תגלחת נשים
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: תגלחת נשים
דער שטות דא איז נישט אזוי ווייט דער תוכן פונם צעטל אדער די הוראות ותקנות המוסדות (וואס זיי מעגן לכאורה אוועקשטעלן כרצונם), עס איז מער אז דעי האבן נישט שכל אז אזא צעטל זאל נישט ארויסרינען און פובליק, לטובתם.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: תגלחת נשים
100% !
וועגן דעם, החכם עיניו בראשו, און מען מאכט נישט אזוינע צעטל.
אדער סיי וואס די ווילסט נישט שפעטער זעהן אויפן אינטערנעט.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 147
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:59 pm
- האט שוין געלייקט: 235 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: תגלחת נשים
שמן למאור האט געשריבן: ↑ לויט ווי זי זאגט, אויב איז דא חששות אויף א פרוי אז זי שערט זיך נישט, צו זאל עס זיין פון א מקוה לעידי וואס האט עס באמערקט, אדער א שכנ'טע וכדומה, און עס קומט אן די די אויערן פון די וואס זענען ממונה דערויף, דאן דארף מען אינטערשרייבן די בייגעלייגטע צעטל, און עס קומט אראפ צום שטוב יעדע 6 וואכן א ספעציעלע "בודקת" וואס מאכט זיכער אז זי שערט זיך טאקע. אויב ברעכט זי ווייטער די תקנה פליען די קינדער פון די מוסדות.
קען איינער פון קרית יואל דאס באשטעטיגן? קומט נאך פאר אזעלכע זאכן? וועלכע חלק איז אמת און וועלכע חלק נישט?
ס'איז ליידער אמת, איך ווייס פון אזא פאל אין מוסדות ויואל משה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: תגלחת נשים
מיט די גאנצע עקל און אפשיי איך האב פון אזא התנהגות, קען דאס ווייבל נישט האבן טענות אויף קיינעם, גיי שיק ערגעץ אנדערש.
סב"י האט רעכט פאר זייער רולס און רעגולעישענס,
אזוי אויך יעדער אנדערער מוסד,
(חוץ אויב זיי זענען די אפיציעלע מוסדות אין שטאט)
סב"י האט רעכט פאר זייער רולס און רעגולעישענס,
אזוי אויך יעדער אנדערער מוסד,
(חוץ אויב זיי זענען די אפיציעלע מוסדות אין שטאט)
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re:
פיינע נייעס.הוגה האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 17, 2017 5:05 pm א חשוב'ע תפלה ביים זיך אפגאלן די קאפ. אין א כתב יד ישן נושן האב איך געפונען די פאלגענדע:
ונשות חסידות מוסיפות: "ושערות ראשי המגלחות יהיו כשערות הסוטה המגולחת אשר כריסה נבקעת ולבה מתגלה בפני קהל ועדה למען ישמעו וייראו הנשים ולא ירימו ראשן עוד". ע"כ.
קרעדיט: פרעד מעקדאוועל
.
מיט דעם ועשית ככל אשר יורוך ווערט א יעדע שיגעון א חיוב און א מצווה מיט העכערע כוונות.
נעקסט אין ליין קומט די סימס.
סדר הלבשת הסימס.
בבוקר כשתקום האישה מיד תאמר הנני מוכנת ומזומנת לקיים מצות ככל אשר יורוך על ידי הלבשת הסימס של הפאלם טייץ, וסימס זה תהא נחשב כאילו הקרבתי אשם שפחה חרופה כדי להכרית את כל החוחים והקוצים הסובבים את השושנה העליונה אמן כן יהי רצון.
ואז תלבשנה את הסימס, ואז שערי השמים נפתחים ואפשר לבקש כל מה שרוצים ומובטחת לראות ישעות ורפואות.
בפרק הבא נלמד סדר הלבשת הסינטעטיק שייטל
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: תגלחת נשים
ווען "גיי צו אן אנדערע מוסד" וואלט געווען אן אנגענומענע זאך ביסטו גערעכט, אבער די פאקט איז אז פארן שיקן אין א בעסערע מוסד וועסטו שוין ווערן א האלבע אויסווארף. עס דערמאנט מיך פון מענגעלע וויזניצער וואס לאזט יעדן גיין ביז מ'גייט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
- האט שוין געלייקט: 55 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל
Re: תגלחת נשים
אדער ווען זיי זענען געווארען ווילד ווען ס'איז נאר געווען א שמועה פון א הוא אמינא אז וויזניץ וומסב"ג וועט עפענען מוסדות אין בלומינגראוו.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 24, 2024 12:39 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: תגלחת נשים
א מוסד איז נישט ווי א ביזנעס. לפחות לויט אירע פירער און געלט קלייבער, וועלכע שטעלן דאס אהער ווי א עבודה לשם שמים. ווארום אויב וואלט דאס טאקע געווען א ביזנעס וואלטן זיי געטון וואס איז די בעסטע פארן ביזנעס - צופרידענשטעלן קאסטומערס... די אלע פעולות פון טעראר זענען אין נאמען פון אויבערשטן. ממילא אלס אידן וועלכע זארגען זיך פאר כבוד שמים, האבן מיר א רעכט צו קריטיקירן די אקטן.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: תגלחת נשים
שמן למאור האט געשריבן: ↑ לויט ווי זי זאגט, אויב איז דא חששות אויף א פרוי אז זי שערט זיך נישט, צו זאל עס זיין פון א מקוה לעידי וואס האט עס באמערקט, אדער א שכנ'טע וכדומה, און עס קומט אן די די אויערן פון די וואס זענען ממונה דערויף, דאן דארף מען אינטערשרייבן די בייגעלייגטע צעטל, און עס קומט אראפ צום שטוב יעדע 6 וואכן א ספעציעלע "בודקת" וואס מאכט זיכער אז זי שערט זיך טאקע. אויב ברעכט זי ווייטער די תקנה פליען די קינדער פון די מוסדות.
קען איינער פון קרית יואל דאס באשטעטיגן? קומט נאך פאר אזעלכע זאכן?
וואס גייט אן פאר די מוסד צו איך שער זיך יא אדער נישט?
אפשר זאלן זיי מיך מאכן זאגן "קידוש לבנה" בפני מוהר"ר _______ שליט"א, ער זאל עדות זאגן אז איך האב 'טאקע' מקדש געווען די לבנה דעם חודש?
וואס איז דער הסבר אונטער דעם?
אנדערע וועלן זיך אפלערנען? ווער? וויאזוי? עס איז דאך צוגעדעקט!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
Re: תגלחת נשים
די שאלה פארוואס אויף די נושא גייען זיי NUCLEAR?
וואס איז דאס אנדערש ווי איינער וואס טרינקט COKE?
וואס איז דאס אנדערש ווי איינער וואס טרינקט COKE?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: תגלחת נשים
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑ וואס גייט אן פאר די מוסד צו איך שער זיך יא אדער נישט?
אפשר זאלן זיי מיך מאכן זאגן "קידוש לבנה" בפני מוהר"ר _______ שליט"א, ער זאל עדות זאגן אז איך האב 'טאקע' מקדש געווען די לבנה דעם חודש?
וואס איז דער הסבר אונטער דעם?
אנדערע וועלן זיך אפלערנען? ווער? וויאזוי? עס איז דאך צוגעדעקט!
וואס גייט זיי אהן צו איך האב א פילטער?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: תגלחת נשים
שמן למאור האט געשריבן: ↑
לויט ווי זי זאגט, אויב איז דא חששות אויף א פרוי אז זי שערט זיך נישט, צו זאל עס זיין פון א מקוה לעידי וואס האט עס באמערקט, אדער א שכנ'טע וכדומה, און עס קומט אן צו די אויערן פון די וואס זענען ממונה דערויף, דאן דארף מען אינטערשרייבן די בייגעלייגטע צעטל, און עס קומט אראפ צום שטוב יעדע 6 וואכן א ספעציעלע "בודקת" וואס מאכט זיכער אז זי שערט זיך טאקע. אויב ברעכט זי ווייטער די תקנה פליען די קינדער פון די מוסדות.
דאס איז נעקסט לעוול.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: תגלחת נשים
זיי טענה'ן - און איך גיב זיי נישט גערעכט - אז די קינדער פון אזא "שטוב" ווערן אויך מושפע ווייל בדרך כלל קוקן די קינדער אויך אויף "די כלי", און זיי פארציילן עס פאר די חברים, און דער חבר פון דיין קינד קען חלילה אויסגעפינען אז קינדער ווערן נישט געקויפט אין די סאוועניער געשעפט אין דעם האספיטאל...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: תגלחת נשים
אהא , מגייט דערציילן די ראיות אסירות פאר אנדערע קינדער,
אויב גייט א פלעטבוש מיידל ארום גיין מיט א מייק אינדרויסן פון די חדר און אויסשרייען אז קינדער קויפט מען נישט אין שפיטאל, איז לכאורה שוין נישט שייך די איסור.
אויב גייט א פלעטבוש מיידל ארום גיין מיט א מייק אינדרויסן פון די חדר און אויסשרייען אז קינדער קויפט מען נישט אין שפיטאל, איז לכאורה שוין נישט שייך די איסור.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
- האט שוין געלייקט: 65 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל
Re: תגלחת נשים
ס'זאגט זיך גרינג "גיי צו א אנדערע מוסד" אבער די אמת איז אז ס'איז דא משפחות וואס וואוינען שוין דארט יארן לאנג, און סאיז נישט דא קיין אנדערע מוסדות אין ק"י.
ווען וויזניץ האט געוואלט עפענען א מיידל שולע אין בלומינגראוו האט מען איבערגעדרייט די גאנצע שטאט אז ס'זאל נישט געשעהן. פון איין זייט שרייען זיי גיי צו אנדערע מוסדות, פון די אנדערע זייט לאזן זיי נישט עפענען קיין אנדערע מוסדות, בלייבט איבער נאר ארויסצומופן, וואס איז א רשעות נורא צו צווינגען א משפחה מיט קינדער וואס די עלטערן זענען שוין געבוירן אין ק"י זיך צו אויף הייבן און אוועקמופן, אלעס ווייל די פרוי שערט זיך נישט, וואס איז ניטאמאל קיין שום חיוב להלכה.

- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:16 pm
- האט שוין געלייקט: 29 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: תגלחת נשים
אויב איז דאס א זאך אויף וואס דער מייסד הקריה האט זיך געשטעלט בכל התוקף, דאן מיט וועלכע חוצפה קען איינער וואוינען דארט און פייפן אויף די תקנות פונעם מייסד הקריה?? אט דאס איז די רשעות!
איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע זיך שערן אדער נישט. אבער עס איז זייער פארשטענדליך אז א ריזיגע מערהייט אין שטאט וויל אז די שטאט זאל בלייבען האר ריין און פארטיג!
דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!

- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
Re: תגלחת נשים
קודם כל, מעג מען מחולק זיין מיט דיר אז דער מייסד האט נישט געוואלט קיין אידן וואס שערן זיך נישט. צווייטנס דארפסטו כאטש זאגן ווי די שטאט הייבט זיך אן און ווי עס ענדיגט זיך כדי דער וואס וויל נישט טוהן קיין רשעות זאך זיך כאטש קענען רעכענען דערמיט. דריטנס, די געגנט האט מען געבויט נישט צו האבן קיין אידן בכלל און חרדישע אידן בפרט, ווי נעמט זיך אזא רשעות צו קומען און בויען א אידיש קריה אין אזא פלאץ?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: תגלחת נשים
די נושא פון שערן איז זייער א ברייטע און א טיפע.
איך בין זיכער אז ס'איז דא גאר אסאך אידן וואס וואלטן שטארק געקענט באשטיין צו וואוינען מיט זייער אשת חיל וואס האט עכטע לאנגע האר, זיי וואלטן זיך מחיה געווען דערמיט, און זיי זעהן נישט עכט די פראבלעם מיט דעם.
רוב פון די אידן וואלטן זיך אבער נישט געוואגט צו טוישן די מסורה פון זייערע עלטערן און פארלאנגען זייערע ווייבער נישט צו שערן די האר, און אפי' ווען די ווייב וויל עס וואלטן זיי עס אפגעהאלטן,
א מיעוט איז עס אפשר צוליב זיי ווילן נישט זיין אנדערש, אדער ס'איז נישט מעגליך צו באהאלטן אז קיינער זאל נישט געוואר ווערן און דעמאלסט וועט זיין בושות אדער ערגער, אבער א גרויסע מערהייט ווילן נישט טוישן ווייל זיי האלטן אז דער אייבערשטער וועט נישט הנאה האבן דערפון, הגם זיי פארשטייען נישט פארוואס, אבער זיי פארשטייען אויך נישט נאך אסאך זאכן, און זיי שפירן א זכיה מקיים צו זיין דעם אל תטוש תורת אמך ותורת הצדיקים הקודמים.
אויב נניח זיי וועלן געוואר ווערן מיט א זיכערקייט אז דער אייבערשטער וויל יא זיי זאלן עקספיריענסן עכטע האר לקיים את המצוה בהידורה לידע את אשתו און וואס איז עס ווערד מיט א ליידיגע קאפ, און לאמיר זאגן אז זיי וועלן טרעפן א בריוו פון זייער באבע אז ביי זיי האט מען זיך דייקא געפירט נישט צו שערן, אדער זיי וועלן הערן פון זייער לאקאלע דיין אז די נישט שערן איז נישט אזוי הארב און ס'איז דא אסאך התירים און אדרבה מצוה הוא לגדל שערה לחבב על בעלה, וואלטן זיך א חלק טאקע צוגעכאפט דערצו, איך בין צווישן דעיע, ווייל איך האב נישט קיין פראבלעם צו טוהן די וואס איך האב באקומען דעת תורה אז ס'איז ריכטיג, אפי' אנדערע וועלן מיר אראפרייסן, אבער איך גלייב אז א גרויסע חלק וועלן עס נאך אלס נישט טוהן ווייל זיי קענען נישט זיין אנדערש ווי די א.ג. 'יעדער'...
רובא דרובא פונעם היימישן עולם וועלן נישט טוהן אנדערש וואס זייער לאקאלע דיין זאגט, ממילא אויב איינער האלט דא אז תגלחת נשים איז א אויפגעטראכטע חומרא, זאלן זיי זיכער מאכן אז ווי מער לאקאלע דיינים האלטן אזוי ווי זיי, נישט זאגן אז איך האב אליינס גערעדט צו דיינים וואס האבן געזאגט... נאר געבן די דיינים נעמען, כאטש אין אישי, צו קענען קלאר מברר זיין, אז דאס וועט געשעהן וועט זיך א גרויסע חסידישע ציבור צוביסליך אנפאנגען צו טוהן אזוי, והכל על מקומו יבא בשלום.

yatzmachp האט געשריבן: ↑ קודם כל, מעג מען מחולק זיין מיט דיר אז דער מייסד האט נישט געוואלט קיין אידן וואס שערן זיך נישט. צווייטנס דארפסטו כאטש זאגן ווי די שטאט הייבט זיך אן און ווי עס ענדיגט זיך כדי דער וואס וויל נישט טוהן קיין רשעות זאך זיך כאטש קענען רעכענען דערמיט. דריטנס, די געגנט האט מען געבויט נישט צו האבן קיין אידן בכלל און חרדישע אידן בפרט ווי נעמט זיך אזא רשעות צו קומען און בויען א אידיש קריה אין אזא פלאץ?
די וועלט האט דאך דער אייבערשטער באשאפן בשביל ישראל שנקרא ראשית, ווי נעמט זיך די חוצפה פון גוים צו זאגן אז מ'גייט בויען א געגנט וואס געפינט זיך אויף דעם וועלט נישט צו האבן קיין אידן בכלל?
די וועלט האט דאך דער אייבערשטער באשאפן בשביל התורה שנקרא ראשית, ווי נעמט זיך די חוצפה פון אידן וואס ווילן נישט איינהאלטן די תורה צו עובר זיין דערויף ווילאנג זיי זענען אויף דעם וועלט?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 35
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 21, 2020 4:41 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
Re: תגלחת נשים
אין סדום האט מען אויך געזאגט אַז דאס האט די מייסד הסדום געוואלט!Antibacterial האט געשריבן: ↑ אויב איז דאס א זאך אויף וואס די מייסד הקריה האט זיך געשטעלט בכל התוקף, דאן מיט וועלכע חוצפה קען איינער וואוינען דארט און פייפן אויף די תקנות פונעם מייסד הקריה?? אט דאס איז די רשעות!
איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע זיך שערן אדער נישט. אבער עס איז זייער פארשטענדליך אז א ריזיגע מערהייט אין שטאט וויל אז די שטאט זאל בלייבען האר ריין און פארטיג!
דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגען ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!
האלסט נישט ביים זיך צושטעלן פיץ אפ!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: תגלחת נשים
פיקח עצום האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 1:46 pmAntibacterial האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:33 pm
דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!
אין סדום האט מען אויך געזאגט אַז דאס האט די מייסד הסדום געוואלט!
האלטסט נישט ביים זיך צושטעלן פוץ אפ!
און מיט וועלכע חוצפה האט דער מייסד הקריה זיך נישט גערעכנט מיט די מייסד פון די לאנד וואס האט זיך מוסר נפש געווען אז ס'זאל זיין פרייהייט און דעמאקראטיע און מען פייפט אויף אים??