אזוי ווי איך האב געשריבן פריער אין מיין ענטפער צו ברוך, די ווייסט נישט ווער איך בין און וואס מיין עקספיריענס איז... ממילא דיין הנחה אז איך זאג דאס ווייל איך האלט אז 'איך' בין גערעכט איז נישט גילטיג, ווייל מנא לך אז איך בין א טייל פון די דאזיגע געמיינדע. איך מיין אז אויב דו לייגסט צו קאפ צו מיינע ווערטער איז גאנץ קלאר אז איך קום פון די אנדערע זייט אינגאנצן, מיין טענה איז פון א ליבעראלע שטאנפונקט.
בנוגע נטורי קרתא אדער לב טהור. איך מיין אז מען מעג נוצן א משהו שיקול הדעת, צו פונאנדערשיידן צווישן לעגיטימע אומריכטיגע דעות, און דעות וועלכע זענען אומטאלערירבאר. דו קענסט פרובירן צו ברענגען כל מיני עקסטרעמע משלים, פון אזעלכע וואס איז יתכן אז ביי זיי איז נישט גילטיג די כלל. און מיר קענען זיך טענה'ן אויף יעדע באזונדער. אבער די יסוד איז נאכאלץ ריכטיג, אז ביז צו א געוויסע מאס דארף א מענטש רעספעקטירן א צווייטנס דעה און בחירה.