אסטראלאג האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 9:58 am
כ'האב נישט געזעהן פאר וויכטיג זיך צו באציען צו דער וויסטער אנטיסעמיט הנקרא
@נאך א מיינונג
קלאהרשטעלונג:
דאס טראגן פלאקאטן אויף די קלייד, איז
מותר לכתחילה אן דעם וואס ס'זאל זיין דאס מינדעסטע חשש חילול שבת.
הגרי"ד הארפענעס און הגר"ג בערקאוויטש האבן זיי אזוי גע'פסק'נט.
די אלע וואס האבן באשמיצט די ערליכע אידן מיט חילול שבת זענען ציוניסטישע אנטיסעמיטישע געצנדינער.
א גרויסן ייש"כ פאר דיין ווארעמע ווערטער.
עס איז נישט קיין גרויסע סוגיא, און די איסור איז גאנץ פשוט אין שלחן ערוך. אן א מקור, גלויב איך שווער אז די פוסקים האבן מתיר געווען די איסור. און פאר דער וואס האט געשריבן אז עס איז נאר מדרבנן - די ווערטער זענן טאקע גובל אויף כפירה. קיין עמטליכע חילוק צווישן א דאורייתא און א דרבנן איז נישט דא לגבי צו מ'דארף זיי האלטן צו נישט.
לגבי מיין ציונות. איך קוק אן ציונות ווי איינער פון די מאדנע גלויבונגען וואס געוויסע אידן האבן. פונקט ווי באבוב, סקווירא, ליובאוויטש, און ר' יואל ראטה. זיי ווילן גלויבן אז זייער רבי איז משיח, אז אין אומאן שלעפט מען דיר ארויס ביי די פיאות, אז די אפער"א האט געגנב'ט די י-ה רבון ניגון, אז ציילן לעפלאך זופ איז אידישקייט? גערן. וואס שטערט עס מיר? פונקט אזוי קענן זיי גלויבן אז בויען א מדינה איז אן ענין אדער נישט. נישט קיין אידישע גלויבונג, אבער נישט קיין אפיקורסות. פלעינע גלויבונגען וואס מענטשן נעמען אן באקוועם צו מאכן די לעבן.
די שלעכטס פון נטורי קרתא איז אבער קלאר פאר יעדער מיט די מינדעסטע אידישע הרגש. עס איז דיר געשמאק צו גלויבן אז ציונות איז כפירה? פיין! קענסט עס נאך מפרסם זיין אז דו ווילסט. אבער רבונו של עולם, ווי האט מען געהערט פון אזא זאך ווי מיטשטיין מיט גוים אין זייער מלחמה מיט אידן?! אלע דורות האט מען געוואוסט אז אפילו א פרייע איד, ווען ער שמד'ט זיך, איז ער אריבער א נייעם גרעניץ. ביסט געגאנגען צום שונא. און דא שטייען אידן מיט די שונאי ישראל, און פארקויפן זייער לאקשן! דאס איז א פשע בל יכופר! און דאס אז די אקטיוויטעטן שטערן אזויפיל אידן גייט זיי נישט אן בכלל. כאילו דאס איז נישט קיין פאקטאר אין זייער לעבן. אומערצויגענע וואלד חיות, וואס האבן קיינמאל נישט געלערנט וויאזוי צו לעבן מיט אנדערע.
און פון א קנאי'שע פערספעקטיוו, די גוי'ישע ווערטער וואס פליסן פון די מויל פון די רעדנערס, ווי מר. ווייס און בעק, איז ממש גרויליג. זיי רעדן פונקט ווי גוים. נישט וועגן אידנ'ס פלאץ אין די וועלט, נישט וועגן תורה, נישט וועגן משיח און גלות, נאר פראסט און פשוט אז זיי ווייטאגן פאר די גוים און ווילן די גוים'ס הצלחה. פשוט'ע גוי'ישקייט מיט אלע פירושים. פאסט פאר מענטשן וואס ליינען גוי'ישע צייטונגען א גאנצע טאג און קוקן מאוויס. באלד וועלן זיי נאך מארשירן פאר די LGBTQ און זייער רעכטן.