villager האט געשריבן:נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען נוצט דאס ווארט "פאקט" , איז אבער דער איינציגסטער אמת'ער פאקט אז די אלע פאקטן זענען בכלל נישט קיין סייענטיפישע "פאקטן" נאר א קאמבינאציע פון גאר קאמפליצירטע טעאריעס און פרעדיקציעס געבויט אויף אנדערע טעאריעס וכו' וכו', וועסט נישט טרעפן קיין איין סייענטיסט וואס וועט זאגן אז זיינע פרעדיקציעס אויפן גיל העולם זענען א 'פאקט' אפגעזעהן וויפיל ראיות ברורות שאין עליהם פירכות אדער וויפיל מציאותער הנראה לעינים סדא ווי דענדראדכנאלאגיע און ראדיאמעטריק דאטורירן, איז אבער אלעס נאר פרעדיקציעס געבויט אויף טעאריעס.
יעצט צום ענין, ס'איז א שאד אריינצוגיין אין דעטאלירטע וויכוחים ווייל הזמן יכלו והם לא יכלו, אבער אויפן שפיץ גאפל א ראציאנאלע הסבר פארוואס סייענס קען נישט מחייב זיין זייער פרעדיקשן איבער גיל העולם איז אזוי, די אלע פרעדיקציעס אויפ'ן גיל העולם איז געבויט און געבעיסט אויף די ביג בענג טעאריע (אדער אויף די אלטקייט פון די שטערנ'ס), די ביג בענג טעאריע (אזוי אויך די שטערן טעאריע) איז געבויט אויף שטודיעס דורכעגעפירט אויפ'ן "יעצט" און עקסטראפאלירט אויף ביליאן'ן יאר צוריק, און אמת טאקע אז לויט'ן "יעצט" זענען זייערע שטודיעס גאנץ אקוראט, אבער וויבאלד די עצם סיבה פונעם ביג בענג ווערט נישט דעפינירט דורכ'ן טעאריע, ממילא איז אוממעגליך צו וויסן -פון א סייענטיפישן שטאנדפונקט- וואס האט זיך אפגעשפילט בעת בריאת העולם, ס'איז העכסט מעגליך אז די סיבה פונעם ביג בענג האט אויך גורם געווען אז אינעם ערשטן ספליט סעקנד זאל נאטור זיך עוואלוון וואס נעמט היינט א ביליאן אדער אפילו א טריליאן יאר, עס פעלט פאר סייענס א ריזן טשאנק פענאמענאן וויאזוי די אטאמען שפילן און ריעקטן בעת עס ווערט א יש מאין, ויש להאריך בזה.
א קליינער משל, לאמיר זאגן אז דער אסטראנאט טרעפט זיך מיט'ן עיליען אויפ'ן מאדים, דער קלוגער עיליען געט אים אזא קוק אן און זאגט אים "איר זענט צוויי אהאלב מיליאן יאר אלט", לויט ווי זיין וויסנשאפט אין קאסמאס זאגט אים געדויערט צו עוואלוון פון א וואסער-שטיינדל ביז צו לייף בערך 3 מיליאן יאר, ווידער דער אסטראנאט זאגט אים איך בין 50 יאר, איך בין שוין באשאפן געווארן מיט אלע מיינע ביינער און מיין גאנצער ביאלאגישער סיסטעם רעדי, דער עיליען וועט טאקע דארפן זיין משוגע אים צו גלייבן, סוועט אים בשום אופן קענען אריינגיין אין קאפ דער מושג אז א זאך וואס דויערט 3 מיליאן יאר זאל געדויערן איין מינוט, אבער וויבאלד ער ווייסט נישט די פראסעס פון ביאלאגישן געבורט ווייסט ער נישט דעם אמת.
און בנוגע צו סייענס וועט אמאל אנקומען צו 6000 יאר, איז טאקע זייער נישט מסתבר (כאטש גארנישט קען מען אויסשליסן, למשל סייענס האט ביז נישט לאנג צוריק געהאלטן אז די יוניווערס איז "אייביג" געווען, אויך אלבערט איינשטיין האט אזוי געהאלטן אלע יארן, און האט אפילו געבויט טעאריעס אויף דעם טעאריע, ער האט נאר געמוזט צוריקציען ווען די קלארע באווייזן איבער א עקספענדינג קאסמאס זענען אפירגעקומען, און כמובן איז א שפרונג פון "אייביג" ביז 14 ביליאן אסאך ווייטער ווי א שפרונג פון 14 ביליאן ביז 6000) אבער עס איז נישט געטראכט רעאליסטיש, פארקערט מסתבר איז אז זיי וועלן טרעפן ראיות אויף נאך א עלטערן גיל, אבער ווי געזאגט זייערע ראיות זענען אויף קיין שום פאל א פראבלעם פאר א 6000 יאריגע יוניווערס לויט די תורה.
און דאס האב איך געמיינט מיטן נייעס'ל אויבן, נישט אז זיי גייען צוביסלעך אראפ מיט די יארן, און אז מיט די יארן וועט זיך נאך ארויסשטעלן אז 6000 יאר איז אמת, בכלל נישט, נאר ווי איך האב דארט געשריבן אז איך מיין ארויסצוברענגען די נקודה אז זייערע טעאריעס זענען אלעס געבויט אויפן "יעצט" און וועגן דעם זענען זייערע טעאריעס לכתחלה נישט קיין פראבלעם מיט די תורה. (אגב, איבער די שאלה פון מיין נייעס, די גיל פון א גאלאקסי און פלאנעטן רעכנט מען אין סייענס פון ווילאנג עס איז שוין אזוי אין יעצטיגע מצב, אוודאי איז שוין אלעס געווען ביים ביג בענג..., און דאס האט סייענס קודם געמיינט, אז אונזער גאלאקסי איז עלטער פון די פלאנעטן מיט 4-5 ביליאן יאר, אבער באמת זענען זיי ביידע די זעלבע גיל...)
און ווי געשריבן אז אלעס איז נאר בקיצור און אויפן שפיץ גאפל, מיינע פינגערס זענען אויך נישט פון ראבער...
ווילעדזשער, ווי איר זאגט, ס'איז א שאד אריינצוגיין אין דעטאלירטע ויכוחים. אבער ווי נישט ווי, נישט יעדן טאג טרעפט מען אן איטעליגענטן קריאציאניסט מיט וועם מ'קען האבן א רואיגן ראציאנאלען דיאלאג און אז עס געפונט זיך דא אזא אוצר ווי אייך, וויאזוי קען איך עס נישט אויסניצן?
איך וויל קודם נעמען אישו מיט אייך אז איך האב מחלק געווען צווישן צוויי סייענטיפישע סטעיטמענטס. סטעיטמענט נומער איינס: די וועלט איז עלטער ווי 6,000 יאר. סטעיטמענט נומער צוויי: די אוניווערס איז אלט בערך 13 ביליאן יאר. איר זענט מסביר בדברים של טעם אז די 13 ביליאן יאר איז באזירט אויף עקסטרעפאלאציעס פון די יעצט, און איז דערפאר אומגילטיג ווייל - אויב פארשטיי איך גוט וואס איר מיינט - ווער זאגט אז וואס עס איז יעצט איז געווען נעכטן, עס איז נישט מער ווי א טעאריע (אדער א "פרעדיקציע" בלשונך) אז עס איז געווען אזוי נעכטן. יא, צו וויסן אז די אוניווערס איז 13 ביליאן יאר אלט און די וועלט 4-5 ביליאן יאר מוז מען צוקומען צו די עקסטרעפאלאציעס און הנחות.
אבער, לגבי די תורה איז נישט קיין חילוק צו די וועלט איז 8,000 יאר אלט, 10,000 יאר אלט אדער א מיליאן יאר אלט. ווי נאר איך קען אויפווייזן אז עס איז עלטער ווי די מקובל'דיגע 6,000 יאר, האב איך א גילטיגע קושיא און איך דארף שוין זיכן א תירוץ. און צו אויפווייזן אז די וועלט איז מער ווי 6,000 יאר אלט דארף איך נישט צוקומען צו די קאמפליצירטע טעאריעס און עקסטרעפאלאציעס. עס איז זייער פשוט: איך זע ווי א יעדעס יאר ווערט א פרישע שיכט זאמד אראפגעלייגט אונטן פון די גרינע טייך אין ווייאמינג. איך הייב אן אראפצוגראבן, און די שיכטן זאמד שטימען מיט די יארן. פאראיאר איז געווען א קאלטע יאר, און די שיכט פון פאראיאר איז טאקע אזעלכע זאמד וואס פאסן אין א קאלטע יאר. פאר פינף יאר צוריק איז געווען א טרוקענע יאר, און די זאמד אין יענעם שיכט איז טאקע זאמד וואס פאסן פאר א טרוקענע יאר. איך הייב אן אראפצוציילן, און איך גיי ווייטער און ווייטער פון 6,000
אייגענארטיגע שיכטען, עס איז מיר נישט עכט נוגע וויפיל שיכטען איך קען אראפציילן, ווייל ווי נאר איך בין אריבער די מארק פון 5,773 שיכטען בין איך אריבער די מארק פון בריאת העולם על פי המסורה. און איך צייל און צייל אייגענארטיגע שיכטן, יעדע שיכט ווייזט אויף א היסטאריע, די שיכטען נאך 5,773 זענען די זעלבע אין נאטור און אין אויפפיראכטס ווי די שיכטען פאר 5,773. זיי פארציילן אויך - פונקט ווי די שיכט פון פאראיאר און פון פאר פינף יאר - די וועטער וואס האט געהערשט און די יאר וואס זיי זענען אראפגעלייגט געווארן. דאס איז א פשוט'ע הוכחה הנראה לעיניים אז די וועלט איז עלטער פון 6,000 יאר. און די זעלבע חשבון איז מיט אייז שיכטן, מיט בוים-רינגען און מיט די ליכט פון שטערן. אויב וועט איר זיך מיט מיר טענה'ן אז מיין מהלך פון ציילן די אלטע שיכטן איז אן "עקסטרעפאלאציע" און א טעאריע באזירט אויפן יעצט, וועל איך אייך טענה'ן אז די זון האט בכלל נישט אויפגעשיינט היינט אין מדבר סאהארא. איי, די זון מוז על פי חשבון אויפשיינען אין מדבר סאהארא? אה, דאס איז דאך נישט מער ווי אייער אייגענע עקסטרעפאלאציע פון אייער ארום, עס איז סך הכל א טעאריע באזירט אויף דא. טוט דאס מאכן סענס צו אייך? צו מיך נישט.
אין קורצן: אויב איז דענדראכראנאלאגיע עפעס וואס איז באזירט אויף אן עקסטרעפאלאציע, דאן איז אייער נעכטיגע עקזיסטענץ אויך נישט מער ווי אן עקסטרעפאלאציע פון דאס וואס איר עקזעסטירט היינט אלס אן עלטערער מענטש און איר האט זכרונות פון נעכטן. עס איז סך הכל א טעאריע באזירט אויף יעצט. (און פארגעסט נישט, אונזער מסורה איז אויך נאר א מסורה ווייל מיר טוען עקסטרעפאלירן אויפן עבר, ואכמ"ל).
איר טענה'ט אז אין די ערשטע סעקונדע פון ביג בענג האבן זיך זאכן פארמירט א שטייגער ווי זיי וואלטן עוואלווד ביליאנע יאר. איך בין מודה צו אייך אז מיר ווייסן נישט וואס עס האט פאסירט די ערשטע ספליט-סעקונדע ביים ביג בענג, אבער דאס איז זיכער אז די ביג בענג האט פאסירט מער ווי 6,000 יאר צוריק. פארוואס? ווייל אין די שיכטען צאל איז קלאר אז עס האט גארנישט פאסירט צווישן שיכט 5,773 און שיכט 5,774. עס איז אויך גאנץ קלאר אז עס האט גארנישט פאסירט צווישן שיכט 10,951 און שיכט 10,952. די שיכטן זענען ווי דערמאנט אייגענארטיג, און פארמאגן די זעלבע נאטור און אויפפיראכטס ווי די יונגערע שיכטן. צו זאגן אז אין די ספליט-סעקונדע פון ביג בענג האט זיך די טייך מיט אירע מיליאנע שיכטן - און איעדעס שיכט מיט איר אייגענארטיקע אויסקוק - זיך געגעבן א פארמיר איז א טפשות.
(און אגב, איר שרייבט אז היינט ווייסן מיר זיכער אז די אוניווערס האט נישט עקזעסטירט אויף אייביג. עס איז טאקע זיכער אז די אוניווערס ווי מיר ווייסן איר האט נישט עקזעסטירט אויף אייביג, אבער סייענטיפיק איז מעגליך אז צייט האט יא אייביג עקזעסטירט און עס איז נישט אזא גרויסע שפרונג פון זאגן אז עפעס א חומר קדמון האט תמיד עקזעסטירט ביז זאגן אז די בריאה פון צייט האט אייביג עקזעסטירט, אלזא זאגט מיר נישט אז פון אייביג ביז 13 ביליאן יאר איז א גרויסע שפרונג).
איך מוז אייך צולייגן אז איך האלט גראדע פון פיליפ גאוס' מהלך אז די וועלט האט ג-ט באשאפן אין אן אופן וואס זעט אויס ווי זי איז ביליאנען יארן אלט. אבער דאס איז נאר אין די פרעימווארק פון א סופער-נאטורליכע באשאף, נישט אין א נאטורליכן מהלך פון "ביג-בענג".