1). די ״אין אנו נוהגין כן״ איז ווען מ׳גייט פארפאסן זמן קרי״ש, ולכאורה מחמת דאס אָנטוהן תפילין. אויב נישט, דאן וויל מען דאך יא ער זאל דאווענען און ליינען קרי״ש מיט די תפילין. ופוק חזי. מיינענדיג, טאמער גייט ער שפעטער דאווענען מיט תפילין און אלעם, און די איינציגסטע פראבלעם איז די זמנה וואס ער גייט פארפאסן, איז דעמאלטס זאגט מען אים ליין אָן תפילין. טאמער אבער ער קען ליינען בזמנה מיט תפילין, דאן איז אוודאי נוהגין אז ער ליינט מיט תפילין. (ווי איך פארשטיי, קומט עס בדרך כלל אויס אז טאמער קען ער לייגן תפילין, קען ער שוין גענצליך דאווענען, אחוץ טאמער פארפאסט ער דאדורך תפילה בציבור. ויתכן טאקע אז דעמאלטס דארף עס טאקע דוחה זיין תפילה בציבור, ועיין במ״א סימן סו ס״ק יב. אחוץ טאמער זאגט מען אז מ׳קען זיך פארלאזן אז עס איז נישט קיין מעיד עדות שקר ווייל ער גייט
איבערליינען נאכאמאל קרי״ש עם הציבור, טאקע נישט בזמנה, אבער עם תפילין. און די גאנצע וואס ער טוהט יעצט איז אז ער מאכט זיכער ס׳זאל ״אויך״ זיין בזמנה; אבער ליינען וועט ער אויך נאך היינט מיט תפילין.) ובכלל, טאמער גייט מען מיט עפ״י וואס מ׳האט מקבל געווען בהסכמה כהיום, איז בלתי שום ספק אז מ׳האט אויך מקבל געווען בהסכמה אז חיובו של מצות תפילין איז כל יום, אפגעזעהן צי עס איז ביחד עם ק״ש או לא.
2). ס׳איז שווער צו זאגן אז די לשון ״פושעי ישראל״ בגופן וואס רבינו ירוחם נוצט, וואס איז די לשון וואס די גמרא נוצט (ר״ה יז.) אויף קרקפתא דלא מנח תפילין ארויסצוברענגען חומר המבטלו, איז נאר בּאמבּאסטיש און נישט קיין הלכה׳דיגע טערמין פון ״חיוב״ אין די קאנטעקסט. בפרט וואו ער באציהט זיך אויף די חלק וואס מען האט ממעט געווען פון נישט לייגן כל היום, אז אבער ״בעת התפילה״ דאס נישט צו לייגן בלייבט יא דעם ״פושעי ישראל בגופן״.
3). איך וויל ארויסברענגען אז ס׳איז א דוחק צו זאגן אז די ״מצותן/חיוב כל היום״ איז טאקע נאר אויף די איינמאל אין לעבן וואס מ׳טוהט דאס אָן; אזוי ווי להבדיל עלייה למעקאַ בדת איסלם?!
(ווייניגער ווי דעם לכאורה זיכער נישט, ועיין ברמב״ם בהל׳ ברכות פי״א ה״ב. וג״כ אז הלכותיו רבו פאר נאר עתים מסויימים.) מיינענדיג, עס איז א דוחק צו זאגן אז עס איז טאקע נישט כל יום, אבער ווען יא איז מצותן כל היום.
4). גערעכט. עס קומט אויס אז דאס וואס חז״ל האבן ממעט געווען מכל היום איז לכאורה טאקע א קום ועשה לגבי חליצת התפילין (ופסקינן דלא כרב חסדא ביבמות פט-צ הסובר דיכולין חכמים ליעקר גם בקום ועשה, הגם עס
זענען דא אחרונים וועלכע לערנען אפ ראשונים אז מ׳קען יא עוקר זיין אף בקום ועשה). עכ״פ טאמער איז מצותן וחיובן כל היום. ולכאורה זה ראיה לדבריך אז חלק של כל
היום איז נישט קיין חיוב כעין שופר ולולב. אבער עס בלייבט נאך איבער אז דאס למעשה זאגט גארנישט לגבי החיוב של ״כל יום״. ובפרט וואו דו ביסט מודה אין די שוועריקייט און ״גוטע פראגע״ פון ״ווען יא?״ און די דוחק הנ״ל.
דער ביאור הלכה ברענגט טאקע אראפ בריש סימן לז מהפרמ״ג שם בא״א ס״ק ב אז די חיוב מן התורה איז כל יום, און די חיוב פון כל
היום איז נאר מצוה מן המובחר ע״ש. ואולי היא מחמת האי טענה אז אויב איז עס געהעריג מדאורייתא לחיוב כל היום, איז ווי אזוי האט מען געקענט ממעט זיין דערפון בקום ועשה? וע״ש באריכות בביאור הלכה וואו ער ברענגט צו דער ישועות יעקב וואס
האלט אז די מצוה כל
היום איז אויך דאורייתא, און ער וואונדערט זיך טאקע ווי אזוי חז״ל האבן דאס געקענט עוקר זיין, ובפרט טאמער איז שמירה בנקיות נאר א דרבנן. (ואולי קען מען ענטפערן עפ"י תוס' ביבמות פח. ד"ה מתוך ובדף פט: ד"ה כיון אז "בדבר שיש קצת טעם וסמך לא חשיב עוקר דבר מן התורה" ואפילו בקום ועשה ע"ש. און דא איז א קרוב לוודאי, צי גאר א וודאי גמור, שלא ישמרם בנקיות, אם עכ"פ החיוב לשמרם בנקיות היא מדאורייתא.) און ער זאגט אז איינער וואס קען טאקע שומר זיין בגוף נקי, דארף טאקע גיין דערמיט כל היום. וכן פסק בעל המאור ע״ש. (דאס האט זיכער נישט קיין הסכמה און איז נישט מקובל כהיום.)
ואגב, די לשון הלבוש באו״ח סימן לז סעיף ב איז:
ומצותן להיות עליו כל היום, דהא סתם כתיב וקשרתם אותם וגו׳, משמע קשירה תמידית. ועוד, כתיב והיו לאות על ידך ולזכרון בין עיניך, ואות וזכרון צריכין להיות תמידין. אבל מפני שצריכין גוף נקי שלא יפיח בהן מפני קדושתן, ועוד שצריכין שלא יסיח דעתו מהן בעודן עליו, כמו שאמרנו למעלה קל וחומר מציץ, ואין כל אדם יכול ליזהר בזה, ע״כ נהגו שלא להניחם כלל כל היום, כי סגי להו בקשירה פעם אחת בכל יום, אף על פי שיסירם מיד נמי יצא ידי זכירה וקשירה. ומכל מקום אמרו חז״ל, צריך כל אדם ליזהר בהן להיותם עליו לכל הפחות בשעת קריאת שמע ותפילה, ובזמן קצר כזה יכול כל אדם ליזהר שלא יפיח בהם ושלא יסיח מהם דעתו.
ווייניגער ווי "פעם אחת בכל יום" (חוץ משבת ויו"ט דאימעיט בהדיא) איז אבער נישט "סגי". ועיין במש״כ בסימן כה סעיף א ובסימן נח סעיף ב וואו ער זאגט אז די מצות תפילין איז למעשה נישט תלוי בק״ש ותפילה, און טאמער האט מען געליינט אָן דעם איז דערנאך יניחן ויברך עליהן ויחזור ויקרא ק״ש בהן כקורא בתורה
(ווי אויך ברענגט ער ארויס אז די עיקר ענין ומצוה מן המובחר איז ק״ש ביחד עם תפילין אבער ול״ד ביחד עם ציצית, וואס מצות ציצית שטייט נישט בק״ש גופא און נאר אין די פרשה פון יציאת מצרים, ועיין בתוס׳ בברכות יד: ד״ה ומנח) ע״ש.
5). דער מאירי באציהט זיך צו וואו א מענטש האט א גילטיגע תירוץ, יהיה מה שיהיה, פארוואס ער קען נישט לייגן קיין תפילין. אלס קדושה וזהירות מעבירות והירהורים וכדומה. אין אזא פאל שטרענג דיך אָן כאטש בעשי״ת וכדומה. אבער נישט ווען דאס איז ״דרך פירוק עול מצות״ ע״ש. מיינענדיג, אז ס׳איז נישט מוכרח אז דער מאירי האלט אז ס׳איז נישט קיין חיוב בעצם כל יום. נאר מ׳רעדט דא פון א גילטיגע תירוץ ופטור פארוואס נישט. (ועיין בכד הקמח לרבינו בחיי
ערך תפילין.)