היימישע חלומות!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
היימישע חלומות!
מאכט זיך אמאל אמאל, אז עס שטייט אויף א איד און דערקלערט אז ער האט געהאט א חלום. צדיק פלוני או כוכב פלוני איז אים געקומען אין חלום זאגן אז ער מוז באצאלן פאר חכם פלוני דעם סכום וואס ער איז אים שולדיג געבליבן בחייו, אדער אז ער מוז זאגן יענעם מזמור צוואנציג מאל. צומאל קומט דער מראה הנבואה דערציילן, אז אין יענעם און יענעם דאטום וועט משיח קומען. נישט ווייניגער.
לאמיר אפירנעמען די חלומות וואס מענטשן חלומ'ען. לאמיר דא ברענגען בלויז די עכטע מעשיות וואס קומען ארויף אויף קול מבשר, אדער ווערן פארשפרייט פון געהעריגע פלעצער, און לאמיר דאס צונעמען, דן זיין, ווער דערציילט, וואס דערציילט ער. זענען די חלומות אמת, קען מען גלויבן די בעלי-החלומות וכו'?
לאמיר זיך נישט לאזן פארפירן. לאמיר נישט מאכן יעצט א גאנצע שמועס איבער די תופעה און זען צי ס'איז יא גערעכט, נישט אמת, דמיון וכו'.. לאמיר צענעמען יעדע חלום בפני עצמה, און זען וואס עס האט דארט פאסירט.
איך וועל גיין פתיחה.
עס איז לעצטנס נתפרסם געווארן א חלום פון א איד אין מאנרא, מיטן נאמען "שיף", אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך, וועלכער לערנט יעדע וואך נועם אלימלך. דערציילט ער אז דער רבי ר' אלימלך איז אים געקומען אין חלום. ער האט אים נישט געקענט זען אבער נאר בלויז געקענט הערן. דער רבי ר' אלימלך זאגט אים, אז וויבאלד ער לערנט נועם אלימלך יעדע וואך, האט ער די זכיה אז ער וועט אים מגלה זיין א געוויסער מקור פון נועם אלימלך, אז די מקור איז א מדרש תנחומא.
וואס זאגט איר צו דעם חלום? - קען איינער דעם איד, קען מען אים טראסטן וכו'?

- הודעות: 173
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
- געפינט זיך: ברעזוב
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
Re: היימישע חלומות!
ווי האט נאר יענער געזאגט? אמת אז דו האסט אים ’געזען’ אין חלום אבער סנישט אמת אז ער איז דיר ’געקומען’ אין חלום...
מ’חלומט פון וואס מ’טראכט שטענדיג, איך קען אפאר אידן וואס זענען אדוק ומקושר מיט די רבי זי”ע און ער קומט זיי שטענדיג אין חלום... אויף קולמע איז אמאל געווען א דרעזדנער אינטערויו מיט א וויזשניצע בהמה וואס האט פארציילט מיטן פולן ערענסטקייט אז ער האט זיך געחלומ’ט ווי ער זעט דוד המלך מיטן קרוין און די רויטע בארד זיצן אין גן עדן נעבן די העיליגע אמרעי חעיים....

- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: היימישע חלומות!
אפילו אויב דער איד איז נישט קיין ליגענער, איז זייער מעגליך אז ער האט אמאל געזעהן די מקור און געדענקט שוין נישט. ווי די וועלט זאגט אז די זכרון איז א גנבצפת האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:28 am איך וועל גיין פתיחה.
עס איז לעצטנס נתפרסם געווארן א חלום פון א איד אין מאנרא, מיטן נאמען "שיף", אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' אלימלך, וועלכער לערנט יעדע וואך נועם אלימלך. דערציילט ער אז דער רבי ר' אלימלך איז אים געקומען אין חלום. ער האט אים נישט געקענט זען אבער נאר בלויז געקענט הערן. דער רבי ר' אלימלך זאגט אים, אז וויבאלד ער לערנט נועם אלימלך יעדע וואך, האט ער די זכיה אז ער וועט אים מגלה זיין א געוויסער מקור פון נועם אלימלך, אז די מקור איז א מדרש תנחומא.
וואס זאגט איר צו דעם חלום? - קען איינער דעם איד, קען מען אים טראסטן וכו'?
אין זיין אינטערוויוא אויף קול מבשר זאגט ער אז ער האט נאך חלומות, אבער יענע קען ער נישט מפרסם זיין, זעהט אויס מ'רעדט פון א פאר'חלומ'טע איד
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
Re: היימישע חלומות!
כ׳אב נישט פארשטאנען.
למעשה, איז דא געווען עפעס א גילוי וואס בדרך הטבע וואלטער עס נישט אליין געוואוסט?
---
אקעי, @סקעפטיקער האקט און זאגט א נקודה.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: היימישע חלומות!
ווי עס זעהט אויס זענען בעצם דא דריי אפציעס
1) דער איד זאגט ליגנט/דמיונ'ט
2) ער געדענקט נישט אז ער האט עס שוין אמאל געזעהן
3) ר"ר אלימלך איז אים באמת געקומען אין חלום
עפעס פארפאסט?
1) דער איד זאגט ליגנט/דמיונ'ט
2) ער געדענקט נישט אז ער האט עס שוין אמאל געזעהן
3) ר"ר אלימלך איז אים באמת געקומען אין חלום
עפעס פארפאסט?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 671
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל
Re: היימישע חלומות!
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה
פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
- האט שוין געלייקט: 51 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל
Re: היימישע חלומות!
נאך אן אפציע קען זיין אז דאס וואס דער איד חלומ'ט איז נישט נוגע קיינעם אויסער אים אליין. אויב ער האט א התעוררות פון דעם, דאן וואס א נפק"מ צי דער רבי ר' אלימלך איז טאקע געקומען אדער ער האט פשוט געטראכט פון אים בייטאג ווי אלע חלומות, די נארישקייט ווערט נאר ווען ער פרובירט מעורר צו זיין אנדערע אידן מיט זיינע פערזענליכע חלומות, און נאך א גרעסערע טיפש איז איינער וואס ווערט טאקע נתעורר פון עפעס וואס א צווייטער האט זיך אפשר גע'חלומ'ט.
והוא יחמול עליך חמלה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: היימישע חלומות!
איך האב די וואך געחלומ'ט אז ווען איך בין געווען אין א געוויסן ביהמ"ד אין בארא פארק. (כ'מיין שומרי שבת) און איך האב געכאפט א דרימל האט דער גבאי פון ביהמ"ד ארויסגעכאפט דעם (טמא'נעם) סמארפאון פון מיין טאש. ווען כ'האב מיך אויפגעכאפט און געזעהן אז איך האב נישט דעם סמארטפאון האביך מיך זייער שטארק מצער געווען. איז מיר בייגעפאללן אן "עצה" אין חלום אז איך זאל מאכן דעם טעלעפאן קלינגען וועט מען קלאר זעהן ביי וועים ס'איז. און איך וועל עס צוריקבעטן...!
וואס דארף דער חלום צו מיינען? איך האלט אז מ'דארף פארשטענדיגן די רעדאקציע פון השמיעיני את קולך. אלס א מעסעדזש פון יענע וועלט. אז סמארפאון'ס זענען טריפה, טמא און פסול.
וואס דארף דער חלום צו מיינען? איך האלט אז מ'דארף פארשטענדיגן די רעדאקציע פון השמיעיני את קולך. אלס א מעסעדזש פון יענע וועלט. אז סמארפאון'ס זענען טריפה, טמא און פסול.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: היימישע חלומות!
אזוי ווי צדיקים קענען "קומען" אין חלום, אזוי אויך קומען אסאך מאל די נישט גוטע.
ממילא פילט מען דערנאך אזוי גילטי, פארוואס בין איך אזוי נידריג "אז זיי קומען צו מיר אין חלום!"
עס איז אלעס איין גרויסע דמיון.
ממילא פילט מען דערנאך אזוי גילטי, פארוואס בין איך אזוי נידריג "אז זיי קומען צו מיר אין חלום!"
עס איז אלעס איין גרויסע דמיון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: היימישע חלומות!
סוף טוב הכל טוב: ס'איז בעצם א ריפלעקשן פון דעם מענטשנ'ס מחשבות. קאנשיעס און סובקאנשיעס (מחשבות).
נאר צומאל איז דא ווען א "נבואה" קומט אויך אריין אין חלום. אזוי ווי ביי פרעה און נבוכדנאצר. און ביי סתם מענטשן אויך. ווי די גמ' זאגט (מס' ברכות?) אז א חלום איז אחד מששים בנבואה. פון די אנדערע זייט זאגט דאך רש"י הק' אז..."אין חלום בלא דברים בטלים"...! מ'טאר עס נישט נעמען צו ערנסט.
ווי די באקאנטע מעשה מיט יענעם איד וואס האט געחלומ'ט אז אין א געוויסע שטאט נעבן דעם קעניגליכן פאלאץ איז באגראבן אן אוצר. ווען ער איז דארט אנגעקומען און ער האט זיך ארומגעדרייט האט איהם באמערקט איינער פון די קעניגליכע שומרים. ער האט איהם געצווינגען אויסזאגן איבער דעם צוועק פון זיין זיך ארומדרייען נעבן דעם פאלאץ. האט דער איד דערציילט דעם אמת אז ער האט געחלומ'ט אז דא איז באגראבן אן אוצר...! זאגט איהם דער שומר... דו גלייבסט דען אין חלומות?. ס'איז דאך אלעס שטותים. למשל איך האב די פאריגע וואך געחלומ'ט אז אין א קליין שטעטל אין הויף פון א געוויסן איד מיט דעים נאמען (וויאזוי דער איד האט געהייסן) ליגט באגראבן א ריזיגער אוצר. נו, טראכטסטו אז איך וועל מיך אויפהייבן און פארן דארט אהין צוליעב א נארישן חלום...?! ווען דער איד האט געהערט די ווערטער האט ער תיכף גענימען די נעקסטע באן און צוריקגעפארן צו זיין הויז. ער האט אנגעהויבן גראבן ביז ער האט טאקע געטראפן א ריזיגן אוצר. און ער איז געווארן א גרויסער עושר...!
די מעשה מוז נישט זיין אמת. נאר ס'האט א געוואלדיגן לימוד (א סאך זאכן).
איינס פון די זאכן וואס מ'קען זיך אפלערנען פון די מעשה איז, א סאך מאל מיינט מען אז דער גליק ליגט ערגעץ אין א ווייטן פלאץ. דערווייל איז דאס גליק פון א מענטש ביי איהם אינדערהיים...!

- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
א זיס אשכול דאס, איך וויל נאר צולייגן א פוינט. מיר זענען אלע נפגעי כתות וואו מ'טוט זייער שטארק אביוזן דעם ענין פון חלומות, ממילא איז זייער פארשטענדליך אז ווען מ'קומט אביסל צום שכל הייבט מען אן צו צוברעקלען יעדע מעשה ביז ס'גייט שוין אריין אינעם גדר פון איפכא מסתברא. ס'דארף נישט צו זיין אזוי, א מענטש דארף קענען דשאדשן א מעשה לויט די מעסעדש וואס מ'וויל איהם פארקויפן. אויב איז די מעסעדש אז ווייל איינער האט גע'חלומ'ט דארף מען דערפאר לערנען יעדן טאג א שטיקל אין עפעס אן אלטן געהלן ספר, געבן געלט פאר א מוסד וואס טוט גארנישט אויסער שפייזן די משפחות פון זייערע פאנדרעיזערס, אדער עפעס אן אנדערע צודרייטע זאך, דארף מען עס קענען לאזן לויפן און זיך נישט צוטוהן מאכן צו מ'קען עס טאקע אפווענדן צו נישט. און צומאל זענען דא חלומות וואס בסך הכל זאגן זיי א שיינע מעשה וואס אפילו אויב מ'קען עס נישט פראוון מעג מען עס גלייבן, איך גיב א היתר, אבער נישט סתם א היתר, מיינע היתרים קומען מיט א fully extended warranty.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: היימישע חלומות!
טוביה מאיר ניימאן איז מיר געקומען אין חלום און ער האט געהאט א לאנגע ווייסע בארד, און איך הער ווי ער זאגט ״קהל׳ס קהל׳ס״, און איך געב מיך א וועק אויף און איך טראכט נעה סתם א חלום, איך לייג מיך צוריק און אודך ״קהל׳ס קהל׳ס מער וועל איך דיר נישט קומען ווארענען, גיי יעצט אין פאפא מקווה טובל דיך איין און צוואנציג מאל, און נאך דעים גיי קיין קרית יואל מוחה זיין מיט דער שפעטיווקער אקעגן פלעטבוש גירל״ און איך האב געשפירט א העכערקייט אזא אין-סוף-קייט, מען קען דאס נישט משיג זיין, און איך געב מיך א וועק אויף א פארשוויצטער……
פרעגטס מיר אפ, איינער האט דרעזנער׳ס נאמבער? און די חלום ווייזט קלאר אז מהר״א איז מרא דאתרא.
רוב חלומות פארן אויף אזא שניט, איינער וואס גלייבט אנדערע חלומות אבער נישט מיין חלום איז נישט קאנסיסטענט, און איינער וואס גלייבט יא מיין חלום איז א שוטה.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:16 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: היימישע חלומות!
די חלום דארף צו ווייזען אז זאלסט אויפהערן טראכטען אז מענטשען זוכן דיר צו באגנבענען...berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:26 pm איך האב די וואך געחלומ'ט אז ווען איך בין געווען אין א געוויסן ביהמ"ד אין בארא פארק. (כ'מיין שומרי שבת) און איך האב געכאפט א דרימל האט דער גבאי פון ביהמ"ד ארויסגעכאפט דעם (טמא'נעם) סמארפאון פון מיין טאש. ווען כ'האב מיך אויפגעכאפט און געזעהן אז איך האב נישט דעם סמארטפאון האביך מיך זייער שטארק מצער געווען. איז מיר בייגעפאללן אן "עצה" אין חלום אז איך זאל מאכן דעם טעלעפאן קלינגען וועט מען קלאר זעהן ביי וועים ס'איז. און איך וועל עס צוריקבעטן...!
וואס דארף דער חלום צו מיינען? איך האלט אז מ'דארף פארשטענדיגן די רעדאקציע פון השמיעיני את קולך. אלס א מעסעדזש פון יענע וועלט. אז סמארפאון'ס זענען טריפה, טמא און פסול.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
- האט שוין געלייקט: 605 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל
Re: היימישע חלומות!
די גרויסע ציוני קאסטנער וואס האט געראטעוועט סאטמאר רב כ"א כסלו האט אויך געהאט א חלום כידוע.
בך בטחו אבותינו.
בך בטחו אבותינו.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: היימישע חלומות!
די אלע חלומות זענען 100 פראצענט אמת, נאר מיט איין קליינע שינוי. אנשטאט די זי"ע איז געקומען צי דיר, ביזטו געגאנגען צי עם.
עצה טובה נישט צי האבן די אלע חלומות: גיי נישט אין ערגעץ, just בלייב אין בעט!! וכן אני נוהג און כ'האב טאקע נישט קיין חלומות קיינמאל
עצה טובה נישט צי האבן די אלע חלומות: גיי נישט אין ערגעץ, just בלייב אין בעט!! וכן אני נוהג און כ'האב טאקע נישט קיין חלומות קיינמאל
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: היימישע חלומות!
קיינער זוכט נישט מיך צו באגנבן'ען. א רחמנות איז אויף דעים גנב וואס מיינט ער וועט כאפן מציאות ביי מיר.Antibacterial האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:34 pmדי חלום דארף צו ווייזען אז זאלסט אויפהערן טראכטען אז מענטשען זוכן דיר צו באגנבענען...berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:26 pm איך האב די וואך געחלומ'ט אז ווען איך בין געווען אין א געוויסן ביהמ"ד אין בארא פארק. (כ'מיין שומרי שבת) און איך האב געכאפט א דרימל האט דער גבאי פון ביהמ"ד ארויסגעכאפט דעם (טמא'נעם) סמארפאון פון מיין טאש. ווען כ'האב מיך אויפגעכאפט און געזעהן אז איך האב נישט דעם סמארטפאון האביך מיך זייער שטארק מצער געווען. איז מיר בייגעפאללן אן "עצה" אין חלום אז איך זאל מאכן דעם טעלעפאן קלינגען וועט מען קלאר זעהן ביי וועים ס'איז. און איך וועל עס צוריקבעטן...!
וואס דארף דער חלום צו מיינען? איך האלט אז מ'דארף פארשטענדיגן די רעדאקציע פון השמיעיני את קולך. אלס א מעסעדזש פון יענע וועלט. אז סמארפאון'ס זענען טריפה, טמא און פסול.
דו ווייסט נישט די באקאנטע מעשה מיט הערשל אסטראפאליער? ער איז געווען א גרויסער ארימאן. אמאל אינמיטן די נאכט וועקט איהם אויף זיין ווייב און זי זאגט איהם... הערשל. ס'איז דא א גנב ביי אונז אין הויז. זאגט הערשל צו זיין ווייב ....זיי אינגאנצן שטיל. איך שעהם מיך פאר'ן גנב ער וועט גארנישט טרעפן...!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
Re: היימישע חלומות!
אז מ'רעדט פון חלומות מיז ווערן געדריקט די באקאנטע מעשה א בנש''ק האט געוואלט בויען א שול איז ער ארום געגאנגן נאך געלט אז יענער צדיק איז אים געקומען אין חלום אז ער זאל בויען א שול ער פאלגט פשוט א ציווי, האט אים איינער געזאגט צו מיר איז ער אויך געקומען אין חלום כ'האב אים געגעבן א הונדרעט'ער ער האט מיר געזאגט אז דו וועסט מיר צוריק געבן פיפציג דולער רעשט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: היימישע חלומות!
קיינער וועט נישט קומען אין שוהל זאגן א עלעפאנט איז מיר געקומען אין חלום , ער וועט זאגן איך האב געחלומט פון א עלעפאנט
אברהם מרדכי מלאך
אברהם מרדכי מלאך
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: היימישע חלומות!
ס'קען זיין אז דער מקור (מדרש תנחומא) איז געליגן אין זיין (סוב-קאנשיעס) זיכרון. דער חלום איז געווען דער ממוצע.בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:02 pm
כ׳אב נישט פארשטאנען.
למעשה, איז דא געווען עפעס א גילוי וואס בדרך הטבע וואלטער עס נישט אליין געוואוסט?
---
אקעי, @סקעפטיקער האקט און זאגט א נקודה.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: היימישע חלומות!
במחילת הרב אברהם מרדכי מלאך: מ'זאגט טאקע צנישט אז אן עלעפאנט איז איהם געקומען צו חלום. אבער אז א מענטש איז געקומען אין חלום זאגט מען יא...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
- האט שוין געלייקט: 191 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
Re: היימישע חלומות!
איך פארשטיי נישט וואס די וויכוח איז. א מענטש האט געהאט א חלום נעכטן א נאסע און היינט א ווייסע....
מען מאכט נישט א געראטשקע פון זיין נאסע, פארוואס מאכט מען אן עסק פון זיין ווייסע....
מען מאכט נישט א געראטשקע פון זיין נאסע, פארוואס מאכט מען אן עסק פון זיין ווייסע....
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל
Re: היימישע חלומות!
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך פעברואר 28, 2024 9:30 amבמחילת הרב אברהם מרדכי מלאך: מ'זאגט טאקע צנישט אז אן עלעפאנט איז איהם געקומען צו חלום. אבער אז א מענטש איז געקומען אין חלום זאגט מען יא...!
האט נישט גארנישט מיט אברהם מרדכי מלאך, די ווארט קומט פון ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל "אז אזוי ווי קיינער וועט נישט זאגן אן עראפלאן איז מיר געקומען אין חלום צו אז אן עלעפאנט איז מיר געקומען אין חלום, ער וועט זאגן כ'האב מיר גע'חלומט פון אן עראפלאן צו פון אן עלעפאנט, כן הדבר הזה ועל הכלל כולו יצא, פונקט ווי ביים עלעפאנט און ביים עראפלאן פארשטייסטו אז דו האסט זיך פשוט גע'חלומט איז אזוי אויך ביי די אלע אנדערע ספאקי חלומות"..