זענען מיר אלע ממזרים?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
זענען מיר אלע ממזרים?
להלכה, אויב איין זיידע אדער באבע, נישט קיין חילוק וויפיל דורות אויף צוריק, איז געווען א ממזר, האט מען א דין פון א ממזר. לפי"ז, לכאורה, סטאטיסטיקלי וואלטן אלע יודן געדארפט האבן א דין ממזרים. וכדלהלן.
לאמיר קלערן וויפיל פראצענט מענטשן זענען געווען (אליינס) ממזרים. מען דארף פארשטיין אז אמאל איז געווען סאך מער שכיח דער זאך, וועגן כמה סיבות. קודם כל, אז א פרוי איז געווארן באצווינגען אדער איבערגערעדט, איז נישט געווען קיין וועג צי מונע זיין פון ווערן טראגעדיג. ווי אויך איז קאנדאמס א נייע ערפינדונג. ווי אויך איז נישט ווי היינט אז מיט די.ענ.עי. קען מען קלאר וויסן ווער דער טאטע איז, איז אמאל נישט געווען קיין שום וועג צי וויסן. חוץ מזה וואס ס'איז סתם אזוי נישט געווען קיין מעטאדן צי נאכגיין פארברעכער בכלל. מענטשן זענען געווען סאך לענגער אוועקגעפארן פאר ארבעט וכדומה. בקיצור, כ'מיין אז ס'לאזט זיך זאגן אז א ראטע פון 1/10,000 איז אונטערגעשאצט.
יעצט, וויפיל אור-עלטערן האט יעדער (חוץ בן גרים) צוריק ביז מתן תורה? מ"ת איז געווען 3300 יאר צוריק. די מיטלגארטיגע דור איז מסתם ארום 30, אבער לאמיר עס שטעלן ביי 40. דאס איז א טאטאל פון 83 דורות. דארף מען דאפלן 83 מאל צי צאמרעכענען די טאטע-מאמע פון יעדע פון אונזערע זיידעס-באבעס. וויפיל קומט עס אויס? מיין עקסעל שיט ווייזט מיך 9,671,406,556,917,030,000,000,000! כ'ווייס נישט וויאזוי מ'זאגט ארויס אזא נומבער, אבער ס'איז זיכער מער פון 10 טויזענט, און 1000 פראצענט קלאר א ממזר צווישן אזוי סאך.
אבער די אמת אז מ'טראכט אביסל טיפער איז נישט אזוי פשוט. די גאנצע מענטשליכע פאפולאציע פון אייביג אהן איז געשאצט צי האבן געווען ארום 100 ביליאן, וואס איז ביליאנען מאל ווייניגער ווי די נומבער הנ"ל! אבער די תירוץ איז פשוט, אז אלע מיינע זיידעס שעירען זיידעס מיט אנדערע זיידעס. וזה פשוט ודוק. קומט אויס אז טעקניקלי קען זיין אז איך זאל למעשה נאר האבן טויזענט זיידעס למשל, אויב מ'האט זיך אסאך געהאלטן אין די משפחה.
אבער למעשה איז זייער נישט מסתבר אז א מענטש זאל האבן געהאט געשעירט אזויפיל אור עלטערן פאר 3300 יאר. ככל הנראה קען מען אננעמען אז יעדער איינער האט סאך מער פון 10 טויזענט אור עלטערן ביז מ"ת. אויב אזוי איז הדרן לדוכתיה אונזער מסקנא אז יעדער איז בחזקת ממזרים.
לחיים ממזר, לחיים.
@מי אני, ביזט באקוועם מיט דיין נייע טיטל? אז נישט, קום אריין מיט א קלארע חשבון

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
יעצט ווייסן מיר שוין...
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
מיר שטאמען דאך אלע פון שת וואס האט לכאורה חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער, סאו טעקניקלי זענען מיר אלע ממזרים.
דער אמת איז אז ווען מען לערנט די לעצטע פרק אין קידושין, זעט מען אז מיר שטאמען אלע פון פסולין, נאר משפחה שנטמעה נטמעה.
דער אמת איז אז ווען מען לערנט די לעצטע פרק אין קידושין, זעט מען אז מיר שטאמען אלע פון פסולין, נאר משפחה שנטמעה נטמעה.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
פאר מתן תורה רעכנט זיך נישט.
גערעכט (וכן לסעמיט), אז די לופהאל איז די דין פון נטמעה. אבער מ'דארף אקנאלעדזשען אז בעצם זענען מיר אלע ממזרים, נאר אונז האמיר עפעס א וועג ארויס מיט א דריידל. און אלע בנשק'לעך דארפן דאס אויך וויסן.
גערעכט (וכן לסעמיט), אז די לופהאל איז די דין פון נטמעה. אבער מ'דארף אקנאלעדזשען אז בעצם זענען מיר אלע ממזרים, נאר אונז האמיר עפעס א וועג ארויס מיט א דריידל. און אלע בנשק'לעך דארפן דאס אויך וויסן.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אויף דעם זאגט דאך די גמרא בקידושין עא.
די געדאנק איז אז ״ממזר״ און די פראבלעם/סטיגמע דערין איז אך ורק א סאָשׁעל קאַנסטראָקט עפ״י וואס די הלכה דיקטירט. וממילא אויב מאכט הלכה אפ אז דא-און-דא איז עס נישט נוגע, איז עס נישט נוגע. פול סטאַפּ. די סאָשׁעל קאַנסטראָקט ״מציאות״ איז פשוט אויס. והיינו טעמא ד״קודם מתן תורה״ ביעקב עם שתי אחיות של רחל ולאה, ויהודה עם תמר כלתו וכדומה (ועיין ברש״י בויקרא כ יז). ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט פון הרב דר. נתן לאָפּעס קארדאָזאָ אז חז״ל האבן טאקע געזוכט צו לימיטן דעם געדאנק פון ״ממזרות״.
עס קומט אויס לפי @טמיר׳ס חשבון אז דר. שלמה זנד׳ס טעזע קען גאר זיין א מעלה, ועפ״י שיטת ר׳ טרפון בקידושין סט. ואיפסק להלכה באבה״ע סימן ד סעיף ט ע״ש; עכ״פ אויב די מאמע איז א גויטע/שפחה. הגם, אז מ׳קען ווייטער מאכן די פּראבּעבּעליסטיק חשבון פון דארט און ווייטער…
און עס ווערט גע׳פסק׳נט להלכה באה״ע סימן ב סעיף ה בהרמ״א ע״ש.מאי (מלאכי ג ג) מגישי מנחה בצדקה? א"ר יצחק צדקה עשה הקב"ה עם ישראל שמשפחה שנטמעה נטמעה
די געדאנק איז אז ״ממזר״ און די פראבלעם/סטיגמע דערין איז אך ורק א סאָשׁעל קאַנסטראָקט עפ״י וואס די הלכה דיקטירט. וממילא אויב מאכט הלכה אפ אז דא-און-דא איז עס נישט נוגע, איז עס נישט נוגע. פול סטאַפּ. די סאָשׁעל קאַנסטראָקט ״מציאות״ איז פשוט אויס. והיינו טעמא ד״קודם מתן תורה״ ביעקב עם שתי אחיות של רחל ולאה, ויהודה עם תמר כלתו וכדומה (ועיין ברש״י בויקרא כ יז). ועיין כאן וואו איך האב צוגעברענגט פון הרב דר. נתן לאָפּעס קארדאָזאָ אז חז״ל האבן טאקע געזוכט צו לימיטן דעם געדאנק פון ״ממזרות״.
עס קומט אויס לפי @טמיר׳ס חשבון אז דר. שלמה זנד׳ס טעזע קען גאר זיין א מעלה, ועפ״י שיטת ר׳ טרפון בקידושין סט. ואיפסק להלכה באבה״ע סימן ד סעיף ט ע״ש; עכ״פ אויב די מאמע איז א גויטע/שפחה. הגם, אז מ׳קען ווייטער מאכן די פּראבּעבּעליסטיק חשבון פון דארט און ווייטער…
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
און אויך להלכה: אזוי מייניך. אויב איינער רופט אן א צווייטן מענטש מיט'ן נאמען ממזר קענמען איהם נישט מחייב זיין. נאר אויב ער רופט איהם אן ממזר בן ממזר. דאמאלס קענן ער איהם רופן צו א דין תורה און מוציא זיין געלט פון איהם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
די וועלט זאגט דאך א ווערטל. א מלמד האט געוואלט מסביר זיין פארן קלאס וואס א ממזר איז. איז דארטן געווען א רבישע אייניקל א ראזנבוים אדער טווערסקי וכדומה..., פרעגט אים די מלמד, "זאג, ווען דו האסט ווען חתונה מיט דיין שוועסטער, וואס וועלן די קינדער זיין"?
זאגט די רביש קינד: "זיי וועלן זיין 6 מאל טשערנאבלע אייניקלעך, 8 מאל צאנז'ע אייניקלעך, 4 מאל זידיטשובע אייניקלעך, 12 מאל נאדבורנא אייניקלעך, און 6 מאל רוז'ינ'ע אייניקלעך".
זאגט דער מלמד: " רבותי! אט דאס איז א ממזר"!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
ס'ליגט מיך אין קאפ עפעס א טעאריע וואס טענה'ט אז א גרויס טייל פון די אשכנזים שטאמען פון קאזאקען וואס האבן באצווינגן אדער זיך אויסגעמישט מיט אידישע פרויען דורכאויס זייערע פאגראמען. איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
א גוי האט אמאל געטשעפעט א יוד מיטן טיטל ממזר, דער יוד האט איהם צוריק געזאגט "מיר האבן געהאט איינס און ענק האבן איהם געמאכט פאר גאט"...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 533
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
- האט שוין געלייקט: 946 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
חוץ די שיינע טיטל, ווי איז עס נוגע? אויב יעדער איז א ממזר איז דאך נישט קיין פראבלעם, א ממזר מעג חתונה האבן מיט א ממזרת...
אויב איז זענען טאקע אלע גרים... איז דאך דא א שיטה וואס האלט אז ווילאנג מען געדענקט נאך אז מען שטאמט פון גרים, מעג מען חתונה האבן מיט א ממזרת...
אונז דארפן אבער געדענקן אז אונז ווייס מיר אז ”ממזר לא חי”... אויב אונז לעבן, זענען מיר נישט קיין ממזרים...
כבר קדמוך... https://rationalbelief.org.il/%D7%A9%D7 ... %99%D7%9D/
אויב איז זענען טאקע אלע גרים... איז דאך דא א שיטה וואס האלט אז ווילאנג מען געדענקט נאך אז מען שטאמט פון גרים, מעג מען חתונה האבן מיט א ממזרת...
אונז דארפן אבער געדענקן אז אונז ווייס מיר אז ”ממזר לא חי”... אויב אונז לעבן, זענען מיר נישט קיין ממזרים...
כבר קדמוך... https://rationalbelief.org.il/%D7%A9%D7 ... %99%D7%9D/
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. נדב שנרב שרייבט (נאכ'ן דורכטוהן דעם געדאנק און מציאות פון ייחוס און דזשענעטיקס פון צענדליגער דורות צוריק עפ"י סטאטיסטיקס):
דא שרייבט ער אין דעם ענין:כידוע מהגמרא בקידושין סז:, בממזרות "הולד הולך אחר הפגום", כלומר הן הבן והן הבת יורשים מאביהם או מאמם את תכונת הממזרות, וזו מתפשטת הלאה לדורות הבאים באין מעצור. נמצא שאם במהלך הדורות התגנב ולו ממזר בודד לתוך עם ישראל, בודאות של כמעט מאה אחוז כולנו ממזרים, ואיני רואה שום דרך להתחמק מן התוצאה הזו. אין לדבר שום נפקות הלכתית, פרט לעובדה שאם נקבל זאת יהיה מותר לסתם אדם לשאת ממזר או ממזרת ודאים מפני שממזר מותר בממזרת, כמובן. היחידים שאולי אינם ממזרים הם גרים שמצטרפים לעם ישראל כיום, אבל מכיון שגר מותר בממזרת שוב אין בעיה.
בזמנו ניהלתי על הנקודה הזו ויכוח (ראה כאן מן העמוד החמישי ואילך) מול הרבנים הדוקטורים מיכאל אברהם ומרדכי הלפרין. הם טענו באופן כללי שישנו דין מיוחד בספק ממזר ("ממזר ודאי אמר רחמנא ולא ספק ממזר". לשאלה אם מדובר ב"היתר" מיוחד מעבר לכל ספיקא דאורייתא לקולא מדאורייתא, ראה שב שמעתתא שמעתתא א', ומאמרי ב'שעלי דעת' ד' (שעלבים, תשמ"ו), עמ' 124. מעניין שמקבר התהום נזהרים (כלומר נזהרים מלהכנס למקום הקודש מחמת שנטמאנו בקבר התהום בסיכוי גבוה) אף שגם ספק טומאה ברה"ר לקולא) ובגדרי "משפחה שנטמעה" (קידושין עא. ראה שם "כסף מטהר ממזרים" ובפרט במאירי שם "ועל כיוצא בזה אמרו משפחה שנטמעה נטמעה ועל כיוצא בזה גם כן אמרו למטה ממזרי ונתיני טהורין לעתיד לבא שמאחר שהותרו על ידי ספק הותרו לעולם ואף בזמן שהנבואה מבררת", זה נשמע כמו הגדר של קמא קמא בטיל) והתוצאה ההלכתית היא שכל מי שלא ידוע בודאות שהוא ממזר (כאן ידיעה בודאות היא בניגוד לידיעה סטטיסטית, גם אם ההסתברות שלה גבוהה, לדוגמה במקרה שלנו ההסתברות גבוהה הרבה יותר מההסתברות לטעות בבדיקות DNA שמסתמכים עליהן ליוחסין גם בבי"ד רבניים) אינו ממזר. את זה אפשר להבין או כקולא מיוחדת בממזרות שספקה מותר, או בגדר של "ביטול" שהממזר מתערב בעם ישראל ו"קמא קמא בטיל" כמו באיסורי אכילה. אני ניסיתי להוכיח את דעתי מן הרמ"א (אה"ע סוף סימן ד', ראה גם שו"ת מבי"ט סימן ל"ז וחזו"א פו"ר א לד) האוסר על נישואין עם קראים מפני שמעורבים בתוכם ממזרים, ואינו משתמש בהיתרים שהוצעו למרות שהם רלוונטיים לכאורה גם שם. הקורא המעונין מוזמן לעין בויכוח המקורי מעל דפי פורום האינטרנט "עצור כאן חושבים" (במהלך הויכוח עלו עוד טענות כמו שממזר אינו חי וכיו"ב, עיין שם).
לסיכום, אני די נבוך בעניין, ולעניות דעתי התשובות שהוצעו כאן אינן מספקות.
רק אעיר שלאחר שהצעתי את העניין ביצהר, נענה אחד משומעי השיעור ואמר "אהה, זה באמת מסביר הרבה דברים..."
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
יעצט פארשטיי איך שוין דער ילבש שחורים, אזוי וועט קיינער נישט וויסן און דער קינד וועט נישט זיין קיין ממזר…
סדר ניאוף
מי שאחזו קורדיקוס ואינו יכול לשלוט בעצמו, יקרא קריאת שמע אחר כך ימשוך את היצר לבית המדרש ויקרא בתורה ואז יזכיר לו יום המיתה.
אם שלשה דברים אלו לא עוזרים, ילבש בגדים שחורים ואז יעשה דרך גבר בעלמה, ויזהר שישאר כל הסיפור בסוד כדי שלא יהא בנו ממזר.
ואחר כך יאמר חטאתי עויתי פשעתי ויכופר עונו.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
דו מיינסט מסתם די לעגענדע אז א חלק פון אידן מסביבות אונגארן שטאמען פון די כוזריים.
ס'האט נישט קיין שום היסטארישע האפט און אפילו אויב יא זענען זיי בפשטות געעווען כשר'ע גרים לויט אסאך דיעות
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
צ"ק איך ווייס נישט אויב עס טוישט עפעס אבער די נומערן זענען נישט ריכטיג, מען זאגט אז אלע בני אשכנז שטאמען פון עטליכע משפחות וואס האבן זיך אהינגעצויגן.שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג פעברואר 25, 2024 1:12 am מיר שטאמען דאך אלע פון שת וואס האט לכאורה חתונה געהאט מיט זיין שוועסטער, סאו טעקניקלי זענען מיר אלע ממזרים. די פסוק ביי עריות רופט אן די ערוה פון א שוועסטער "חסד", פשוט פשט איז חרפה, אבער רש"י ברענגט די חז"ל אז חסד עשה הקב"ה עם קין שהתיר לו אחותו.
דער אמת איז אז ווען מען לערנט די לעצטע פרק אין קידושין, זעט מען אז מיר שטאמען אלע פון פסולין, נאר משפחה שנטמעה נטמעה. די גמרא נעמט טאקע אזוי אן אז אליהו וועט נאר מקרב זיין און נישט מרחק זיין די פסולין
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
סטאטיסטיש איז עס נישט אויסגעהאלטן. ס'איז נאר א גאר קליינער טייל פון א פערצענט.
דאס האבן די אנטי רעליגיאניסטן די בייזוויליגע רשעים אויסגעטראכט. אלס נתינת טעם פארוואס די הלכה זאגט אז ביי יחוס פון אידישקייט גייט מען לויט די מאמע. אויב די מאמע איז א איד ווערט דער קינד אויך פאררעכנט פאר א איד. נישט קיין חילוק אויב דער "טאטע" איז א גוי.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 11, 2022 3:02 am
- האט שוין געלייקט: 18 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
ס'איז טאקע נישט קיין פראבלעם. די גמ' זאגט דאך (מסתמא. ערגעץ) ...עיר שכולה ממזרים...!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
דאכט זיך להלכה א ממזר איז נאר אויב די מאן איז אוועקגעפארן פאר א גאנצע יאר, אדער ס'איז געווען צוויי עדים "בשעת מעשה"
אפילו ביידע זענען מודה איז דאס קינד נישט קיין ממזר להלכה.
אפילו ביידע זענען מודה איז דאס קינד נישט קיין ממזר להלכה.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: זענען מיר אלע ממזרים?
נישט אזוי פשוט ס'דא אסאך הלכות און חילוקים א בתולה, א ארוסי הבית אביה, און א נשואה.
לערן דורך
אבן העזר ד, כו- לא
פנויה שנתעברה וילדה, אם אינה לפנינו לבדקה, או שהיא שוטה או אילמת, ואפילו אם אומרת: של פלוני הוא, ואנו מכירים באותו פלוני שהוא ממזר, אין זה הולד אלא ספק, אפילו אם מודה אותו פלוני שנבעלה לו, שכשם שזינתה עם זה כך זנתה עם אחר. ואם אותו פלוני הוא כשר, הולד כשר. ומכל מקום אין אנו מחזיקים אותו בבנו ודאי ליורשו, אם אינו מודה שהוא בנו. (ואפילו היתה מיוחדת לו, אינה נאמנת עליו) (ר"ן). (ואפילו עד אחד נאמן עליו כשמכחישו) (גם זה שם). אבל חוששין לדבריה ואסור בקרובות אותו פלוני:
הגה: ודוקא פנויה. אבל אם זנתה תחת הבעל, אפילו אומרת: של פלוני הוא, והוא ממזר, אין חוששין לדבריה, דתולין רוב בעילותיה בבעל, וכשר, ומותר בקרובי אותו פלוני שאומרת עליו:
אשת איש שאומרת על העובר שאינו מבעלה, אינה נאמנת לפוסלו:

ביזסט זיכער מיט דעים ?
אפשר דאך שטאמען אונז נישט פון קיין אידן, מ'דארף נאר מקיים זיין די 7 מצוות בני נח , אדער כאטש א ספק יוד ספק גוי איז פטור ניין ?
ס'איז מיר זייער שווער צו אויפשטיין פרי פארטאגס צו סליחות, אויפזיין א גאנצע נאכט שבועות, גיין מיט א היט און רעקל זומער, נישט עסן געבראקס די ערשטע זיבן טעג פסח, גיין צו די טיש יעדע וואך, נישט קוקן ווי די מאראטאן לויפן, נישט נעמען געלט פון די מדינה, אפשר איז די גאנצע זאך א מיסטעק אונז זענמען בכלל נישט קיין אידן אדער דעיס האט מיט אונגארן נישט קיין חילוק אידן אדער גוים?