יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 01, 2021 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך וואסער »

לאור די פטירה פון הרבנית מסקווירא ע"ה און דער נייער איינפיר צו זיצן שבעה אין פובליק מיט פארענטשעס איז צו ערווארטן אז דאס וועט ווערן די נייע נורמע ביי אלע חסידות'ן אזוי ווי עס איז טאקע יעצט אויך געווען ביי ביידע ברידער אין וויזניץ.

אשר ע"כ איז צייט צו טראכטן וויאזוי גייט אויסקוקן אין סאטמאר?

שוב יום אחד לפני מיתתך, מיינט דאך "היינט" ווייל קיינער ווייסט נישט ווען זיין צייט וועט קומען.

יעצט וויאזוי גייט אויסקוקן א נחום אבלים ביי איינע פון די צוויי ברידער אויף די פטירה פונעם צווייטן,
עס וועט זיין גרויסע פארענטשעס מיט הונדערטער מנחמים פון "אלע שיכטן און קרייזן", וואס גייט מען דארטן זאגן???

דער ברידער איז געווען א... די בושות וועלן דאך זיין עד לב השמים...
מען וועט דארטן שרייען אתה יצרת???... אדער גאר זינגען וכל קרני רשעים???... פלניא גזלנא???... צו אפשר אל אחיך אל עשו???...

אפשר וועט מען פליען קיין פאלם ספרינגס אדער פלארידא און זיך באהאלטן אין א מייזען לאך.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

די סאטמארע רבנים וועלן שוין אויסארבעטן עפעס א היתר נישט צו זיצן שבעה, ס'נישט אזוי שווער, יעצט שרייבענדיג פאלט מיר איין איינס.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך יין שרף »

מ'גייט זיי נישט זאגן ביז עס וועט זיין א שמועה רחוקה
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך אפטימיסטיש »

א רגע!
כ'האלט נאכנישט ביי שבעה, וואס טוט זיך מיט די לויה?
וועט מהרז"ל זיך באטייליגן ביי מהר"א'ס לויה?
וועלן גבאי מהרז"ל אריינלאזן מהר"א צו מהרז"ל'ס לויה?
וואס טוט זיך מיט הספדים/בקשת מחילה?

כ'גלייב אז ביידע ברודער זענען גרייט נפטר צו ווערן איידער דער ברודער שטארבט...
פרימארגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 14, 2021 1:25 pm
האט שוין געלייקט: 218 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך פרימארגען »

אויב וועלן זיי לעבן ביז די ניינציג וועט עס זיין ״אן אנדערע מהלך אין עבודת השם״, העכער די ניינציג איז עס שוין ״העכערע זאכן וורס פארשטיימע אונז?!״
ווער בין איך? איך בין ״ ווער בין איך״
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך אפטימיסטיש »

דאס איז אמאל זיכער אז פונקט ווי דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דרייט זיך שטענדיג ארום מיט א טאשקע וועלכע אנטהאלט די נוקלעארע קאודס. און א פונקטליך פארגעשריבענע בוך מיט גענויע פלענער וויאזוי צו רעאגירן אין פאל אז רוסלאנד/כינע אטאקירט אמעריקע ח"ו. די זעלבע זאך (קל וחומר בן בנו של ק"ו) דרייען זיך ביידע סאטמארע רבי'ס (גבאים) ארום מיט א פונקטליך פארגעשריבענעם פלאן וויאזוי צו האנדלן אין פאל וואס דער ברודער געזעגנט זיך אפ. מ'דארף פשוט לייגן א האנט דערויף און עס דערווישן...
וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 01, 2021 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך וואסער »

יא יא אבער יעצט דארפן די פלענער זיך טוישן, ווייל ביז היינט האט מען געקענט טראכטן אז מען וועט זיצן אינדערהיים אינטער פארמאכטע טירן און בלויז אריינלאזן מקורבים.
עד שבא סקווירא און וויזניץ און מען זיצט אין פובליק מיט פארענטשעס.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך שעפטאל »

מיין מקובל זאגט מיך
זיי וועלן נאך שלום מאכן בחייהם
וכבוד תהיה להם
אפטימיסטיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 230
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 441 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך אפטימיסטיש »

וואסער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:54 pm יא יא אבער יעצט דארפן די פלענער זיך טוישן, ווייל ביז היינט האט מען געקענט טראכטן אז מען וועט זיצן אינדערהיים אינטער פארמאכטע טירן און בלויז אריינלאזן מקורבים.
עד שבא סקווירא און וויזניץ און מען זיצט אין פובליק מיט פארענטשעס.
ביז היינט וואלט אבער די לויה פארט געווען פובליק.. וואס זענען די לויה פלענער?
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך מר. קלונימוס »

וואסער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:54 pm יא יא אבער יעצט דארפן די פלענער זיך טוישן, ווייל ביז היינט האט מען געקענט טראכטן אז מען וועט זיצן אינדערהיים אינטער פארמאכטע טירן און בלויז אריינלאזן מקורבים.
עד שבא סקווירא און וויזניץ און מען זיצט אין פובליק מיט פארענטשעס.

זייט ווען מאכט סאטמאר נאך וויזניץ אדער סקווירא? כ'רעד נישט פון מהרא
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך לאכעדיג »

סדר המעמד "שבעה" ימי המלוכה.

יעדן טאג וועט די רבי (וועלעכע?) זיצן אין אנדערע שטאט.

די ציבור וועט קענען דורך גיין וואונטשן המקום ינחם פון דרום צו צפון. ס'וועט זיין א סדר לויט די אלף בית פון די לעצטע נעמען.

אריה לייב גלאנץ וועט אויסרופן די כבודים און די שענערע סכומים לטובת די מוסדות.

די אהבת קדומים אידן וועלן האבן דיזעגנירטע פלעצער, הזמנות זענען געווארן ארויסגעשיקט.

די נגידים וועלן באקומען א VIP קארטל ווי אויך א שטיקל פון די רביס קריעה בעקטישע.

כמעט פארגעסן, די מעיאר איז אויפן וועג, מען בעט מען זאל נישט מאכן קיין צווישן רופן.

די גאנצע שבעה מעמד איז מייסטערהאפטיג ארענדשירט געווארן דורך YF PRODUCTION.

ביטע אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים אז די שבעה זאל קענען געקרוינט ווערן מיט גרויס סוקסעס

שא. הערשל פריעדמאן זינגט חרוזים אין איז מעלה די נשמה

די יושב ראש מאיר מרדכי האקט איבער, די רבי גייט ארויס אויף הפסקה.

דערווייל קען מען גיין קוקן ביים צד שכנגד ווער ס'האט מער מענטשן.

ת.נ.צ.ב.ה.

נ.ב. די ווייבער שוהל וועט זיין אפען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

יין שרף האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:38 pm מ'גייט זיי נישט זאגן ביז עס וועט זיין א שמועה רחוקה
איי דער רבי ווייסט דאך ברוח הקודש? טוט זיך שוין אין די חסידישע פוסקים לגבי היתר עגונות צו וואוסן ברוח הקודש האט א חלות וואוסן ע"פ הלכה....
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך האניג »

כבר היה לעולמים, ר’ אביש מספינקא איז געזעצן אין קאר ביי די ברודער ר’ בעריש’ס לויה, און דערנאך געזעצן שבעה בשתיקה
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך שפילער »

כבר היה לעולמים ממען וועט פשוט רעדן פון אנדערע זאכן חוץ פון ברידער
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך קהל'ס נער »

יין שרף האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:38 pm מ'גייט זיי נישט זאגן ביז עס וועט זיין א שמועה רחוקה
אזויווי ר׳ מענדעלע בעל השוואנץ, האט נאר געהערט א מינוט פארן קריעה טיש אז זיין שוועסטער איז אוועק…..
וכך היה המעשה
די גבאים האבן אנגעגרייט פארענטשעס, מען האט געהאנגען פלאקאטן, די שקעה חמה קאר האט געגראגערט אין אויער אקיצור די שטאט האט גערידערט, ר׳ מענדל פרעגט די גבאים וואס גייט פאר? זאגן זיי עים מארגן צופרי וועסטו אויסגעפינען, דערווייל שעפעלע גיי ווייטער אן מיט דיין סדר היום, ויהי ערב ויהי בוקר און די גבאים ברענגן אריין ר׳ מענדל צום קריאה טיש, פרעגט זיי ר׳ מענדל מה יום מיומיים וואס עפעס א טיש אין א פלעינע טאג, האבן די גבאים עים מבשר געוועהן די בשורה רעה אז זיין שוועסטער איז אוועק און פון גרויס צער האט ר׳ מענדל געגעבען א צורייס דעם בעקיטשע
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
א נייגעריגע קאטשקע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך א נייגעריגע קאטשקע »

לצים זאגן אז סאי'ז אין פלאן צו בויען א "היכל ניחום אבלים " ביי די נייע געבויטע שולן
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך קהל'ס נער »

שפילער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:53 pm כבר היה לעולמים ממען וועט פשוט רעדן פון אנדערע זאכן חוץ פון ברידער
בדיוק, מען מאכט עס מער קאמפליצירט ווי ס׳איז.
איך בין געוועהן ביי א שמחה ווי דער בעל השמחה איז געוועהן צוקריגט מיט זיין טאטע, דער שמחה איז געפארען אן קיין דראמא, סה״כ האבן זיי צוויי זיך נישט אנגעקוקט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך לאכעדיג »

אבער דא רעדט מען פון אדמורי"ם ברודערס וואס גייען נישט צו די שמחות.

היינט נאכט מאכט טאקע מהר"א חתונה אין וומ"ס.
סקווירא רבי איז געווען ביים חופה.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך לאכעדיג »

האניג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:28 pm כבר היה לעולמים, ר’ אביש מספינקא איז געזעצן אין קאר ביי די ברודער ר’ בעריש’ס לויה, און דערנאך געזעצן שבעה בשתיקה
דאס איז געווען א היציגע מחלוקה, רבי אביש האט נישט געוואלט לייגן זיין ברודער רבי בעריש לעבן זיין טאטע. גאנץ וומ"ס איז געפארן אויף רעדער יענע חול המועד סוכות און שמחת תורה.
די היינטיגע ווישניץ מאנסי רבי וואס איז געווען א שוואגער מיט ר' בעריש איז געווען די פארמיטלער צווישן די בני רבי בעריש און רבי אביש.

למעשה האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט דעמאלסט און רבי בעריש ליגט יא לעבן זיין טאטע.
איך האלט אבער אז ווען די בני רבי בעריש וואלטן זיך דעמאלסט אויפגעפירט מיט אביסל קלאס וואלטן מען זיי היינט צוטאגס מער רעספעקטירט אין די וועלט.
Antibacterial
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:16 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך Antibacterial »

יין שרף האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 7:38 pm מ'גייט זיי נישט זאגן ביז עס וועט זיין א שמועה רחוקה
Hello די חברה ווייסען וואס טוט זיך ביים ברודער נאך פאר דו הערסט דערפון. זיי האבן ערשט האנטיגע קלארע און קראנטע אינפארמאציע, א טאג בעפאר אונז קליינע מענטשעלעך הויבן אן הערן אז עפעס טוט זיך בכל.

אזוי ווי דער וויזניצער רבי האט געזאגט פאר די חסידי גור, אויב וועט עס אזוי מצער זיין דעם רבי'ן דאן זאגט אים נישט!
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך תניא בניחותא »

אדער קען זיין אז מ’וועט מאכן א ”קאלארוואר’ ברעיק אוט, אז די גאנצע מחלוקה איז נאר געווען כדי ס’זאל זיך בויען צוויי מעכטיגע אימפעריעס (aka לשם שמים)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטאל האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 8:01 pm מיין מקובל זאגט מיך
זיי וועלן נאך שלום מאכן בחייהם
וכבוד תהיה להם
שעפטאל: מיין מקובל האט פאראויסגעזאגט אז די פעדעראלע רעגירונג וועט נישט קענען אנרירן מיין רבי'ן. ער האט געזאגט אז ער "זעהט" אז זיי וועלן נישט קענען צורירן צו איהם. און ער איז דאך (ליידער) געגאנגען) יושב'ן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: יזכיר לו יום... ניחום אבלים אין סאטמאר

שליחה דורך berlbalaguleh »

לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:17 pm
האניג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:28 pm כבר היה לעולמים, ר’ אביש מספינקא איז געזעצן אין קאר ביי די ברודער ר’ בעריש’ס לויה, און דערנאך געזעצן שבעה בשתיקה
דאס איז געווען א היציגע מחלוקה, רבי אביש האט נישט געוואלט לייגן זיין ברודער רבי בעריש לעבן זיין טאטע. גאנץ וומ"ס איז געפארן אויף רעדער יענע חול המועד סוכות און שמחת תורה.
די היינטיגע ווישניץ מאנסי רבי וואס איז געווען א שוואגער מיט ר' בעריש איז געווען די פארמיטלער צווישן די בני רבי בעריש און רבי אביש.

למעשה האבן די בני רבי בעריש אויסגעפירט דעמאלסט און רבי בעריש ליגט יא לעבן זיין טאטע.
איך האלט אבער אז ווען די בני רבי בעריש וואלטן זיך דעמאלסט אויפגעפירט מיט אביסל קלאס וואלטן מען זיי היינט צוטאגס מער רעספעקטירט אין די וועלט.
וואס פארשטיי מיר אונז (פשוטי עם) צו רעבישע מחלוקות.
פארשפארט