מקור?צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:52 pm Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
יא! אז נישט הייסט מען א קרקפתא דלא מנח תפילין ה"י.
איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 174
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
- האט שוין געלייקט: 193 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
ראש השנה יז.סקעפטיקער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 3:09 pmמקור?צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:52 pm Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
יא! אז נישט הייסט מען א קרקפתא דלא מנח תפילין ה"י.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
לויט דיר אז איינער האט נישט געלייגט תפילין דריי אזייגער היינט איז אויך א קדמ"ת ה"י ווער זאגט סמיינט א טאג אפשר מיינט עס יעדע שעה?צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:52 pm Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
יא! אז נישט הייסט מען א קרקפתא דלא מנח תפילין ה"י.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 174
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
- האט שוין געלייקט: 193 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
עס איז צוטיילט אין 2. דאס איז עס איז א חיוב צו לייגן תפילין יעדען טאג שטייט אין שו"ע. בנוגע קרקפתא דלא מנח תפילין מיט די גאר הארבע זאכן וואס קומט מיט, איז א מחלוקת ראשונים צו דאס גייט אויף יעדען טאג צו איינמאל אין לעבן.שפילער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 3:19 pmלויט דיר אז איינער האט נישט געלייגט תפילין דריי אזייגער היינט איז אויך א קדמ"ת ה"י ווער זאגט סמיינט א טאג אפשר מיינט עס יעדע שעה?צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:52 pm Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
יא! אז נישט הייסט מען א קרקפתא דלא מנח תפילין ה"י.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
אט דאס האט מען ארויסגעברענגט לאורך האשכול לגבי החיוב של מצות תפילין: אויב מ'איז שוין מודה אז ס'דא א חיוב להניח תפילין (וכלשונו של הרמב"ם), איז דאן מסתבר ומוכרח אז עס קומט אויף יעדן טאג. וכעין ווי מ'טרעפט ביי די מצוה פון תפילה לפי הרמב"ם. די שאלה איז צי ענליך ווי ביי תפילה וואו די חיוב (מדאורייתא לפי הרמב"ם) איז אויף איינמאל א טאג, און דערנאך ווערט עס (לאחר קביעת זמני התפילה בתוך היום מדרבנן) מער אַן ענין פון (ברכות כא.) ולוואי שיתפלל אדם כל היום כולו, צי איז דאס זעלבע לגבי מצות תפילין. מיינענדיג, אז ביי מצות תפילין אויך, צי איז די חיוב אויף יעדן טאג, און דערנאך נאר א "מצוה מן המובחר" אויף יעדעס שעה מעגליך. אדער איז די עיקר החיוב ביי תפילין טאקע אויף כל היום אויך, נאר וויבאלד מ'קען נישט/עס איז נישט שייך לשומרה בנקיות הגוף, איז דאס א פטור פונעם חיוב אויף כל היום און מ'בלייבט אויף כאטש כל יום וואס (מ'האט אָנגענומען אז) מ'קען (בדרך כלל) יא שומר זיין.
ואולי איז די סיבה פארוואס דער רמב"ם זאגט נישט בפירוש אז מצות תפילין איז בכל יום כמו שכתב לגבי תפילה, איז וויבאלד אז עס איז נישט ברור אז יעדער וועט דאס קענען מקיים זיין כסדר בכל יום. ס'איז שייך ער זאל האבן א פטור מהחיוב וכדברי המאירי. און דערפאר בלייבט ער נאר מיט׳ן זאגן אז בעצם איז מצותן כל היום, וואס ענטעילד שוין דאס ממילא. משא"כ במצות תפילה.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:52 pm Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
יא!
לויט טייל שיטות
אז נישט הייסט מען א קרקפתא דלא מנח תפילין ה"י.
אויך נאר אויב די סיבה איז ווייל ער וויל נישט אנערקענען וואס סשטייט אין תפילין אבער אויב האט נישט קיין צייט איז מען נישט קיין קרקפתא
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער ר״ת בתוס׳ בר״ה יז. ד״ה קרקפתא זאגט אז פושעי ישראל בגופן שהיא קרקפתא דלא מנח תפילין איז נאר כשהמצוה בזויה עליו שמגונות עליו רצועות של תפלין שבראשו, אבער נישט טאמער האט ער אַן אמתלא פארוואס ער לייגט דאס נישט ע״ש. דער ב״י באו״ח סימן לז לערענט אבער אפ אז דער רא״ש טור ורבינו ירוחם קריגן זיך און האלטן אז כל מי שאין מניחן מאיזה טעם שיהיה הוא בכלל פושעי ישראל בגופן ע״ש. דער ב״ח דינגט זיך דערמיט און זאגט אז דער טור לייגט נאר צו אז טאמער לייגט ער נישט תפילין מחמת שאינו רוצה להתבטל ממלאכתו איז ער א ״קלענערע״ סארט פושעי ישראל בגופו, אע״ג דאין המצוה בזויה עליו ע״ש.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
אזוי ש'מיר ש'דיר ארויסגעלאזט א לעז אויף רוב כלל ישראל, רח"ל, וואס גייסטו טוהן אום עשרת ימי תשובה צו ווייזן אז דו מיינסט עס ערנסט? תפילין יעדן טאג לייגסטו דאך שוין... פאר'ן דורכשניטליכער "פרייער" איד גייט פונקט אזוי אן דעם רצון השם ווי דעם חסידישן איד (אויב נישט מער), איך וועל נישט גיין אזוי ווייט ווי זאגן אז דאס אז רוב אידן האבן באשלאסן אז דעם רצון השם איז לאו דווקא אז מ'זאל היטן די רעליגיע פון די רבנים וואס מ'רופט "הלכה" איז אליין א טייל פונעם השגחה פרטית ופקו חזי מאי עמא דבר, אבער לשטיתך דארף אזוי אויסצוקומען אויב פאלגט מען נאך דעם גאנצן חשבון.כרם זית האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:33 pm ב - ווען מען וויל ברענגן א ראיה פון מנהג ישראל (פוק חזי מאי עמא דבר) דארף מען געדענקען אז די געדאנק הונטער דעם איז אז כלל ישראל האט א השגחה פרטית אז ווי אזוי זיי פירן זיך ווערט / איז די הלכה, ווי אויסגעשמועסט דורך רבי זכריה פרנקל. ממילא איז נישט אויסגעהאלטן צו ברענגען א ראיה אז "רוב כלל ישראל" לייגט נישט תפילין, נאר עס דארף זיין א ראיה פון רוב "הלכה'דיגע אידן"- אידן וואס עס גייט זיי אן דעם רצון ה', וויבאלד נאר זיי האבן די השגחה פרטית זיך צו פירן הלכה'דיג.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
איך האב ליב יעדע איד מיט מיין גאנצע הארץ, נישט קיין חילוק צו ער איז ליידער א פרייער איד, אדער צו ער איז ליידער אן עקטרעמיסטישער איד...
אין די תורה שטייט ולא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל, אז מ'דארף פאלגן און זיך פירן ווי די חכמים אין יעדן דור לערנען אונז דעם דרך השם, ויאמינו בהשם ובמשה עבדו.
ס'איז דא נעבעך אסאך מאחינו בני ישראל וואס פירן זיך נישט אזוי, אדער צוליב וואס זיי ווייסן אפי' נישט דערפון, מ'האט זיי נישט אויסגעלערנט, ס'איז זיי צו שווער, זיי האבן תאוות, זיי זענען איינגערעדט אז זיי טוען ריכטיג, צו סיי וואס, און איך איך בין מתפלל אז ס'זאל ווערן אויסגעריסן די חטאים ולא חוטאים, (אויסער א מין וכופר בעיקר).
איך בעט אויך דעם רבוש"ע אז איך אליינס זאל קענען תשובה טוהן אויף מיינע זינד וואס איך האב עובר געווען אויף רצון השם ביודעים ובלא יודעים
אזוי אויך בין איך מתפלל אז אזוי ווי איך בין נישט אין הימל, און איך ווייס נישט צו איך בין אמת'דיג ריכטיג מיט מיר אליינס, בעט איך ינחינו בדרך האמת, און קענען אנקומען צום אמת (חותמו של הקב"ה) אפי' ס'איז שווער.
די עיקר איז, און איך בין א נאר אין איך גלייב, און איך האף צום אייבערשטן נישט פארשעמט צו ווערן.
אין די תורה שטייט ולא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל, אז מ'דארף פאלגן און זיך פירן ווי די חכמים אין יעדן דור לערנען אונז דעם דרך השם, ויאמינו בהשם ובמשה עבדו.
ס'איז דא נעבעך אסאך מאחינו בני ישראל וואס פירן זיך נישט אזוי, אדער צוליב וואס זיי ווייסן אפי' נישט דערפון, מ'האט זיי נישט אויסגעלערנט, ס'איז זיי צו שווער, זיי האבן תאוות, זיי זענען איינגערעדט אז זיי טוען ריכטיג, צו סיי וואס, און איך איך בין מתפלל אז ס'זאל ווערן אויסגעריסן די חטאים ולא חוטאים, (אויסער א מין וכופר בעיקר).
איך בעט אויך דעם רבוש"ע אז איך אליינס זאל קענען תשובה טוהן אויף מיינע זינד וואס איך האב עובר געווען אויף רצון השם ביודעים ובלא יודעים
אזוי אויך בין איך מתפלל אז אזוי ווי איך בין נישט אין הימל, און איך ווייס נישט צו איך בין אמת'דיג ריכטיג מיט מיר אליינס, בעט איך ינחינו בדרך האמת, און קענען אנקומען צום אמת (חותמו של הקב"ה) אפי' ס'איז שווער.
די עיקר איז, און איך בין א נאר אין איך גלייב, און איך האף צום אייבערשטן נישט פארשעמט צו ווערן.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re:
דא האב איך געשריבן:ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 5:52 pmאזוי ש'מיר ש'דיר ארויסגעלאזט א לעז אויף רוב כלל ישראל, רח"ל, וואס גייסטו טוהן אום עשרת ימי תשובה צו ווייזן אז דו מיינסט עס ערנסט? תפילין יעדן טאג לייגסטו דאך שוין... פאר'ן דורכשניטליכער "פרייער" איד גייט פונקט אזוי אן דעם רצון השם ווי דעם חסידישן איד (אויב נישט מער), איך וועל נישט גיין אזוי ווייט ווי זאגן אז דאס אז רוב אידן האבן באשלאסן אז דעם רצון השם איז לאו דווקא אז מ'זאל היטן די רעליגיע פון די רבנים וואס מ'רופט "הלכה" איז אליין א טייל פונעם השגחה פרטית ופקו חזי מאי עמא דבר, אבער לשטיתך דארף אזוי אויסצוקומען אויב פאלגט מען נאך דעם גאנצן חשבון.כרם זית האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:33 pm ב - ווען מען וויל ברענגן א ראיה פון מנהג ישראל (פוק חזי מאי עמא דבר) דארף מען געדענקען אז די געדאנק הונטער דעם איז אז כלל ישראל האט א השגחה פרטית אז ווי אזוי זיי פירן זיך ווערט / איז די הלכה, ווי אויסגעשמועסט דורך רבי זכריה פרנקל. ממילא איז נישט אויסגעהאלטן צו ברענגען א ראיה אז "רוב כלל ישראל" לייגט נישט תפילין, נאר עס דארף זיין א ראיה פון רוב "הלכה'דיגע אידן"- אידן וואס עס גייט זיי אן דעם רצון ה', וויבאלד נאר זיי האבן די השגחה פרטית זיך צו פירן הלכה'דיג.
דאס איז לכאורה וואס @כרם זית מיינט - ״רצון ה׳״ איז א לשון מושאל ל״חיי הלכה״.מי אני האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 17, 2023 12:18 amאיך גלייב אז דאס קען אָנרירן אויף א פאָלאָסי פון קאַמפּאזישאן. מיינענדיג, רעפארמער באטראכטן די גאנצע געביידע און סיסטעם פון "הלכה" אלס נאַן-בּיינדינג. יעצט, איה"נ אז לגבי פרטי דינים והלכות בתוך "הלכה ודת" גופא, איז דאס וואס איז קובע צי עס איז הלכה, ענגדילטיג הסכמת הקהל והפשטתה בתוכה. אבער עס פאַלויט נישט פון דעם אז דאס זעלבע איז לגבי אפווארפן די גאנצע געביידע פון הלכה בכלל אז עס איז נאַן-בּיינדינג, אז טאמער איז דאס הסכמת הכלל איז דאס טאקע אזוי. דאס איז א פאָלאָסי פון קאַמפּאזישאן.שמן למאור האט געשריבן:3) ביטע קלאר אויס פארוואס די מאכט ליגט ביי די ארטאדאקסן ווי איידער ביי די קאנסארוואטיוון אדער רעפארמער? אפשר ווי לאנג עס איז נישט נתפשט ביי זיי אויך הייסט עס נאכנישט קיין התפשטות?
לגבי קאנסערוואטיווע אידישקייט דארף מען דאס טאקע דורכטוהן. זיי גייען מיט א היסטארישע-קריטישע עפרויטש צו "הלכה", און נעמען נישט אָן (געהעריג) טראדיציאנאלע אטאריטעטן וכו' (און דאס גאנצע ענין פון התפשטות בכלל והמסתעף). זיי נעמען נישט געהעריג אָן די געדאנק פון "הלכה" ווי אזוי מיר פארשטייען דאס, אבער ווארפן דאס נישט אפ אויך נישט. וממילא איז דאס טאקע מער מסובך וואו זיי פונקטליך שטייען, לגבי די דיון, אין דעם. ויש לדון.
(אגב, כידוע ווערט ר׳ זכריה פרענקל, וועמען @כרם זית דערמאנט, גערעכענט ווי דער טאטע פון קאנסערוואטיווע יהדות.)
ועיין כאן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re:
שוין מען גייט שוין אביסל רינגס און ארום, וועל איך נאר מגיב זיין אויף דאס וואס איז נתחדש געווארן אין דעם תגובה.מי אני האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 1:40 pm 1). די דמיון איז אז פונקט אזוי ווי דו פארשטייסט אז אויב איז די קביעות חיוב דערין מקושר בק״ש, דאן אויב טוהט מען דאס נישט בק״ש איז דאך נעקר החיוב. איז דאס זעלבע לגבי הסברא בקביעת החיוב מפני עצמו, דארף די פוק חזי פונקט אזוי גילטיג זיין. מאי שנא? און דאס איז ברור אז דאס וואס קהל ישראל האט דאס אָנגענומען בהסכמה כהיום, איז אלס עס איז א ״חיוב״ פאר זיך. איז מה ראית לחלק?
2). דער רבינו ירוחם בפשטות רעדט אז טאמער לייגט ער עס נישט בכלל ביום, ואפילו נישט בעת התפילה. דאן איז ער א ״פושע ישראל״. אין א פאל וואו ער לייגט יא יענעם טאג, נאר נישט בתפילה דוקא (וואס איז טאקע אביסל מוזר), איז ער נישט קיין ״פושע ישראל״ ואפילו לרבינו ירוחם. ופשוט. די געדאנק פון ״תפילה״ איז טאקע ווייל עס איז בכל יום, און דעמאלטס האט מען עס טאקע אוועקגעשטעלט.
3). ווי געזאגט, מ׳איז מודה ס׳איז א חיוב גמור וואס מ׳דארף ״לרדוף עד שיעשנה״ וכלשון הרמב״ם. און פון די דריי ברירות וואס זענען שייך, איז ״בכל יום״ דאס מערסטע מסתבר אלס החיוב, ווי איידער ״ווען דו ווילסט״ ואפילו ״איינמאל אין לעבן״ ונתת דבריך לשיעורין.
4). די לשון הלבוש איז אז עס איז ״סגי בקשירה פעם אחת בכל יום״. דארטן בסימן לז איז גאר שווער איינצוזעצן אז עס איז א דין בק״ש. און ווי געזאגט, טיילט ער טאקע בפירוש אפ, בסימן כה וסימן נח, מצות ודין תפילין ממצות ודין ק״ש.
5). ווי געזאגט, די ״מאי שנא עשי״ת?״ איז אז מעיקר הדין, וויבאלד ער האט אַן אונס פון זהירות בגוף נקי וקדושה, איז ער פטור מעיקר הדין פונעם חיוב מצות תפילין שהיא בכל יום. ס׳איז נישט קיין ״פוילע תירוץ״ און ער דארף זיך נישט איבערשטרענגען. בעשי״ת זאל ער טוהן לפנים משורת הדין און זיך יא איבערשטרענגען. (ס׳איז טאקע א בעסערע תירוץ ווי די תירוץ בעירובין סה. וועלכע פטר׳ט נאר מדין כוונה בתפילה, אבער נישט מחיובו ממש. וע״ש ברש״י ובמהרש״א.)
קענסט עס באטראכטן ווי בעשי"ת גייט נישט אָן דערביי דעם (ירושלמי ברכות פ"ב ה"ט) כל מי שהוא פטור מדבר ועושה נקרא הדיוט.
1) דאס אז מען קוקט עס אן ווי א חיוב מיינט נאכנישט אז מעיקרא האט מען עס אנגענומען אלס חיוב שבו, מען קען עס אנדערש אנקוקן ווי א מדה טובה אדער הנהגה טובה וואס איז מיט די יארן אנגענומען געווארן אלס חיוב אבער האט נישט די תוקף ווי א שטארקע חיוב.
2) טאקע דאס האב איך געמיינט ארויסצוברענגען. די רבינו ירוחם רעדט בפשטות אז די חיוב איז עס צו טראגן בשעת קרי"ש ותפילה וועגן עדות שקר. אדער וועגן עס איז סתם אזוי אן ענין צו לייגן תפילין ביים דאווענען נישט צו זיין קיין באם א.ק.א. פושעי ישראל.
5) אויב איז דא אן עכטע חיוב בכל יום, דאן פארוואס דארף ער זיך נישט איבערשטרענגען? ער קען זיך דאך מסדר זיין און עס יא מקיים זיין ועשי"ת יוכיח, אויב אזוי פארוואס הייסט דאס אן אונס? ער איז פטור פון תפילין אויב האט ער נישט קיין גוף נקי, אפילו ער קען עס מסדר זיין?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
וועלכע סימן אין סעיף שטייט אז מען דארף לייגן תפילין יעדן טאג?צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 3:23 pmעס איז צוטיילט אין 2. דאס איז עס איז א חיוב צו לייגן תפילין יעדען טאג שטייט אין שו"ע. בנוגע קרקפתא דלא מנח תפילין מיט די גאר הארבע זאכן וואס קומט מיט, איז א מחלוקת ראשונים צו דאס גייט אויף יעדען טאג צו איינמאל אין לעבן.שפילער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 3:19 pmלויט דיר אז איינער האט נישט געלייגט תפילין דריי אזייגער היינט איז אויך א קדמ"ת ה"י ווער זאגט סמיינט א טאג אפשר מיינט עס יעדע שעה?צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:52 pm Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
יא! אז נישט הייסט מען א קרקפתא דלא מנח תפילין ה"י.
פריער האסטו געזאגט אז מען דארף לייגן יעדן טאג, און די מקור דערויף האסטו אנגעצייכנט די גמרא אין ר"ה וואס דאס איז דאך די גמרא פון קרקפתא דלא מנח תפילין. יעצט זאגסטו שוין אז ס'איז א מחלוקת ראשונים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: Re:
איה"נ. וועגן דעם זע'מיר דן אין די אקטועלע מקורות ההלכה (צב"ש רמב"ם, מאירי, שו"ע, לבוש). אבער טאמער קומט מען מיט א טענה אז "מ'האט למעשה נישט אָנגענומען א קשר צווישן תפילין וק"ש" (וואס איז סתם אזוי נישט זיכער וכדכתבתי), דאן איז תשובתו בצידו אז "מאידך גיסא איז עס למעשה אבער יא אָנגענומען, כהיום, אז עס איז א חיוב יעדן טאג, פאר זיך." אין אנדערע ווערטער, א טענה פון וואס איז "אָנגענומען" ברענגט גאר א ראיה לחובתך.
ניין. די קאנטעקסט דארט רעדט נישט קיין ווארט וועגן ק"ש. עס איז אינעם קאנטעקסט פון וואס איז די גדר פון "פושעי ישראל בגופו" וועלכע טראגט נישט קיין תפילין. און ער זאגט אז מ'האט דאס ממעט געווען פון א גאנצן טאג, אבער געלאזט אויף בשעת תפילה. און טאמער דעמאלטס טוהט ער דאס אויך נישט אָן, דאן איז ער א "פושעי ישראל". ווייל דאס מיינט, אינעם קאנטעקסט דארט, אז ער גייט נישט דערמיט יעדן טאג.
איבערשטרענגען איז, בכל מקום, לפנים משורת הדין און איז א פטור מדינא; ובפרט ווען אט די איבערשטרענגען איז מחמת א נגיעה לחשיבות המצוה און נישט אַן אָנשטרענגונג אלס'ן גיין קעגן זיינע אייגענע אינטערעסן (כגון שאינו רוצה להתבטל ממלאכתו). (וע"ע לדוגמא ברמ"א באו"ח סימן תרנו.) ביי דעפינישאן, דארף ער דאס נישט טוהן - עס איז נישט די "דין". יעצט, בעשי"ת טוהט מען לפנים משורת הדין, וכדמצינו לענין פת פלטר של עכו"ם, וואו אפילו ער קען זיך סתם אזוי פארלאזן אז מדינא איז עס מותר, דאך דעמאלטס טוהט ער לפנים משורת הדין. וה"ה הכא. און אט אויף די לפנים משורת הדין און זיך איבערשטרענגען איז זיין לשון פון "נכון בעיניו".שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 9:26 pm5). אויב איז דא אן עכטע חיוב בכל יום, דאן פארוואס דארף ער זיך נישט איבערשטרענגען? ער קען זיך דאך מסדר זיין און עס יא מקיים זיין ועשי"ת יוכיח, אויב אזוי פארוואס הייסט דאס אן אונס? ער איז פטור פון תפילין אויב האט ער נישט קיין גוף נקי, אפילו ער קען עס מסדר זיין?
דו פרעגסט צי למעשה קען מען זיך פארלאזן אפילו בעשי"ת אויף עיקר הדין און דעם פטור? לכאורה. ס'איז נישט משמע פונעם מאירי אז נישט. (אָננעמענדיג אז די סיבה ער טוהט דאס נישט אָן איז טאקע אלס די כבוד המצוה און די זהירות וואס ער קען נישט נאכקומען; נישט מחמת ביזוי המצוה עליו או שאינו רוצה להתבטל ממלאכתו וכדומה. וואס דער מאירי רעדט ווען ער האט א תירוץ מחמת חשיבות המצוה און נישט מחמת זיך אליינס, וואס אט דאס וויל ער שולל זיין דארט.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
פארוואס איז דאס נאר א לפנים משורת הדין? אויב איז דא א חיוב כל יום, און איינער איז לאמיר זאגן אגאנצן טאג אין ביה"כ האט ער נישט א חיוב ארויסצוגיין?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דער מאירי רעדט פון א מענטש וועלכע פיהלט באמת (ובבירור, ועיין באו״ח סימן לח סעיף ב וסעיף ד) אז ער קען נישט משמר זיין תפילין בטהרה ובנקיות ווי מען ברויך. חוץ מיט אַן איבערשטרענגונג. (לתפילה קען ער יא, אבער נישט לתפילין; און מ׳טרעפט נישט א פראבלעם פון הירהור אשה בתפילה.) ער מיינט נישט זיין נגיעה דא אדער א סיבה, ער מיינט די נגיעה פון די מצוה גופא. דיין משל פונעם ביהכ״ס איז נאר דומה טאמער האט דער מענטש שילשול וכדומה שיש לה עיקר להריח רע, און ער פיהלט אז ער קען זיך איינהאלטן טאמער ער שטרענגט זיך (שטארק) איבער אז עס זאל זיין בנקיות. אין אזא פאל איז ער לכאורה טאקע נישט מחוייב ארויסצוגיין, ועיין בסימן לח סעיף א. און אינעם מאירי׳ס קאנטעקסט איז עס טעקניקעלי א קאנטיניוּאינג שילשול. (און דאס איז דאך די טעם מ'איז מוחה אויף נשים המניחות תפילין און זיי זאלן דאס קיינמאל נישט לייגן, כמבואר שם ברמ"א בסעיף ד, וויבאלד מ'נעמט אָן אז זיי קענען דאס נישט שומר זיין בנקיות כדכתבו שם הט"ז ומ"א ס"ק ג ע"ש. הגם אז נשים האבן טאקע נישט קיין חיוב תפילין בכלל מעיקרא.)
ואפילו טאמער קען מען זאגן אז דער פריערדיגער און מאירי׳ס משל ווערן נישט גע׳פסק׳נט כהיום להלכה און עס גייט נישט אריין אינעם כלל פון סעיף ב וסעיף ד דארט און איבערשטרענגונג, האט אבער דער מאירי פאר זיך יא געהאלטן אז דאס איז גענוג מאסגעבענד אים צו פטר׳ן פונעם חיוב תפילין מדינא.
עס דערמאנט מיר פון א מעשה וואס איך האב געהערט בשעת איך בין געווען א בחור, איבער א בחור וואס איז געווען אלערדזשיק צו סקין קאַנטעקט מיט לעדער. אויב האט לעדער צוגערירט צו זיין הויט האט ער באקומען א שטארקע רעשׁ. ער פלעגט אָנטוהן און אויסטוהן תפילין גראד אזוי יוצא צו זיין די מצוה. לענ״ד הייסט דאס איבערגעשטרענגט ובגדר "אי אפשר" (ע"ש במשנ"ב ס"ק לא), און ער איז דערפאר מדינא פטור מחיוב תפילין לעולם (ווי לאנג ער ליידט ל״ע פון די אלערגיע), וע״ש בסעיף ט. (ועיין במשנ"ב סימן פ ס"'ק ד עפ"י הפרמ"ג שם במשב"ז ס"ק א, אז איינער וואס האט ל"ע א חולי הפחה לעולם, זאל לייגן תפילין פאר איין מינוט, ואפילו אחד אחד, כדי שלא יבטל המצוה. הגם עס איז משמע אז דאס איז ווייל מ'נעמט אָן אז דאס אז שלא יפיח בתפילין כשאין להריח רע עיקר איז נאר א דרבנן, ולכן לא יתבטל המצות תפילין מחמת זה שהיא דאורייתא ע"ש.)
עס איז מן הראוי לציין אז אינעם ארטיקל "ארטאדאקסיע און דער שלחן ערוך" אין שבת בלעטל 11, שרייבט ער: כמובן רירט די גאנצע ארטיקל צו צו די געדאנק פון הסכמה וקבלה לגבי קביעת הלכה, אפגעזעהן פון דאס וואס ווערט למעשה גע'פסק'נט אין די גמרא צי שו"ע וכדומה.
ואפילו טאמער קען מען זאגן אז דער פריערדיגער און מאירי׳ס משל ווערן נישט גע׳פסק׳נט כהיום להלכה און עס גייט נישט אריין אינעם כלל פון סעיף ב וסעיף ד דארט און איבערשטרענגונג, האט אבער דער מאירי פאר זיך יא געהאלטן אז דאס איז גענוג מאסגעבענד אים צו פטר׳ן פונעם חיוב תפילין מדינא.
עס דערמאנט מיר פון א מעשה וואס איך האב געהערט בשעת איך בין געווען א בחור, איבער א בחור וואס איז געווען אלערדזשיק צו סקין קאַנטעקט מיט לעדער. אויב האט לעדער צוגערירט צו זיין הויט האט ער באקומען א שטארקע רעשׁ. ער פלעגט אָנטוהן און אויסטוהן תפילין גראד אזוי יוצא צו זיין די מצוה. לענ״ד הייסט דאס איבערגעשטרענגט ובגדר "אי אפשר" (ע"ש במשנ"ב ס"ק לא), און ער איז דערפאר מדינא פטור מחיוב תפילין לעולם (ווי לאנג ער ליידט ל״ע פון די אלערגיע), וע״ש בסעיף ט. (ועיין במשנ"ב סימן פ ס"'ק ד עפ"י הפרמ"ג שם במשב"ז ס"ק א, אז איינער וואס האט ל"ע א חולי הפחה לעולם, זאל לייגן תפילין פאר איין מינוט, ואפילו אחד אחד, כדי שלא יבטל המצוה. הגם עס איז משמע אז דאס איז ווייל מ'נעמט אָן אז דאס אז שלא יפיח בתפילין כשאין להריח רע עיקר איז נאר א דרבנן, ולכן לא יתבטל המצות תפילין מחמת זה שהיא דאורייתא ע"ש.)
עס איז מן הראוי לציין אז אינעם ארטיקל "ארטאדאקסיע און דער שלחן ערוך" אין שבת בלעטל 11, שרייבט ער: כמובן רירט די גאנצע ארטיקל צו צו די געדאנק פון הסכמה וקבלה לגבי קביעת הלכה, אפגעזעהן פון דאס וואס ווערט למעשה גע'פסק'נט אין די גמרא צי שו"ע וכדומה.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
שווער צו פארשטיין אז א מענטשן קען נישט מאכן א מינוט א טאג וואס ער קען משמר זיין צו לייגן תפילין
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
הרב מנחם פנחס דאוויד לערענט אפ דעם מאירי און דער גרי״ז אז ס׳איז טאקע נישט קיין חיוב צו לייגן תפילין בכל יום, און עס איז דא א חילוק צווישן ״כל יום״ און ״כל היום״ אינעם רמב״ם, הגם אז דער מנחת חינוך (מצוה שעח) האט יא אָנגענומען בפשטות אז חיובו היא בכל יום (ולכאורה מטענת הכסף משנה במצות תפילה להרמב״ם בהל׳ תפילה פ״א ה״א):
און דאס איז די שו״ת מן השמים (סימן כו) וואס ער ברענגט צו:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 174
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
- האט שוין געלייקט: 193 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
א מחלוקת ראשונים צו מען גייט אריין אינעם קרקפתא כלל.שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 9:32 pmוועלכע סימן אין סעיף שטייט אז מען דארף לייגן תפילין יעדן טאג?צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 3:23 pmעס איז צוטיילט אין 2. דאס איז עס איז א חיוב צו לייגן תפילין יעדען טאג שטייט אין שו"ע. בנוגע קרקפתא דלא מנח תפילין מיט די גאר הארבע זאכן וואס קומט מיט, איז א מחלוקת ראשונים צו דאס גייט אויף יעדען טאג צו איינמאל אין לעבן.שפילער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 3:19 pmלויט דיר אז איינער האט נישט געלייגט תפילין דריי אזייגער היינט איז אויך א קדמ"ת ה"י ווער זאגט סמיינט א טאג אפשר מיינט עס יעדע שעה?צועקים וזועקים האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 2:52 pm Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
יא! אז נישט הייסט מען א קרקפתא דלא מנח תפילין ה"י.
פריער האסטו געזאגט אז מען דארף לייגן יעדן טאג, און די מקור דערויף האסטו אנגעצייכנט די גמרא אין ר"ה וואס דאס איז דאך די גמרא פון קרקפתא דלא מנח תפילין. יעצט זאגסטו שוין אז ס'איז א מחלוקת ראשונים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: איז דא א "חיוב" צו לייגן תפילין יעדן טאג?
אקעי, סאו וואס איז דיין מקור אז מען דארף לייגן יעדן טאג?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
עס איז אינטרעסאנט ווי אין תשובות הרמב״ם (סימן ג) וויל מען פסל׳ן אַן עד ווייל ער איז מבטל מצות מעשיות ״כגון ציצית ותפילין״ ע״ש:
ועיין בנתיבות בחו״מ סימן לד ס״ק א אז בהעברת מצות עשה ווערט ער נאר נפסל לעדות אויב די העברה איז בקום ועשה או ״שפורק ממנו עול המצוה לגמרי״ ע״ש. ואולי איז דאס וואס מ׳מיינט בהתשובה (וכבמצות ציצית שם וואס ער איז פטור בלא ד׳ כנפות).