מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

שמעון וואלף האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:16 am איינער האט געפרעגט אדמו"ר מ'......... וויאזוי ס'איז די מנהג צו זאגן ביי שחרית, ומעריצי'ן ומקדישי'ן וממליכי'ן אדער מיט א ם' צום סוף?
ענטפערט ער, נעה, ס'נישט קיין חילוק. א ראי' האסטי ווייל אין בית יוסף ברענגט ער הלכות פון רמב"ם און אמאל שרייבט ער רמב"ן.
דערמאנסטו מיר א ווערטעל ווי איינער האט געפרעגט זיין חבר וויאזוי ווייסט מען אז האדמור מ'.......... האט רוח הקודש?
ווייל ער זאגט כסדר אז די געשמאקסטע זאך אויף די וועלט איז, צו לערנען א בלאט גמרא....
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 6:30 am פאר אפאר וואכען צוריק האבען זיך אלע רעבעס אין ארץ ישראל געמאכט אן אסיפה וועגן AI

אלע קומען אריין און מען זעצט זיך ארום דעם טיש און די גבאים שטייען פון אונטען.

אינמיטן שטעלט זיך אויך איין רבי און זאגט, רבותי די מעשה פון AI איז דאך אן ערענסטע פראבלעם אין אידישקייט איך האלט אז מען זאהל ארויסשיקען אלע גבאים פון דא און אונז אליין זאהלען דאס באהאנדלען.

פיין אלע זענען מסכים. מען שיקט ארויס אלע גבאים אבער איינער האט זיך גוט באהאלטען זעהט ער ווי דער רבי פארשפארט די טיהר און קוקט ארום צו זעהן אויב טאקע נאר די רבנים זענען דא און ער פאנגט אן...

רבותי, עי איי... שמעי איי... וואס טוהט מען מיט מיילעך בידערמאן? ער וואקסט עפעס צו שנעל
זאג פאר די רבנים אז זיי זאללן מיך קאנטאקטן. איך האב זייער גיטע עצות.

די גרינגסטע איז אז ער איז (ליידער, בעוה"ר) נתפס לציונות, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. ער האט געשמייכלט צו א איד מיט א ווייסע קאפל. דאכציך איינער פון די שרי ממשלת המינים, היל"ת.

ס'דא (ב"ה) נאך געניג סחורה. איינער פון אנ"ש האט איהם געזעהן ביי די בחירות (הטמאות).אינמיטן די נאכט אנגעטון מיט א מאסק.

יעצט קומט אריין די נייעס אז ער האט גערעדט שרעקליכע דברי כפירה. ער האט געזאגט אז מ'דארף מתפלל זיין פאר די סאלדאטן פון די טמא'נע צה"ל (שר"י עפ"ל) וועלכע הרג'נען אויס די אומשולדיגע פרויען און קינדער פון די פאלעסטינער יונגלעך און דיווערסאנטן. די פרייהייטס קעמפערס פון די כאמאס גרופ.
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך תשפג »

באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמעקעדיג »

תשפג האט געשריבן:

חחחח.... פאר א רגע האב איך געמיינט אז איך בין אין א "לב טהור" אשכול :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

גימפל איז געגאנגען באזיכן זיין יוגנט חבר פון ישיבה, וואס האט במשך׳ן ציייט ארויסגעטשעקט, און וואוינט היינט און א סטודיא אפארטמנט מיט זיין כלב,
ווי ער קומט נאר נאנט, איז דער הינט צוגעלאפן צו עהם מיט קולי קולות, אזוי אז דער קדחת האט עהם אנגעכאפט.
ער שרייט צום אלטן חבר, ״קום אהער, ראטעווע מיר, שפאר איין דעם כלב״.
הא הא, לאכט צו עהם דער ״חבר״, ״די ווייסט נישט אז א הינט וואס ביילט, בייסט נישט״?
יא יא, איך האב געהערט פון דעם, זאגט ער ציטערדיג, ״איך בין אבער נישט זיכער אויב דער כלב אליינס ווייסט אויך פון דעם…״
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

berlbalaguleh האט געשריבן: אין די בראשית טעג פון די רעפארם באוועגונג האבן זיי נאך אנגעשטעלט א פנים ווי ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות.

טרעפט זיך אמאל אין א שבת נאכמיטאג איז דער ראש הקהל געגאנגען באזוכן ביים ראביי אין שטוב. זעהט ער ווי דער ראביי זיצט און פאררייכערט א ציגאר. דער ראביי האט זיך א ביסל דערשראקן. זאגט ער צום ראש הקהל...דו גייסט נישט ארויס פון דא ווילאנג דו רייכערסט אויך א ציגארעטל. דער ראה"ק בעט זיך ביים ראביי...ניין. ס'איז דאך שבת. זאגט דער ראביי ס'וועט דיר גארנישט העלפן. דו מוזסט אויך פאררייכערן א ציגארעטל. זאגט דער ראה"ק. אויב איך מוז שוין יא פאררייכערן האביך מיינע אייגענע... און נעמט ארויס א ציגארעטל פון טאש...!

אן אנדערער אמעריקאנער ראפארם ראביי האט אפגעשטופט די שבת סערוויסעס אויף זונטאג, כדי דער עולם זאל אנקומען און אזוי ארויסהעלפן די קאנגעגראישען מיט נדו"ד.
ווען א פרומער האט עהם אמאל אפיר געהאלטן, האט ער נאך געברענגט פון חז"ל "עשה שבתך חול, ואל תצטרך לבריות"...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

בנוגע די בחירות בארצינו הק׳

האט א יונגערמאן בייקומען א קאלל פון די מטה הבחירות (בחירות הופטקוואטיר, ווי מען ארבעט ארויסצוברענגען ווי מער מענטשען צו מקיים זיי די חוב קדוש), בזה״ל.
״מיר ווילן וויסן אויב די און דיין ווייב האבן שוין געטיען די מצווה?״
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום היום, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

לא זכיתי להבין. ביטע ערקלער...!
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך צועקים וזועקים »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:35 pm לא זכיתי להבין. ביטע ערקלער...!
חוב קדוש.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 28, 2024 5:35 pm לא זכיתי להבין. ביטע ערקלער...!
ווער עס פארשטייט נאכנישט, און ווער עס וויל דער יונגערמאנס ענפער, זאל מוחל זיין קומען און אישי.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
פון אונזערע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פון אונזערע »

וואס איז א ישיבה?
קען זיין צוויי זאכן אדער א פלאץ צו שטייגן אדער א שטייג צו פלאצן...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

אמאל איז געווען ביי א חתונה ווען מ'האט די ערשטע מאל סערווירט אייז-קריעם. דארט איז אויך געווען דער משגיח אדער ראש ישיבה פון א בארימטע ישיבה אין די ליטא.

ווען מ'האט איהם געפרעגט וואס זיין מיינונג איז איבער אייז קריעם האט ער געענטפערט..."ס'איז א גוט מייכל (מאכל) אבער א ביסל צו קאלט...!

בהאי רעווא (באותה נשימה): אמאל נאך פאר ס'איז געווען אויטאמאטיק טראנסמישן אויף קארס (אין ארץ ישראל) איז ר' חיים קאניעווסקי זצ"ל געפארן מיט א קאר. און כידוע, ביי די מעניועל טרענסמישן דארף מען אייביג רוקן דעם שטעקן כדי צו טוישן די מהלכים (גיערס). האט ר' חיים געזאגט צום דרייווער. דו דרוק דעם געז. און איך וועל מישן די אויל...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

א מאן און ווייב זיצען אין א רעסטוראן און פייערן זייער 50'סטער יום החתונה.

דער מאן גיסט זיך אן א גלעזל גוטע ברוינפען און פאנגט אן צו טרונקען און טרינקען, און נאך א דריי, פיהר גלעזעלעך הייבט ער אן צו רעדן...

"איך האב דיר אזוי ליב, ממש איך קען נישט לעבן אן דיר".

זיין ווייב, וואס איז נישט רגיל צו אזעלכע אויסדרוקען, פרעגט מיט וואונדער, ווער רעדט? דו אדער די ברוינפען?

איך רעד, זאגט ער... צו די ברוינפן...
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

א יונגערמאן איז געפארן קיין וועיגעס פאר ״ביזנעס״.
זיין אשת חיל האט געהאט א שטיקל חשד אז קען ״פארגעסן״ צו דאווענען און צו לייגן תפילין דארט, האט זי אריינגעפאקט זיינע קרעדיט קארדס און זיין טלית בייטל,
נאך א טאג אהאלב זיין דארט ״שיקט ער א מעסעדש פאר זיין בני בית ״ס׳איז גרויסע צרות, איך קען נישט טרעפן מיינע קארטלעך, קענסט אפשר טראכטן ווי עס קען זיך האבן פארלוירן?״
״איך בין זיכער״ שרייבט זי צוריק, ״אז די וועסט בעטן ביי דעם גרויסן באשעפער, געהעריג ווי א יוד, וועסטו עס טרעפן!״
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

נאך א לאנגן שחרית, שבת החודש שחל בר״ח, מיט דער קראצערדיגע נערווען קריכער׳דיגע בעל תפילה, וואס טרעפט עפעס א וועג יעדן לאנגן תפילה צו כאפן דער עמוד, און אויפברויזן דער ציבור מתפללים, האט מיר מיין שכן, א שטיקל מענטשן מבין, מיר געגעבן צו פארשטיין.
אז לויט ווי ער זעהט עס, קומען מיר נאך אפ ביליג דא, לעולם וואלט דער חזן ארום געגאנגען אין בית מדרש טיילן פראסקעס פארן עולם, נאר וואס, ער כאפט דאך שוין דעם ברעטל מפעם לפעם..
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
פון אונזערע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 17, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פון אונזערע »

געווען אמאל א רב וואס האט געמאכט סימנים מיטן בעל תפילה ווען ער זאל אנהייבן הויכע שמו''ע אזוי ביי מודים מאך איך א קליינע ביק און ביי וכל החיים א גרויסע ביק אין דאן קאנסטו אנהייבן.
אוז אמאל געווען אז א נערוועזע יוד האט געפרעגט די בעל תפילה פארוואס הייבסטו נאכנישט אן האט אים די בעל תפילה געענטפערט "איך ווארט אויפן גרויסן ביק"...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

היום האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:09 pm א יונגערמאן איז געפארן קיין וועיגעס פאר ״ביזנעס״.
זיין אשת חיל האט געהאט א שטיקל חשד אז קען ״פארגעסן״ צו דאווענען און צו לייגן תפילין דארט, האט זי אריינגעפאקט זיינע קרעדיט קארדס און זיין טלית בייטל,
נאך א טאג אהאלב זיין דארט ״שיקט ער א מעסעדש פאר זיין בני בית ״ס׳איז גרויסע צרות, איך קען נישט טרעפן מיינע קארטלעך, קענסט אפשר טראכטן ווי עס קען זיך האבן פארלוירן?״
״איך בין זיכער״ שרייבט זי צוריק, ״אז די וועסט בעטן ביי דעם גרויסן באשעפער, געהעריג ווי א יוד, וועסטו עס טרעפן!״
היום: ייש"כ. איך טו מיך באטייליגן אין די שמחה פון דיין געלונגענע מילתא דבדיחותא. איך וויל (ח"ו) נישט פארמינערן די פרייד. נאר דאס ווערטל האט שוין זייער א לאנגע און ווייסע בארד. ווען איך האב צוערשט געליינט אט די מעשה'לע זענען נאכנישט געווען קרעדיט קארטלעך פאשפרייט בעולם. נאר ממש יחידי סגולה האבן געקענט חלומ'ען פון דעים.

איז די מעשה געלאפן אויף א ביסל אן אנדער'ן מהלך.

א יונגערמאן איז געפארן קיין לייפציג אויפ'ן יריד. זי האט אריינגעלייגט זיינע (פרישע) אונטערוועש אין זיין טלית און תפילין. ווען ער האט געדארפט טוישן וועש און ער האט דאס נישט געטראפן. האט ער געשריבן א בריוו'ל צו זיין ווייב. אפשר האט זי פארגעסן אריינצולייגן זיין אונטערוועש. האט זי איהם צוריקגעשריבן אז ער זאל דאווענען וועט ער זיין א געהאלפענער. ווייל די אונעטערוועש זענען געווען אין זיין טו"ת.!
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

אמת ונכון,

ושתי תשובות בדבר,
א) מען דארף (לדעתי, פרובירן צו) אפדעיטן ווערטלעך לויט די היינטיגע שפראך און רעלעוונטע באקאנטע מציאות'ער.
ב) מיין מגי"ש פלעגט זאגן, באקאנטע ווערטער וואס מען זאגט נישט נאך, ווערט אויס באקאנט.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איינער איז געזיצען פסח ביינאכט ביים סדר און איז אנגעקומען צו... ארבעה בנים

פרעגט ער זיין בחור... נו חיים'ל וועליכע זוהן ביזטו?

ענטפערט ער... טאטי, ווען אונז האבען געלערעהט ארבעה אבות נזיקין, האב איך דיר נישט געפרעגט וועליכע טאטע דו ביזט, פרעג מיר אויך נישט וועליכע זוהן איך בין
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעצט געהערט פו מיין רבי, הרה"ק מ'יארמא שליט"א:

ער האט פארציילט די מעשה ביי א שבע ברכות...ס'איז מיר אמאל אויסגעקומען צו זאגן בדחנות ביי א שבע ברכות פון א גרויסן גביר. דארט איז געווען גאלדענע עסצייג. פלוצלינג באמערק איך ווי איינער פון די "אורחים" ביי יענעם עק טיש האט גענימען א גאפל און אריינגעלייגט אין זיין בוזעם טאש. דאס איז ווערד געווען (לכה"פ) 3 טויזנט דאללער.

איך האב נישט געוואלט פארשעמען יענעם איד ברבים האביך געזאגט..."רבותיי עטץ ווילטס זעהן איכ'ל באווייזן א קונץ. איך גיי אריינלייגן דעם גאפל אין מיין בעקישע. און איך וועל עס ארויסנעמען פון די בעקישע פון דעם איד"...!

דער טריק איז געלונגען. נאר יעצט ביניך געבליבן מיט א גאפל וואס באלאנגט נישט צו מיר.

ביניך געגאנגען פרעגן מיין רב וואס צו טהון. זאגט ער מיר אז איך בין מחוייב דאס צוריקגעבן ווייל אנישט איז עס גניבה. האביך גענימען טענה'ן אז ס'איז נישט גניבה...ווייל די גאנצע מעשה איז נישט אמת...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

כ'האב אויך געהערט א קליפ פון א בדחן אין ארץ ישראל וואס האט "געגנב'ט" א ווערטל פון מיר . וואס איך (מיין) איך האב מחדש געווען און ארויפגעלייגט דא אויף קאווע שטיבל.

ס'אמאל געווען א איד וועלכער איז געפארן אויף ראש השנה קיין מירון און ל"ג בעומר קיין אומאן. האט מען איהם געפרעגט..."פארוואס פארדרייט איהר די יוצרות? האט ער געענטפערט "כדי לערבב את השטן"...!

ס'זעהט אויס אז ער ליינט (אויך) קאווע שטיבל. פון דארט נעמט ער סחורה פאר זיין בדחנות...!
באניצער אוואטאר
פוילישע פעפער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 28, 2024 4:30 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פוילישע פעפער »

זאגט מיר א חבר מיינע, האב נישט קיין טענות אויף מיר אז איך פיר זיך אויף ווי א קליין קינד ווייל איך בין אזוי געבוירן געווארן...
מדארף נישט זיין א פוילישע צו פארזיכען פוילישע פעפער
:like :like :like
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך מילך טראק »

berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 4:44 pm
פאלאצ'ינטא האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 22, 2024 10:16 am א מלמד פרעגט א אינגעל...

פארוואס האסטו צובראכען דעם פענסטער?

איך וועל אן ענטפער איך וויל דעם אמת

זאגט ער וועליכע וויל דער רבי ?
דאס דערמאנט מיך א מעשה: א איד האט אמאל געהאט א שווערע קאורט קעיס. פאר דעם טאג פונ'ם משפט איז ער אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי'ן. דער רבי א שטארק תמימות'דיגער איד האט איהם אנגעווינטשן..."דער אייבישטער זאל העלפן אז דער אמת זאל ארויסקומען. זאגט דער איד. ניין. רבי דאס טויג נישט...!

גוים האבן געמאכט א בלבול אויף מיר,
פארשפארט