נייעס פון אייוועלט

הערות און אבזערוואציעס איבער דעם סאשעל מידיא וועבסייט
די אנדערע זייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

נייעס פון אייוועלט

שליחה דורך די אנדערע זייט »

אזוי ווי אסאך מאל זעה איך א נייעסעל אויף אייוועלט וואס איך וואלט געקענט באשטיין מיט ציטיילען מיט די עולם עפען איך די אשכול
די אנדערע זייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

Re: נייעס פון אייוועלט

שליחה דורך די אנדערע זייט »

היינט געזעהן דארט
וז"ל

א חילול השם ה"י,
געווען היינט בעצם יום השבת קודש א פרא פאלעסטינע פראטעסט אין בעי רידזש געגנט אינדרויסן פון בארא פארק.

צווישן די טויזענטער פארזאמעלטע האט זיך אנגעזעהן א גרופע איבער 20 נט"ק אינגעלייט, בחורים מיט קינדער, און זיי האבן אפי' אנגעטוהן אויף זיך און אויך ציגעבינדן זייערע סיינס עס זאל לכאורה נישט הייסן געטראגן...

זיי האבן געהאט א גרויס חלק אין די פראטעסט ווען זיי האבן פארגעזאגט און טויזענטער שקצים און שיקצעס האבן זיי
נאכגעזאגט צווישן אנדערע "פליז פרי פאלעסטיין"
"נישט זיכער אבער דזשאידיזם יעס ... נאו די סטעיט אף איזריעל איז נאט..."

נאך ערגער פון דעם רח"ל, האבן זיי אויפגעהויבן א יונגל אויף איינעמ'ס רוקן און ער האט פארגעזינגען אין פארענט פון טויזענטער גוים מיט תערובות, און דער עולם האט אפלאודעד און געשריגן, געבענדיג אטענשן פאר אזא הייליג קינד נאך בעצם יום השבת קודש רח"ל.

די אלע זענען געשטאנען אויסגע'שורה'ט און פילע גוים און שיקצעס זענען געשטאנען פארענט פון זיי מיט ריזיגע קעמארעס און סמארטפאונס למיניהם און אלעס אפגעכאפט פאר זיי, נאכדערצו בעצם יום השבת קודש.

לדעתי דארף דאס פארשריגן ווערן נישט קיין חילוק וואס זייער שיטה איז, און נאך מער שטיין צווישן אזויפיל גוים און נאך און שבת און אויפהייבן א יונגל זאל יעדן זעהן ארום זיך און נאך זיין דער וואס זאל עס פירן פאר אפאר מינוט, עס איז א גרויסע חילול השם.

נ. ב. די ווידעא פון דעם איז דא אויף סיטיזען... ביטע אבאכט געבן אויב איר קוקט עס, עס איז בתערובות.

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p4660697
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: נייעס פון אייוועלט

שליחה דורך עמרם »

שטאטס מבין האט געשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:34 am אינטרעסאנטע געשיכטע

כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וויילענדיג אין שטאט באלטימאר, נאכן האלטן א לענגערע דרשה אין איינע פון די ישיבות, ארומגערעדט דארט אין אלע עניני יהדות אריין גערעכענט בנוגע טשופיקעס, זענען צוויי בחורים צוגעקומען בעטן אז די רבי זאל זיי אפשניידן זייערע טשופ

שניידט אפ צוויי טשופיקעס פון די 2 בחורים
https://www.dropbox.com/scl/fi/hg00tr13 ... ns40f&dl=0



בילד
בילד
פון דא
פארשפארט