מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

איז א יוד געפארן אמאל מיט זיין אשת מפחידי אויף א באזוך צום ים המלח און אין דער געגנט ארום.
אזוי שפאצירנדיג, רופט ער זיך אהן צו איר, טו מיר א טובה, דריי זיך ארום א רגע.
זי דרייט זיך אהין און צוריק, און קוקט איהם אהן מיט מיט אזא "וואס גייט דא פאר" בליק.
"אויש, א שאד!" זאגט ער, "פאר לוט האט עס געארבעט"...
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

געהערט א שארף ציפעדיגע ווארט פונ'ם קאצקער ז"ל...

ביי די חטא העגל, האבען זיך די איד'ן געזארגט פאר משה און דער שטן האט זיי געוויזען ווי ער איז טויט.

האבען זיי געזוכט א נייע משה א נייע רבי און נאכען מאכען די עגל האבען זיי געשריגען אלה אלוהך ישראל.

איז וואס האבען זיי געזוכט א נייע רבי אדער א נייע ג-ט?

נאר אויב דער רבי איז א בהמה (עגל) מאכט מען איהם פאר א ג-ט...
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
pseudonym1
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 23, 2022 6:57 pm
האט שוין געלייקט: 917 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך pseudonym1 »

From YY Jacobson:
What do you get when a Chabadsker marries a Yekke?
You get a Moshiach that arrives on time.
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

pseudonym1 האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 3:47 am From YY Jacobson:
What do you get when a Chabadsker marries a Yekke?
You get a Moshiach that arrives on time.

דערמאנט מיר פון דער אלטען ווארט.

וואס איז די חילוק צווישען סאטמר און ליובוויטש ?

אין ליובאוויטש איז יעדער שיגץ א איד...

אין סאטמר איז יעדער איד א שיגץ...
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך מאטי »

שניים אוחזין בטלית......יחלוקו

ווער באקומט די זייט פון די עטרה?

דיבר המשנה בהווה, אויב ס'איז דא צוויי זייטן און משרייט כולי שלי איז דאס לכאורה א רבי'שע טלית מיט אן עטרה פון אונטן
whatever
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 81
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 04, 2023 3:42 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך whatever »

שנים אוחזין בטלית ... יחלוקו

וואס קען מען טוהן מיט האלבע טלית, צו קישן די ציצית ביי ברוך שאמר...
מיין אישי ארבעט נישט, מ'קען מיך אימעיל'ן k32158734@gmail.com
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

מענעדז'ער: דו גלויבסט אין תחיית המתים? אז אין היינטיגע צייטען קען א טויטער ווערען צוריק לעבעדעג?

ארבייטער: ניין, עס איז אומ-מעגליך

מענעדז'ער: עס איז יא מעגליך און איך קען דאס אויפ-ווייזען

ארבייטער: נו לאמיר הערען?

מענעדז'ער: נעכטען בשעת דו ביזט געוועהן ביין דיין פעטער'ס לוי'... איז ער אהער געקומען דיר זוכען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

איז א רב אנגעקומען צו א מאדערן חתונה, ווי דער כלה קלייד איז געווען קורץ געשניטן, כאפט ער א קליין שמועסל מיט׳ן חתן האט ער שנעל איין געזעהן אז דער קען נישט קיין צורת אות.
רופט זיך דער רב אהן ״אה, אזא פאסיגער שידוך - ער קען נישט קיין תורה און זי האט נישט גענוג סחורה״…
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היום, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

א חתן האט געדארפן חתונה האבן אין די מרחקים, האט זיך געמאכט די לעצטע מינוט, אז די פליגער איז געווארן געקענסלט.
בקיצור, עס איז עהם נישט געווען קיין אנדערע וועג, נאר צו אנקומען אויף שפעט נאכמיטאג, ווען די חתונה האט זיך שוין געדארפט אנהייבן.

רופט ער אהן זיין מחותן, ״עס האט זיך מיר געמאכט א דילעי, זיי מוחל אויב מען קען בעטן מען זאל ווארטן אויפן חופה ביז איך קום״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך מאטי »

ארבייטער: ווען באצאלסטע מיר?

באלעבאס: נישט לא תלין גערעדט אן אנדערס מאל
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

מאטי האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 7:53 pm שניים אוחזין בטלית......יחלוקו

ווער באקומט די זייט פון די עטרה?

דיבר המשנה בהווה, אויב ס'איז דא צוויי זייטן און משרייט כולי שלי איז דאס לכאורה א רבי'שע טלית מיט אן עטרה פון אונטן
און פארוואס האט א רבישע טלית א עטרה פון אונטען?
ווייל דער קאפ מיטן אחור זענען אייניג...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמן למאור »

וי"א בנוסח אחר, ווייל ס'איז נישט קלאר ווי זייער שכל ליגט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:24 pm וי"א בנוסח אחר, ווייל ס'איז נישט קלאר ווי זייער שכל ליגט.
איך האב עס געהערט אז עס איז אלץ ספק ראש
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

דער שטאטס גביר האט ״פארגעסן״ צו שיקען פורים געלט פאר זיין זונ׳ס מלמד.
דער מלמד האט אהיים געשיקט א דערמאנאנג׳ס צעטל מיט׳ן קינד, אבער דער גביר האט ווידער פארגעסן.
נאך אפאר טעג, שיקט דער מלמד זיין תלמיד פרעגן פון טאטען, ״פארוואס האט הבל געהארגעט קין׳ען? דער קינד האט געפרעגט.
קומט דער פאטער צו לויפן מיט כעס, ״היתכן? פארוואס הבל האט געהארגעט קין? אזוי לערנט איר די קינדער? די מעשה איז דאך געווען פונקט פארקערט!״
״אזוי גאר?״ זאגט דער מלמד ״ הייסט עס אזוי, א מעשה פון אזויפיל יאר צוריק דאס געדענקסטו מיט אלע פיטשעווקעס, אבער וועגן מיין ענוועלאופ, וואס איך האב קוים אפאר טעג צוריק דיר דערמאנט, האסטו שוין פארגעסן?…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

א איד אן ארענדאר א שטיקל עושר האט געהאט א מלמד ביי זיך אויפ'ן גיט. (ווער ס'ווייסט נישט וואס דאס ווארט מיינט זאלל איבערליינען די מעשיות פון שבחי הבעש"ט) וואס האט געלערנט מיט זיינע קינדער.

איין טאג קומט דער מלמד אריין אין די קרעטשמע און ער זאגט פאר'ן טאטן אז זיין יונגל וויל נישט לערנען. דער טאטע גייט אריין אין חדר און וויל זעהן וואס ס'גייט פאר. די רבי הייסט פאר'ן קינד ער זאל זאגן אל"ף בי"ת מיט די נקודות. דער יונגל הייבט אן צו זאגן אל"ף פרעגט די רבי וואס איז אונטער די אל"ף? זאגט דער יונגל א קמ"ץ אונטער די בי"ת א פת"ח אזוי ווייטער. ביז ער איז אנגעקומען צו ה"א. די רבי פרעגט ביי דעם יונגל וואס ליגט אונטער די ה"א. דער יונגל וויל נישט זאגן. די טאטע שרייט אן דעם יונגל...זאג. אז נישט וועל איך דיר אנשמייסן. די יונגל זאגט...טאטע געדענק, איך וועל אויסזאגן. דער טאטע שרייט צו זיין יונגל זאג אנישט וועל איך דיר אנשמייסן. די רבי הייבט נאכאמאל אן צו זאגן וואס ליגט אונטער די ה"א? זאגט דער יונגל. אונטער די היי ליגט דער קעלבל וואס מיין טאטע האט נעכטן געגנב'עט ביי זיין שכן.
היום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היום »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 2:41 am א איד אן ארענדאר א שטיקל עושר האט געהאט א מלמד ביי זיך אויפ'ן גיט. (ווער ס'ווייסט נישט וואס דאס ווארט מיינט זאלל איבערליינען די מעשיות פון שבחי הבעש"ט) וואס האט געלערנט מיט זיינע קינדער.

איין טאג קומט דער מלמד אריין אין די קרעטשמע און ער זאגט פאר'ן טאטן אז זיין יונגל וויל נישט לערנען. דער טאטע גייט אריין אין חדר און וויל זעהן וואס ס'גייט פאר. די רבי הייסט פאר'ן קינד ער זאל זאגן אל"ף בי"ת מיט די נקודות. דער יונגל הייבט אן צו זאגן אל"ף פרעגט די רבי וואס איז אונטער די אל"ף? זאגט דער יונגל א קמ"ץ אונטער די בי"ת א פת"ח אזוי ווייטער. ביז ער איז אנגעקומען צו ה"א. די רבי פרעגט ביי דעם יונגל וואס ליגט אונטער די ה"א. דער יונגל וויל נישט זאגן. די טאטע שרייט אן דעם יונגל...זאג. אז נישט וועל איך דיר אנשמייסן. די יונגל זאגט...טאטע געדענק, איך וועל אויסזאגן. דער טאטע שרייט צו זיין יונגל זאג אנישט וועל איך דיר אנשמייסן. די רבי הייבט נאכאמאל אן צו זאגן וואס ליגט אונטער די ה"א? זאגט דער יונגל. אונטער די היי ליגט דער קעלבל וואס מיין טאטע האט נעכטן געגנב'עט ביי זיין שכן.
כנראה איז דער מלמד געווען א סקווערער/ ווישניצער/סקולענער, ועוד, און האט געלערנט דאס קינד זאגן ״העי״ און נישט ״היי״…
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפשר אן אמעריקאנער...!

נאר אויף יוראפע'איש אידיש (אונגאריש/ראמעניש) האט עס אויך געהייסן היי/שטרוי.
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך דיכטער »

רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.
אין דער צייט וואס העי איז א געוויסע הויכע מין גראז וועלכע ווערט גענוצט אלס מאכל בהמה, חציר - אין לשון קודש, איז שטרוי נישט ממש ראוי לאכילה אפילו פאר בהמות, עס איז וואס בלייבט איבער פון די ווייץ און גערשטן נאכן שניידן, - פסולת גורן, קש אדער תבן. שטרוי האט מען גענוצט בעיקר אויף צו מאכן געלעגערס און צו באדקען דעכער וכיו״ב.

אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר?
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היימלינד »

דיכטער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:43 am רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.

אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר? ניין, דאס וואס די האסט א נאמען געגעבען גוט הייסט עכט גיט
גוט מיין good
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

דיכטער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:43 am רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.
אין דער צייט וואס העי איז א געוויסע הויכע מין גראז וועלכע ווערט גענוצט אלס מאכל בהמה, חציר - אין לשון קודש, איז שטרוי נישט ממש ראוי לאכילה אפילו פאר בהמות, עס איז וואס בלייבט איבער פון די ווייץ און גערשטן נאכן שניידן, - פסולת גורן, קש אדער תבן. שטרוי האט מען גענוצט בעיקר אויף צו מאכן געלעגערס און צו באדקען דעכער וכיו״ב.

אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר?
דיכטער: "גוט" איז גוט. פיין, און ארדענונג משא"כ א ריזיגע פלאט פון לאנד מיט הייזער געבויט אויף דעם הייסט א "גיט". אפשר מיט אן עיי"ן "גיעט"

ס'זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט צו א סאך מעשיות פון די שבחי הבעש"ט. רוב מעשיות הייבן זיך אן דארט מיט א גיעט. א קרעטשמע און אן ארענדאר וואס האט דאס געדינגען אין ארענדע פון א פריץ.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך היימלינד »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 5:54 pm
דיכטער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 05, 2024 3:43 am רעדנדיג דערפון, איז אינטערעסאנט צו באטאנען אז העי און שטרוי זענען צוויי באזונדערע ארטיקלען.
אין דער צייט וואס העי איז א געוויסע הויכע מין גראז וועלכע ווערט גענוצט אלס מאכל בהמה, חציר - אין לשון קודש, איז שטרוי נישט ממש ראוי לאכילה אפילו פאר בהמות, עס איז וואס בלייבט איבער פון די ווייץ און גערשטן נאכן שניידן, - פסולת גורן, קש אדער תבן. שטרוי האט מען גענוצט בעיקר אויף צו מאכן געלעגערס און צו באדקען דעכער וכיו״ב.

אבער ר׳ בערל,(@berlbalaguleh) האסט מיך, און אפשר אנדערע, נייגעריג געמאכט. וואס איז דאס ״גיט״? גוט ווייס איך, איז א גרויסע פלאטע פון לאנד וואס איינער באזוצט, אבער וואס איז דאס גיט פאר א גוט יאר?
דיכטער: "גוט" איז גוט. פיין, און ארדענונג משא"כ א ריזיגע פלאט פון לאנד מיט הייזער געבויט אויף דעם הייסט א "גיט". אפשר מיט אן עיי"ן "גיעט"

ס'זעהט אויס אז דו האסט נישט געליינט צו א סאך מעשיות פון די שבחי הבעש"ט. רוב מעשיות הייבן זיך אן דארט מיט א גיעט. א קרעטשמע און אן ארענדאר וואס האט דאס געדינגען אין ארענדע פון א פריץ.
האסט אויסגעלאזט די בעל עגלה פון די מייסע :)
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שאלתיאל »

דאכט זיך מיר אז די איבערזעצונג פון "גיט" אויף עברית איז "אחוזה"
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

"גיט" געזאגט
פארשפארט