וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
ווער ווייסט, אפשר איז ער געהאלפן געווארן ווייל ער האט צוגעזאגט צו מפרסם זיין...
האסטו א דריטע קאמפאנענט דא... זרע שמשון, מתיא בן חרש, און צוגעזאגט צו מפרסם זיין...
מ'דארף מאכן אן עקספערימענט וואס וואלט געווען אויב ער וואלט געטון די מתיא בן חרש סגולה און מפרסם זיין אבער מיט זרע שמשון, אדער זרע שמשון מיט בן חרש אן מפרסם זיין אדער פארקערט... און דאן וואלט מען געזעהן וואס ברענגט די ישועה...
איין פראבלעם וואלט געווען, אז אויב זאל אויסקומען אז מפרסם זיין מאכט נישט די זאך, דאן וויאזוי וואלט מיר געוויסט אז די סגולה פון מתיא בן חרש און זרע שמשון ארבעט? מ'וואלט בהכרח עס געמוזט מפרסם זיין...

- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
מען דארף מאכן א עקספערימענט אויף די סגולה פון מפרסם זיין. פאלגענד איז א דוגמא פון א אנאנס וואס קען געזעהן ווערן אין אזא פאל "איך האב צוגעזאגט צי מפרסם זיין אין איך בין געהאלפן געווארן"
כ'האב אמאל געדארפט א שטיקל ישועה און איך האב געטראכט צי געבן געלט פאר צדקה אבער צום סוף האב איך מחליט געווען אז נישט און איך בין געהאלפן געווארן, אזוי האב איך עטליכע מעשיות.
כ'האב אמאל געדארפט א שטיקל ישועה און איך האב געטראכט צי געבן געלט פאר צדקה אבער צום סוף האב איך מחליט געווען אז נישט און איך בין געהאלפן געווארן, אזוי האב איך עטליכע מעשיות.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
איז עס טאקע אזא גוט ספר? איך האב אמאל אריינגעבליקט דערין און ס'האט מיר נישט אויסגעזעהן צו הילפבאר, איך קען נישט זעהן וויאזוי ווען נישט די סגולות שבהן אדער ריעל עסטעיט אין גן עדן ווי דו רופסט עס וואלט איינער בכלל אריינגעבליקט אין דיזע ספרים. יא, ס'וואלטן זיכער געוועהן א האנדפול אידעאלאגן וואס וואלטן געוועהן אינטערעסירט אין דיזע ספרים בכל אופן, אבער דאן וואלט נישט געוועהן פראפיטעבל בכלל זיי צו דרוקן.מי אני האט געשריבן:הכלל, מ׳זאל לערנען דעם ספר זרע שמשון ווייל ס׳איז א גוט ספר;
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
געהערט אמאל אז א מיידל וואס האט געארבעט אין א אפיס איז געקומען צו איר בעל הבית זיך אפרעדן אז איינער פון זיינע קינדער וואס קומען אסאך אריין אין אפיס פרובירן צו טוהן געוויסע מעשים אשר לא יעשו, און זי האט איהם געבעטן אז ער זאל איהם מער נישט לאזן אריינקומען, פארשטייט זיך אז ער האט גלייך אנגעהויבן מיט די אנגענומענע פראצעדור פון לייקענען, האט זי צוגעזאגט אז זי גייט עס מפרסם זיין, און זי איז גלייך געהאלפן געווארן מיט די ישועה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 8:41 am
- האט שוין געלייקט: 5 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל
באמת שרייבט שוין דער רלב"ג אין מלחמת ה' אז א חומר היולי איז אלטס געווען, הגם ביי אונז קוקט מען עס אהן ממש ווי כפירה ווי מימון שרייבט אינעם וועקער, דאך טרעפט מען שוין עכ"פ אזא געדאנק, ולפי"ז איז נישט אפגעפרעגט וואס די סייענטיסטן זאגן, פונקט ווי דו וועלט קען האבן געווען א בונדל ווייל דאס איז די קלענסטע וואס זיי שטעלן זיך פאר קען ביי אונז האבן געווען א חומר היולי וואס איז ממילא רוחניממי_שאמרו האט געשריבן:אדער ווי דעם רמב״ן איז אויך נישט שלעכט.
דארט ווי מען באגראבט שקר וואקסט ארויס דעם אמת (הרה"ק מקאצק)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
פירוש: אז דו ווילסט אמת ברויכסטו האבן דעם שקר טיעף אין די ערד (קאצקער)
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער מי מנוחות שרייבט, אינעם קאנטעקסט פון זיין אָננעמען קאָפּערניקוס׳ היליאוסענטריזם נגד דזשיאוֺסענטריזם:
און דאס וואס ער שרייבט ״אם אינו מתנגד לתוה"ק״ איז דאך סתם אזוי ניתן לפירוש. והיינו, אז בכל אופן קען מען מאכן די געפינסן שטימען מיט התוה״ק - און אזוי ווי ער אליין טאקע טוהט מיט די קאָפּערניקען מאדעל, קעגן וועלכע מ׳האט גע׳טענה׳ט אז עס איז זיך מתנגד להתוה״ק. ודון מינה אשארא. וידועים דברי הרמב״ם במו״נ ח״ב פכ״ה לגבי מאכן געפינסן בחכמות הטבעיות שטימען מיט פסוקי התורה וועלכע זעהן אויס פארקערט, ״ולא שערי הפירוש סתומים בפנינו ואין דרכי הביאור נעולים בפנינו״ ע״ש.
און ער ברענגט זיך די באקאנטע ראיה פון פסחים צד:אל מי נאמין יותר בטבעיות, אל המחבר ההוא היחיד שהיה טמון בסתר אוהל בית תלמודו, או אל המון חכמים ותוכניים, אשר בלו כל ימיהם בהשנות החכמה ההיא ושמושה, ולהם ניתנה הארץ וכלי מבטות ושארי כלי נסיונות בבית מדרשיהם [אוניווערסיטעטען] והרבה מסעות סביב כדור הארץ והרבה עניינים מופתיים מבררים האמת דומים לזה עד שנתאמתה להם דעה זו בלי חולק ונהייתה כמפורסמות? - הלא ודאי אל כל אלו החכמים נשמע בדבר טבעיי אם אינו מתנגד לתוה"ק.
און דאס וואס ער שרייבט ״אם אינו מתנגד לתוה"ק״ איז דאך סתם אזוי ניתן לפירוש. והיינו, אז בכל אופן קען מען מאכן די געפינסן שטימען מיט התוה״ק - און אזוי ווי ער אליין טאקע טוהט מיט די קאָפּערניקען מאדעל, קעגן וועלכע מ׳האט גע׳טענה׳ט אז עס איז זיך מתנגד להתוה״ק. ודון מינה אשארא. וידועים דברי הרמב״ם במו״נ ח״ב פכ״ה לגבי מאכן געפינסן בחכמות הטבעיות שטימען מיט פסוקי התורה וועלכע זעהן אויס פארקערט, ״ולא שערי הפירוש סתומים בפנינו ואין דרכי הביאור נעולים בפנינו״ ע״ש.
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
ס׳איז אינטערעסאנט צו זען ווי אלע האבן זיך, מער/ווייניגער, גאנץ שנעל אן עצה געגעבן מיטן העליאצענטרוס מאדעל, לעומת תורת האבולוציה וואו מען קען נוצן דער זעלבע לאגיק, וצ״ע.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
יא יא. ווי איך האב געזאגט פאר א חבר מיינער, קומט עס מיר פאר ווי די עוואלושאן קאנטראווערסי לגבי רעליגיע והכתוב האלט יעצט (על הכלל כולו) וואו די קאָפּערניקען קאנטראווערסי האט געהאלטן אזא 100 יאר צוריק. און מ׳קען לכאורה עקסטרעפּאלעיטן דאס זעלבע לגבי ביקורת המקרא וועלכע האלט נאך שפעטער אין די סיִקווענס - אין 100 יאר וועט די קאנטראווערסי דערין האלטן וואו די קאנטראווערסי איבער עוואלושאן האלט איצטערט. עס קען זיין אז בהתפתחות המדע וכו׳ ווערן די צייט-דיפערענצן פארקערצערט.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
הלואי!
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- יעקב מעקסוועל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 360
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
- האט שוין געלייקט: 930 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
די שאלה איז, קענען אונז אקצעפטירן עוואולוציע און ביקורת המקרא און נאך אלץ אנהאלטן אזא סארט אידישקייט? (וואטעווער דעט מיענס).
איך טראכט אז נישט. מען האט געקענט אננעמען די זון דרייט זיך נישט ארום די וועלט, און קיינער רעדט נישט קיין סאך דערפון, און אידישקייט גייט אן. אבער אויב נעמט מען אן די די היינטיגע וויסנשאפטליכע מיינונגען, קען מען נישט ממשיך זיין ווייטער אזוי, כנלענ"ד.
אלזא מיין 100 יאר פרעדיקציע איז (פאר די אמעריקענע אידנטום), רוב כלל ישראל וועט טאקע אננעמען די טעאריעס, און זייער אידישקייט וועט זיך אויך טוישן. און א קליינע פראצענט וועט אפילו נישט אריינגיין אין די סארט שמועסן, און וועלן זיך רוקן מער צו רעכטס.

Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
העליאו-צענטריזם איז זיך גאנץ גרינג מתיישב על הדעת. ספעציעל נאכדעים וואס מ'איז שוין געפארן אין ספעיס. משא"כ אבולוציה (פון דארווינ'ס תורות) וועלכע האט א פאר נקודות אמת. נאר ערגעץ האט עס געכאפט א דריי אויף לינקס. און ס'לויפט נגד השכל.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
איז עס טאקע ממש אזוי?מי אני האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:59 pmיא יא. ווי איך האב געזאגט פאר א חבר מיינער, קומט עס מיר פאר ווי די עוואלושאן קאנטראווערסי לגבי רעליגיע והכתוב האלט יעצט (על הכלל כולו) וואו די קאָפּערניקען קאנטראווערסי האט געהאלטן אזא 100 יאר צוריק. און מ׳קען לכאורה עקסטרעפּאלעיטן דאס זעלבע לגבי ביקורת המקרא וועלכע האלט נאך שפעטער אין די סיִקווענס - אין 100 יאר וועט די קאנטראווערסי דערין האלטן וואו די קאנטראווערסי איבער עוואלושאן האלט איצטערט. עס קען זיין אז בהתפתחות המדע וכו׳ ווערן די צייט-דיפערענצן פארקערצערט.
עוואלוציע בין איך מסכים איז די בעסטע הסבר אויף 'פאקטן' וואס מ'קען נישט באמת פארלייקענען (פאסילס וכו'.) אזויווי העליאצענטריזם, און גייט פריער אדער שפעטער ווערן די 'נארם', (הגם איך קען נאך גענוג חברה וואס גלייבן יא אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט...)
ביקורת המקרא פון די אנדערע זייט איז נישט ממש א סייענס, עס איז אן אפטייטש איבער היסטאריע וועלכע ווערט נישט באמת קאנפירמד אדער אפגעפרעגט. חוץ פון דעם וואס עס איז באמת at odds מיט אידישקייט, נעמליך, אויב די תורה איז א שפעטערע צוזאמשטעל - פאלט דאך צאם די גאנצע 'קבלה מסיני' און כמובן חז"ל'ס רוח הקודש/מסורה און אודאי זייערע אבסאלוטע סמכות (- אין די טראדיציאנאלע פארשטאנד), ובכן זע איך עס יא אלס עפעס וואס קען פארבלייבן 'אונטער די קארפעט' בפרט ווייל עס פראסקעט נישט אין פנים מיט קיין פאקטן.
וואו דרייט זיך עס לינקס? און וואו איז עס נגד השכל?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:10 pm
העליאו-צענטריזם איז זיך גאנץ גרינג מתיישב על הדעת. ספעציעל נאכדעים וואס מ'איז שוין געפארן אין ספעיס. משא"כ אבולוציה (פון דארווינ'ס תורות) וועלכע האט א פאר נקודות אמת. נאר ערגעץ האט עס געכאפט א דריי אויף לינקס. און ס'לויפט נגד השכל.
אויב מיינסטו דעם פאקט אז מיר שטאמען פון מאנקיס, דאן איז נישטא די 'ערגעץ' וואו די דריי איז געשען, נעמליך, עס איז נישטא די ערשטע 'מענטש' וואס זיין טאטע איז נאך געווען א 'מאנקי'...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
יא: דער פאקט אליין. און ס'איז דא נאך. נאר דאס אליין אז איין טאג האבן געוויסע מאנקיס (טשימפענזי'ס) זיך אויפגעשטעלט אויף 2 פיס און ארויסגעוואקט פון דזשאנגל. איבער דעם האבן די עוואלושיאניסטס אויך א טעאריע אז די זענען געווען די ערשטע האמא-סעפיענס. און א פאר מיליאן יאר שפעטער האבן זיי געטראפן/אנטדעקט א הייל (קעיוו). וואו צו וואוינען. אויך האבן זיי מיט נאך א פאר מיליאן יאר שפעטער אנטדעקט פייער. אויך האבן זיי אויסגעפונען אז ווען מ'בראט אפ דאס פלייש אין פייער האט עס א סאך א בעסער'ן טעם. א זאך וואס זייערע (געוועזענע) ברידערס און שוועסטערס אין דזשאנגל האבן נישט געוויסט.
אפשר לאמיר צו ווארטן נאך א פאר (הונדערט) מיליאן יאר ביז די איבעריגע מאנקיס וועללן ארויסשפאצירן פון דזשאנגל. און די איינציגע מאנקיס וואס וועללן פארבלייבן וועללן זיין די וועלכע וואוינען אין זאא.
נאר ס'איז מיר א סאך גרינגער און ווייניגער קאמפליצירט צו גלייבן אז ס'דא א באשעפער וועלכער האט באשאפן אדם הראשון און זיין ווייב חוה אויף די ערד (נישט אין דזשאנגל). אן ער האט זיי אריינגעגעבן שכל צו קענען דיסקאווערן אלע ווינדערליכע זאכן פון די וועלט. און זעקס טעג מיינט מען ליטעראל 6 טעג. אזוי ווי ס'שטייט אין חומש...! נאר אין די "קריעישן האט דער אייבישטער אריינגעגעבן א דינאמיק אז די נאטור זאל זיך טוישן. אין פארלויף פון הונדערטער אדער אפילו טויזנטער יארן.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
ל״ד. מיינענדיג, ווי דר. ירמיה ברוין ברענגט ארויס, איז הגם עס זעהט אונז כהיום נישט אויס אזוי, איז אבער היִליִאוֺסענטריזם בימיהם געווען אַן ערענסטע פראבלעם לדת ואמונה. אזא סארט ״אויב די (פשט ה)תורה איז נישט גערעכט מיט דעם, ווער זאגט זי איז גערעכט מיט די אנדערע זאכן זי זאגט?״ עס האט געדויערט צייט און קאנטראווערסי ביז דאס האט געטראפן א השוואה. אט די פראבלעם איז דא כהיום לגבי עוואלושאן מיט די תורה ודת, און נאך מער לגבי ביקורת המקרא והדת. (ואפשר אז לגבי עוואלושאן האלט מען מער צום סוף פון די קאנטראווערסי.)יעקב מעקסוועל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 3:55 pmדי שאלה איז, קענען אונז אקצעפטירן עוואולוציע און ביקורת המקרא און נאך אלץ אנהאלטן אזא סארט אידישקייט? (וואטעווער דעט מיענס).
איך טראכט אז נישט. מען האט געקענט אננעמען די זון דרייט זיך נישט ארום די וועלט, און קיינער רעדט נישט קיין סאך דערפון, און אידישקייט גייט אן. אבער אויב נעמט מען אן די די היינטיגע וויסנשאפטליכע מיינונגען, קען מען נישט ממשיך זיין ווייטער אזוי, כנלענ"ד.
אלזא מיין 100 יאר פרעדיקציע איז (פאר די אמעריקענע אידנטום), רוב כלל ישראל וועט טאקע אננעמען די טעאריעס, און זייער אידישקייט וועט זיך אויך טוישן. און א קליינע פראצענט וועט אפילו נישט אריינגיין אין די סארט שמועסן, און וועלן זיך רוקן מער צו רעכטס.
יעצט, כמובן, אז מ׳באטראכט די פראבלעמען וואס עוואלושאן און ביקורת המקרא שאפן פאר דת, פיל מער ווי די פראבלעם קאָפּערניקוס׳ מאדעל שאפט דערצו, אבער מ׳דארף געדענקן די פּרעזענטיזם וואס איז דא אין אזא צוגאנג. מיינענדיג, אז כהיום וואו די קאנטראווערסי איבער קאָפּערניקוס׳ מאדעל איז שוין (מער-ווייניגער) גענצליך פארביי, קען מען דאס באטראכטן, פון אונזער יעצטיגע קוק-ווינקל, וואו דאס איז מעולם נאר געווען א ״קליינע״ פראבלעם לדת און ״גרינג״ משווה צו זיין. אבער עס איז דא א מקום לומר אז אין זייערע אויגן פון אמאל, איז דאס געווען פונקט אזא גרויסע פראבלעם לדת ווי עוואלושאן און/אדער ביקורת המקרא איז אין אונזערס יעצט. וממילא איז פונקט אזוי ניתן להיאמר אז עס וועט מער-ווייניגער אויך טרעפן אַן ענליכן השוואה ווי קאָפּערניקוס׳ מאדעל. און פונקט ווי אין אונזער תקופה איז עס יעצט די מער ״אויפגעקלערטע״ בעלי מחשבה וואס טרעפן די השוואה (לדוגמא הרב דר. נתן סליפקין ודעימיה, און די פארשידענארטיגע מהלכי החכמים פון דיתורה.קאם ודומיהן), איז עס אויך בעצם דעמאלטס אזוי געווען: צום ערשט איז עס געווען די מער ״אויפגעקלערטע״ דתיים, ווי היש״ר מקנדיא וכדומה, וועלכע זענען צוצוקומען צו א השוואה דערין מיט דת, און ערשט דערנאך איז עס שוין געווארן (מער-ווייניגער) נחלת הכלל. וניתן להיאמר אז ענליך וועט זיין לגבי עוואלושאן, ואפילו ביקורת המקרא.
אבער, כמובן, ברויך מען געדענקען מאמר החכם: ״עס איז שווער צו פאראויסזאגן, בפרט איבער דעם עתיד״…
איה״נ. עוואלושאן איז סיי מער ניתן להוכחות חושיות, לעומת ביקורת המקרא וועלכע איז בהדיא נישט דעמאנסטרעטיוו אויף דעם לעוועל. ווי אויך זענען היִליִאוֺסענטריזם און עוואלושאן צום מערסטענסט סותר פרטי התורה, לעומת ביקורת המקרא צום גאנצן.אלפא האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 4:30 pmאיז עס טאקע ממש אזוי?
עוואלוציע בין איך מסכים איז די בעסטע הסבר אויף 'פאקטן' וואס מ'קען נישט באמת פארלייקענען (פאסילס וכו'.) אזויווי העליאצענטריזם, און גייט פריער אדער שפעטער ווערן די 'נארם', (הגם איך קען נאך גענוג חברה וואס גלייבן יא אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט...)
ביקורת המקרא פון די אנדערע זייט איז נישט ממש א סייענס, עס איז אן אפטייטש איבער היסטאריע וועלכע ווערט נישט באמת קאנפירמד אדער אפגעפרעגט. חוץ פון דעם וואס עס איז באמת at odds מיט אידישקייט, נעמליך, אויב די תורה איז א שפעטערע צוזאמשטעל - פאלט דאך צאם די גאנצע 'קבלה מסיני' און כמובן חז"ל'ס רוח הקודש/מסורה און אודאי זייערע אבסאלוטע סמכות (- אין די טראדיציאנאלע פארשטאנד), ובכן זע איך עס יא אלס עפעס וואס קען פארבלייבן 'אונטער די קארפעט' בפרט ווייל עס פראסקעט נישט אין פנים מיט קיין פאקטן.
אבער מיט דעם אלעם איז ביקורת סיי א פראבלעם פאר דתיים וועלכע עס איז זיי למעשה מער מסתבר, אויף א דייעלעקטיק אופן, די מהלך פון די מבקרים - פונקט אזוי ווי עוואלושאן פאר אַן אלגעמיינעם דתי; עס איז דא א סיבה וואס מ׳ווייסט אז דאס איז א ״פראבלעם״ מיט וועלכע מ׳דארף זיך ״ספּראַווען״. ווי אויך זענען למעשה דא מהלכים (טאקע נאר ביי די מער ״אויפגעקלערטע/לינקע״ דתיים וכנ״ל) צו משווה זיין הדת אפילו עם ביקורת המקרא. וא״כ קען מען עס לכאורה יא צאמשטעלן, אין דעם קאנטעקסט, בחדא מחתא.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
מי אני: נאר העליאוצענטריזם ווערט שוין דעבאטירט אין די גמ' (כ'מיין מס' פסחים) וואו די גמ' ברענגט די מיינונג פון די חכמי ישראל ווס. די מיינונג פון די חכמי אומה"ע. נאר נישט פון פערספעקטיוו פון אמונה. דאס איז בכלל נישט אריינגעקומען אין די ויכוח. נאר אלס ריין סייענטיפישער פאקט.
איי אין די פסוקי התנ"ך (קוהלת און אנדערע) שטייט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט. דאס איז נישט מוכרח. ווייל ס'איז א "פרייע" איבערזעצונג/טייטש. ווס. א ליטעראלע...!
איי אין די פסוקי התנ"ך (קוהלת און אנדערע) שטייט אז די זון דרייט זיך ארום די וועלט. דאס איז נישט מוכרח. ווייל ס'איז א "פרייע" איבערזעצונג/טייטש. ווס. א ליטעראלע...!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דאס איז א טעות. די מחלוקת בפסחים צד: איז אז חז"ל האבן געהאלטן פונעם בבל'ישע מאדעל, וואו די וועלט איז פלאך און די רקיע איז א כיפה/דוׂים דערויף, בשעת די חכמי האומות האבן געהאלטן פון תלמי'ס שפעטערע דזשיִאוׂסענטריק מאדעל. ועיין בדברי הרב דר. נתן סליפקין בזה.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:13 pm העליאוצענטריזם ווערט שוין דעבאטירט אין די גמ' (כ'מיין מס' פסחים) וואו די גמ' ברענגט די מיינונג פון די חכמי ישראל ווס. די מיינונג פון די חכמי אומה"ע.
וידועים דברי השיטמ"ק בכתובות יג: והובא שם בפסחים בגליון הש"ס, ודברי השבות יעקב (ח"ג סימן כ).
*
אגב, אין זיין ספר אילם, וואו ער נעמט זיך אָן פאר שיטת קאָפּערניקוס, שרייבט דער יש"ר מקנדיה:
וכנ"ל, קען מען זיך בעצם אלס אַן עצה געבן אז עס זאל נישט זיין "שיעקור האמונה לגמרי", עכ"פ אין טערמינען פון "דת". (ועיין באשכול זו.)ואולם כפי מה ששמעתי מרבי [גאלילעאָ] כך אדבדה נגד מלכים ולא אבוש, שהחכמה המחקרית בפני עצמה והאמונה בפני עצמה, שאנחנו בהיותינו עם המתפלספים צריכים להביא ראיות לדברינו ולא שנאמר "כך קבלנו מאבותינו או כך כתוב בתורתינו", ומצורף שאפילו שההקש השכלי יורה איזה דבר נגד האמונה לא ינגד לה בהחלט עד שיעקור האמונה לגמרי
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
פונקט לעצטע וואך האט מיך איינער געפרעגט איבער מיין מיינונג אויף ביקורת המקרא, ביז יעצט בין איך נישט זיכער וואסערע ענטפער ער האט געוואלט הערן... (איך ווייס אז ער מוטשעט זיך אביסל מיט א טאכטער וואס ווערט לעצטנס פארפרומט, בין איך נישט זיכער צו ס'האט א שייכות) אלנספאלס האב איך איהם געזאגט אז איך קען נאר אביסל ארום און ארום, ווייטער פון דעם בין איך סומך דעתי אויף די PhD חברה וכו' וואס זענען עוסק דערין, בעסער פון מיר און דיר ווייסן זיי זיכער.
דערנאך האט ער געוואלט וואוסן צו איך האלט נישט אז די ביקורת המקרא ענין איז א סתירה מיט אידישקייט, האב איך איהם געענטפערט אז אפשר פאר די קראים איז ביקורת המקרא א קשיא, אבער פאר אונזער רעליגיע פון יהדות הרבנית איז עס נישט נאר קיין קשיא נאר ס'איז גאר מחזק
דערנאך האט ער געוואלט וואוסן צו איך האלט נישט אז די ביקורת המקרא ענין איז א סתירה מיט אידישקייט, האב איך איהם געענטפערט אז אפשר פאר די קראים איז ביקורת המקרא א קשיא, אבער פאר אונזער רעליגיע פון יהדות הרבנית איז עס נישט נאר קיין קשיא נאר ס'איז גאר מחזק
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- דיכטער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 288
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
- האט שוין געלייקט: 730 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑ העליאו-צענטריזם איז זיך גאנץ גרינג מתיישב על הדעת. ספעציעל נאכדעים וואס מ'איז שוין געפארן אין ספעיס. משא"כ אבולוציה (פון דארווינ'ס תורות) וועלכע האט א פאר נקודות אמת. נאר ערגעץ האט עס געכאפט א דריי אויף לינקס. און ס'לויפט נגד השכל.
עס איז ווערד ארויסצוברענגען אז די סיבה פארוואס וויסנשאפטלער האבן אנגענומען דעם העליאצענטערישן מאדעל, איז איבערהויפט נישט ווייל מען איז שוין ארויסגעפלויגן אין ספעיס. עס איז נאכנישט דא א ווידיאוי פון גענוג ווייט אין ספעיס וואס ווייזט קלאר ווי דער וועלט דרייט זיך ארום דעם זון און מען קען אלעמאל זאגן אז דער זון דרייט זיך און אמת׳ן ארום דעם וועלט פון אונזערע פרעספעקטיוו, נאר די ריכטיגע סיבה פארוואס עס איז אנגענומען געווארן אן קיין צווייפל, איז, ווייל בלויז דער מאדעל שטומט מיט די געזעצן פון פלאניטארי ארביט און די געזעצן פון גראוויטאציע, אזוי אויך מיט די געזעצן פון רעלאטיוויטעט וועלכע האבן נאכגעפאלגט, אנדערש איז נישט מעגליך צו ערקלערן וויאזוי די פלאנעטן דרייען זיך.
אויפן זעלבע וועג קען מען גיין אנבאלאנגט עוואלוציע, וואס איז אמת׳דיג פארגעגאנגען וועט קיינער נישט וויסן, אבער עוואלוציע איז דער איינציגסטע וועג וואס געבט צו ערקלערן וויאזוי זאכן זענען צושטאנד געקומען (אן דעם וואס מען זאל דארפן ארייננעמען אינעם חשבון, אפ-נאטירליכע ערשיינונגען).
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
לאמיר פארשטיין, אפילו אז דו גייסט מיט תורת עוואלוציע געבט דיר עס נאכנישט קיין וועג צו פארשטיין די ראשית הבריאה, דהיינו ער געבט דיר נאר צו פארשטיין נאכדעם וואס עפעס איז שוין דא ווי אזוי פון דעם איז געווארן עפעס אנדערש, אבער דו האסט נאך אלס נישט קיין שום וועג צו פארשטיין ווי אזוי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן.דיכטער האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 09, 2024 5:15 pmberlbalaguleh האט געשריבן: ↑ העליאו-צענטריזם איז זיך גאנץ גרינג מתיישב על הדעת. ספעציעל נאכדעים וואס מ'איז שוין געפארן אין ספעיס. משא"כ אבולוציה (פון דארווינ'ס תורות) וועלכע האט א פאר נקודות אמת. נאר ערגעץ האט עס געכאפט א דריי אויף לינקס. און ס'לויפט נגד השכל.
עס איז ווערד ארויסצוברענגען אז די סיבה פארוואס וויסנשאפטלער האבן אנגענומען דעם העליאצענטערישן מאדעל, איז איבערהויפט נישט ווייל מען איז שוין ארויסגעפלויגן אין ספעיס. עס איז נאכנישט דא א ווידיאוי פון גענוג ווייט אין ספעיס וואס ווייזט קלאר ווי דער וועלט דרייט זיך ארום דעם זון און מען קען אלעמאל זאגן אז דער זון דרייט זיך און אמת׳ן ארום דעם וועלט פון אונזערע פרעספעקטיוו, נאר די ריכטיגע סיבה פארוואס עס איז אנגענומען געווארן אן קיין צווייפל, איז, ווייל בלויז דער מאדעל שטומט מיט די געזעצן פון פלאניטארי ארביט און די געזעצן פון גראוויטאציע, אזוי אויך מיט די געזעצן פון רעלאטיוויטעט וועלכע האבן נאכגעפאלגט, אנדערש איז נישט מעגליך צו ערקלערן וויאזוי די פלאנעטן דרייען זיך.
אויפן זעלבע וועג קען מען גיין אנבאלאנגט עוואלוציע, וואס איז אמת׳דיג פארגעגאנגען וועט קיינער נישט וויסן, אבער עוואלוציע איז דער איינציגסטע וועג וואס געבט צו ערקלערן וויאזוי זאכן זענען צושטאנד געקומען (אן דעם וואס מען זאל דארפן ארייננעמען אינעם חשבון, אפ-נאטירליכע ערשיינונגען).
איז סך הכל יעצט די שאלה ווי די לייגסט די ראשית הבריאה וואס האט ממילא נישט קיין הסבר, לויט די תורה איז עס 5784 יאר צוריק ווען די אייבערשטער האט אלעס באשאפן אין 6 טעג, יעצט פון דא און ווייטער קענסטו נאך אלס זאגן 'עוואלוציע' דהיינו אז די וועלט טוישט זיך כסדר, אבער וואס פעהלט אויס צו זאגן אז די וועלט שטייט שוין מיליאנע יארן ווייל אזוי לאנג האט גענומען אז דו וועלט זאל אנקומען צו איר יעצטיגע מצב, ווען דו וועסט ממילא נישט האבן קיין הסבר אויף די בריאה פון מיליאנע יארן צוריק??
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
- האט שוין געלייקט: 127 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
ווי זעהט מען אין די תורה בכלל עפעס קעגן די "העליאצענטרוס מאדעל", סך הכל קענסטו זאגן אפאר פסוקים וואס דרוקען זיך אזוי אויס, ווי "ממזרח שמש עד מבואו" וכדו' וואס מיינט פארשטייט זיך גארנישט נאר רעדט לויט די בליק פון דער מענטש, משא"כ "עוואלוציע" יא איך פארשטיי מען קען אלעס פארענטפערן ווי דער רמב"ם שרייבט בענין חומר קדמון, אבער ס'איז קלאר אז דו פשטות הפסוקים דערציילן גאר אן אנדערע מעשה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: וואס ווייסען דען די סייענטיסטן?
די ציהל פון עוואלוציע איז בכלל נישט מסביר צו זיין פון ווי "אלעס" קומט, דארווין'ס טעאריע פון עוואלוציע באנעמט זיך בלויז מיט די מקור פון אלע סארטן ברואים וואס געפונען זיך אויף דעם כדור העולם. און די ציהל דערפון איז נישט פטור צו ווערן פון גאט (כאטש קען זיין עס טוט עס אביסל) נאר איז פשוט געבויעט פון אבזערווירן די פאקטןמתתיהו האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 09, 2024 9:21 pm לאמיר פארשטיין, אפילו אז דו גייסט מיט תורת עוואלוציע געבט דיר עס נאכנישט קיין וועג צו פארשטיין די ראשית הבריאה, דהיינו ער געבט דיר נאר צו פארשטיין נאכדעם וואס עפעס איז שוין דא ווי אזוי פון דעם איז געווארן עפעס אנדערש, אבער דו האסט נאך אלס נישט קיין שום וועג צו פארשטיין ווי אזוי דאס אלעס האט זיך אנגעהויבן.
איז סך הכל יעצט די שאלה ווי די לייגסט די ראשית הבריאה וואס האט ממילא נישט קיין הסבר, לויט די תורה איז עס 5784 יאר צוריק ווען די אייבערשטער האט אלעס באשאפן אין 6 טעג, יעצט פון דא און ווייטער קענסטו נאך אלס זאגן 'עוואלוציע' דהיינו אז די וועלט טוישט זיך כסדר, אבער וואס פעהלט אויס צו זאגן אז די וועלט שטייט שוין מיליאנע יארן ווייל אזוי לאנג האט גענומען אז דו וועלט זאל אנקומען צו איר יעצטיגע מצב, ווען דו וועסט ממילא נישט האבן קיין הסבר אויף די בריאה פון מיליאנע יארן צוריק??
אגב, אין די תורה שטייט נישט אז די וועלט איז באשאפן געווארן 5784 יאר צוריק, די ערשטע מקור איז סדר עולם