זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

דאן פאר נאך מער פאמעליך ווי אלע קארס, און צייל וויפיל קארס הייבן אן פייפן צוליב דיר.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך וויל דאך נישט זיין סתם א פי הטבעת...
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

אויב אזוי, גיי צוריק צו די לאזונגען.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:חדשים לבקרים ערשיינען נייע איבערגעדרוקטע ספרים, אין א הערליכן פארמאט, מיט די אלע באקאנטע מעלות, ווי פענוח ר"ת, אפטיילן לאנגע שטיקלעך, מראי מקומות, א.א.וו.
באמת א שיינע ארבייט, און איז באגריסענס-ווערד, עס פילט אן אונזערע ספרים שענק מיט שיינע הערליכע ספרים.

ברם דא עקא,
די פענוח ראשי תיבות האט זיך דערקייקלט צו שטארק, אז מען עפנט אפילו אזעלכע ווערטער וואס יעדער בר בי רב קען פארשטיין.
ווי למשל אע"פ, ע"י, און נאך אזעלכע.
עס מאכט מיר געפערליך נערוועז. ס'איז מיר פשוט גרינגער צו ליינען ע"י ווי על ידי, בפרט ווען על איז די לעצטע ווארט אין איין שורה, און ידי איז שוין די קומענדיגע שורה.


איך האב מיר די פארגאנגענע ימים נוראים איינגעקויפט די נייע מחזורים "חת"ם סופר". א שיינע ארבייט, מיט אסאך שיינע שטיקלעך.
עס האט גראדע אסאך טעותי הדפוס, וואס עס וועט מסתמא פארראכטן ווערן אין די מהדורות הבאות.
אבער וואס האט מיר צודרייט געמאכט איז געווען טאקע די ראשי תיבות געעפענעכץ. הקדוש ברוך הוא! וואסי, קענסט נישט שרייבן הקב"ה?
און נישט איינמאל, און נישט צוויי מאל, נאר צענדליגער מאל, אלע ראשי תיבות...

לאמיר עפעס מסביר זיין פאר די אלע דרוקערס. אויב קען איינער נישט מפענח זיין הקב"ה, דער וועט ממילא נישט פארשטיין א שטיקל חתם סופר!!! צו וואס טוסטו דאס?

הערט מיר אויס, דרוקערס. סטאפט מיט די קליינקעפיגקייט. עס וועט קיינעם נישט מאכן מער פרייליך,
און איר וועט האבן א זייטיגע הנאה, אז איר וועט זיך קענען שפארן טינט און בערך 5-10 דפים פון יעדן דרוק...

ס'איז אמאל דא א פארקערטע לאגיק. "כדי לא להשאיר את הנייר חלק". ווען איינער דרוקט א ספר מיט ווייניג תוכן. זוכט ער צו מאכן ברייטע גליונות און אן ראשי תיבות. ווייל קיינער איז נישט גרייט צו צאלן פאר $45 קונטרס'ל פון 15 פעידזשעס.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס האט געשריבן:איך בין ביטער דורשטעריג, מיינע לונגעלעך שמאכטן נאך אביסל פייכטקייט, קום איך אריין אין קאך, איך וויל נעמען א קאלטן טרונק פון פרידזש, טרעף איך עס צו מיין אנטריסטונג אויף די קאונטער וואו דאס באטל בראט זיך שוין אויף די זון די לעצטע פאר שעה.. שאקס.
פארוואס דארף מען עס אייביג לאזן אינדרויסן? און די זעלבע איז מיין קשיא אויף די מילך וואס איך טרעף יעדן צופרי ליגן א אפגעווארעמטער נעבן קראן, עטס זענטס אויף'ן קאפ געפאלן? ווארעמע מילך? וואס מיינסטו, וואו זעמער דא? אינעם מיטל אלטער, ווען מען האט געטרונקען ווארעמע זויער-מילך גלייך פון דד הפרה?
איך דארף דיר נישט זאגן אויף וועמען עס ווילט זיך אויסגיסן א פנחס'דיגע גרימצארן.

ס'איז דיר אמאל ביי געפאלן אליינס אריין צו לייגן דעם דרינק אדער די מילך ווען ס'קומט אן פון גראסערי?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

א זאך וואס רעגט מיר אויף:

געוויסע ניקס ענטפערן אויף אלטע אשכולות, ארויסגעגראבן פון קעלער, אבי געזונט.
צו וואס אויפוועקן ווען עס שלאפט שוין טיף...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

שליחה דורך אברעמעל »

שמעקעדיג האט געשריבן:א זאך וואס רעגט מיר אויף:

געוויסע ניקס ענטפערן אויף אלטע אשכולות, ארויסגעגראבן פון קעלער, אבי געזונט.
צו וואס אויפוועקן ווען עס שלאפט שוין טיף...

סעים היער viewtopic.php?p=51959#p51959
קליגער איד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2012 12:55 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך קליגער איד »

מיר רעגט אויף ווען עס גייט צו א שטייטע בעל תפלה אין מיין מנין.
אויב האט קיינער נישט קיין טענות אויף דיר, דאן געפינסטו זיך אין א בית הקברות!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מיר רעגט אויף ווען מענטשען "האלטן" פארקינג ספאטס פאר זייער ברודער\שוואגער\חבר, טאמער האסטו נישט קיין פיר רעדער מיט א לייסענס פלעיט, טראג אפ פון דאנעט!
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

איך האב געטוידזש נומבער פון מיין קרעדיט קארד,
איך האב באקומען א נייע קארטל אין ווייניגער ווי 24 שעה,

און מיין אלטע קארט נומער ארבעט נאך?

א חוצפה, און ווען איך קאל די באנק פרעגן זאגן זיי אז זייער סיסטעם איז דאון,
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

דאס איז סיי א זאך וואס באדערט מיר און דארף אפשר גאר א באשרייבונג אליינס:

דו ווילסט אזוי אריינפארקירן אין א ליידיגע פארקינג ספאט און פלוצלינג פיייייייייייייפ (חירוק פ') פאאאאאאאאאאאאאפ (קמץ פ') קוקסט אין שפיגעל און די זעהסט א איד מיט אי-עם-טי פלעיטס, א חברים טעג אויפן שפיגעל, א חסד של אמת פלעג אויפן ווינד-שילד, און א חברים סטיקער אויפן פענסטער, דער איד קען זיין יאגט זיך, אבער קוקט נישט אויס צו א הצלה קאל, אבער ער קען מיר נישט געבן די מינוט איך זאל קענען פארקן!
האלא, דו טוהסט אזויפיל חסד, האלט אויס איין מינוט און טוה נאך א חסד און לאז מיך רואיג! הער אויף צו פייפן אויף טויזענט
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

און וואס איז מיט א הצלה מעמבער וואס האט אויפגענומען צוויי ספאטס ביים פארקען, בעט איך עם שיינערהייט ער זאל זיך אביסל רוקן אז נאך א קאר זאל אריינפיטן, זאגט ער אז אויב ער באקומט א קאלל דארף ער קענען שנעל אוועק "רייסען" און ער מוז האבן א ברייטע ספאט... האסטו געהערט!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

געפילטע דאס פאסט נישט פאר דיר, אויב וואלט ער ח"ו געדארפט "רייסען" צו גיין ראטעווען דיין טאכטער וואס שטיקט זיך וואלסטו אויך אזוי געפילט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אפשר וואלט איך דעמאלס "געפילט" אנדערש, אבער דאס טוישט נישט די מציאות, ער קען אוועק רייסען פון דארט פונקט אזוי שנעל, און ס'געווען דארט ברייט פלאץ פאר צוויי קארס.
(גראדע קען איך יענעם און ער איז פון די הצלה מעמבערס וואס זענען געווארן מעמבערס נאר צו זיין "רייסערס" מיט א וואקי טאקי און א לעלא טשערי לייט, ב"ה רוב מעמבערס זענען נישט אזוי, ווען יא וואלטן מיר אלע אנטרינען)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטל האט געשריבן:דאס איז סיי א זאך וואס באדערט מיר און דארף אפשר גאר א באשרייבונג אליינס:

דו ווילסט אזוי אריינפארקירן אין א ליידיגע פארקינג ספאט און פלוצלינג פיייייייייייייפ (חירוק פ') פאאאאאאאאאאאאאפ (קמץ פ') קוקסט אין שפיגעל און די זעהסט א איד מיט אי-עם-טי פלעיטס, א חברים טעג אויפן שפיגעל, א חסד של אמת פלעג אויפן ווינד-שילד, און א חברים סטיקער אויפן פענסטער, דער איד קען זיין יאגט זיך, אבער קוקט נישט אויס צו א הצלה קאל, אבער ער קען מיר נישט געבן די מינוט איך זאל קענען פארקן!
האלא, דו טוהסט אזויפיל חסד, האלט אויס איין מינוט און טוה נאך א חסד און לאז מיך רואיג! הער אויף צו פייפן אויף טויזענט

מיט מיין תגובה גיי איך דא נישט אטאקירן אללע מעמבערס פון די פארשידענע וואלונטיר ארגאניזאציעס, וואס זענען באמת צדיקים. אבער ס'איז דא געוויסע מעמבערס וועלכע נוצן אויס זייער "אפיציעלן" סטאטוס צו אונטערדריקן אנדערע אידן. וכדי בזיון וקצף.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך נעם א צייטונג אין האנט. געווענליך א דיקע, צווישן 130 און און 160 זייטן אנגעפאקט מיט אינפארמאציע, מעשיות און באשרייבונגען.
איין מעשה כאפט מיר דאס אויג, עס קוקט אויס אינטרעסאנט.
איך הייב אן צו לייענען מיט דורשט, ס'ווערט אינטרעסאנטער נאך יעדן פאראגראף...
מען דארף טאקע אפאר מאל מישן פון זייט 76 צו זייט 36 און דערנאך צוריק צו 88, ס'איז נערווירענד, אבער, נו, ס'וועט שוין מיט גיין.
אבער נאכדעם דארף מען מישן צו זייט 95, ביים אינטרעסאנטסטן שטיקל, און דאן קומט עס:

- ("פארזעצונג קומט אי"ה"!)

איך פלאץ!!!

וואו איז דיין שכל? אז דו קענסט אריינשטופן 160 זייטן קענסטו נישט צוענדיגן די מעשה?
איך מוז יעצט ווארטן אויפן פארזעצונג ווי א נייגעריגע קאטשקע ביז נעקסטע וואך?

מילא ווען עס איז א לאנגע פארזעצונג, וואס ציהט זיך איבער א יאר, דאס איז פארשטענדליך;
אבער א מעשה'לע וועלכע ענדיגט זיך שוין כמעט? צו וואס? סתם פייניגן א איד??

געווענליך פאסירט דאס אין "דער בלאט" (די וואך אויך, פרשת לך), אבער פלענטי מאל אויך אין אנדערע אויסגאבעס.
ביטע, סטאפט! לא מדובשך ולא מעוקצך!

אין ערגסטן פאל, אויב קענט איר טאקע דאס נישט צוענדיגן די וואך צוליב "טעכנישע" (?) סיבות,
דאן זייט אזוי גוט, טוט כאטש דאס מינימאלסטע מענטשליכקייט:
אויפן קעפל שרייבט אן "א" אדער א נומבער "1", אז מען זאל כאפן אז דאס איז נאר דער ערשטער חלק פון די מעשה.

א דאנק!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שמעקעדיג, דער בלאט האטיר שוין צופיל אויפגערעגט אז דו זאלסט עס נאך קויפן!! קויף עס נישט און פטור אן עסק!

איך בין אויך אמאל געווען אריינגעטון אין זייערע קינדערישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]. (ווען ס'נאך גראדע געווען מער אינטערעסאנט. אין די גוטע צייטן, יארן צוריק)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אין דער "אוצר" אפטיילונג האבן זיי גאר שיינע סחורה.

איך האב ליב צו נאשן די מעלות פון יעדן. איך ווער נישט נתפעל פון פאליטיק.
דער איד האט זיך זיינע חסרונות און דער בלאט זיינע מעלות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך קען נישט קויפן א גאנצע אויסגאבע בלויז פאר עטליכע ארטיקלען. ס'נישט ווערט די געלט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

אן ענטפער צו שמעקעדיג הי"ו

שליחה דורך berlbalaguleh »

איבער די פארזעצונגען אין בלאט וואס מאכן דיך אויפגערעגט: זיי נישט נאאיוו. זיי טוען דאס בכוון. זיי זענען נישט די איינציגסטע. אנדערע ווי למשל דער לינק טוען דאס זעלבע. זיי ציען אן דעם ליינער און ווען מען האלט שוין גוט אנגעשפאנט שרייבן זיי "פארזעצונג קומענדיגע וואך אי"ה" כדי צו מאכן זיכער אז דו וועסט ליינען די קומענדיגע אויסגאבע אויך. מיט די מעשיות פון לינק האב איך מיר אן עצה געגעבן. ביי די ערשטע מעשה וועגן דעם מענטש וואס איז אנטלאפן פון אוישוויץ, האב איך געקויפט דעם בוך. איך האב בדרך אגב אויסגעפונען אז זיי פוטצן א סאך מאל צו א מעשה כדי ס'זאל פאסן פאר חרדישע ליינערס. נאר איך מיין אז דו זאלסט פאלגן די עצה פון זר זהב און אויפהערן קויפן דעם קינדערישן (געשריבן דורך קינדער, פאר קינדער). :roll: נארישן צייטונג.
קאוקאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 5:35 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך קאוקאנט »

איך קלער אויב איך זאל ארויסגיין פון צימעס, און גיין צו "פארברענגען" אין די אשכול פון "זאכן וועלכע רעגן מיר אויף". אדער איך זאל ווייטער לאזן דעם שמועס דא אין צימעס.

האללאו... איינער האט דא געפרעגט פארוואס צייטונגען מאכן פארזעצונגען טראץ ס'איז נישט מער פון צוויי וואכעדיגע באשרייבונגען. און די שמועס געטוישט געווארן איבער:

זר זהב האט געשריבן: קינדערישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].


וואו בין איך דא?
גייט אריין אין צימעס. און פארשמירט דארט די אשכולות.

דא מישט ביטע נישט אריין אייער
זר זהב האט געשריבן: קינדערישע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].
אין יעדן אשכול.

שכוח!

-----

דאס איז וואס רעגט מיך אויף. (איצט בין איך אין די ריכטיגע אשכול!..)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ער האט גערעט פון א דרעקישן צייטונג איז לא ימלט אז ס'זאל נישט צוקומען צו רעדן דערפון. אז ס'געפעלטער נישט שפאציר צוריק קיין אייוועלט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זר, דו מוזט אויפהערן. פליז פארטרייב נישט דעם עולם.
דער אוצר אפטיילונג פון דער בלאט, ווי שוין געזאגט, איז כשושנה בין החוחים (נישט אריינגייענדיג אין טעותי הדפוס).
איך בין מקיים די גמרא, תוכו אכל וקליפתו זרק.

דא פארצייל איך נאר וואס רעגט מיך אויף, ואידך פירושא היא.

ר' בערל באלעגאלע; צו מאכן א לאנגע פארזעצונג מאכט סענס דיין תשובה,
אבער כדי אז איך זאל קויפן קומענדיגע וואך, וועגן דעם טוען זיי דאס? פאר איין וואך?
און וואס וועט זיין נאך די וואך?

נאופ, איך קען שוין די תירוצים. די לאנגע פארזעצונגען מאכט מען פאר דעם.
די קורצערע באשרייבונגען קען מען פארענדיגן.

און חוץ מזה, אנדערע אויסגאבעס טוען דאס אויך אסאך מאל, נישט נאר דער בלאט.
(למשל, די בעלייכטונגען. הגם איך לייען עס מער נישט).
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט