שמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 20, 2024 8:50 pm
לבי אומר לי אז ער האט גאנץ פיין געכאפט וואס דא איז פארגעקומען... די קעניג ריפט אים ספעציעל פונעם שלאכטפעלד... און דארף גארנישט פון אים, בלויז הייסט אים אהיימגיין... אוריה האט זיך עפעס אזוי פאר'עקשנ'ט און איז ניטעמאל אהיים זאגן העלאו...
(אגב, ס'איז אינטערסאנט אז פאר דעם אליין איז ער נישט געווען קיין מורד במלכות, ער האט דאך נישט געפאלגט...)
בקיצור, פון די גאנצע מעשה זעט אויס אז ער האט גוט געכאפט וואס דא איז פארגעקומען און ער האט געזען אז ער קען גארנישט טון, האט ער כאטש פארארבעט אז מעשה זאל ארויסקומען ברבים, ובזה יצא ידי חובת נקמה.
איך וועל מחזק זיין דיין טעאריע מיט פארשידענע סימנים פונעם פסוק. אבער אז מען רעדט שוין, מוז איך ארויסברענגען א חלק ניכר פון די מעשה, וואס איז אויסגעלאזט געווארן ביז אהער, און גיבט א שטארקן בעקראונד אויף די ראמאנטישקייט פון די מעשה.
...
עס איז אצינד קריגס צייט, רוב איינוואוינער פון עיר-דוד געפינען זיך נישט אין שטאט, דער עולם איז אויפן שלאכט מיט די בני-עמון, אינאיינעם מיטן הויפט גענעראל יואב בן צרויה. אין שטאט זעלבסט זענען איבערגעבליבן בלויז די פרויען, קינדער און נאך עטליכע מענטשן וואס האבן נישט געקענט ארויסגיין אין מלחמה צוליב פארשידענע אורזאכן. די שטאט קוקט אצינד אויס ווי וויליאמסבורג אין דער קאנטרי סעזאן, רוב געשעפטן זענען פארשלאסן, די גאסן זענען שיטער און אין די שטיבער זיצן בלויז די פרויען, ווארטנדיג אז די מענער זאלן שוין אהיימקומען פונעם שלאכט.
אויך דער קעניגליכער פאלאץ איז האלב ליידיג. רוב מיניסטארן און וויכטיגע לייט געפינען זיך אויפן שלאכט, די כהנים מיטן ארון זענען אויך דארט אויפן שלאכט. בלויז עטליכע וויכטיגע באדינער געפינען זיך מיטן קעניג, וועלכער איז פארבליבן אין פאלאץ. אין דעם דיאגניזירטן פליגל געפינען זיך די קענליגליכע פרויען, אביגיל, מעכה, חגית, אחינועם און נאך. זיי געפינען זיך שטענדיג אויפן ארט, גרייט פארן באנוץ פונעם קעניג. אבער אזוי הערשט א שטילקייט אין פאלאץ, אלעס איז במנוחה און שטיל.
געווען איז דאס איין נאכמיטאג, ווען דער קעניג האט זיך אריינגעלייגט אין בעט צו זיין נאכמיטאג דרימל. וויבאלד דער פאלאץ איז געווען ליידיג און שטיל, אזוי ווי דער גאנצער שטאט, האט זיך דער דרימל פארצויגן ביז אויפדערנאכט. אנהויב נאכט האט זיך דער קעניג אויפגעכאפט פון זיין שלאף און זיך אריענטירט, זעהענדיג אז ער איז פיין פארשלאפן, ביז אין אווענט אריין.
נו, וואס טוט מען יעצט? - דער קעניג גייט ארויס אויפן דאך פון פאלאץ, דארט וואו עס איז געמאכט געווארן צו כאפן פרישע לופט. דער וועטער איז געווען אן אייגענעמער, א געשמאקער ירושלימ'ער לופטל האט אריינגעבלאזן צום קעניג אויפן גענאק און די אנהויב אווענט אטמאספערע האט איבערגעלאזט געשמאקע אפדרוקן אויפן קעניג'ס אויסגעריהטן קערפער.
ירושלים ווערט איינגעהילט אין א טונקלקייט, און דער קעניג קוקט אראפ פונעם טאראסע צו די אנדערע הייזער און חצרות ארום און ארום, ער איז זיך מתבונן וואס עס טוט זיך אין זיין מלוכה אונטער זיין קעניגרייך, און אט, הופא... ער זעט וואס ער זעט, א פרוי וואשט זיך... דער קעניג איז קוים אויפגעשטאנען פון שלאף, אבער די גאנצע פאנאראמע און מצב ארום און ארום, מיט די ליידיגע שטאט און פאלאץ, האט געטון דאס זייניגע, ער קוקט און קוקט... די פרוי איז דאך הערליך שיין, א יופי פון א פרוי, ער קען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די מחזה, ווי אזוי זי שטייט און וואשט זיך אין חצר, מיט אלע אירע תנועות און נייגונגען... אה, די שכינה שיינט אויף איר...
בקיצור, מיר וועלן נישט אריינגיין אין איבעריגע פארשטעלונגען, אונזער חכם "שמן למאור" האט שוין געמאכט זיין ארבעט דערויף און האט שוין פארגעשעטלט, וואס דוד האט געטראכט און געקלערט און ווי אזוי עס האט זיך ביי אים אויסגעשפילט. דוד'ס קאפ ווירבלט העפטיג, ער טראכט וואס ער האט צו טון און ווי אזוי ער דארף האנדלען. ער קומט אריין אין פאלאץ, דארט ווארט שוין אפ זיין באדינער, גרייט אויף יעדע באפעל פונעם קעניג:
"זאג נאר, ווער וואוינט אין די ערשטע הויז אויף די גאס"?
"אה, דאס איז אחירמית הגלעדי פון עילם".
"און קעגן איבער אים, אין די איינגעפאלענע דאך"?
"יא, מיין מייעסטעט, דאס איז אלישבע, די אלמנה פון בענה, וואס איז געשטארבן דורך די פלשתים".
"איי, נעבעך" קרעכצט דער קעניג.
"און ווער וואוינט פונקט קעגן איבער דעם פאלאץ, אביסל שיף אויף די לינקע זייט?"
"דארט וואוינט אוריה החותי".
"וואס, ער איז נישט געגאנגען אויפן שלאכט מיט די בני עמון"?
"ריכטיג מיין מייעסטעט, זיכער איז ער געגאנגען, בלויז זיין ווייב בת-שבע געפינט זיך יעצט אינדערהיים".
"גיי אצינד און לאז איר רופן"...
די ווייטערדיגע פרטים האט שוין שמן-למאור פארגעשטעלט, און איך מוז זאגן אז ער האט געשריבן זייער איידל און איינגעהאלטן, נישט מיטן ציל צו באשמוצן נאר ארויסצוברענגען פאקטן וואס דארט איז געווען. דער קעניג האט געשמועסט און פארברענגט מיט בת-שבע, צוביסלעך אבער גאנץ זיכער, איז דער שמועס פארוואנדלט געווארן אביסל נאנטער. קיינער האט זיך נישט געפינען דארט אויפן גאניק, בשעת דער קעניג האט איר אנגעהויבן אנצורירן, קודם לייכטערהייט, דאן אביסל מער אינטימיש, געגלעט מיט א ליבשאפט אונטער די הערליכע אויסגעשטערנטער הימל איבער די ירושלימ'ער האריזאנט. דער קייסער האט איר אלס מער געעפנט, ארויסגעוויזן ליבשאפט און אזוי ארום אריינגעפירט אין זיין פריוואטער שלאף-שטוב, וואו זיי האבן ליבליך פארברענגט אינאיינעם, ווארשיינליך ביז אריין אין די נאכט, ווען זי איז אהיימגעגאנגען נאך איידער עס האט אנגעהויבן טאגן.
די מעשה וואלט געקענט פארגעסן ווערן, ווען נישט בת-שבע האט זיך דערזען אין א סעטואציע אז זי איז טראגעדיג געווארן פונעם קעניג. זי האט דאן געשיקט א שליחות צום קעניג מיט בלויז צוויי ווערטער,
"הרה אנכי" - איך בין טראגעדיג. גלאט און פשוט!
"הרה אנכי"! - דאס איז די איינציגסטע צוויי ווערטער וואס מיר געפינען אז בת-שבע האט גערעדט דורכאויס די גאנצע פרשה. מיר געפינען נישט קיין שום רעאקציע פון בת-שבע צו די גאנצע געשיכטע. אין פסוק איז נישט קלאר צי בת-שבע איז מיטגעגאנגען דערמיט ברצון, אדער באונס, אדער איז דאס גאר געווען פאר איר א כבוד, און אפשר האט זי גאר אנגעדרייט דעם גאנצען שפיל, אזוי ווי אסאך ווילן זאגן. דער פסוק לאזט פריי אונזער דמיון צו טראכטן און זיך פארשטעלן ווי אזוי מיר ווילן, אנגעהויבן פון רעי"פ ממש, אז דוד האט איר אנגעכאפט קעגן איר רצון, בשעת זי פראבירט זיך ארויסצודרייען און שרייעט און וויינט, ביז אז עס איז געווען ברצון און זי האט גאר אנגערייצט און געזען דערצו אז עס זאל פארקומען בעסער און שטערקער. פון פסוק פארשטייט מען גארנישט.
יש אומרים, אז בת-שבע זעלבסט איז געווען א פאסיווער פרוי און נישט געווען קיינמאל אזוי שטארק אקטיוו. דאס זעט מען אויך ביי די פרשה פון אדוניה בן חגית, אז זי האט זיך געלאזט אנדרייען פון יעדן איינעם און נישט געהאט אזוי שטארק אן אייגענעם מיינונג. יתכן אז אויך דא איז אזוי געווען, אז זי האט גארנישט געפלאנט און גארנישט געטון, נאר מיטגעגאנגען מיטן קעניג, און אלעס געפאלגט לויט ווי אזוי ער האט געוואלט.
דער באדינער פונעם קעניג שטייט ביים טיר און באקומט א מודעה פון בת-שבע, איבערצוגעבן פארן קעניג די ווערטער "הרה אנכי". וואס דארף דער באדינער טראכטן? - ווארשיינליך האט דאס נישט געוואלט אויסרופן קיים שום פארדאכטן. דען עס קען זיין אז דער קעניג האט איר עפעס צוגעזאגט בנוגע איר קומענדיגע זוהן וואס ווערט געבוירן, אדער וויל זי עפעס אנדערש. עס קען זיין הונדערט און איין סיבות פארוואס א פרוי זאל לאזן באפעלן פארן קעניג די ווערטער "הרה אנכי".
אבער דוד האט שוין איין מאל פארשטאנען, ער האט גוט פארשטאנען וואס דאס מיינט און די קאנצעקווענצן וואס קען ארויסקומען דערפון. דוד-המלך האט באשלאסן צו טון אין דעם ענין תיכף ומיד, נישט לאזנדיג דערצו אז עס זאל ארויסקומען א חרבן דערפון.
אונזער שרייבער "שמן למאור" האט שוין ארויסגעשריבן פונקטליך ווי אזוי דער באזוך פון אוריה החותי האט אויסגעקוקט און זיין שמועס מיט דוד. מיר זענען נישטא איבערצו'חזר'ן אלטע זאכן, אבער מיר ווילן א ראיה ברענגען צו הרב שמן למאור, אז ווארשיינליך האט אוריה גאנץ גוט געכאפט וואס עס האט פאסירט. און באמת איז דאס די סיבה פארוואס איך האב גענומען די מיה צו שרייבן די תגובה (עס האט זיך פשוט אויסגעצויגן ביז אהער).
אזוי ווי שמן האט שוין געשריבן, האט דוד-המלך אויסגעפרעגט אוריה וואס עס טוט זיך נייעס אויפן פראנט, אזוי ווי דער פסוק זעלבסט דערציילט אונז:
וַיָּבֹא אוּרִיָּה אֵלָיו וַיִּשְׁאַל דָּוִד לִשְׁלוֹם יוֹאָב וְלִשְׁלוֹם הָעָם וְלִשְׁלוֹם הַמִּלְחָמָה.
אזוי ווי איר זעט, פרעגט ער אים אויס די נייעס, וואס יואב מאכט, וואס די פאלק מאכט און וואס הערט זיך ביי די מלחמה. אלעס איז פיין און פשוט.
ווען מען ענדיגט דעם שמועס, זאגט אים דער קעניג:
"רד לביתך ורחץ רגליך".
ביי אוריה אין געדאנק האט עפעס א בליץ געטון... עפעס האט דער קעניג געזאגט
"ורחץ רגליך"? - וואס האט ער געמיינט צו זאגן?
מען דארף נעמען אין באטראכט, אז דער לשון "ורחץ רגליך" קען פארמאגן צוויי משמעות. עס קען מיינען פשוט, מען קומט פון א ווייטע וועג, די פיס איז שטויביג פון די וועגן און מען דארף דאס אפוואשן. אבער די ווערטער קען אויך מיינען א שיינע לשון פון תשמיש. דוד וואלט דאס געקענט מיינען תמימות'דיג, אז ער זאל אהיימגיין, זיך צורעכט מאכן און אפוואשן די פיס, אבער געוואלד, פארוואס האט ער נישט געזאגט עסן און טרינקען נאר בלויז "ורחץ רגליך"?
די שאלות האט געעגבערט אוריה אין קאפ. איז מעגליך אז דוד האט געמיינט צו זאגן אז איך זאל וואוינען מיט מיין ווייב? - אויב יא, פארוואס טאקע?
אוריה גיבט א קוק און ער זעט,
"ותצא אחריו משאת המלך". דער קעניג דוד שיקט צו אים אין שטוב א געשמאקע מאלצייט מיט אלע גוטע צוגעהערן. בקיצור, דער קעניג וויל באמת אז איך זאל אהיימגיין, ווען ער האט מיר געזאגט 'גיי אהיים', איז דאס נישט געווען אזא המלצה, כאילו איינער זאגט "זיי געזונט" - די שמועס האט זיך געענדיגט. ער וויל באמת אז איך זאל אהיימגיין.
די שאלה איז פארוואס?
איך לייג אויף די הנחה, אז אוריה האט אין דעם פונקט נאכנישט פארדעכטיגט באמת וואס עס קומט פאר. די גאנצע געשיכטע האט אים אנגעצינדן אפאר רויטע לעמפלעך, אבער ער האט נאכנישט געלייגט אויפן שכל אז דער קעניג האט גענומען זיין פרוי און געוואוינט מיט איר. ער האט דאס נישט געקלערט. אבער עפעס האט אים געקלינגען מאדנע, פארוואס וויל דער קעניג אז ער זאל אהיימגיין? - בכלל, וואס האט ער געמיינט צו זאגן "ורחץ רגליך"?
די אלע שאלות האט געבאמבערט פאר אוריה אין מוח.
קיין נאר איז אוריה נישט געווען, און האבן די אלע קושיות האט ער פארשטאנען אז איין זאך טאר ער זיכער נישט טון יעצט, און דאס איז אהיימגיין. הגם ער האט נישט אלעס געכאפט, האט ער איין זאך פארשטאנען, אז פארן קעניג ברענט אז ער זאל אהיימגיין, און ווי לאנג ער פארשטייט נישט דער פשט דערפון, ווייסט ער איין זאך - 'איך גיי נישט אהיים!'
וואו איז ער יא געגאנגען? - שטעלט דאס דער פסוק פאר:
וַיִּשְׁכַּב אוּרִיָּה פֶּתַח בֵּית הַמֶּלֶךְ אֵת כָּל עַבְדֵי אֲדֹנָיו, וְלֹא יָרַד אֶל בֵּיתוֹ.
דער פסוק גיבט אונז א באהאלטענע רמז צו די פלענער פון אוריה. ער איז געשלאפן ביים טויער פון קעניגליכן פאלאץ, אבער
"את כל עבדי אדניו". פארוואס דארף אונז דער פסוק דערציילן אז דארט זענען געשלאפן די אנדערע קנעכט? - דער פסוק וויל אונז עפעס מרמז זיין. אוריה האט טאקע נישט געוואלט אהיימגיין און ער האט געוואלט איבערשלאפן אין פאלאץ, אבער אינאיינוועגס האט ער שוין געוואלט דערשנאפן אביסל מער אינפארמאציע, קלערנדיג אז די קנעכט געפינען זיך שוין דא א לאנגע צייט, זיי ווייסן מער וואס עס טוט זיך אין פאלאץ. אפשר דורכאויס די נאכט, וועט ער עפעס פארשטיין פון זיי און דערהערן פארוואס דער קעניג וויל אזוי שטארק אז ער זאל אהיימגיין.
אוריה איז געבליבן אין דארמעטארי פון פאלאץ, דארט וואו אלע קנעכט שלאפן. דאס איז געווען דער לעצטער פלאץ וואו דער קעניג האט געוואלט אז אוריה זאל איבערשלאפן.
איר דארפט פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט א דארמעטארי פון קנעכט. מען שמועסט איבער געשעענישן און עס שטעלט זיך צוזאמען איינע מיט די אנדערע. די קנעכט זענען אויך נישט קיין נארנים.
איך וועל דא איבערגעבן א בילד ווי אזוי עס האט ווארשיינליך אויסגעקוקט אין יענע טעג אין די קנעכט דארמעטארי.
איין טאג קומט אריין דער פריוואטער באדינער אין דארמעטארי, און דערציילט אז דער קעניג איז היינט געשלאפן א פיינע שינת צהריים, זיך דערוועקט ביינאכט. שפעטער איז ער געזעצן אויף א ווארעמע גלעזל מילעך און אים אויסגעפרעגט אויף אלע הייזער אין גאס, ווער עס וואוינט וואו. ערגעץ אינמיטן האט ער געשיקט רופן בת-שבע בת אליעם. עד כאן. נו, די מעשה פאר זיך האט מסתמא נישט ארויסגערופן בשעתו קיין פארדוכטן ביי קיינעם, דען עס איז א נארמאלע זאך אז דער קעניג פרעגט זיך נאך און עס איז אויך נארמאל אז דער קעניג שיקט רופן א פרוי, געוויס דארף ער עפעס פון איר האבן. מען דארף נעמען אין באטראכט, אז די קנעכט האבן געוואוסט אז אויפן אויבערשטן פליגל פון פאלאץ געפינען זיך די פילע פרויען פונעם קעניג און דער קעניג דארף מסתמא נישט צוקומען צו קיין פרעמדע תאוות.
קיינער פון די קנעכט האבן מסתמא נישט געקלערט אז עס איז פארגעקומען דא עפעס אינטערעסאנט. אלעס האט אויסגעקוקט נארמאל און געהעריג.
טעג גייען אריבער, דערפון ווערט וואכן און דריי חדשים זענען אריבערגעגאנגען. די קנעכט האבן שוין לאנג פארגעסן פון די געשיכטע פון בת-שבע, אבער פונקט אין יענע נאכט ליגט דער באדינער וואס שטייט געווענליך ביים טויער, ער ליגט אין בעט נעבן זיין חבר וואס קאכט די מאלצייטן, און יענער פרעגט אים, "נו, וואס טוט זיך עפעס נייעס ביים טויער?" - און דער חבר דערציילט אים אז היינט איז אנגעקומען בת-שבע מיט א מעסעדזש פארן קעניג זאגנדיג "הרה אנכי"...
"א רגע" רופט זיך אן א דריטער קנעכט פון א בעט קעגן איבער, וואס האט צופעליג מיטגעהאלטן שטילערהייט דעם שמועס. יענער קנעכט איז גראדע באקאנט אלס גוט-זאגער און שטענדיג פארמאגט ער א גוטס אויפן צונג און ווען ער עפנט דאס מויל, פלאצן אלע אויס מיט א געלעכטער. יעדער ווערט שטיל צו הערן וואס ער האט אצינד צו זאגן: "ווי לאנג צוריק איז דאס געווען, ווען דער קעניג האט געלאזט רופן בת-שבע? - געדענקסט נאך ווען דער פריוואטער באדינער האט דערציילט אז דער קעניג האט געהאט אן אוידיענץ מיט בת-שבע"?
א געלעכטער האט אויסגעבראכן ביי אלע קנעכט. קיינער האט אבער נישט גענומען ערנסט דעם קנעכט, דאס איז סך-הכל געווען א גוטע דזשאוק אויפן קעניג'ס חשבון. מאנכע האבן נאך צוגעלייגט אפאר זאפטיגע שמוציגע וויצן אויף דעם חשבון.... "עפעס דרייט זיך אביגיל ארום צו היימיש ארום דעם קנעכט בוליאל... אפשר ווייסט זי עפעס און וויל נקמה נעמען אינעם קעניג דורך זיך צושארן צו אים..." - אנדערע האבן גע'טענה'ט אז דאס איז סתם א גוטע דזשאוק, ווייל די באגעגעניש מיט בת-שבע איז געווען קוים צוויי חדשים צוריק. א וויכוח האט אויסגעבראכן צווישן די קנעכט, ווען דאס איז פארגעקומען, א חודש צוריק, צוויי חדשים אדער גאר דריי חדשים... אזוי רעדנדיג קומט אריין אין דארמעטארי דער פריוואטער באדינער פונעם קעניג, און גיבט זיך ספאנטאניש א רוף אן: "ווען איז פארגעקומען דער באזוך פון בת-שבע ביים קעניג?" - אלע זענען געבליבן שטיל, גרייט צו הערן וואס דער בעל-המעשה אליין דערציילט, און אן קיין צווייפל גיבט יענער אן ענטפער, "דריי חדשים צוריק".
א הילכיגער געלעכטער האט אויסגעבראכן ביי אלע קנעכט... דאס איז געווען דער דזשאוק פון די נאכט!
פארט, איז אלעס געווען בגדר רומער. קיינער פון די קנעכט האבן דאס נישט אנגענומען פאר א זיכערער פאקט. מען האט געשמועסט. איר ווייסט דאך אז קנעכט האבן ליב צו שמועסן גוטע גאסיפ אויף זייער קעניג, אבער קיינער איז נישט גרייט צו שווערן און צו טראכטן אז די צוויי זאכן האבן א שייכות איינער מיטן אנדערן. עס קען זייער מעגליך זיין אז דער קעניג האט געוואוסט פון אן אנדערן רילעישן שיפ וואס בת-שבע האט מיט איינעם און דערויף גאר האט ער איר אריבערגערופן אויס'מוסר'ן, און יעצט איז זי דאס געקומען מעלדן. ס'קען זיין נאך אסאך גוטע סיבות און מעשיות צו טראכטן וואס עס איז געשען, און מען האט נישט געדארפט גלויבן אז עפעס איז ווירקליך פארגעקומען.
אבער פיינע סחורה איז דאס געוועזן, און גענוג אויף צו פאליטיזירן און ארומשמועסן שמוציג, כדרכם של עבדים.
געקומען איז א קורצע צייט נאכדעם, והנה - אוריה החתי איז אין פאלאץ. ער איז צוריקגעקומען פון פראנט. נישט קיין ספק אז דאס איז געווען א נייעס צווישן די קנעכט. זיי האבן זיך פיין ארומגעשישקעט דערוועגן.
עס קומט צו גיין ביינאכט, די קנעכט אין דארמעטארי ביים פתח בית המלך שמועסן ווי זייער געווענליכע סדר, און אט שפאצירט אריין אוריה החתי צווישן די קנעכט. ער גייט דא היינט שלאפן... איר קענט זיך פארשטעלן די שפיזיגע בליקן וואס אוריה החתי האט געכאפט אין יענע מינוטן...
אויב איז אוריה החתי אריינגעקומען אין דארמעטארי מיט קושיות און ספיקות, נישט וויסנדיג וואס צו קלערן, האט ער שוין דערשפירט במשך יענע נאכט אז עפעס הייס קומט דא פאר, און נישט סתם הייס, נאר "גאר הייס". אויב וועלן מיר לאזן אונזער דמיון פארן, קענען מיר זיך פארשטעלן אז במשך די נאכט האבן זיך צוגעשארט צו אוריה אפאר נייגעריגע קנעכט, אזעלכע יענטעס וואס מוזן אלעס וויסן, מיט די מטרה ארויסצובאקומען עפעס מער פון אוריה זעלבסט, דער בעל-המעשה. איינער האט אים געוויס איבערגעגעבן א גרוס פון זיין פרוי און איר אוידיענץ ביים קעניג, א צווייטער האט שוין געוואוסט אז זי איז טראגעדיג ("ווען ביסטו געווען אינדערהיים במשך די לעצטע פאר חדשים?"), א דריטער האט גלאט אזוי געוואלט וויסן וואספארא געשעפטן זיין ווייב האט מיטן קעניג.
בקיצור המעשה, ביז אינדערפרי האט אוריה שוין גאנץ גוט געוואוסט מיט א קלארקייט וואס דא איז פארגעקומען. ער האט נישט געדארפט זיין אזא גרויסער חכם צוזאמענצושטעלן איינס מיט איינס. ער האט שוין אלעס געוואוסט.
און דער פסוק איז דאס אונז מגלה, ער זאגט אונז גאנץ קלאר אז ער האט אלעס פארשטאנען!
אינדערפרי האט דוד-המלך נאטורליך געשיקט זיך נאכפרעגן צי אוריה איז אהיימגעגאנגען, און ער האט באקומען דער מעסעדזש אז ער איז איבערגעשלאפן מיט די קנעכט ביים טויער פון קעניג.
אן אומבאקוועמליכקייט האט ארומגענומען דוד-המלך - נאר דאס האט אים אויסגעפעלט...
דער קעניג לאזט רופן אוריה'ן, מיט א סודות'פולע מינע ווענדט ער זיך צו אים - ספק צי ער ווייסט שוין אדער נאכנישט אינגאנצן:
הֲלוֹא מִדֶּרֶךְ אַתָּה בָא, מַדּוּעַ לֹא יָרַדְתָּ אֶל בֵּיתֶךָ.
קומסט דאך פון א ווייטע וועג, פארוואס ביסטו נישט אהיימגעגאנגען?
דא האט אים אוריה אריינגעגעבן אין באבענ'ס באבען אריין, אים לאזנדיג וויסן אז ער ווייסט אלעס און אז וועט נישט צולאזן צו זיין דער נאר פונעם קעניג און מאכן פון אים א צורקיס שפיל:
הָאָרוֹן וְיִשְׂרָאֵל וִיהוּדָה יֹשְׁבִים בַּסֻּכּוֹת וַאדֹנִי יוֹאָב וְעַבְדֵי אֲדֹנִי עַל פְּנֵי הַשָּׂדֶה חֹנִים, וַאֲנִי אָבוֹא אֶל בֵּיתִי לֶאֱכֹל וְלִשְׁתּוֹת וְלִשְׁכַּב עִם אִשְׁתִּי, חַיֶּךָ וְחֵי נַפְשֶׁךָ אִם אֶעֱשֶׂה אֶת הַדָּבָר הַזֶּה.
אוריה זאגט אים דא אפאר זאכן:
אין קורצן זאגט ער אים: "דו ביסט משוגע? - כלל-ישראל ליגט אין א צרה, מען געפינט זיך אויפן פראנט און מען שלאגט זיך פארן אידישן פאלק און איך וועל גיין האקן א לעבן מיט מיין ווייב? - איך בין מענטשליכער פון דעם.
אוריה האט דא קלאר דערמאנט די ווערטער
"ולשכב עם אשתי", א זאך וואס דוד האט אפיציעל נישט געבעטן פון אים. ער האט אים אפשר מרמז געווען
"לרחוץ את רגליך", אבער דאס האט נישט געזאלט מיינען אז ער וויל ממש דאס. אבער אוריה האט אים מודיע געווען, "איך פארשטיי גאנץ גוט וואס דו האסט געמיינט מיט דעם
"לרחוץ את רגליך" און איך בין נישט משוגע דאס צו טון.
גלייכצייטיג שיקט אים אוריה א באהאלטענע שטעך. ער זאגט אים צווישן די שורות: "איך בין נישט אזוי ווי דיר... איך לויף נישט ארום ארומצומעסן מיט אנדערע פרויען, בשעת כלל-ישראל שלאגט זיך פאר דיר. דו זעסט למשל מיר? - איך גיי נישט אהיים צו מיין פרוי, אנדערש ווי דו טוסט מיט יענעמ'ס פרוי..."
אין א זייטיגן נאטוץ האקט ער אריין נאך א געזונטן שטעך, רופנדיג יואב מיטן טיטל "אדוני יואב", וועלנדיג זאגן אז "דו ביסט נישט מיין הער, דו האקסט א לעבן דא אויף יענעמ'ס חשבון. יואב, ער איז א העלד, ער שלאגט זיך פאר כלל-ישראל.
בקיצור, דוד האט שוין פיין פארשטאנען אז אוריה ווייסט אלעס. ער האט דאס אים דאך כמעט קלאר געזאגט. זעענדיג אז עס גייט זיין בושות, פראבירט דוד זיין לעצטע מזל און ער זאגט אים:
שֵׁב בָּזֶה גַּם הַיּוֹם וּמָחָר אֲשַׁלְּחֶךָּ
אין אנדערע ווערטער מיינט דאס: "איך האב פארשטאנען, אבער פארט, קלער דיר איבער. איך בין דא קעניג, איך האב דער מאנאפאל. איך וויל דיר נישט שלעכטס טון, איך וויל בסך-הכל פארדעקן עפעס. לאמיר רעדן א מענטש צו א מענטש, ס'איז געשען וואס איז געשען, איך פארשטיי אז דו ביסט ברוגז אבער לאמיר עס אויסגראדן אויף א גוטן אופן. איך וויל דיר נישט דארפן הרג'ענען, איך וויל דיר נישט וויי טון. דארפסט פארשטיין דער מצב..."
דוד-המלך האט אים נישט געזאגט קלאר די ווערטער, אבער ער האט אים מרמז געווען אז ער זאל זיך גוט איבערקלערן זיין שריט. מעגליך אז אין זיינע ווערטער ליגט אויך פארהאן א סטראשע, וואס עס קען געשען אויב ער גייט נישט אהיים אין די קומענדיגע פיר-און-צוואנציג שעה.
עס איז געקומען ביינאכט, און דער בחור עקשנ'ט זיך און ער גייט נישט אהיים. דוד-המלך ארגאניזירט א גרויסן סעודה מיט א געטראנק, ער רופט אוריה צום מאלצייט און אוריה טרינקט זיך גוט אן, ברעכנדיג זיין שבועה פון א טאג פאר דעם, אז ער וועט נישט עסן און טרינקען וכו'. ער פארברענגט גראדע גאנץ פיין, טראצדעם וואס דער ארון און די אידן געפינען זיך אויף די שלאכט. דוד האט שוין געזען א האפענונג, אז אפשר וועט אים געלונגען אז אוריה זאל אהיימגיין. סוף כל סוף דרייט זיך אים די קאפ, די וויין שווינדלט אים, און אינדערהיים ווארט אים אפ אזא שיינע פרוי... ער וועט זיכער וועלן געניסן פון א ווארעמע בעט איידער ער פארט צוריק אויפן פראנט. ווער רעדט נאך אז דוד ברענט פאר כעס און ער בעט זיך אזוי שטארק אז ער זאל אים העלפן פארגלעטן דעם ענין.
אוריה האט זיך געהאלטן שטארק. ער איז נישט אהיימגעגאנגען.
עס איז שטארק מעגליך אז יענע נאכט האט נאך דוד-המלך פראבירט צו רעדן מיט אוריה, אפשר האט ער אפילו גערעדט אפן: "אוריה, פארוואס גייסטו נישט אהיים?! - אינדערהיים ווארט אויף דיר דיין ווייב, דו האסט דאך א שיינע פרוי, מען דערציילט מיר... פארוואס זאלסטו נישט נהנה זיין פון איר אביסל, איך בעט דיר פאר דיין טובה, גיי אהיים כאטש יעצט די לעצטע נאכט..."
נאך די סעודה, אוריה איז גוט שיכור, אבער ער לייגט זיך אויף זיין בעט אין דארמעטארי פון די קנעכט.
דאס איז שוין געווען גענוג פאר דוד-המלך, ער האט פארשטאנען וואס אוריה וויל דא. ער וויל זיך נישט לאזן און ער וויל בלויז איין זאך, אז די שאנדע פון דוד זאל ארויסקומען ברבים. און דאס קען ער נישט צולאזן אלס קעניג.
דוד-המלך גייט דא און ער טוט א געוואגטע שריט:
וַיְהִי בַבֹּקֶר וַיִּכְתֹּב דָּוִד סֵפֶר אֶל יוֹאָב, וַיִּשְׁלַח בְּיַד אוּרִיָּה. וַיִּכְתֹּב בַּסֵּפֶר לֵאמֹר, הָבוּ אֶת אוּרִיָּה אֶל מוּל פְּנֵי הַמִּלְחָמָה הַחֲזָקָה וְשַׁבְתֶּם מֵאַחֲרָיו וְנִכָּה וָמֵת.
דוד המלך שיקט א בריוו פאר יואב, און ער שרייבט אים נישט מער און נישט ווייניגער, אז ער זאל זיכער מאכן אז אוריה ווערט א גע'הרג'עטער אויפן שלאכט...
דא שטעלט זיך די הימל-שרייענדע קושיא:
איז דוד אויפן קאפ געפאלן? - ער גייט שיקן דעם בריוו מיט נישט קיין צווייטער ווי אוריה החתי אליין? - דו זעסט דאך דער מצב, דו פארשטייסט אליין אז אוריה כאפט גאנץ גוט אן עסק און ער ווייסט גאנץ גוט וואס זיין קעניג האט אפגעטון מיט זיין ווייב. מיט אים גייסטו מיטשיקן אזא בריוו? - עס איז דאך קרוב לוודאי אז ער וועט עפענען דעם בריוו צו ליינען וואס אזאנס דער קעניג האט צו שיקן מיט אים צו דער גענעראל אויפן פראנט?!
וואס איז געווען דער חשבון פון דוד-המלך?
דער ענטפער איז - הערט און שטוינט:
דוד-המלך האט געוואלט אז אוריה זאל עפענען דעם בריוו, און דעריבער האט ער דאס געשיקט דווקא מיט אים!
דוד האט באמת נישט געוואלט וויי-טון אוריה. ער האט זיך דאך געבעטן ביי אים אז ער זאל אים העלפן פארדעקן די עוולה. אן אנדערע קעניג אין זיין מצב, וואלט דאך גע'הרג'עט אוריה אן קיין פארוואס און פאר ווען. גיבט א קוק אין די היסטאריע פון די פראנצויזישע און ענגלישע קעניגן, אזעלכע מעשיות זענען דאך געווען בכל יום, מען האט נישט געפרעגט קיין סך און מען האט א הרג'ע געגעבן וועמען מען האט געדארפט און פטור אן עסק.
דוד-המלך איז אבער אנדערש געווען. ער איז געווען א מאראלישער קעניג און ער האט באמת נישט געוואלט הרג'ענען אוריה החתי. אבער אוריה האט אים נישט געלאזט קיין צוויי ברירות, ער האט געמוזט עפעס טון.
אלס לעצטער פרואוו צו ראטעווען דער מצב, האט ער געשיקט א בריוו צו יואב בן צרויה, אבער ער האט דאס געשיקט מיט אוריה החתי. ער האט געוואלט אז אוריה זאל ליינען דעם בריוו און ער זאל ענדליך פארשטיין אז כלו כל הקיצין, ער ציעט איבער דעם שטריק. די מטרה איז געווען, אז נאכן ליינען דעם בריוו וועט אוריה זיכער נישט איבערגעבן דעם בריוו פאר יואב בן צרויה. אוריה וועט זיכער הייבן פיס און אנטלויפן וואו עס לאזט זיך נאר, ער וועט מאכן פליטה.
דאס האט דוד-המלך געוואלט. אוריה זאל נעלם ווערן, מאכן פליטה און אים מער נישט שטיין אין וועג. ער האט אבער געוואלט פארמיידן אומזינסטע בלוט-פארגיסונג און ער האט נישט געוואלט אז יואב זאל אים באמת הרג'ענען. דעריבער האט ער געשיקט דעם בריוו דורך אוריה אליין, אז ער זאל דאס טאקע ליינען און פארשטיין.
וואס איז געווען די ענדע פון די מעשה?
אוריה האט טאקע ווי ערווארטעט געעפנט דעם בריוו. ער האט דאס געליינט און פארשטאנען וואס דער קעניג וויל. ער האט אבער אויך פארשטאנען פארוואס דער קעניג האט דאס געשיקט מיט אים און וואס דער קעניג וויל באמת פון אים. אוריה האט אבער מחליט געווען צו לערנען א געזונטע לעקציע פארן קעניג, אזאנס וואס דער קעניג וועט נישט פארגעסן.
אוריה איז געווען אנטשלאסן אז ער גייט נישט לאזן זיך זיין דער שעיר לעזאזל, און ער גייט נישט צולאזן אז דער קעניג זאל פארדעקן זיינע עוולות דורך אים.
אין א העאראישן שריט האט ער מחליט געווען אז... ער גייט יא איבערגעבן דעם בריוו פאר יואב! - זאל אים יואב טאקע הרג'ענען! - זאל די שמוץ טאקע ארויסקומען! - זאל יואב וויסן וואס עס איז דא פארגעקומען! - זאל כלל-ישראל וויסן וואס דא איז פארגעקומען! - זאל יעדער איינער וויסן ווער דער קעניג איז. פאר אוריה איז שוין נישט אנגעגאנגען אז ער וועט גע'הרג'עט ווערן אויפן שלאכט אבער אבי די גאנצע שטאט זאל רעדן און יעדער וועט פארשטיין וואס עס איז געשען דא.
דאס איז מיין אנאליז אויף די גאנצע מעשה.