תרמב האט געשריבן:איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ר’ יחזקאל איז דער וואס איז געשטאנען מיט מסירות נפש אויף זיינע זאכן וואס ער האט געהאלטן, אפילו ס’האט אים געקאסט א פרייז.
זיי נישט ברוגז דו ביסט א אפרוח שלא נפתחה עיניו.
ר׳ יחזקאל האט איבערגעלאזט די דיינות אסאך פריער צו אויפשטעלן זיין אייגענע בית הוראה, און געבליבן זייער נאענט מיט סאטמאר ביז די פרשה
עס האט גארנישט געהאט מיט דעם.
ווער מאכט זיך טעמיש?
איך זע אז דיינע אויגן זענען די זעלבע נישט אפן, ר' יחזקאל איז ארויס פון סאטמאר, ווען די ברך זאל ריען אין לעכטיגן ג״ע, האט אריינגעשטעלט זיין איידעם בעריש מייזליש אלץ שיינע יוד אין סאטמאר 53 און בארא פארק, נאכדעהם וואס ר׳ יחזקאל איז שוין יארן געזעצן באקוועהם אויפן מזרח וואנט. דאן איז ר׳ יחזקאל געגאנגען מאכן שבת פאר זוך
צווייטער חכם וואס מיינט ער ווייסט זאכן וואס האבן פאסירט פאר ער איז געבוירן.
ר' בעריש איז געווארן רב סוף תשמ"א, ר' יחזקאל איז נאך געווען דיין יארן שפעטער.
פרעג דיין זיידע.
וויאזוי ווייסטו אזוי גוט אז איך בין נאכנישט געווען געבוירן? איך ווער נאכנישט קיין אפרוח (וואטעווער דו מיינסט מיט דעם) פאר דעם, אזויפיל האב איך געהערט פון מענטשן וואס געדענקען יא אז ער איז באזייטיגט געווארן, קען זיין אז איך האב נישט גוט מדייק געווען אין די ווארט געפלויגן.
תרמב האט געשריבן:איך האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ר’ יחזקאל איז דער וואס איז געשטאנען מיט מסירות נפש אויף זיינע זאכן וואס ער האט געהאלטן, אפילו ס’האט אים געקאסט א פרייז.
זיי נישט ברוגז די ביסט א אפרוח שלא נפתחה עיניו
ר׳ יחזקאל האט איבערגעלאזט די דיינות אסאך פריער צו אויפשטעלן זיין אייגענע בית הוראה, און געבליבן זייער נאענט מיט סאטמאר ביז די פרשה עס האט גארנישט געהאט מיט דעם
ווער מאכט זיך טעמיש?
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
תרמב איז מיסאינפארמירט. פריער ווינדערט ער זיך אויף מרז"ל אז ווען ער האט געפסק'נט אנדערש ווי די עסטעבלישמענט (עירוב) האט מען אים באזייטיגט, איצט זאגט ער אז ביים סקול דיסטריקט פרשה איז ער געפלויגן... וואספארא לאקשן מ'קען אלץ פארקויפן
איך האב בכלל נישט דערמאנט די ווארט עירוב, ווען ער איז ארויס קעגן די סקול דיסטריקט איז עס אויך געווען קעגן די עסטעבלישמענט, און ווי אויך לעצטנס ווען ער האט אנגעהויבן צו מאכן נויז וועגן די חינוך.
עמקות המחשבה האט געשריבן:
איך זע אז דיינע אויגן זענען די זעלבע נישט אפן, ר' יחזקאל איז ארויס פון סאטמאר, ווען די ברך זאל רוען אין לעכטיגן ג"ע, האט אריינגעשטעלט זיין איידעם בעריש מייזליש אלץ שיינע יוד אין סאטמאר 53 אין בארא פארק, נאכדעם וואס ר' יחזקאל איז שוין יארן געזעצן באקוועם אויפן מזרח וואנט. דאן איז ר' יחזקאל געגאנגען מאכן שבת פאר זיך
צווייטער חכם וואס מיינט ער ווייסט זאכן וואס האבן פאסירט פאר ער איז געבוירן.
ר' בעריש איז געווארן רב סוף תשמ"א, ר' יחזקאל איז נאך געווען דיין יארן שפעטער.
פרעג דיין זיידע.
אמת אז ער איז געווען א תקופה צוזאמען מיט רבי בעריש, אבער די אומבאקעמליכקייטן האבן זיך דעמאלטס אנגעהויבן.
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑
ביים סקול דיסטריקט האט ער געכאפט א מיאוס'ן פלאפ. ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט דרשנ'ען אקעגן דעים מיט אן אש להבה, האט איהם איינער מעורר געווען אז 2 פון זיינע אייניקלעך זענען איינגעשריבן אין סקול דיסטריקט/שערי חמלה...!
דאס איז געווען א גרויסע פלאפ, כמעט אזא גרויסע פלאפ ווי סאטמער רב האט לוחם געווען קעגן מדינת ישראל, און נאכדעם איז מען געוואויר געווארן אז ער האט חסידים אין ארץ ישראל,
אלענפאלס צו איך האלט יא ווי זיי צו נישט, זענען זיי ביידע געווען היראוס פאר'ן זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם און זאגן וואס זיי האלטן.
מילך טראק: דאס אז סאטמאר רב האט חסידים אין ארץ ישראל איז בכלל נישט קיין סתירה צו זיין קעמפן אקעגן די מדינה.
דער נאראטיוו גייט דאך אז ער איז ארויסגעקומען קיין אמעריקע צו שאפן געלט פאר זיינע חסידים וועלכע קעמפן אקעגן די מדינה אין ארץ ישראל.
נאר ר' יחזקאל וואס איז געווען אזוי שטארק אש להבה אקעגן סקול דיסטריקט האט נישט געוויסט אז 2 פון זיינע אייניקלעך וועלכע דארפן צו קומען צן די הילף ווואס שערי חמלה/סקול דיסטריקט שטעלט צו האט שטארק געהאקט אויף דעים. בו בזמן וואס ער האט עס (כמעט) געשפירט אויף זיין אייגענע הויט.
אזוי ווי די אנדערע רבנים וועלכע זענען געווען להוט צו האקן אויף דעים. צי ווייל די קנאת ה' צב' האט געברענגט אין זיי. אדער זיי זענען געווען בבחינת "כאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו". ווייל סאטמאר האט א יעדן געפסל'ט. ווער ס'האט זיך נישט מכניע געווען פאר זיי.
נאר אין דעים פאל איז סאטמאר געווען 100% גערעכט. ווייל די אלע האקערס האבן נישט געוויסט (אדער נישט געוואלט וויסן) דעם צורך פאר אזא זאך.(שערי חמלה הנקרא סקול דיסטריקט.) כמו שביארנו במקום אחר.
איך האב אליין געזעהן 2 אידישע קינדער מיט קאפלעך וועלכע זענען געווען אין א (גוי'אישן) ספעשל עד פראגראם זענען אריינגעגאנגען צוזאמען מיט זייער טיטשער אין א טריפה'נע רעסטאוראנט (מעקדאנאלד'ס). וואס טראכטסטו? מ'האט זיי געגעבן נאר כשר'ס צו עסן? דאס איז געווען, פארשטייצעך פאר'ן ס'קול דיסטריקט.