טריגער ווארענונג: לינקע וועלן צעפלאצט ווערן.
דא ריווילן אונז צום ערשטן מאל אין פיר טויזנט יאר - פ י ר ט ו י ז נ ט י א ר - דער אמת'דיגער מעשה העגל. נישט ווי דער רבי האט עס געלערנט אין חדר נאר דער ריינער אמת. אונז וועלן דיך ווייזן קלאַסיפייד מאטעריאל וויאזוי דער גאָווערמענט פאפט דיך אויס איבער'ן עגל. וויאזוי זיי מאַניפּולעיטן אונזער ברעינס און אונזער גאנצער באַדיז פאר זייערע אגענדעס. קוק נאר מיט אפענע אויגן און לייג צו אביסל קאפ וועסטו שוין אליין זען. גלייב נישט אלעס וואס דו ליינסט פון דער מעינסטרים אפילו ווען ס'קומט מיט טראפן און שנים מקרא ואחד תרגום. קיואַנאָן פארשטייט נאך אזוי גוט ווי א קדמא ואזלא. פאלג "רוסלאנד היינט": קוועסטשן מער. פרעג מער קשיות.
דו מוזט ערשט אַבזאָרבן איין גרויסער פוינט. ווען דו ליינסט, קוק נישט אין רש"י און אין אבן עזרא. קוק צווישן די שורות און פרעג, וואס ליגט אונטער דער היי? און די ערשטע שאלה איבער'ן עגל איז צו פרעגן ווער איז דא געשטאנען צו בענעפיטן. פסל לך, מכאן שנתעשר משה מפסולת של לוחות. זעסטו שוין דער קאָראָפּשן פון די עליטס? זיי גנב'נען דיינע טעקסעס און מאכן זיך רייך. זיי קאמפּעינען און זאגן מ'וועט נאר צאלן א מחצית השקל און גלייך נאך דער עלעקשן איז, פרקו נזמי הזהב, זיי כאפן אלעס צו אפילו דער קריפּטאָו. און די משוגענע וואָוקס דרש'נען פאר פרויען און די.אי.איי רעכטן אבער לויפן באלד כאפן דזשולערי פון די נקבות.
גענוג מיט די קשיות און לאמיר טיפער אריינקוקן וואס די מפרשים האבן באהאלטן. פרעג איין פשוט'ע קשיא. פארוואס האט אהרן הכהן געדארפט באשאפן א קאלב ווער ער איז געווען ארומגענומען מיט אקסן? ס'מאכט בכלל נישט קיין סענס. זיי קוקן ארויף צום הימל און אנשטאט צו זען די עיליענס וואס דער סי.איי.עי האט געשיקט פאר סערוועילענס, האבן זיי זיך געלאזט נארן פון א דיפּ פעיק אז מלאכים מאכן א לוייה פאר משה רבינו. נעשה ונשמע האבן זיי געזאגט אנע צו פרעגן איבער דער נייע לעדזשיסלעישן און רעגולעישנס. וויאזוי האבן זיי געמיינט זענען אלע בלינדע זעעדיג געווארן ביי קבלת התורה? פון דער וויד און די סייקעדעליקס וואס מ'האט זיי אנגשטאפט און מ'מאכט דערפון א זכר יעדער שבועות. סאָו ברום ווייטער ביי אקדמות און קוק חלילה נישט ארויס פונעם טלית.
פרעגסטו, דער קאלב איז דאך אבער ממש ווי דער פינפטער דשזעט וואס ס'שטייט אין אני מאמין. זיי דו אבער נישט קיין קאלב. פרעג, וואו איז דער עווידענס? אה, משה רבינו האט עס פארברענט און צעמאלט און צעשפּרייט איבערן וואסער. בקיצור, ער האט דיסטרויד דער עווידענס און ער האט געמיינט מ'וועט אים נישט כאפן, אזויווי האָנטער'ס לעפּטאָפּ. נאר וועקסינס האט ער געמאכט דערפון און געגעבן יעדן צו טרונקן. עברו משער לשער, געב עס פאר ביל געיט$ ער זאל קענען אריינשטיפן זיינע מייקראוטשיפס. און שפעטר קרן עור פניו פון דער אלע רעידיעישן פון ביג פאַרמע.
טענה'סטו, און ביז איצט האט קיינער נישט געוואוסט? די תשובה איז אבער פשוט. פארוואס מיינסטו אז מ'אסר'ט דער אינטערנעט? ווייל דער רמב"ן און דער כלי יקר האבן נישט געוואלט אז דו זאלסט דאס וויסן. יא דער שיינער כלי יקר איז גארנישט אזוי אינאָסנט ווי ער מאכט זיך און ער וויל דיך אויך אונטערברענגען. אבער אויף 4-טשען קען מען זעען אלע סתרי תורה. וואָס מיינט, ויצר אותם בחרט, וואָס דער רבי אין חדר האָט קיינמאָל נישט געוואסט דער טייטש? האָנטער ביידן. דו לאַכסט? האָסט שוין געלערנט אַלע מפרשים? ברענג מיך אַ ראיה אַז קיינער האָט נישט אזא פשט.
משה איז א קלעסיק עליט. פול מיט נעגעטיוויטי. ער גייט זיך עיוואָל און ער קומט צוריק מיט א מעסעדזש, לך רד כי שחת עמך. ער זעט אידן טאנצן און פירן א קומזיץ און אנשטאט צו זען דער פּאַזיטיוו און דער אינספּירעישן פון אזא ספיריטשועליטי, איז קול ענות אנכי שומע. וואס איז מיט אהבת ישראל? אני ליטוואק, אני חסיד, אני פרה, אני עגל. פארדעם זאגט דער בעל הטורים אז לך רד איז נוטריקון, לעטס גאָו ברענדן.
ווייל מיין אָפּיניען איז אז משה איז ממש דער דיפּ סטעיט און דערפאר ופני לא יראו, ער זאל דיך קענען קאָנטראָלן. איין מינוט מאכט ער א פיליבאָסטער מיט א שני אין אלף השישי אריין און נאכדעם ווען אנדערע ווילן רעדן מאכט ער נאָו פּלאַטפאָרמינג מיט מחני נא מספרך. ווייסט וועלכער ספר? עפּשטיינ'ס שווארצער בוך. בלעק בוקס מעטער, וואס?
און וואס איז מיט פירסט אַמענדמענט רייטס? נאר אזוי זענען אלע ליבערעלס מיט קענסל קאָלטשער. זיי ווילן פון דיר נאר צונעמען דיינע גאָנז. משה'ס גאָווערנמענט לאזט נישט קיין שווערד אויף דער מזבח און ער איגנאָרד סעקנד אמענדמענט רייטס אבער ער מעג מאכן וואָוטס פון מי לה' אלי. ממש געגנב'ט דער עלעקשן אין א ביג סטיל. ער פארפירט צו דיפאָנדען דער פּאָליס אבער ער זאגט ער פאר דער עף.בי.איי בני לוי גייטס הרג'ענען די סיטיזנס, ווייל זיי קענען זיך נישט דעפענדן.
אבער דער גרעסטער דזשאָוק איז סליפּי מאָו. נאך שלאפן פערציג טעג און פערציג נעכט האט ער געטריפּט און צעבראכן די לוחות. ס'איז געגאנגען משוגע וויירעל לעיני כל ישראל. איך לייג נישט קיין דעקל אויף אים. דער לינקער עסטאַבלישמענט נעמט איינעם איבער אכציג וואס קען זיך נישט רירן אן עפּעס צו צעברעכן. אבער נאכדעם ויחל משה, ער וויל רעזיינען. זיי א פּראַוד דזשו און פארענטפער דיך נישט אגאנצער טאג. וואס וואלט פּוטין געטון? געוויינט אדער געבאמבעט אלע זעקס הונדערט טויזנט? טאקער קארלסן וואלט אריינגעגאנגען אין א מדבר סופּערמאַרקעט און געוויזן אלע דעלישעס ליינס פון מָן פּראָדאָקטס אז דער עולם זאל זען דער קאָנספּירעסי.
ואעשה אותך לגוי גדול איז ממש דער גרעיט רעפּלעיסמענט טיאָרי. ער האט אריינגעלאזט די ערב רב אימיגרענסט וואס מאכן דער מערסטער קריים און כאפן אלע בענעפיטס אבער געבלעימד כלל ישראל. ווען פּרעזידענט טראָמפּ יר"ה וואלט געהאט דער אָפּערטשיוניטי וואלט ער געברענגט אויוואַנקאַ און דאַנעלד דזשוני'יאָר און דזשערעד און מעלאַניע, נישט געוויינט ווי א טיפש, הראני נא את כבודך. כבוד איז דא נאר פאר איינער.
עולם, אונז דארפן זיין גרייט. נתנה ראש ונשובה מצרימה אזוי ווי די אבות הקדושים, די פאָונדינג פאַדערס. פרעה איז געווען אזוי אנטי אבארשן אז ער האט געווארט ביז די קינדער ווערן געבוירן און ערשט נאכדעם זיי גע'הרג'ט. ער האט טאקע פאַרלוירן ביי אַלע מכות אָבער ער האט נאכאלץ געזאגט, מאַגאַ ה' אשר אשמע בקולו?
און וואו איז דער אינוועסטיגעישן וואס האט פּאַסירט מיט דער גאלד פונעם עגל?
נאר דער גאָווערמענט וויל אז דו זאלסט פאסטן, און ליינען ויחל, און זאגן עננו, און צאלן מחצית השקל, און געבן תרומה לה'. אבי דו זאלסט בלייבן א קאלב.
עקסקלוסיוו: עגל. די קאנספירעסי - זיי נישט קיין קאלב
- קטלא קניא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 127
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 70 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל
עקסקלוסיוו: עגל. די קאנספירעסי - זיי נישט קיין קאלב
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קטלא קניא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: עקסקלוסיוו: עגל. די קאנספירעסי טיארי - זיי נישט קיין קאלב
קטלא קניא: ס'איז א הערליכע קאמפאזיציע. נאר דו ווייזסט זיך ארויס צו זיין א גרעסערער אפיקורס ווי בן גוריון. ער האט סתם גערעדט שטותים . נאר דו זאגסט עפעס ערנסט. דו ביסט פול מיט קאנספיראציע טעאריעס. אויך ביסטו א פארצייטישער (אפיקורס). פון אילן מאסק האסטו געהערט? ער האט אריינגעפלאנצט א טשיפ אין די מענטשליכע מוחות. נישט ביל געיטס.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דר. ריטשערד עליאט פריעדמאן טענה׳ט טאקע אז די מעשה העגל איז געשריבן געווארן דורך די E חדר וועלכע זענען געווען כהנים, אלס א פּאלעמיק נגד ירבעם כשעשה העגלים בדן ובבית אל, און דאדורך זענען זיי באזייטיגט געווארן פון זייער פריערדיגע אויפגאבעס. ליגט יא אין דעם לפי״ז עפעס טיפערס און א ״קאנספּירעסי״…
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: עקסקלוסיוו: עגל. די קאנספירעסי - זיי נישט קיין קאלב
זייער שיין, יישר כח!
פאר די אויספיר פון די מעשה קען מען זען רבי שלמה פרויד'ס בוך "איבער משה און מאנאטעיזם".
פאר די אויספיר פון די מעשה קען מען זען רבי שלמה פרויד'ס בוך "איבער משה און מאנאטעיזם".
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.