איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:29 pm לאמיר זאגן אזוי, ס'איז אזא חיוב ווי שניים מקרא ואחד תרגום אויף וואס דער מחבר דרוקט זיך אויך אויס בלשון "חייב" כאטש וואס די גמרא נוצט מער א פארווע לשון.
דא, ווי אויך אינעם פריערדיגן סעיף, ווי ער שרייבט ״אָבל ביום ראשון אסור להניח תפילין מכאן ואילך חייב״ ע״ש, האט ער א צווייטן אויסוואל. מיינענדיג, ער וואלט געקענט נוצן די לשון ״מותרין״. בפרט ווי דאס איז קאנטראסטעד און שטימט בעסער מיט די לשון ״אסור״ וואס ער האט פריער גענוצט. איז פארוואס נוצט ער טאקע נישט קיין מער ״פּארווע״ לשון וואס וואלט געשטימט בעסער? אלא מאי אז ס׳איז טאקע א חיוב בכל יום.

אגב, דער טור דארט בסימן לח זאגט אויך לגבי אָבל און תשעה באב די לשון פון ״אסור״ ו״חייב״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך מילך טראק »

שפילער האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 02, 2024 7:55 pm און ציצית איז יא א חיוב צו גיין ? אז דו האסט א ד' כנפות דארפסטו האבן ציצות ....
ציצית איז לכאורה בכלל נישט קיין חיוב צו לייגן קיין מאל אין לעבן אויב טוסטו נישט אהן קיין בגד וואס האט ד כנפות,
אזוי ווי פרויען טוהען
אבער אויב מ'טוט אהן א בגד מיט ד כנפות אהן ציצית איז מען עובר בעשה
אהן אריינגיין אין כסות לילה/ לילה לאוו זמן ציצית
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re:

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

מי אני האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:40 pm
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:29 pm לאמיר זאגן אזוי, ס'איז אזא חיוב ווי שניים מקרא ואחד תרגום אויף וואס דער מחבר דרוקט זיך אויך אויס בלשון "חייב" כאטש וואס די גמרא נוצט מער א פארווע לשון.
דא, ווי אויך אינעם פריערדיגן סעיף, ווי ער שרייבט ״אָבל ביום ראשון אסור להניח תפילין מכאן ואילך חייב״ ע״ש, האט ער א צווייטן אויסוואל. מיינענדיג, ער וואלט געקענט נוצן די לשון ״מותרין״. בפרט ווי דאס איז קאנטראסטעד און שטימט בעסער מיט די לשון ״אסור״ וואס ער האט פריער גענוצט. איז פארוואס נוצט ער טאקע נישט קיין מער ״פּארווע״ לשון וואס וואלט געשטימט בעסער?
אינטערעסאנט טאקע אז אין שו"ת שערי תשובה פון רב ששנא גאון דרוקט ער זיך אויס "בתשעה באב גופו מותר להניח תפילין דהא כבר אמרינן אבל מותר להניח תפילין ומה אבל דאבלות חדתא ולבו מריר על מתו חייב להניח תפלין תשעה באב דאבלות עתיקא היא ודשנן בה מכמה שני על אחת כמה וכמה שחייב להניח תפלין וכך הלכה למעשה בב' ישיבות מניחין תפלין בט"ב".

לגבי דעם טור דארף מען וואוסן ווי ער האט זיך געפירט ווייל די מנהג אשכנז צו לייגן תפילין ביי מנחה האט זיך אנגעפאנגען ארום זיינע צייטן.

פארשטייט זיך אז להלכה למעשה זאל יעדער פרעגן זיין local mekubal.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מוצ"ש מערץ 02, 2024 10:54 pmאינטערסאנט טאקע אז אין שו"ת שערי תשובה פון רב ששנא גאון דרוקט ער זיך אויס:
בתשעה באב גופו מותר להניח תפילין דהא כבר אמרינן אבל מותר להניח תפילין ומה אבל דאבלות חדתא ולבו מריר על מתו חייב להניח תפלין תשעה באב דאבלות עתיקא היא ודשנן בה מכמה שני על אחת כמה וכמה שחייב להניח תפלין וכך הלכה למעשה בב' ישיבות מניחין תפלין בט"ב".
דאס קען מען אפלערנען צוויי וועגן: אדער אז די לשונות פון "מותר" ו"חייב" זענען טאקע אונטערטשעידזשעבּל, און די "הלכה למעשה" וואס ער פירט אויס באדייט אז היו מניחין אם רוצין. אדער אז די חלק ה"מותר" איז טאקע להוציא מסברת האיסור מקודם, און דערנאך אז ס'איז נישט אסור איז עס טאקע א חיוב כמו בכל יום, און די "הלכה למעשה" איז וואס מען ברויך טאקע טוהן למעשה. :קייןמושג:
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

דערפאר טאקע האט דער רבי נישט געהאלטן פונם בריסקע דרך הלימוד. :D
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מ'קען נאכמער זאגן אז די לשון במו"ק כא. איז נאר אָבל "מותר" להניח תפילין ע"ש. און דערפאר כאפט רב ששנא גאון אָן ביידע לשונות לפרש אז די "מותר" איז "חייב".

ועוד, אז די טור ושו"ע כאפן דא אָן נאר די לשון "חייב" ווען זיי האבן די לשון פון "מותר" בהגמרא, וואס די לשון "מותר" ביי אַן אָבל בתפילין טוהן זיי יא ביו"ד סימן שפח סעיף א ע"ש. דאס קען ווייטער זיין אדער ווייל ס'איז אינטערטשעינדזשעבּל, אדער לפרש אז די "מותר" איז להוציא פונעם פריערדיגן איסור, און עס ווערט צוריקגעשטעלט לחיובו הקודמת. :קייןמושג:

דער אשל אברהם (נישט דער פרמ"ג) שרייבט טאקע אז ס'איז נישט מפורש בחז״ל אז מצות תפילין איז חיובה בכל יום:
אשל.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 282
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל

Re: Re:

שליחה דורך צוויי »

שמן למאור האט געשריבן: די איסור אויסצולאזן א טאג פון לייגן תפילין איז בערך אזוי ווי די איסור פון א פרוי צו דרייוון.

אה, איז דאך די פסק פון פרויען צו דרייוון לאיסור יא א שטארקע זאך...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך שמן למאור »

אוודאי אזוי, א בפירושע דאורייתא פון לא תסור.

אגב, די זעלבע איסור איז אויך אויף ליינען קאווע שטיבל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך שמן למאור »

מי אני האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן: די אָנגענומענע חיוב להניח תפילין בכל יום איז לכאורה מדברי הגמרא (ברכות יד:) אז כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאילו מעיד עדות שקר בעצמו ע"ש. און ווי די מחבר ברענגט עס צו באו"ח סימן כ"ה סעיף ד' צריך שיהיו תפילין עליו בשעת קריאת שמע ותפלה ע"ש.

לויט דעם אויב איז מען אויפגעשטאנען אפאר מינוט פאר'ן סוף זמן קריאת שמע און שנעל געגעבן א זאג פאר'ן סוף זמן איז שוין נישט דא קיין שום ענין צו לייגן תפילין יענעם טאג.
שמן למאור האט געשריבן: די חלק פון "כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין כאלו מעיד עדות שקר בעצמו" האט מען דאך נישט אנגענומען כהיום. ווי דו פירסט טאקע אויס אז עס גייט לויט די כללי הפסק.

טאמער איז עס נאר מקושר בק"ש, דאן לכאורה. און וואס איז אָנגענומען כהיום איז וואס מ'מיינט דערמיט אזוי ווי די משנ"ב בסימן כ"ה סעיף ד' ברענגט צו פונעם לבוש בסימן נ"ח:
ודע דלא אמרו כן אלא כשעושה כן במזיד שמתעצל להניח תפלין קודם ק"ש, אבל מי שאין לו תפלין או כשהוא בדרך ומחמת קור וצינה אינו יכול להניח תפלין וכל כה"ג, בודאי אין לו לאחר ק"ש בזמנה מחמת זה.

נאכדעם, לגבי להניח תפילין באותו יום, גייט עס שוין אריין צי "מצותן כל היום/יום" און גדר "כל שאינו מניח תפילין עובר וכו'".

און ווי דער ב"י באו"ח סימן ל"ז ברענגט צו פונעם רבינו ירוחם אז "בשעת תפלה כל אחד מישראל נקרא מפושעי ישראל אם לא יניחם" ע"כ עיי"ש. און דאס איז זיכער מוסכם כהיום.


שמן למאור האט געשריבן: בפשטות האט מצות תפילין נישט קיין קצבה. עס שטייט אין פסוק אז מען זאל עס טראגן, עד כאן. יעצט בפשטות איז מצותן בכל יום, וויפיל מער מען קען. אז איינער טראגט עס נאר פאר איין שעה בשעת שחרית, און א צווייטער גייט עס אויך פאר נאך א שעה בשעת ער לערנט דף היומי, האט דער צווייטער זיכער מער מצוות, אבער דער ערשטער איז גארנישט עובר.

דאס האבן דאך די ראשונים שוין אוועקגעשטעלט אז אויב גייט מען נישט אגאנצע טאג מיט תפילין איז נישט קיין שום פראבלעם. אויב וואלט יא אזוי געווען וואלטן זיי דאך נישט איינגעפירט צו לייגן נאר ביי שחרית. זיי וואלטן עס געלאזט ביים עיקר הדין פון גיין "אלעמאל" חוץ אויב מען האט נישט קיין גוף נקי. דאס אז זיי האבן וועגן גוף נקי איינגעפירט אז מען גייט "דוקא" נישט אגאנצן טאג, ווייזט אז די מצותן ללבשן כל היום איז נישט קיין חיוב.

דאס אז די רמב"ם שרייבט "וכל שאינו מניח תפילין 'עובר' בשמונה עשה" רעדט ער בפשטות פון דער וואס לייגט "קיינמאל" נישט קיין תפילין, אויך נישט אין די עשי"ת ווי די מאירי. אזא איינער איז א קרקפתא דלא מנח תפילין און איז עובר בעשה. אבער ווי נאר ער האט א זמן וואס ער לייגט יא תפילין אפילו ס'איז נישט יעדן טאג, שטייט שוין נישט אז אזא איינער איז עובר בעשה. עכ"פ די מאירי און געוויסע תנאים ואמוראים זעט מען האבן קלאר אז זיי האבן אזוי געהאלטן, און פון רמב"ם זעט מען נישט קלאר אנדערש.

להלכה: קיין חיוב איז בפשטות נישטא צו לייגן תפילין יעדן טאג. כדי נישט צו עובר זיין בעשה און הייסן א קרקפתא דלא מנח תפילין דארף זיין א געוויסע צייט וואס דאן גייט ער יא מיט תפילין. וואס די זמן איז, דאס איז נישט קלאר, פון מאירי זעט מען אז בלויז איין וואך אין יאר איז גענוג. די איסור אויסצולאזן א טאג פון לייגן תפילין איז בערך אזוי ווי די איסור פון א פרוי צו דרייוון.

די סברא איז גאר א גוטער, אבער עס איז נישט דייקא מוכרח. מיינענדיג, אז דיין ראיה דא איז אז אויב וואלט די "מצותן כל היום" געווען א חיוב, וואלט מען נישט געקענט דאס ממעט זיין צו נאר דוקא א חלק פונעם טאג, וממילא איז עס נאר א רשות, און די חיוב און העברה דערויף איז נאר ווען מ'לייגט דאס "קיינמאל נישט". אבער דא ווערט עס אביסל נתת דבריך לשיעורין. עס דארף זיין איינמאל א יאר? איינמאל צעהן יאר? וואס איז די "געוויסע צייט" צו וואס דו ביסט מודה אז דארט איז עס שוין יא א חיוב? משא"כ בכל יום איז עס די זעלבע חיוב ווי תפלה וק"ש.

וואס עס קומט אראפ צו איז די הגדרה פון ווי ווייט קען מען פוחת זיין מחשש גוף נקי אויב איז עס א חיוב לכל היום? אין אנדערע ווערטער, אָננעמענדיג אז "כל היום" ענטעילס "כל יום", איז די שאלה אז אויב זעהט מען אז מ'קען מחמת חשש פוחת זיין מ"כל היום" צו נאר א געוויסע צייט אין טאג, צי איז דאס זעלבע שייך אויף "כל יום" פונקט אזוי? וואס איך מיין צו זאגן איז, אז פון דעם אז מ'איז ממעט פון מצוותן כל היום צו נאר א געוויסע צייט פון טאג, אלס חשש גוף נקי, פאַלוֺיט סיי נישט אז מצותן כל היום איז נאר א רשות, ואפילו אז יא פאַלוֺיט נישט דוקא אז מצותן כל יום איז פונקט אזוי רשות. מ'האט ממעט געווען מכל היום, אלס חשש גוף נקי (והרמאין, עיי"ש בב"י בסימן ל"ז) וואס דאס איז ביד החכמים צו טוהן אפילו וואו דו ביסט מודה אז ס'איז א חיוב ממש (כגון בשופר בשבת וכדומה). אבער דאס באדייט נישט אז די חלק פון "כל יום" איז פונקט אזוי רפוי בלי חיוב.

אגב, אונז טרעפן מיר דעם לשון בהמחבר באו"ח סימן ל"ח סעיף ו':
בתשעה באב חייבין בתפלין.

לפי דיין סברא, שטימט נישט די לשון פון "חייבין" אויף איין ספּעציפישן טאג, טאמער איז דאס גאנצע מצוה לכל יום נאר א רשות.


די גאנצע חיוב וואס מיר ווייסן כהיום פון לייגן יעדן טאג, נעמט זיך בפשטות פון דעם אז מען דארף לייגן תפילין בשעת ק"ש ווייל אויב נישט איז מען מעיד שקר בעצמו. דאס איז בפשטות אויך וואס דער מחבר מיינט מיטן חיוב פון לייגן תשעה באב. ביי קרי"ש שטייט דאך קלאר בשכבך ובקומך, און ביי תפילה האט מען עס מתקן געווען ספעציעל דריי מאל א טאג. ביי תפילין שטייט נישט אזא זאך, און די חיוב איז נאר אלץ מעיד עדות שקר בעצמו.

די זאך איז אז נאר ביי די ליטוואקעס האט מען אנגענומען דעם חיוב. ביי רוב כלל ישראל איז מען נישט מקפיד צו ליינען קרי"ש מיט תפילין, עכ"פ פארן זמן קרי"ש.

מיין נקודה מיטן כל יום איז, אז ס'איז נישטא קיין פלאץ ווי עס שטייט אז די שיעור איז דווקא כל יום (חוץ פון די חלק פון בשעת קרי"ש וואס אין אנו נוהגין להקפיד כדלעיל) און איינמאל מען האט עס ממעט געווען אז מען גייט נישט כל היום, דאן איז ממילא נישטא קיין חיוב כל יום, ווייל ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין ספעציעלע חיוב כל יום מעיקרא. ס'איז אויך נישט משמע אז זיי האבן עפעס ספעציעל עוקר געווען ווי ביי שופר און לולב מיטן ממעט זיין דעם כל היום.

וואס בלייבט נאר יא איז דעם ב"י באו"ח סימן ל"ז וואס ברענגט צו פונעם רבינו ירוחם אז "בשעת תפלה כל אחד מישראל נקרא מפושעי ישראל אם לא יניחם", הגם ס'איז ווייטער מעגליך אז ער רעדט פון די חלק פון מעיד שקר בעצמו, אבער אפילו מען וועט זאגן אז נישט, איז כדי צו מערקן אז ער זאגט נישט אז ס'איז א חיוב להניחם. ער זאגט נאר אז נקרא פושעי ישראל... ודו"ק...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס אז מ׳איז נישט מקפיד לגבי זמן קרי״ש איז דאך מכח הלבוש/משנ״ב שציינתי, אז עס איז נישט דוחה ליינען קרי״ש בזמנו - ענדערש ליין קרי״ש בזמנו בלא תפילין, ווי איידער פארפאסן די זמן (ולכאורה נעמט מען אָן אז די אָנטוהן תפילין וועט אים מאכן פארפאסן). אבער די חלק פון תפילה וקרי״ש (עם ברכותיה) בעצם, וואס מ׳זאל דעמאלטס אָנטוהן די תפילין, איז לכ״ע אָנגענומען בתפילין, וכדציינתי מהרבינו ירוחם. (לכאורה הא דאם אינו מניחן נקרא ״פושעי ישראל״ מוכח ״שחייב״ להניחם. אז ער טוהט נישט קיין ״רשות״ איז ער א ״פושע ישראל״? ער איז דאך נישט מבטל א חיוב עשה לפי סברתך. חוץ טאמער גייסט עס מדמה זיין לענין עידן ריתחא פון דער וואס טוהט נישט אָן קיין ד׳ כנפות לפטור מציצית במנחות מא. ובאו״ח סימן כד סעיף ו. אזוי צי אזוי ווערט עס שוין דומה למצות ציצית וואס דו ביסט מסכים אז מ׳זאל להלכה דאס אָנטוהן יעדן טאג.) קענסט טאקע זאגן אז עס גייט נאר מיט מיט קרי״ש, וואס דאן איז דאך ווען ס׳איז ״מעיד עדות שקר״.

דאס איז אלעס לגבי די קשר פון תפילין בכל יום אז עס איז דייקא תלוי בחיוב קרי״ש שהיא בכל יום.

יעצט, סתם אזוי ״כל היום״ איז כמעט ברור אז דאס ענטעילד שוין ״כל יום״. אבער איינס, עס איז ל״ד אז ״כל היום״ איז אזוי חמור ווי ״כל יום״, אז טאמער קען מען פוחת זיין פון ״כל היום״, באדייט דאס אז ״כל יום״ איז פונקט אזוי שוואך. און צוויי, בכלל אז מ׳איז פוחת פונעם ״כל היום״ מחמת א חשש, ווייזט נישט אז עס איז נישט בעצם קיין ״חיוב״ ״כל היום״. ווייל חז״ל והרבנים האבן א כח עוקר צו זיין א מצוה מזמן חיובו בכלל אלס א חשש. און דאס איז די דמיון ווי מ׳טרעפט אז זיי האבן געטוהן ביי שופר ולולב בשבת. דאס באדייט נישט, כמובן, אז שבת ר״ה/סוכות איז שופר ולולב קיינמאל נישט געווען קיין ״חיוב״ (לדעת חז״ל). און עס באדייט אויך נישט אז טאמער טשעפענען זיי מיט׳ן חיוב פון ״כל היום״, אז זיי טשעפענען שוין מיט׳ן חיוב פון ״כל יום״.

אזויפיל יא, כדציינתי מהאשל אברהם, טרעפט מען טאקע נישט ממש בחז״ל אז עס איז א חיוב בכל יום בכלל. (הגם, אויף דעם ווערט שוין אויך אביסל שווער אז ווען יא? עתים מסויימים (רעדענדיג אפילו בלא אונס)? און וואס מיינט דאס? איינמאל א יאר? פארוואס איז א ״יאר״ ווייניגער אַרבּיטרערי לחיוב ווי א ״טאג״? אפשר איינמאל אין 30 יאר איז גענוג? כאטש איינמאל אין לעבן כדי שלא יהא נקרא קרקפתא דלא מנח תפילין? די גאנצע מצוה איז א רשות, אפילו מ׳טוהט דאס קיינמאל נישט אין לעבן? וועגן דעם איז מסברא חיצונה גרינגער צו זאגן אז מה שקבעו חז״ל איז אז עס איז חייב בכל יום, כמו ק״ש ותפילה שקבעו חז״ל שהחיוב הוא בכל יום, ואף אם אינו עושה אותן ביחד. און זמן לבישה פון כל היום האט מען ממעט געווען צו כשיעור זמן התפילה, צו אפילו נאך קלענער כזמן לבישה בכלל, אז ער האט עס כאטש אָנגעטוהן יענעם טאג; כעין ווי צו זאגן ״ער האט געדאווענט יענעם טאג״.)

עס איז מן הראוי לציין אז דער מאירי זאגט לגבי דעם נישט לייגן תפילין בכל יום אלס די זהירות חלק אין דעם. אין אנדערע ווערטער, גענומען דעם חשש אויף נאך ווייטער. אבער סתם ווייל ״מ׳האלט נישט דערביי/איך בין נישט מחוייב״ איז נישט גענוג ע״ש.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'האב דאס שוין אמאל צוגעצייכנט, דארט שמועסט מען עטליכע בלעטער אהין און צוריק איבער תפלין (און אויך אנדערע אמונה ענינים, גייט אהין אויף אייער אייגעענע אחריות...)

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 372#p81372

אויך דא האט מען עטוואס גערעדט דערוועגן
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 97#p350497
וירח ה' את ריח הניחוח
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re:

שליחה דורך שמן למאור »

מי אני האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 12:45 am דאס אז מ׳איז נישט מקפיד לגבי זמן קרי״ש איז דאך מכח הלבוש/משנ״ב שציינתי, אז עס איז נישט דוחה ליינען קרי״ש בזמנו - ענדערש ליין קרי״ש בזמנו בלא תפילין, ווי איידער פארפאסן די זמן (ולכאורה נעמט מען אָן אז די אָנטוהן תפילין וועט אים מאכן פארפאסן). אבער די חלק פון תפילה וקרי״ש (עם ברכותיה) בעצם, וואס מ׳זאל דעמאלטס אָנטוהן די תפילין, איז לכ״ע אָנגענומען בתפילין, וכדציינתי מהרבינו ירוחם. (לכאורה הא דאם אינו מניחן נקרא ״פושעי ישראל״ מוכח ״שחייב״ להניחם. אז ער טוהט נישט קיין ״רשות״ איז ער א ״פושע ישראל״? ער איז דאך נישט מבטל א חיוב עשה לפי סברתך. חוץ טאמער גייסט עס מדמה זיין לענין עידן ריתחא פון דער וואס טוהט נישט אָן קיין ד׳ כנפות לפטור מציצית במנחות מא. ובאו״ח סימן כד סעיף ו. אזוי צי אזוי ווערט עס שוין דומה למצות ציצית וואס דו ביסט מסכים אז מ׳זאל להלכה דאס אָנטוהן יעדן טאג.) קענסט טאקע זאגן אז עס גייט נאר מיט מיט קרי״ש, וואס דאן איז דאך ווען ס׳איז ״מעיד עדות שקר״.

דאס איז אלעס לגבי די קשר פון תפילין בכל יום אז עס איז דייקא תלוי בחיוב קרי״ש שהיא בכל יום.

יעצט, סתם אזוי ״כל היום״ איז כמעט ברור אז דאס ענטעילד שוין ״כל יום״. אבער איינס, עס איז ל״ד אז ״כל היום״ איז אזוי חמור ווי ״כל יום״, אז טאמער קען מען פוחת זיין פון ״כל היום״, באדייט דאס אז ״כל יום״ איז פונקט אזוי שוואך. און צוויי, בכלל אז מ׳איז פוחת פונעם ״כל היום״ מחמת א חשש, ווייזט נישט אז עס איז נישט בעצם קיין ״חיוב״ ״כל היום״. ווייל חז״ל והרבנים האבן א כח עוקר צו זיין א מצוה מזמן חיובו בכלל אלס א חשש. און דאס איז די דמיון ווי מ׳טרעפט אז זיי האבן געטוהן ביי שופר ולולב בשבת. דאס באדייט נישט, כמובן, אז שבת ר״ה/סוכות איז שופר ולולב קיינמאל נישט געווען קיין ״חיוב״ (לדעת חז״ל). און עס באדייט אויך נישט אז טאמער טשעפענען זיי מיט׳ן חיוב פון ״כל היום״, אז זיי טשעפענען שוין מיט׳ן חיוב פון ״כל יום״.

אזויפיל יא, כדציינתי מהאשל אברהם, טרעפט מען טאקע נישט ממש בחז״ל אז עס איז א חיוב בכל יום בכלל. (הגם, אויף דעם ווערט שוין אויך אביסל שווער אז ווען יא? עתים מסויימים (רעדענדיג אפילו בלא אונס)? און וואס מיינט דאס? איינמאל א יאר? פארוואס איז א ״יאר״ ווייניגער אַרבּיטרערי לחיוב ווי א ״טאג״? אפשר איינמאל אין 30 יאר איז גענוג? כאטש איינמאל אין לעבן כדי שלא יהא נקרא קרקפתא דלא מנח תפילין? די גאנצע מצוה איז א רשות, אפילו מ׳טוהט דאס קיינמאל נישט אין לעבן? וועגן דעם איז מסברא חיצונה גרינגער צו זאגן אז מה שקבעו חז״ל איז אז עס איז חייב בכל יום, כמו ק״ש ותפילה שקבעו חז״ל שהחיוב הוא בכל יום, ואף אם אינו עושה אותן ביחד. און זמן לבישה פון כל היום האט מען ממעט געווען צו כשיעור זמן התפילה, צו אפילו נאך קלענער כזמן לבישה בכלל, אז ער האט עס כאטש אָנגעטוהן יענעם טאג; כעין ווי צו זאגן ״ער האט געדאווענט יענעם טאג״.)

עס איז מן הראוי לציין אז דער מאירי זאגט לגבי דעם נישט לייגן תפילין בכל יום אלס די זהירות חלק אין דעם. אין אנדערע ווערטער, גענומען דעם חשש אויף נאך ווייטער. אבער סתם ווייל ״מ׳האלט נישט דערביי/איך בין נישט מחוייב״ איז נישט גענוג ע״ש.
ס'איז לאו דווקא מכח הלבוש. די לבוש רעדט פון א פאל וואס לייגן תפילין וועט אים אויפהאלטן צו ליינען בזמנו, אבער אז ער האט צייט צו לייגן תפילין האלט ער אויך אז מען דארף לייגן און נישט ליינען אן תפילין, ואין אנו נוהגים כן. אונז ליינען אן תפילין אפילו ס'איז דא אסאך צייט ביזן זמן. דאס אז רבינו ירוחם זאגט נאר פושעי ישראל און נישט קיין הלכה'דיגע טערמין איז פשט אז ס'איז נישט קיין עכטע חיוב, ס'איז נאר ווי דער רב דריקט זיך אויס אויף די באמעקעס וואס עסן די סעודת שבת אן די שטריימל אז זיי זענען פושעי ישראל...

זאגסט שיינע סברות, אבער קיין חיוב זע איך נאכנישט. קען טאקע זיין אז איינמאל אין לעבן איז גענוג. ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין חיוב מעיקרא פון כל יום, וואס האט געזאלט איבערבלייבן נאכן אראפנעמען דעם חיוב פון כל היום, ווייל מעיקרא איז דאך נאר געווען כל היום. אזוי אויך האבן די חכמים נאר א כח עוקר צו זיין בשב ואל תעשה, אבער דא איז עס דאך בקום ועשה, ווייל מען הייסט אויסטון די תפילין. ס'איז בכלל נישט משמע אז ס'איז געווען דא א ספעציעלע עקירה, סך הכול איז מצוותה כל היום א שיינע מצוה ווי מער מען גייט עס, אבער נישט קיין חיוב יעדע רגע דאס אנצוהאבן. חז"ל זענען געקומען און איינגעפירט אז אנשטאט גיין אגאנצן טאג ווי ביז דאן זאל מען ער רודעצירן צו קרי"ש ותפילה, אבער כל יום מאן דכר שמיה. ווען איז יא דא א חיוב? גוטע פראגע, אבער כל יום מהיכי תיתי.

אז עס וואלט געווען ממש א חיוב כל יום וואלט די מאירי נישט מקיל געווען בלויז צו לייגן אין די עשי"ת. קען מען דען נישט האבן א גוף נקי מער ווי א וואך אין יאר? הגע בעצמך, פינקט אין די עשרת ימי תשובה האט מען א גוף נקי? עס ווענדט זיך דאך אינעם גוף, וכל אחד לפי מה שהוא אדם. אלא מאי די גאנצע זאך איז נישט עפעס אזא שטארקע חיוב, און ס'איז גענוג בלויז זיך אנצושטרענגען צו האבן א גוף נקי איין וואך אין יאר לויטן מאירי.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

1). די ״אין אנו נוהגין כן״ איז ווען מ׳גייט פארפאסן זמן קרי״ש, ולכאורה מחמת דאס אָנטוהן תפילין. אויב נישט, דאן וויל מען דאך יא ער זאל דאווענען און ליינען קרי״ש מיט די תפילין. ופוק חזי. מיינענדיג, טאמער גייט ער שפעטער דאווענען מיט תפילין און אלעם, און די איינציגסטע פראבלעם איז די זמנה וואס ער גייט פארפאסן, איז דעמאלטס זאגט מען אים ליין אָן תפילין. טאמער אבער ער קען ליינען בזמנה מיט תפילין, דאן איז אוודאי נוהגין אז ער ליינט מיט תפילין. (ווי איך פארשטיי, קומט עס בדרך כלל אויס אז טאמער קען ער לייגן תפילין, קען ער שוין גענצליך דאווענען, אחוץ טאמער פארפאסט ער דאדורך תפילה בציבור. ויתכן טאקע אז דעמאלטס דארף עס טאקע דוחה זיין תפילה בציבור, ועיין במ״א סימן סו ס״ק יב. אחוץ טאמער זאגט מען אז מ׳קען זיך פארלאזן אז עס איז נישט קיין מעיד עדות שקר ווייל ער גייט איבערליינען נאכאמאל קרי״ש עם הציבור, טאקע נישט בזמנה, אבער עם תפילין. און די גאנצע וואס ער טוהט יעצט איז אז ער מאכט זיכער ס׳זאל ״אויך״ זיין בזמנה; אבער ליינען וועט ער אויך נאך היינט מיט תפילין.) ובכלל, טאמער גייט מען מיט עפ״י וואס מ׳האט מקבל געווען בהסכמה כהיום, איז בלתי שום ספק אז מ׳האט אויך מקבל געווען בהסכמה אז חיובו של מצות תפילין איז כל יום, אפגעזעהן צי עס איז ביחד עם ק״ש או לא.

2). ס׳איז שווער צו זאגן אז די לשון ״פושעי ישראל״ בגופן וואס רבינו ירוחם נוצט, וואס איז די לשון וואס די גמרא נוצט (ר״ה יז.) אויף קרקפתא דלא מנח תפילין ארויסצוברענגען חומר המבטלו, איז נאר בּאמבּאסטיש און נישט קיין הלכה׳דיגע טערמין פון ״חיוב״ אין די קאנטעקסט. בפרט וואו ער באציהט זיך אויף די חלק וואס מען האט ממעט געווען פון נישט לייגן כל היום, אז אבער ״בעת התפילה״ דאס נישט צו לייגן בלייבט יא דעם ״פושעי ישראל בגופן״.

3). איך וויל ארויסברענגען אז ס׳איז א דוחק צו זאגן אז די ״מצותן/חיוב כל היום״ איז טאקע נאר אויף די איינמאל אין לעבן וואס מ׳טוהט דאס אָן; אזוי ווי להבדיל עלייה למעקאַ בדת איסלם?! (ווייניגער ווי דעם לכאורה זיכער נישט, ועיין ברמב״ם בהל׳ ברכות פי״א ה״ב. וג״כ אז הלכותיו רבו פאר נאר עתים מסויימים.) מיינענדיג, עס איז א דוחק צו זאגן אז עס איז טאקע נישט כל יום, אבער ווען יא איז מצותן כל היום.

4). גערעכט. עס קומט אויס אז דאס וואס חז״ל האבן ממעט געווען מכל היום איז לכאורה טאקע א קום ועשה לגבי חליצת התפילין (ופסקינן דלא כרב חסדא ביבמות פט-צ הסובר דיכולין חכמים ליעקר גם בקום ועשה, הגם עס זענען דא אחרונים וועלכע לערנען אפ ראשונים אז מ׳קען יא עוקר זיין אף בקום ועשה). עכ״פ טאמער איז מצותן וחיובן כל היום. ולכאורה זה ראיה לדבריך אז חלק של כל היום איז נישט קיין חיוב כעין שופר ולולב. אבער עס בלייבט נאך איבער אז דאס למעשה זאגט גארנישט לגבי החיוב של ״כל יום״. ובפרט וואו דו ביסט מודה אין די שוועריקייט און ״גוטע פראגע״ פון ״ווען יא?״ און די דוחק הנ״ל.

דער ביאור הלכה ברענגט טאקע אראפ בריש סימן לז מהפרמ״ג שם בא״א ס״ק ב אז די חיוב מן התורה איז כל יום, און די חיוב פון כל היום איז נאר מצוה מן המובחר ע״ש. ואולי היא מחמת האי טענה אז אויב איז עס געהעריג מדאורייתא לחיוב כל היום, איז ווי אזוי האט מען געקענט ממעט זיין דערפון בקום ועשה? וע״ש באריכות בביאור הלכה וואו ער ברענגט צו דער ישועות יעקב וואס האלט אז די מצוה כל היום איז אויך דאורייתא, און ער וואונדערט זיך טאקע ווי אזוי חז״ל האבן דאס געקענט עוקר זיין, ובפרט טאמער איז שמירה בנקיות נאר א דרבנן. (ואולי קען מען ענטפערן עפ"י תוס' ביבמות פח. ד"ה מתוך ובדף פט: ד"ה כיון אז "בדבר שיש קצת טעם וסמך לא חשיב עוקר דבר מן התורה" ואפילו בקום ועשה ע"ש. און דא איז א קרוב לוודאי, צי גאר א וודאי גמור, שלא ישמרם בנקיות, אם עכ"פ החיוב לשמרם בנקיות היא מדאורייתא.) און ער זאגט אז איינער וואס קען טאקע שומר זיין בגוף נקי, דארף טאקע גיין דערמיט כל היום. וכן פסק בעל המאור ע״ש. (דאס האט זיכער נישט קיין הסכמה און איז נישט מקובל כהיום.)

ואגב, די לשון הלבוש באו״ח סימן לז סעיף ב איז:
ומצותן להיות עליו כל היום, דהא סתם כתיב וקשרתם אותם וגו׳, משמע קשירה תמידית. ועוד, כתיב והיו לאות על ידך ולזכרון בין עיניך, ואות וזכרון צריכין להיות תמידין. אבל מפני שצריכין גוף נקי שלא יפיח בהן מפני קדושתן, ועוד שצריכין שלא יסיח דעתו מהן בעודן עליו, כמו שאמרנו למעלה קל וחומר מציץ, ואין כל אדם יכול ליזהר בזה, ע״כ נהגו שלא להניחם כלל כל היום, כי סגי להו בקשירה פעם אחת בכל יום, אף על פי שיסירם מיד נמי יצא ידי זכירה וקשירה. ומכל מקום אמרו חז״ל, צריך כל אדם ליזהר בהן להיותם עליו לכל הפחות בשעת קריאת שמע ותפילה, ובזמן קצר כזה יכול כל אדם ליזהר שלא יפיח בהם ושלא יסיח מהם דעתו.
ווייניגער ווי "פעם אחת בכל יום" (חוץ משבת ויו"ט דאימעיט בהדיא) איז אבער נישט "סגי". ועיין במש״כ בסימן כה סעיף א ובסימן נח סעיף ב וואו ער זאגט אז די מצות תפילין איז למעשה נישט תלוי בק״ש ותפילה, און טאמער האט מען געליינט אָן דעם איז דערנאך יניחן ויברך עליהן ויחזור ויקרא ק״ש בהן כקורא בתורה (ווי אויך ברענגט ער ארויס אז די עיקר ענין ומצוה מן המובחר איז ק״ש ביחד עם תפילין אבער ול״ד ביחד עם ציצית, וואס מצות ציצית שטייט נישט בק״ש גופא און נאר אין די פרשה פון יציאת מצרים, ועיין בתוס׳ בברכות יד: ד״ה ומנח) ע״ש.

5). דער מאירי באציהט זיך צו וואו א מענטש האט א גילטיגע תירוץ, יהיה מה שיהיה, פארוואס ער קען נישט לייגן קיין תפילין. אלס קדושה וזהירות מעבירות והירהורים וכדומה. אין אזא פאל שטרענג דיך אָן כאטש בעשי״ת וכדומה. אבער נישט ווען דאס איז ״דרך פירוק עול מצות״ ע״ש. מיינענדיג, אז ס׳איז נישט מוכרח אז דער מאירי האלט אז ס׳איז נישט קיין חיוב בעצם כל יום. נאר מ׳רעדט דא פון א גילטיגע תירוץ ופטור פארוואס נישט. (ועיין בכד הקמח לרבינו בחיי ערך תפילין.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re:

שליחה דורך שמן למאור »

1) אין אני נוהגים כן כלל וכלל. דהיינו אפילו ס'איז דא אסאך צייט צו לייגן תפילין, ליינען קרי"ש און דאווענען בזמן, וועלן ערליכע אידן ליינען קרי"ש בלי תפילין, לערנען א בלאט גמרא, און דאן דאווענען און ליינען קרי"ש נאכן זמן מיט תפילין. אונז האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם מעיד עדות שקר בעצמו.

2) קען טאקע זיין אז רבינו ירוחם האלט אז ס'איז יא א חיוב בכל יום, מען זעט דאך אז די פרי מגדים האט אזוי געהאלטן, יתכן אז ער האט אויך אזוי געהאלטן. אבער אפילו ער ניצט נישט די לשון חיוב, מעגליך ער איז אויך נישט זיכער אויב ער זאל אננעמען א 'חיוב' כל יום. ס'איז אויך מסתבר אז ער רעדט ווייטער וועגן די חלק אז היות מען האט ממעט געווען פון כל 'ה'יום, בלייבט יעצט די חיוב כל יום מחמת דעם עדות שקר, וואס מיר כהיום נעמען נישט אן כדלעיל. פושעי ישראל דאס זאגט זיך שוין גרינגער...

3) פארוואס איז עס א דוחק? עס איז א מצוה חשובה ווי מער מען טוט עס, אבער מען 'דארף' עס טון לכה"פ איין מאל אין לעבן.

4) דאס אז ס'איז א גוטע פראגע איז פשט אז עס האט נישט קיין בפירושע ענטפער, און די תורה האט עס געלאזט אפן פאר כל אחד זיך צו טרעפן זיין פלאץ דערין. פונעם לבוש זעט יא אויס ווי ער האלט אז ס'איז א חיוב בכל יום בלאו די חלק פון עדות שקר, אבער מען קען נאכאלץ זאגן אז ער האלט נאר אז אפילו מען האט שוין געליינט אן תפילין און מעיד געווען עדות שקר, זאל מען עס פאררעכטן מיטן ליינען נאכאמאל מיט תפילין. ס'איז מער א דין אין קרי"ש ווי אין תפילין. דא איז שווערער צו זאגן אז מיר נעמען נישט אן אזוי, ווייל מען פירט זיך יא צו ליינען שפעטער מיט תפילין.

5) זייער שווער אזוי צו זאגן. אגאנץ יאר קען מען עס נישט מאכן ארבעטן און לייגן תפילין? און ס'איז נאך נכון בעיניו? ס'מער משמע אז קיין חיוב ליתא, און ממילא דארף מען זיך נישט אנשטרענגען צו האבן א גוף נקי, על אף אויב ער וויל קען ער זיך אנשטרענגען און האבן א גוף נקי ועשי"ת יוכיח.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 12:15 pm 1) אין אנו נוהגים כן כלל וכלל. דהיינו אפילו ס'איז דא אסאך צייט צו לייגן תפילין, ליינען קרי"ש און דאווענען בזמן, וועלן ערליכע אידן ליינען קרי"ש בלי תפילין, לערנען א בלאט גמרא, און דאן דאווענען און ליינען קרי"ש נאכן זמן מיט תפילין. אונז האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט דעם מעיד עדות שקר בעצמו.
אויף דעם האב איך געזאגט אז מ'קען דאס פארענטפערן מיט דעם אז מ'פארלאזט זיך אז מ'גייט למעשה ליינעם קרי"ש שפעטער עם התפילין. און ווי דו זאגסט שפעטער, אין פונקט 4, איז דאס וואס מ'איז יא נוהגין. זאת ועוד, אז ווי איך האב געזאגט, אויב גייט מען מיט מה שקבלנו, איז דאך אָנגענומען פונקט אזוי אז עס איז א חיוב לעצמו בכל יום. עס איז שווער צו זיין א פותח על שתי הסעיפים און זאגן מ'האט נישט אָנגענומען דעם קשר לק"ש (בזמנה) אבער זיך מתעלם זיין פונעם קבלת החיוב שקיבלו בתפילין גרידא.
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 12:15 pm 2) קען טאקע זיין אז רבינו ירוחם האלט אז ס'איז יא א חיוב בכל יום, מען זעט דאך אז די פרי מגדים האט אזוי געהאלטן, יתכן אז ער האט אויך אזוי געהאלטן. אבער אפילו ער נוצט נישט די לשון חיוב, מעגליך ער איז אויך נישט זיכער אויב ער זאל אננעמען א 'חיוב' כל יום. ס'איז אויך מסתבר אז ער רעדט ווייטער וועגן די חלק אז היות מען האט ממעט געווען פון כל 'ה'יום, בלייבט יעצט די חיוב כל יום מחמת דעם עדות שקר, וואס מיר כהיום נעמען נישט אן כדלעיל. פושעי ישראל דאס זאגט זיך שוין גרינגער...
אין די קאנטעקסט און אינעם לשון פונעם רבינו ירוחם איז אסאך מער מסתבר צו זאגן אז עס איז בגדר חיוב וז"ל:
פירוש, שלא החזיקו בהם להניחן כל היום מפני הרמאים, אבל בשעת תפילה כל אחד מישראל נקרא מפושעי ישראל אם לא יניחם
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 12:15 pm3) פארוואס איז עס א דוחק? עס איז א מצוה חשובה ווי מער מען טוט עס, אבער מען 'דארף' עס טון לכה"פ איין מאל אין לעבן.

דאס אז ס'איז א גוטע פראגע איז פשט אז עס האט נישט קיין בפירושע ענטפער, און די תורה האט עס געלאזט אפען פאר כל אחד זיך צו טרעפן זיין פלאץ דערין.
איינמאל דו עפענסט די טיר און דו ביסט מודה אז עפעס א חיוב איז דא, וכלשון הרמב"ם בהל' ברכות פי"א ה"ב:
יש מצות עשה שאדם חייב להשתדל ולרדוף עד שיעשה אותה כגון תפילין וסוכה ולולב ושופר ואלו הן הנקראין חובה לפי שאדם חייב על כל פנים לעשות ויש מצוה שאינה חובה אלא דומין לרשות כגון מזוזה ומעקה
דאן האסטו דריי ברירות: אדער זאגן אז די חיוב איז כאטש איינמאל אין לעבן, אדער אז "ווען דו ווילסט, אבער עס מוז זיין", אדער יעדן טאג. די צווייטע איז דאס ווייניגסטע מסתבר, וויבאלד דאס אונטערמינעוועט די גאנצע חיוב דערפון. "מוזט עס טוהן אבער ווען אימער"?! און ענליך איז בנוגע "איינמאל אין לעבן". איז דאס מערסטע מסתבר, מסברא חיצונה, אז עס איז בכל יום. קעגן "בכל יום" זענען זיי זיכער א דוחק און ווייניגער מסתבר.

(הגם אז דו קענסט טענה'ן אז פונעם לשון הרמב"ם "עד שיעשה אותה" קען משמע זיין נאר איינמאל אין פערטיג. אבער עס איז ענליך צו מצות לולב ושופר וואס ער דערמאנט דארט בחדא מחתא - עס מיינט "עד שיעשה אותה" בזמן חיובה, וואס ביי לולב וסוכה ושופר איז דאס אין זייער באשטימטע זמן בכל שנה ושנה, און ביי תפילין איז דאס יעדן טאג.)
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 12:15 pm4)פונעם לבוש זעט יא אויס ווי ער האלט אז ס'איז א חיוב בכל יום בלאו די חלק פון עדות שקר, אבער מען קען נאכאלץ זאגן אז ער האלט נאר אז אפילו מען האט שוין געליינט אן תפילין און מעיד געווען עדות שקר, זאל מען עס פאררעכטן מיטן ליינען נאכאמאל מיט תפילין. ס'איז מער א דין אין קרי"ש ווי אין תפילין. דא איז שווערער צו זאגן אז מיר נעמען נישט אן אזוי, ווייל מען פירט זיך יא צו ליינען שפעטער מיט תפילין.
די לבוש בסימן לז רעדט ביי הלכות תפילין. אין זיין גאנצע סעיף באציהט ער זיך צום חיוב ומצוה פון תפילין. משתעי בתפילין און באציהט זיך צו א חיוב בק"ש? א דוחק. ובפרט וואו ער באציהט זיך צום זמן קצר של ק"ש איבער וואס מ'האט אָנגעטוהן די תפילין, שאז בוודאי יכול להיזהר בגוף נקי. ובסימן כה וסימן נח טיילט ער טאקע אפ די מצוה וחיוב פון תפילין ממצות ק״ש וכדכתבתי.
שמן למאור האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 12:15 pm5) זייער שווער אזוי צו זאגן. אגאנץ יאר קען מען עס נישט מאכן ארבעטן און לייגן תפילין? און ס'איז נאך נכון בעיניו? ס'מער משמע אז קיין חיוב ליתא, און ממילא דארף מען זיך נישט אנשטרענגען צו האבן א גוף נקי, על אף אויב ער וויל קען ער זיך אנשטרענגען און האבן א גוף נקי ועשי"ת יוכיח.
ולפי ווי דו לערענסט אפ איז דאך פונקט אזוי שווער. אויב איז נישטא קיין חיוב (ואפשר אפילו נישט איינמאל א יאר אויך נישט וכנ"ל), דאן פארוואס דארף דער מאירי צוקומען אז מ'טוהט דאס נישט מחמת א תירוץ של אונס בזהירותן? מ'טוהט דאס נישט מחמת ווייל עס איז נישט קיין חיוב אָנצוטוהן בכלל! מ'קען נישט איינעם פארהאלטן אויב עס איז נישטא קיין חיוב בכלל! מ'האלט אים פאר אז ער דארף טוהן "א גוטע זאך" דלא מטא זמן חיוביה?! (און אויב איז דאס אזוי ווי ציצית, איז דאך ווייטער מודה געווען אז עס איז יעדן טאג אזוי ווי ציצית להכניס את עצמו בהחיוב.)

אלא מאי איז מער מסתבר צו זאגן אז עס איז יא דא א חיוב, נאר מ'האט א גוטע תירוץ ואונס בדין המצוה והחיוב, אויף וועלכע מ'דארף זיך סתם אזוי נישט שטארקן; דורך די תירוץ איז עס נישט קיין זילזול אינעם חיוב. אבער ארום די ימים נוראים ועשי"ת זאל מען יא זעהן זיך צו שטארקן קעגן דעם אונס בזהירות מיט אַן עקסטערע עפארט לפנמשה"ד. (וכעין מש"כ המחבר באו"ח סימן תרג לגבי זהירות מפת (פלטר של) עכו"ם עכ"פ בעשי"ת ע"ש, דיכולין להקל מן הדין בשאר ימות השנה כדאיתא ביו"ד סימן קיב סעיף ב ע"ש.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re:

שליחה דורך שמן למאור »

1) אויף עפעס וואס איז דא א חיוב צו טון, און מען טוט עס נישט, אויף דעם קען מען זאגן פוק חזי. אבער אויף עפעס וואס איז נישטא קיין חיוב, און מען טוט עס יא, אויף דעם מוז נאכנישט זיין אז עס ווערט א חיוב. עס קיין זיין אז מען פירט זיך אזוי, אבער קיין חיוב איז עס נישט.

2) די רבינו ירוחם איז סתם אזוי שווער, ס'איז עפעס א דין אין תפילה? לאמיר זאגן אז א איד האט שוין אנגעטון תפילין און געליינט קרי"ש און געלערנט א בלאט גמרא. דאן טוט ער אויס די תפילין און שטעלט זיך דאווענען שחרית אן די תפילין, הייסט ער דען א פושעי ישראל? פון די לשון איז משמע אז יא, אבער וואס איז די מקור אויף אזא דין?

3) מען טרעפט אזא זאך למשל ביי די מצוה פון קדושים תהיה, קדש עצמך במותר לך. עס איז א מצוה ווי מער, אבער קיין חיוב איז נישטא אויף יעדע זאך וואס מען קען זיך מקדש זיין. אפשר האב איך דא געעפנט א פרישע פעקל שרצים, אבער מען קען עס זייער פיין הערן. די חיוב איז צו לייגן, קענסט זיך נישט מתעלם זיין דערפון, ווען יא? כל אחד לפי מה שהוא אדם. איינער לייגט איין מאל א יאר עשי"ת, א צווייטער לייגט ווען ער גייט אריבער א דוחן חב"ד, און א דריטער לייגט בכל יום.

4) די לבוש קען מען זאגן רעדט טאקע אין הלכות תפילין, אבער ער זאגט א דין אין קרי"ש, די סיבה איז ווייל די גאנצע חיוב פון תפילין בכל יום לשיטתו א דין אין קרי"ש און וועגן דעם ברענגט ער עס במקומו אין הלכות תפילין, ווייל דאס איז די גאנצע חיוב הנחה בכל יום.

5) לויט מיר קען מען זאגן אז היות קיין חיוב איז בעצם נישטא יעדן טאג, און ער האט נישט ממש אזא גוף נקי, דאן דארף ער זיך נישט אנשטרענגען און זען יא צו האבן א גוף נקי. ווען נישט די גוף נקי פראבלעם וואלט די מאירי אויך געהאלטן אז ס'איז א שיינע מצוה וואס מען זאל טון ווי מער, און ער וואלט נישט אויסגעפירט אז הדבר נכון בעיניו צו לייגן נאר איין וואך אין יאר. לויט דיר איז שווער, ווייל אויב איז ער טאקע בגדר אונס, דאן מאי שנא עשי"ת? אלא מאי עשי"ת קען מען זיך אן עצה געבן, הייסט עס אז ס'איז סתם פוילע תירוצים, נו, דאן שטרענג דיך אויך אן יעדן טאג צו מקיים זיין דעם חיוב פון כל יום.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

1). די דמיון איז אז פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז אויב איז די קביעות חיוב דערין מקושר בק״ש, דאן אויב טוהט מען דאס נישט בק״ש איז דאך נעקר החיוב. איז דאס זעלבע לגבי הסברא בקביעת החיוב מפני עצמו, דארף די פוק חזי פונקט אזוי גילטיג זיין. מאי שנא? און דאס איז ברור אז דאס וואס קהל ישראל האט דאס אָנגענומען בהסכמה כהיום, איז אלס עס איז א ״חיוב״ פאר זיך. איז מה ראית לחלק?

2). דער רבינו ירוחם בפשטות רעדט אז טאמער לייגט ער עס נישט בכלל ביום, ואפילו נישט בעת התפילה. דאן איז ער א ״פושע ישראל״. אין א פאל וואו ער לייגט יא יענעם טאג, נאר נישט בתפילה דוקא (וואס איז טאקע אביסל מוזר), איז ער נישט קיין ״פושע ישראל״ ואפילו לרבינו ירוחם. ופשוט. די געדאנק פון ״תפילה״ איז טאקע ווייל עס איז בכל יום, און דעמאלטס האט מען עס טאקע אוועקגעשטעלט.

3). ווי געזאגט, מ׳איז מודה ס׳איז א חיוב גמור וואס מ׳דארף ״לרדוף עד שיעשנה״ וכלשון הרמב״ם. און פון די דריי ברירות וואס זענען שייך, איז ״בכל יום״ דאס מערסטע מסתבר אלס החיוב, ווי איידער ״ווען דו ווילסט״ ואפילו ״איינמאל אין לעבן״ ונתת דבריך לשיעורין.

4). די לשון הלבוש איז אז עס איז ״סגי בקשירה פעם אחת בכל יום״. דארטן בסימן לז איז גאר שווער איינצוזעצן אז עס איז א דין בק״ש. און ווי געזאגט, טיילט ער טאקע בפירוש אפ, בסימן כה וסימן נח, מצות ודין תפילין ממצות ודין ק״ש.

5). ווי געזאגט, די ״מאי שנא עשי״ת?״ איז אז מעיקר הדין, וויבאלד ער האט אַן אונס פון זהירות בגוף נקי וקדושה, איז ער פטור מעיקר הדין פונעם חיוב מצות תפילין שהיא בכל יום. ס׳איז נישט קיין ״פוילע תירוץ״ און ער דארף זיך נישט איבערשטרענגען. בעשי״ת זאל ער טוהן לפנים משורת הדין און זיך יא איבערשטרענגען. (ס׳איז טאקע א בעסערע תירוץ ווי די תירוץ בעירובין סה. וועלכע פטר׳ט נאר מדין כוונה בתפילה, אבער נישט מחיובו ממש. וע״ש ברש״י ובמהרש״א.)

קענסט עס באטראכטן ווי בעשי"ת גייט נישט אָן דערביי דעם (ירושלמי ברכות פ"ב ה"ט) כל מי שהוא פטור מדבר ועושה נקרא הדיוט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מי אני, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתתיהו
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 8:43 pm
האט שוין געלייקט: 127 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך מתתיהו »

ישר כוח פאר די שיינע שמועס! איך בין נאכנישט אנגעקומען צו ליינען אלעס אבער לאמיר דא אריינווארפן אפאר מראה מקומות וואס קען זיין אינטערסאנט.

מ'זעהט די יסוד אז א מצוה אהן קיין ספעציפישע זמן איז מען מחיוב צו טוהן איינמאל יעדן טאג ביי "מצות תפילה", וואס דער רמב"ם האלט אז עס איז מן התורה "איינמאל יעדן טאג" ווי דער רמב"ם שרייבט אנפאנג הלכות תפלה "מצות עשה להתפלל בכל יום שנאמר ועבדתם את ה' אלהיכם".

אזוי אויך דער רמב"ן אין ספר המצות עשה ה' ווי ער איז חולק אויפן רמב"ם ברעגנט ער א ראיה פון די גמרא אז מען איז נישט מחויב בכל יום, און זאגט אז לפי"ז מיז זיין אז עס איז קיינמאל נישט דא קיין חיוב. וזה לשונו:
ועוד שמי שנאנס ולא התפלל בשחרית ובמנחה נסתפק בעצמו ספק התפלל ספק לא התפלל אם כן לפי דבריו של הרב היה צריך לחזור ולהתפלל והם פסקו לעולם בכל ספק בתפלה שאינו חוזר ומתפלל מפני שהיא מדרבנן ואם אינה מצוה בכל יום מתי תהיה החובה הזאת המוטלת עלינו מה"ת שיתפלל יום אחד בשנה או בכל ימיו פעם אחת וכבר אמרו ברב יהודה דמתלתין יומין לתלתין יומין הוה מצלי לפי שהיה עוסק בתורה

און אזוי שרייבט אויך די כסף משנה ריש הל' תפילה בדעת הרמב"ם. (אבל עיי"ש בלחם משנה שכתוב טעם אחר)
ודעת רבינו שמצות עשה מן התורה להתפלל בכל יום ממ"ש ועבדתם את ה' ועבודה זו צריכה שתהיה בכל יום שאם אינה בכל יום אולי נבא לומר שהיא פעם אחת בכל ימיו וזה ממה שלא יסבלהו הדעת וא"כ ע"כ החיוב הוא להתפלל בכל יום אבל אין מנין התפלות מן התורה אלא בפעם אחת ביום סגי:

אזוי זעהט מען אויך אין כסף משנה לענין תפילין להדיא אז די חיוב איז איינמאל א טאג.
כסף משנה הלכות יסודי התורה פרק ה':
וכתב הר"ן בפ' במה טומנין דלא אמרו יהרג ואל יעבור אלא לעבור על מצות ל"ת אבל לא דגזרו לבטל מצות עשה כיון שאינו עובר בידים ועוד שהם יכולים לבטלה ממנו על כרחו שיניחוהו בבית האסורין ותבטל מאליה עכ"ל. וקשיא לי שהרי רב חנינא בן תרדיון מסר נפשו כדי לעסוק בתורה וכן ר' יהודה בן בבא כדי לסמוך זקנים ובמדרש מה לך יוצא ליסקל על שנטלתי לולב מה לך יוצא ליצלב על שמלתי את בני ואין לומר מדת חסידות שנו כאן אלא משמע שעל פי הדין היו עושים כן וההיא דאלישע בעל כנפים לא מכרעא דכבר קיים באותו היום מצות תפילין וגם לא אמר לקסדור שמקיים גזירתם שלא להניח תפילין אבל השיב למה ששאלו מה זה בידך ואמר כנפי יונה:
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

מצוות עונה עיקר מצוותה גם כל היום אבל משום חולשת הדורות…

ואותו ענין במצוות כמו לימוד התורה, כיבוד או״א, וכו׳. וגם מצינו שישראל סבא נענש על כל יום שפספס את מצוות כיבוד או״א, ומי יאמר זכיתי לבי ועל זה ידוו כל הדווים pun intended.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך כרם זית »

זייער א שיינע שמועס פון אלע זייטן. כהאב נישט יעצט די כח דורכצוטון אלע צדדים און לאזן הערן מיין קלות ראש'דיגע מיינונג, נאר עטליכע הערות:

א - ווען מען ברענגט א ראיה פון די גמרא אז כל הקורא קריאת שמע בלא תפילין מעיד עדות שקר בעצמו, דארף מען פארשטיין אז נישט דאס איז די מקור און טעם פארוואס מען דארף לייגן תפילין יעדן טאג. נאר ווי די סדר האגדה אין די גמרא מאכט מען אויף שיינע טעמים אויף ענינים וואס זענען שוין סיי ווי איינגעפירט. ממילא די טעם פארוואס מען דארף גיין מיט תפילין איז נישט צוליב די עדות שקר פראבלעם נאר אלס אן אנדערע סיבה וואס שטייט נישט אין די גמרא.

ב - ווען מען וויל ברענגן א ראיה פון מנהג ישראל (פוק חזי מאי עמא דבר) דארף מען געדענקען אז די געדאנק הונטער דעם איז אז כלל ישראל האט א השגחה פרטית אז ווי אזוי זיי פירן זיך ווערט / איז די הלכה, ווי אויסגעשמועסט דורך רבי זכריה פרנקל. ממילא איז נישט אויסגעהאלטן צו ברענגען א ראיה אז "רוב כלל ישראל" לייגט נישט תפילין, נאר עס דארף זיין א ראיה פון רוב "הלכה'דיגע אידן"- אידן וואס עס גייט זיי אן דעם רצון ה', וויבאלד נאר זיי האבן די השגחה פרטית זיך צו פירן הלכה'דיג.

ג - איך האב אמאל געזען (דאכט זיך אין 'פסקי תשובות') אז דער בריסקער רב פלעגט נישט לייגן תפילין חול המועד צוליב די שיטות אז עס איז אסור, אבער ער פלעגט עס "משלים זיין" מיטן אן טון פאר לענגער נאך יום טוב. עכ"פ לויט בריסקער רב האט די מצוה גארנישט צו טון מיטן טאג, נאר עס איז א מצות עשה וואס מען דארף פראבירן מקיים זיין וויפיל מאל מען קען, עכ"פ מדאורייתא.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

כרם זית האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 2:33 pmאיך האב אמאל געזען (דאכט זיך אין 'פסקי תשובות') אז דער בריסקער רב פלעגט נישט לייגן תפילין חול המועד צוליב די שיטות אז עס איז אסור, אבער ער פלעגט עס "משלים זיין" מיטן אן טון פאר לענגער נאך יום טוב. עכ"פ לויט בריסקער רב האט די מצוה גארנישט צו טון מיטן טאג, נאר עס איז א מצות עשה וואס מען דארף פראבירן מקיים זיין וויפיל מאל מען קען, עכ"פ מדאורייתא.
אט דאס איז בעצם די טענה פונעם אשל אברהם שציינתי: טאמער איז עס א חיוב מה"ת יעדן טאג (חוץ משבת ויו"ט), דאן ווי אזוי קען מען מקיל זיין מספק דאס נישט אָנצוטוהן בחוה"מ? עס קען נאר זיין מטעם שב ואל תעשה. (ער דערמאנט אויך דארט די געדאנק פון הסכמה לגבי הלכה.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך כרם זית »

אגב איז ער געווען די איינציגסטע חסידישע רבי וועלכע איז געגאנגען תפילין חול המועד.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

שליחה דורך צועקים וזועקים »

Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?

יא! אז נישט הייסט מען א קרקפתא דלא מנח תפילין ה"י.
פארשפארט