עס באדערט מיר אויך אפט ווען מאנכע דא אויפן וועלטעל פראווענען פרומקייט בעת וואס זיי זיצן און פארברענגען צייט אויפן געוועב, וואו מען זאגט קאם אן זיץ מיר נישט אויפן געוועב און רעד וועגן מסורה אדער השקפה וואס דו ביסט נישט דערביי, בעת וואס דו פארברענגטס דא די צייט.

אבער דאס איז דייקא וואס באדערט מיר, וואס איז געשען מיט אונז, האבן מיר טאקע פארגעסן וואו אונזער רויטע ליין איז? איז קוקן א ווידעאוי פון פרויען אזוי ווי פרעס מוצאי שבת נחמו מיט דזעל פיאות?

אידישקייט האט אין זיך אסאך גרעי עיריע און יא יעדער זאל מאכן זיין ליין וואו ער וויל. דו ווילסט עס מאכן ביי אן עד וואס ברענגט ארויס אשפיי און דיינע אויגן און מוחה זיין? פיין און וואויל. דער האט זיין שוואכקייט דארט, א צווייטער צו א פרענק מיט פעלדמאן לאנגזאם איז אויסגעהאלטן, א דריטער ביי גויעשע ניגונים וכהנה וכהנה די ליסט איז ענדלעס.

דאס איז אלעס זייער פיין און וואויל ווען מען רעדט פון מסורה השקפה וכו׳ וואס יעדער זאל טוען און האלטן דארט וואו ער האלט אמת׳דיג דערביי (אבער געדענק דיין זיין אויף איי וועלט ברענגט דיך שוין אויף גאנץ א נידיריגע לעוועל און די גרעי עיריע)

אבער רבותי עס איז דא א תורה מיט א שולחן ערוך און עפעס וואס שטייט דארט איז א רויטע ליין א ליין וואס מען טאר נישט דורכגיין

וואו קען ארויסקומען א היימישער ווידעאוי פאר די היימישע גאס מיט פרויען אויף דעם?! שומי שמים! נאכמער באדערט ווען דאס קוקט נישט אויס ווי פונקט אריינגעפאלן צילוב וואס מען האט געארפט הייערען אקטרעסעס, מעיקאפ, קאסטעיומס, וכו, און פארוואס, וואס איז אפילו די נסיון דא פארוואס האסטו עס געמוזט אריינלייגן?

נאר דא קומט מען צו צו דעם ווייטאגליכען נושא פון סאוישל מידיע, יא ווען מיר זענען אויפגעוואקסן (איך בין נישט אזוי אלט) איז א בילד פון א פרוי געווען אסור בתכלית האיסור. אבער איינמאל סואישל מידיע איז אריינגעקומען האט זיך אנגעהויבן קודם מיט נייעס וואו מען זעהט פרויען, און נאכדעם איז עס געגאנגען צו חתן כלה פיקטשערס, און פערטיג. און רח״ל עס וואקסט אויף א דור (א חלק דור) וואו דער גרעסטער אידישער סטאטוס אויף וואטס אפפ ברענגט אפעציעל בילדער פון נשים, און אינגעלייגט ציווישן זיך שיקן זיך אפעציעל ארום חתן כלה בילדער אן קיין שום בושה. און נאכדעם קען ארויסקומען אזא ווידעאוי ווי היינט (אדער דער ווידעאוי פון א באוויסטער קאמידיען וואו ער האלט א סיין אויפן גאס אז דער וואס האט ליב אידן זאל איהם קומען האגן, און ער האגט זיך מיט נשים!! העללאו דו פארריפסט זיך א איד בעת וואס דו טרעטסט אויף דאורייתא׳ס בריש גלוי?)

טייערע ברודער אונזער טאטע אין הימל איז אזוי גוט צו אונז ער גיבט אונז אזויפיל גוטע זאכן, לאמיר אבאכט געבן, לאמיר נישט ווערן אימיונט, לאמיר געדענקן וואו אונזער רויטע ליין איז און מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן אלס אידן וואו איידער ….. חלילה.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סקעפטיקער »

פון וועלכע ווידיא רעדט ער?
באניצער אוואטאר
מנחם מנדל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 182
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך מנחם מנדל »

אברהם מרדכי שווארץ, ווארקא.
זייער נייגעריג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 15, 2023 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך זייער נייגעריג »

זייער נייגעריג האט געשריבן: זונטאג פעברואר 18, 2024 2:11 pm https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67458

:lol:
יעצט זע איך אז ס’איז שוין פארשפארט דארט
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סבא דבהתא »

עפעס זענען זיי פארנומען דארט מיט א מעשה פון א רבישע אייניקל וואס האט זיך געשמאדט https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67488
[NAMELESS]

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארמאכט....
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סבא דבהתא »

מנשסתר האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 19, 2024 1:09 pm פארמאכט....
דאס בין איך גראדע מיט זיי, די גאנצע מעשה האט געשמעקט פון א פרישע געבעקס פון חב”דע בעקעריי
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סקעפטיקער »

[NAMELESS]

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גוטע ליין דאס
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic. ... #p4933155
שכולו טוב האט געשריבן: איי מיען עס קען צומאל נאך ה"י ווערן א סתירה צווישן די תורה מיט די סיסטעם... וואס וואלט מען געטוהן אזא צייט?
באניצער אוואטאר
טראפעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 04, 2023 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך טראפעלע »

סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:51 pm סייקעדעליקס
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67523
שוין נישט דארט
יאנקל בעל העגלה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך יאנקל בעל העגלה »

אויב האט איר געליינט וואס איך האב געשריבן אפאר

די אמת איז אז עס שטייט אין גמרא אז אפילו איינער וואס איז א גרויסער תלמיד חכם און ירא שמים קען נאך אלץ זיין א טיפש. יא, אזוי שטייט אין גמרא, די גמרא אין מסכת נדה דף ט"ז ע"ב זאגט דדריש ר' חנינא בר פפא אותו מלאך הממונה על ההריון לילה שמו ונוטל טפה ומעמידה לפני הקב"ה ואומר לפניו רבש"ע טפה זו מה תהא עליה גבור או חלש חכם או טיפש עשיר או עני ואילו רשע או צדיק לא קאמר.
ר' חנינא בר פפא זאגט, די מלאך וואס איז פאראנטפערליך אויף די געבורט פון קינדער, נעמט די טיפה פון וואס די קינג וועט געבוירן ווערן און פרעגט אן ביי כביכול די רבוש"ע, וואס וועט זיין מיט דעם טיפה? וועט דער קינד זיין א שטארקער אדער א שוואכער? א חכם אדער א טיפש? רייך אדער ארעם? אבער ער פרעגט נישט אויב דאס קינד וועט זיין א צדיק אדער א רשע ווייל יעדער האט אן אייגענע בחירה.
אין אנדערע ווערטער, אפילו דער מענטש אויף וועם כביכול אליין בכבודו ובעצמו האט גוזר געווען אז ער זאל זיין א טיפש, קען נאך אויפוואקסן א צדיק! און נישט סתם א צדיק, נאר א צדיק אין די מושגים פון די הייליגע חז"ל! און ניין, דאס איז דער צדיק איז א טיפש, מאכט עס איהם גארנישט קלענער, ער וועט נאכאלץ זיצן אויבנאן אין גן עדן, עס איז ברייט באקאנט וואס די הייליגע ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט וועגן א צדיק א טיפש וואס וועט האבן א זיבן שטאקיגע גן עדן... עכ"פ ס'דא אזא זאך.
לעניינו, נישט אלע רבנים זענען באהאווענט אין אלע וועלטיליכע, עסקנישע און רפואה ענינים, אפגעזעהן פון זייער גדלות אין תורה, ירא"ש און צדקות, חז"ל לערנען אונז אין מסכת ברכות דף ד' ע"א למד לשונך לומר איני יודע, א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען צו זאגן 'איך ווייס נישט', נישט אלעס ווייסט מען און נישט אלעס קען מען וויסן, חז"ל לערנען אונז אויך אין אבות פרק ו' משנה ו' אז מ'דארף זיין א מכיר את מקומו, מ'דארף וויסן מיין קענטענסטין זענען אין שו"ע -נישט אין גמרא, אין יורה דעה -נישט אין הל' שבת, אדער אין תורה אין נישט אין רפואה -מענטעל העלט צו פיזישע העלט, דאס קען איך נישט, און אז מען קען נישט, דארף מען זאגן איני יודע -איך ווייס נישט.
זעה אויף אייוועלט: https://www.IVELT.com/forum/viewtopic.p ... 8#p4935868
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

וואו טראגט א פרעמדער דיין אינגל??
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=67592
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: דער אייוועלט אשכול

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

כ׳וואלט געפרעגט פארקערט.

און וויליאמסבורג האט געוואוינט א איד, א זוהן פון סיגעטער רב, ער האט מייסד געוועהן די סענדס סטריט ישיבה, געבויעט א שטעל ביי די ניינציג, וכו׳ וכו׳. לויט ווי פאר מענטשען האט דאן אויסגעקוקט - ווי אויך פון זיינע אייגענע לייגען אים נאך היינט אראפ אין די ביכלעך- איז ער ביזי געוועהן אכצען שעה א מעת לעת מיט עניני כלל. לאקאל און אינטערנאציאנאל. למעשה האט ער שולט געוועהן אויף כל התורה כולה, פון חומש רש״י מיט אלע ראשונים ואחרונים, ביז אלע סוגיות הש״ס מיט אלע ראשונים ואחרונים. נגלה, נסתר, הלכה שו״ע מיט אלע נושאי כלים. מדרשים, זוהר, ספרי מוסר, אלעס אויפן לשון. א בעל מחדש, א פוסק, א בעל מופת, א בעל דרשן, אליין געשריבן א חלק פון זיינע ספרים, גערעדט שעות ארוכות ברבים אן די מינדעסטע מעגליךקייט זיך אנצוגרייטן. ווער פון גרעסטע לייבן האט זיך מיט אים מפלפל האט ער מנצח געוועהן. ווי מען האט אנגעהויבן רעדן מיט אים איבער תורה איז ער געוועהן אינדערהיים און די מינוט. (נאכדערצו געוועהן א בעל יסורים, פארלוירן ווייב און קינדער אינגערהייט, נישט אזוי געוועהן בקו הבריאות גרויסע חלקים פון לעבן).

פשט? אויפן סיגולי?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p4949407

דער גאנצער אשכול דארט פארדינט אנאלאסיז, אבער די תגובה טעיקס די קעיק!!
פארשפארט