איך וועק מיך אויף פון א טיפע קלאץ און איך כאפ מיך אויף מיט אט דעם אויבנדערמאנטן זאץ.
״עפעס איז נישט אין ארדענונג״ קלינגט אין מיין קאפ. איך פרוביר מיך צו דערמאנען וואס פינקטליך איז נישט אין ארדענונג, אבער אן ערפאלג, עס גייט נישט. איך קען זיך בשום אופן נישט דערמאנען אין וואס איך האב מיך אזוי טיף פארקלאצט, וואס איז געווען דער נושא וואס האט אוועקגענומען א גאנצע מינוט פון מיין באוואוסטזיין, אן פרעגן פאר מיין ערלויבעניש פון פאראויס. איין זאך ווייס איך, אז עס איז נישט בסדר, עס מוז זיך טוישן, מען קען נישט אזוי ווייטער אנגיין. אבער רבונו של עולם, וואס איז נישט בסדר? וואס מוז זיך טוישן? איך ווייס דאך נישט וואס איך דארף טוישן! איך שפרינג אין מיין הויט אבער איך ווייס נישט וואס איך דארף יעצט טון, דאס איז געדאפלטע יסורים.
אין מיין קלעם בין איך מחליט צו נעמען דעם זאך אין האנט אריין און דורכטון אלע מיינע דאגות איינס ביי איינס, איז זעהן וואס עס האט געקענט זיין, וואס דארף איך אזוי דרונגענד פאררעכטן.
איך דערמאן זיך אז איך האב געבארגט א שעהר-מאשין פונעם שכן פאר צוויי טעג צוריק. איז עס טאקע אזוי דרונגענד? איז דאס געווען דער דאגה וואס האט מיך אזוי באנומען? מען קען שוין מיינען, א גאנצע געשעפט מאך איך פון דעם נארישן מאשין וואס דער שכן האט מיר קלאר געזאגט ער דארף עס נישט צוריק ביז פרייטאג. איז וואס יא? דער מלמד פון מיין מוישי וואס נודזשעט מיר שוין א וואך צייט? נו, וואס זאל איך טוהן? קען איך דען עפעס טוהן דערוועגן? איך פארשטיי, איך מוז כאטש רעדן מיט איהם, איך קען זיך נישט אינגאנצן נישט צוטוהן מאכן פון איהם, אבער וועגן דעם בין איך אזוי אומרואיג יעצט? וואס איז עס שוין?
אהה… איך ווייס וואס דאס איז. איך האב בטעות געלאזט מיין מאנטל אויף א באנק אין חדר שני און באלד גייט דארט פארקומען א שיעור און איך האב אינזין געהאט עס צו גיין נעמען פאר דער שיעור הייבט זיך אן, און אזוי ארום פארמיידן פון דארפן אריין גיין דארט אינמיטן דעם שיעור.
דאס איז דער סיבה פארוואס איך בין אויף אזעלכע שפילקעס? בין איך נארמאל? א גאנצע דאגה מאך איך פון א נארישע ספק-בזיונות, וואס א רגע דערנאך פארגעסן אלע באטייליגטע אז עפעס איז דא געווען. איז וואס יא? וואס איז דער פראבלעם דא? איך ווייס נישט וואס צו טוהן, עס איז א אזא ותתפעם-רוחו׳דיגע מצב, איך ווייס נישט און איך ווייס נישט וואס, איך ווייס נאר אז ״עפעס״.
עפעס איז נישט אין ארדענונג
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
Re: עפעס איז נישט אין ארדענונג
טוה טאקע דורך אלע דיינע דאגות איינס ביי איינס אזוי קענסטו זעהן זאכן ווי אזוי זיי זענען. דאס וועט מסדר זיין די ותתפעם רוחו, די אוועאווהעלמינג בלבולים. אבער אן מעסטן צו דו האסט געטוהן גענוג גוט צו צוטרעפן אין די ריכטיגע סטאנדארטן וואס דו האסט זיך אויסגעשטעלט. חשבונות מאניפולעיטן די מענטש צו טראכטן קרום אן א סדר.
דומה לזה, ביי ענין מעדיטאציע-השקטה איז דער פיאסצנער רבי מייעץ צו קודם דורך פארן פערזענליכע מחשבות, הגם ס'איז אייגענע דימיונות, ווייל דורך אבזערוואציע פון די געפילן אליינס, געוויינט מ'זיך צו צו אבזערווירן זאכן קלאר וואס זיי זענען. דערנאך איז גרינגער צו מעדיטעיטן
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: עפעס איז נישט אין ארדענונג
דיכטער: ברוך שכיוונתי לדעתך הקדושה. אדער פארקערט. מיט איין ווארט "ותתפעם" האסטו שוין אלעס געזאגט.
ווען א מענטש ווייסט וואס ס'דרוקט איהם קען ער זיך גלייך נעמען ארבעטן אויף דעם פראבלעם. משא"כ ווען ער פיהלט אז "עפעס" איז נישט אין ארדנונג. נאר ער ווייסט נישט וואס. (א פיעלינג וואס איך האב א סאך מאל געהאט) דאמאלס נעמט א סאך לענגער פאר איהם צו אידענטיפיצירן דעם פראבלעים.
דאס איז א זאך וואס דער אייבישטער האט אריינגעלייגט אין א מענטשנ'ס נשמה. דאס הייסט "קאנשיענס". דאס הייסט "געוויסן" אין אידיש.
ס'דא מענטשן וואס האבן דאס נישט. אדער זיי מיינען אז זיי האבן דאס נישט. (אפילו -זיי- האבן עס יא. נאר ס'איז באגראבן טיעף, טיעף אין זייער נשמה. אט די מענטשן דארפן שטארקע טעראפי צו ארויפברענגען עס צו א באווואוסטזיניגן לעוול.)
א יעדער "נארמאלער" מענטש לעבט און פונקציאנירט מיט דעם.
ס'איז דא א מעשה פון איינעם פון די גרויסע רבנים אין ירושלים. כ'מיין ר' יוסף חיים זאנענפעלד זצ"ל. ער האט אמאל בשום אופן נישט געקענט איינשלאפן ביינאכט. האט ער אנגעהויבן מאכן א דין וחשבון וואס ער האט אלץ געטון יענעם טאג. ביז ער האט זיך דערמאנט אז אינמיטן זיך מפלפל זיין אין לערנען מיט א צווייטן איד האט ער זיך (אפשר) צו שארף אויסגעדרוקט צו איהם. און יענער איד האט חלישת הדעת. האט ער זיך אנגעטון די קלןיידער און ער איז אריבער צו יענעם מענטש און געקלאפט אין זיין טיר. דער איד האט זיך דערשראקן...וואס קלאפט עפעס דער רב אין מיין טיהר אזוי שפעט אין די נאכט. ער מאכט אויף די טיהר און ער פרעגט דערשארקענערהייט וואס איז די סיבה פארוואס דער רב איז געקומען? האט רי"ח געענטפערט...איך וויל אייך בעטן מחילה. אפשר האב איך גערעדט צו אייך שלא בכבוד הראוי היינט אינמיטן לערנען...האט דער איד געזגט "חס ושלום. איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין פאראיבל אויפ'ן רב...האט ר' יוסף חיים געזאגט...אבער דאך. איך וויל איהר זאלט זאגן בפה מלא אז איהר זענט מיר מוחל...שוין ער האט געזאגט. און רי"ח איז געגאנגען צוריק אהיים.

- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: עפעס איז נישט אין ארדענונג
איז נישט דאס אבזעווירן די געפילן און מחשבות זעלבסט די מעדיטאציע?וואלווי האט געשריבן: ↑מוצ"ש פעברואר 24, 2024 7:20 pmטוה טאקע דורך אלע דיינע דאגות איינס ביי איינס אזוי קענסטו זעהן זאכן ווי אזוי זיי זענען. דאס וועט מסדר זיין די ותתפעם רוחו, די אוועאווהעלמינג בלבולים. אבער אן מעסטן צו דו האסט געטוהן גענוג גוט צו צוטרעפן אין די ריכטיגע סטאנדארטן וואס דו האסט זיך אויסגעשטעלט. חשבונות מאניפולעיטן די מענטש צו טראכטן קרום אן א סדר.
דומה לזה, ביי ענין מעדיטאציע-השקטה איז דער פיאסצנער רבי מייעץ צו קודם דורך פארן פערזענליכע מחשבות, הגם ס'איז אייגענע דימיונות, ווייל דורך אבזערוואציע פון די געפילן אליינס, געוויינט מ'זיך צו צו אבזערווירן זאכן קלאר וואס זיי זענען. דערנאך איז גרינגער צו מעדיטעיטן
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard