לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

רבים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:09 am שכח חכמת שלמה פארן שרייבן, ביטע גיי אן!

איז שייך ארויפצישטעלן א בילד פונעם נייעם לבוש?
ביי אונז איז בילדער גאר א הארבע זאך, עס איז פון די יסודות פון דעם פלאץ, נישט צו נעמען קיין בילדער. אבער עס דרייען זיך ארום בילדער פון אונזערע חברים, זייענדיג ביי אייך אין אמעריקע, מענטשן האבן דאס זיכער געזען און זיי קענען אהערברענגען די בילדער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חכמת שלמה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה

נייעסריפארטער האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 5:32 pm
לויט ווי איך פארשטיי, האלט מען נאך אינמיטען זשורי סעלעקשאן.
ריכטיג, היינט א גאנצן טאג איז מען געווען פארנומען מיט דזשורי סולעקשן, דעריבער איז נישטא קיין נייעס דערווייל. מסתמא וועט מארגן דעם טאג אויך אוועקגיין דערויף.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
מאנרא יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 11, 2022 3:02 am
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך מאנרא יונגערמאן »

פארוואס נישט ענדערש נעמען א פלי דיעל?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:25 pm פארוואס נישט ענדערש נעמען א פלי דיעל?
קודם-כל, האט דער גאווערמענט זיי נישט געגעבן קיין פליה, זיי האבן אפילו נישט געהאט קיין ברירה צו נעמען א דיעל.

אויסער דעם, אפילו מען וואלט זיי יא געגעבן, וואלטן זיי מסתמא נישט גענומען. דער חכם תמ"ל האלט אז נעמען א פלי איז פארבינדן מיט שווערע איסורי דאורייתא.

קודם-כל איז דאס א געוואלדיגע חילול ה', ווייל מען מוז ארויסזאגן מיטן מויל אונטער א שבועה, אז מען אנערקענט אז מען האט געטון אן עוולה, וואס דאס איז סיי שקר און סיי א חילול ה' אז ערליכע אידן באגייען אזעלכע עוולות.

אויסער דעם באדייט דאס אז מען איז מייקר שם אלילים, מען איז מודה אז מען אנערקענט אין זייער קארט סיסטעם, א זאך וואס איז קעגן די תורה הק' און מען טאר דאס נישט טון.

חוץ פון דעם, האלט דער חכם, אז דאס גייט אריין בגדר פון מסירה.

דעריבער לאזט דער חכם נישט נעמען קיין דיעל, נאר מען זאל ווארטן אויף נסים פון הימל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חכמת שלמה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
נייעסריפארטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך נייעסריפארטער »

חכמת שלמה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:20 am
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:25 pm פארוואס נישט ענדערש נעמען א פלי דיעל?
דער חכם תמ"ל האלט אז נעמען א פלי איז פארבינדן מיט שווערע איסורי דאורייתא.

קודם-כל איז דאס א געוואלדיגע חילול ה', ווייל מען מוז ארויסזאגן מיטן מויל אונטער א שבועה, אז מען אנערקענט אז מען האט געטון אן עוולה, וואס דאס איז סיי שקר און סיי א חילול ה' אז ערליכע אידן באגייען אזעלכע עוולות.

אויסער דעם באדייט דאס אז מען איז מייקר שם אלילים, מען איז מודה אז מען אנערקענט אין זייער קארט סיסטעם, א זאך וואס איז קעגן די תורה הק' און מען טאר דאס נישט טון.

חוץ פון דעם, האלט דער חכם, אז דאס גייט אריין בגדר פון מסירה.

דעריבער לאזט דער חכם נישט נעמען קיין דיעל, נאר מען זאל ווארטן אויף נסים פון הימל.
זיי רעפרעזענטירן זיך אליינס אהן א לויער? אויב יא, פארוואס?

חכמת שלמה האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 7:30 pm
רבים האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 10:09 am שכח חכמת שלמה פארן שרייבן, ביטע גיי אן!

איז שייך ארויפצישטעלן א בילד פונעם נייעם לבוש?
ביי אונז איז בילדער גאר א הארבע זאך, עס איז פון די יסודות פון דעם פלאץ, נישט צו נעמען קיין בילדער. אבער עס דרייען זיך ארום בילדער פון אונזערע חברים, זייענדיג ביי אייך אין אמעריקע, מענטשן האבן דאס זיכער געזען און זיי קענען אהערברענגען די בילדער.
ברויך נישט קיין בילד, דאס איז וואס די שופט האט געפסקענט וויאזוי זיי וועלן גיין אנגעטאן אין קאורט:

ORDERED that defendant, YOIL WEINGARTEN (aka Yoil Weingarten), Westchester County Jail Inmate No. 270863, be permitted to receive non-prison clothing at the U.S. Marshals Office, SDNY White Plains, for trial, scheduled to begin on February 27, 2024. He is permitted to have the following clothing to wear in court during the trial:

1 Kaftan (robe with blue and grey stripes)

2 long white shirts

2 pants

1 Black yarmulke

2 Brown head shawls

1 pair of black shoes

2 pair of socks

1 Gartel (similar to soft belt, white and black stripes)
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

נייעסריפארטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:29 am
זיי רעפרעזענטירן זיך אליינס אהן א לויער? אויב יא, פארוואס?

די סברה ווי אזוי עס ווערט אנגעקוקט איז, אז עס איז נישטא קיין לויער וואס וועט זיי ריכטיג רעפרעזנטירן. די לופט פון די גאס איז פארפעסטעוועט קעגן לב-טהור און א לויער וועט צוגיין מיט א הנחה קדומה אז דער גאנצער מצב טויג נישט און ער וועט פראבירן וואס ער קען די בעסטע צו היטן זיין נאמען שיין און זיך נישט פארשמוצן.

ווער רעדט נאך אויב באקומען זיי איין וואונק פונעם גאווערמענט, ארבעטן זיי פאר די רעגירונג און נישט פאר זיי.

אנשטאט דעם האבן זיי גוט דורכגעטון דעם געזעץ, פארשטייען גאנץ גוט וואס זיי האבן צו טון, און רעפרעזענטירן זיך אליינס. ובשם ה' נעשה ונצליח.

אלה ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה' אלקנו נזכיר.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
פארדעכטיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:24 am
האט שוין געלייקט: 65 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך פארדעכטיגער »

חכמת שלמה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 1:23 am
נייעסריפארטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:29 am
זיי רעפרעזענטירן זיך אליינס אהן א לויער? אויב יא, פארוואס?

די סברה ווי אזוי עס ווערט אנגעקוקט איז, אז עס איז נישטא קיין לויער וואס וועט זיי ריכטיג רעפרעזנטירן. די לופט פון די גאס איז פארפעסטעוועט קעגן לב-טהור און א לויער וועט צוגיין מיט א הנחה קדומה אז דער גאנצער מצב טויג נישט און ער וועט פראבירן וואס ער קען די בעסטע צו היטן זיין נאמען שיין און זיך נישט פארשמוצן.

ווער רעדט נאך אויב באקומען זיי איין וואונק פונעם גאווערמענט, ארבעטן זיי פאר די רעגירונג און נישט פאר זיי.

אנשטאט דעם האבן זיי גוט דורכגעטון דעם געזעץ, פארשטייען גאנץ גוט וואס זיי האבן צו טון, און רעפרעזענטירן זיך אליינס. ובשם ה' נעשה ונצליח.

אלה ברכב ואלה בסוסים, ואנחנו בשם ה' אלקנו נזכיר.
א גוט יאר ר' חכמת, קודם א ייש"כ פאר אייער באריכט.
אויב קענט איר אביסעל מער מסביר זיין, פארוואס נישט נעמען א לויער. זייט ווען ארבעט א לויער פאר די גאווערמענט? נישט א חילוק די גרעסטע ערגסטע קריים וואס א מענטש האט א מאהל געטוען וועט א לויער אייביג פייטן צו געווינען די קעיס. אדרבה אויב געווינט ער די קעיס גייט עס איהם געבן ריזיגע קרעדיט און זיין נאמען וועט ווערן זייער שטארק געבויט מיט געווינען עני קעיס, זיכער אויב סאיז א האבער קעיס ווי קידנעפינג, סע*ס טרעפיקינג, מערדער וכדו' דעיס זענען קעיסעס וואס א יעדע לויער אין די וועלט וועט טוען אלעס וואס ער קען צו געווינען און בויען זיין נאמען מיט דעים.
האלטען זיי טאקע אז זיי קענען די LAW בעסער ווי א לויער וואס טוט דעיס פאר א ליווינג יארן לאנג?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

קודם כל יא, זיי האלטן אז זיי קענען די קעיס און די לאו בעסער ווי א לויער (איך גיי נישט אריין צי זיי זענען גערעכט מיט דעם, אבער אזוי האלטן זיי).

צווייטנס, דארפסטו פארשטיין, אז זיי וועלן מסתמא באקומען א גאווערמענט לויער וואס די רעגירונג באצאלט, זיי זענען געווענליך שוסטערס וואס עס לוינט זיך שוין צו גיין ענדערש אליין ווי צו גיין מיט זיי. ווידער זיך צו לאזן קאסטן פאר א לויער, האבן זיי ליידער נישט די געלט דערצו און היימישע אידן ווילן זיי ליידער נישט שטיצן, אויסער עטליכע יחידים וואס מען קען נישט בויען בלויז אויף זיי. אין אנדערע פעלער האט מען געמאכט גרויסארטיגע קאמפיינס מיט דינערס, צו דעקן די לעגאלע קאסטן פון א לויער (עיי' ערך רובאשקין וועבערמאן וכו'), אבער דא וועט מען נישט קענען אויפטרייבן די שטיצע און עס איז נישטא די געלט דערצו.

דריטנס, והוא העיקר, איז די סברה אז אזא סארט מצב ווי דאס, וויל נישט קיין איין גוטע נארמאלע לויער נעמען דעם קעיס אויף זיך, דאס איז נישט אזוי ווי א יחיד וואס האט געטון קידנעפינג, מען איז דא למעשה דן א גאנצע קהילה וואס ווערט באטראכט אין די וועלט אלס א מסוכנ'דיגע קולט, ליידער. (יא יא, אפיציעל הייסט עס אז מען איז דן בלויז די מענטשן אבער נישט די גאנצע קהילה בלא בלא בלא, אבער יעדער ווייסטאך וואס מען טראכט און וועמען מען איז באמת דן). א רעספעקטפולע לויער וויל האלטן זיין קרעדיט מיטן דזשאדזש און מיטן גאווערמענט, ער וויל זיך נישט פארפליישיגן. אויב וועט ער אנפירן א טרייעל און ברענגען דערצו אז לב-טהור זאל אנגעקוקט ווערן פאזעטיוו און די דזשורי זאל זיי ריינוואשן, קען דאס ארויסברענגען בייז בלוט ביי פיל אמעריקאנער און ביים דזשאדזש. א נארמאלע לויער וועט גיין צווישן די טראפן, ער וועט פראבירן מודה צו זיין בשפה רפה אז עס איז געטון געווארן דא אן עוולה, אבער... מען דארף פארט מקיל זיין וכו'.... און דאס איז נישט די מהלך וואס אונז ווילן גיין.

...
דיסקלעימער: וויבאלד עס איז געווען בעבר צווישן די הנהלת הקהילה, וועלכע האבן נישט געוואלט אז איך זאל שרייבן דא (טאקע דערפאר האב איך א לאנגע צייט נישט געשריבן), וויל איך קלארשטעלן אז מיינע ווערטער טוען נישט רעפרעזנטירן די מיינונג פון די קהילה, איך שרייב פאר מיר אליין, קיינער שיקט מיר נישט און קיינער הייסט מיר נישט וואס צו שרייבן. איך פראביר צו טון די בעסטע וואס איך קען, ארויסצוברענגען אונזער זייט.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
חיי עולם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 10, 2023 12:58 am
האט שוין געלייקט: 16 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חיי עולם »

חכמת שלמה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:24 pm ...
דיסקלעימער: וויבאלד עס איז געווען בעבר צווישן די הנהלת הקהילה, וועלכע האבן נישט געוואלט אז איך זאל שרייבן דא (טאקע דערפאר האב איך א לאנגע צייט נישט געשריבן), וויל איך קלארשטעלן אז מיינע ווערטער טוען נישט רעפרעזנטירן די מיינונג פון די קהילה, איך שרייב פאר מיר אליין, קיינער שיקט מיר נישט און קיינער הייסט מיר נישט וואס צו שרייבן. איך פראביר צו טון די בעסטע וואס איך קען, ארויסצוברענגען אונזער זייט.

דו ביסט איינגעשטעלט אין די הנהלה? אויב איך מעג פרעגן אויב איר זענט העכער 25 יאר?
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

נייעסריפארטער האט געשריבן: דאס איז וואס די שופט האט געפסקענט וויאזוי זיי וועלן גיין אנגעטאן אין קאורט:

ORDERED that defendant, YOIL WEINGARTEN (aka Yoil Weingarten), Westchester County Jail Inmate No. 270863, be permitted to receive non-prison clothing at the U.S. Marshals Office, SDNY White Plains, for trial, scheduled to begin on February 27, 2024. He is permitted to have the following clothing to wear in court during the trial:

1 Kaftan (robe with blue and grey stripes)

2 long white shirts

2 pants

1 Black yarmulke

2 Brown head shawls

1 pair of black shoes

2 pair of socks

1 Gartel (similar to soft belt, white and black stripes)

ציצית??
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

חכמת שלמה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:24 pm קודם כל יא, זיי האלטן אז זיי קענען די קעיס און די לאו בעסער ווי א לויער (איך גיי נישט אריין צי זיי זענען גערעכט מיט דעם, אבער אזוי האלטן זיי).

צווייטנס, דארפסטו פארשטיין, אז זיי וועלן מסתמא באקומען א גאווערמענט לויער וואס די רעגירונג באצאלט, זיי זענען געווענליך שוסטערס וואס עס לוינט זיך שוין צו גיין ענדערש אליין ווי צו גיין מיט זיי. ווידער זיך צו לאזן קאסטן פאר א לויער, האבן זיי ליידער נישט די געלט דערצו און היימישע אידן ווילן זיי ליידער נישט שטיצן, אויסער עטליכע יחידים וואס מען קען נישט בויען בלויז אויף זיי. אין אנדערע פעלער האט מען געמאכט גרויסארטיגע קאמפיינס מיט דינערס, צו דעקן די לעגאלע קאסטן פון א לויער (עיי' ערך רובאשקין וועבערמאן וכו'), אבער דא וועט מען נישט קענען אויפטרייבן די שטיצע און עס איז נישטא די געלט דערצו.

דריטנס, והוא העיקר, איז די סברה אז אזא סארט מצב ווי דאס, וויל נישט קיין איין גוטע נארמאלע לויער נעמען דעם קעיס אויף זיך, דאס איז נישט אזוי ווי א יחיד וואס האט געטון קידנעפינג, מען איז דא למעשה דן א גאנצע קהילה וואס ווערט באטראכט אין די וועלט אלס א מסוכנ'דיגע קולט, ליידער. (יא יא, אפיציעל הייסט עס אז מען איז דן בלויז די מענטשן אבער נישט די גאנצע קהילה בלא בלא בלא, אבער יעדער ווייסטאך וואס מען טראכט און וועמען מען איז באמת דן). א רעספעקטפולע לויער וויל האלטן זיין קרעדיט מיטן דזשאדזש און מיטן גאווערמענט, ער וויל זיך נישט פארפליישיגן. אויב וועט ער אנפירן א טרייעל און ברענגען דערצו אז לב-טהור זאל אנגעקוקט ווערן פאזעטיוו און די דזשורי זאל זיי ריינוואשן, קען דאס ארויסברענגען בייז בלוט ביי פיל אמעריקאנער און ביים דזשאדזש. א נארמאלע לויער וועט גיין צווישן די טראפן, ער וועט פראבירן מודה צו זיין בשפה רפה אז עס איז געטון געווארן דא אן עוולה, אבער... מען דארף פארט מקיל זיין וכו'.... און דאס איז נישט די מהלך וואס אונז ווילן גיין.

וויאזוי קענען זיי אזוי גוט די "לאו", זיי זענען דאך יעצט אין פריזען (ריכטיג??) קען מען אויך פון דארט מאכן אזא גרויסע פארש ארבעט?
צוויי. נעמען זיי כאטש א לאיער [אונטערן טיש] זאל זיי ברענגען די לעגאלע טענות און חוקים?
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

ס'איז אסאך שווערער און זאגאר כמעט אוממעגליך דאס דורצוטון פון תפיסה, אבער זיי האבן שווער געארבעט. זיי האבן שוין אייגנטליך אנגעהויבן נאך זייענדיג אין גוטאמאלא און זיי האבן גוט דורכגעטון דעם געזעץ. לויט זייערע ווערטער, איז דאס בכלל א פארברעך אז מען האט זיי ארעסטירט, די גאווערמענט האט נישט געהאט קיין שום רעכט זיי אפירצוהאלטן און ברענגען קיין אמעריקע, זיי ווילן דאס טאקע פייטן.

עפעס א לויער איז יא דא פארמישט, מיט וועמען זיי שמועסן זיך דורך.
חיי עולם האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 5:02 pm
דו ביסט איינגעשטעלט אין די הנהלה? אויב איך מעג פרעגן אויב איר זענט העכער 25 יאר?
איך בין נישט איינגעשטעלט אין די הנהלה. מיט יארן צוריק האב איך אנגעהויבן שרייבן דא, איך בין דעמאלס געווען אונטער 25. אין יענע צייטן איז האבן א סעלפאן געווען כמעט אן אומדערהערטע זאך צווישן סתם מענטשן אין די קהילה, אבער איך האב געהאט עקסעס און געשריבן. פון אנהויב האט קיינער אין די הנהלה נישט געוואוסט דערפון און קיינער האט מיר גארנישט געזאגט. במשך די צייט האט מען זיך דערוויסט דערפון און מען האט מיר אפירגעהאלטן.

למעשה זענען דעמאלס געווען צווישן די הנהלה וואס האבן געואלט אז איך זאל ווייטער ממשיך זיין, ווידער אנדערע פון די הנהלה האבן געוואלט אז איך זאל מער נישט שרייבן דא און מען האט מיר אפילו שטרענג אנגעזאגט. דאס איז געווען אזא סארט ספליט צווישן די הנהלה זעלבסט. איך האב דעריבער כמעט ווי אויפגעהערט שרייבן דא, אויסער א ווארט דא און א ווארט דארט.

יעצט איז שוין אריבער א לאנגע צייט, און געוויסע מציאות האבן זיך שוין געטוישט. עס קען דעריבער זיין אז מיין שרייבן איז נישט קיין פראבלעם. פארט, אויב וועט מיר איינער הייסן אויפהערן שרייבן, וועל איך אים גלייך פאלגן.

בכל אופן, רעד איך דא אלס איווינדואל, און איך בין נישט די הנהלה און איך רעד נישט אין זייער נאמען (דערווייל).
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
אתרוגים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:11 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך אתרוגים »

חכמת שלמה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:24 pm קודם כל יא, זיי האלטן אז זיי קענען די קעיס און די לאו בעסער ווי א לויער (איך גיי נישט אריין צי זיי זענען גערעכט מיט דעם, אבער אזוי האלטן זיי).

צווייטנס, דארפסטו פארשטיין, אז זיי וועלן מסתמא באקומען א גאווערמענט לויער וואס די רעגירונג באצאלט, זיי זענען געווענליך שוסטערס וואס עס לוינט זיך שוין צו גיין ענדערש אליין ווי צו גיין מיט זיי. ווידער זיך צו לאזן קאסטן פאר א לויער, האבן זיי ליידער נישט די געלט דערצו און היימישע אידן ווילן זיי ליידער נישט שטיצן, אויסער עטליכע יחידים וואס מען קען נישט בויען בלויז אויף זיי. אין אנדערע פעלער האט מען געמאכט גרויסארטיגע קאמפיינס מיט דינערס, צו דעקן די לעגאלע קאסטן פון א לויער (עיי' ערך רובאשקין וועבערמאן וכו'), אבער דא וועט מען נישט קענען אויפטרייבן די שטיצע און עס איז נישטא די געלט דערצו.

דריטנס, והוא העיקר, איז די סברה אז אזא סארט מצב ווי דאס, וויל נישט קיין איין גוטע נארמאלע לויער נעמען דעם קעיס אויף זיך, דאס איז נישט אזוי ווי א יחיד וואס האט געטון קידנעפינג, מען איז דא למעשה דן א גאנצע קהילה וואס ווערט באטראכט אין די וועלט אלס א מסוכנ'דיגע קולט, ליידער. (יא יא, אפיציעל הייסט עס אז מען איז דן בלויז די מענטשן אבער נישט די גאנצע קהילה בלא בלא בלא, אבער יעדער ווייסטאך וואס מען טראכט און וועמען מען איז באמת דן). א רעספעקטפולע לויער וויל האלטן זיין קרעדיט מיטן דזשאדזש און מיטן גאווערמענט, ער וויל זיך נישט פארפליישיגן. אויב וועט ער אנפירן א טרייעל און ברענגען דערצו אז לב-טהור זאל אנגעקוקט ווערן פאזעטיוו און די דזשורי זאל זיי ריינוואשן, קען דאס ארויסברענגען בייז בלוט ביי פיל אמעריקאנער און ביים דזשאדזש. א נארמאלע לויער וועט גיין צווישן די טראפן, ער וועט פראבירן מודה צו זיין בשפה רפה אז עס איז געטון געווארן דא אן עוולה, אבער... מען דארף פארט מקיל זיין וכו'.... און דאס איז נישט די מהלך וואס אונז ווילן גיין.

...
דיסקלעימער: וויבאלד עס איז געווען בעבר צווישן די הנהלת הקהילה, וועלכע האבן נישט געוואלט אז איך זאל שרייבן דא (טאקע דערפאר האב איך א לאנגע צייט נישט געשריבן), וויל איך קלארשטעלן אז מיינע ווערטער טוען נישט רעפרעזנטירן די מיינונג פון די קהילה, איך שרייב פאר מיר אליין, קיינער שיקט מיר נישט און קיינער הייסט מיר נישט וואס צו שרייבן. איך פראביר צו טון די בעסטע וואס איך קען, ארויסצוברענגען אונזער זייט.
זייערע טאטע האט זיך אויך אליינס רעפרעזענטירט, און ער האט טאקע פיין מצליח געווען ב"ה.

באקומען אזא נישטיגע 30 יאהר!
נייעסריפארטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך נייעסריפארטער »

חכמת שלמה האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 3:07 am
עפעס א לויער איז יא דא פארמישט, מיט וועמען זיי שמועסן זיך דורך.
אלע דריי פון זיי האבען stand-By attorneys
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך כרם זית »

אין בבל פלעגט מען דאך נישט גיין מיט ציצית כידוע די מעשה מיט רב קטינא.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

מורי ורבותי, איך האב פאר אייך א באמבע! איר וועט זיכער הנאה האבן דערפון!

איך האב איינגעלאדנט א חבר, איינער וואס איז א חלק פון דעם קעיס, אז ער זאל דא ארויפקומען אויף קאווע שטיבל. מיין חבר איז א חלק פון דער גאנצע מעשה, זיין נאמען וועט געוויס דערמאנט ווערן צענדליגע מאל בשעת'ן טרייעל, זייענדיג אן אקטיווער מיטגלידער אין די גאנצע מעשה.

זיין ערשיינונג דאהי איז בלי ספק פעסטע נייעס. דאס וועט אונז געבן אן אינטערעסאנטערע באדייט, זייענדיג אן ערשט-האנטיגע עדות פון יענע געשיכטע בפרט און אויף לב-טהור בכלל, די קהילה אמאל און היינט, און וואס עס האט זיך געטוישט לעצטנס. מיין חבר פארשפרעכט צו בארייכערן דאס פלאץ מיט דאקיומענטן, רעקארדירונגען, ערשט האנטיגע באריכטן אריין אין די קהילה, זאכן וואס איר אלע ווארט שוין לאנג צו הערן און פארשטיין. ער וועט אייך ברענגען א פיל טיפערן און בעסערן בליק אויף די גאנצע פרשה.

מיר אלע ווילן צוזאמען באגריסן אונזער ידיד, מורינו הרב "געוואגטער", מיין פערזענליכע ידיד שוין פון לאנגע יארן (מיר זענען אויפגעוואקסן געווארן צוזאמען, פון איין קוואל געטרינקען און פון איין שיסל געגעסן), לאמיר אים אפגעבן דעם ריכטיגן ברוכים הבאים, מיט א וואונטש אז ער זאל קענען באשיינען און בארייכערן דעם ארט, לתועלת כל חברי קאווע שטיבל.

(נ.ב. ברוך-השם אז א דאנק די מיטארבעט פון די גאנצע חבריא, קענען מיר מיטטיילן און באריכטן וואס עס קומט פאר אין קארט. מיר האפן יעדן טאג צו באריכטן ערשט האנטיגע באריכטן פון געריכט. מיר בעטן דעם ציבור צו רעספעקטירן אונזער נייער חבר, ער איז א חשוב'ער און געשמאקער מענטש. מיר ווילן אלע הערן פון אים ערשט-האנטיג, מיר ווילן קענען פרעגן מיט רעספעקט די שאלות וואס מיר אלע פארמאגן און פארשטיין וואס דארט איז געווען, מיר ווילן אלע זען די דאקיומענטן און הארטע באווייזן וואס ער פארמאגט ביי זיך. לאמיר זיכער מאכן אים נישט צו פארטרייבן פון דא, אזוי אז מיר זאלן קענען געניסן פון זיינע אוצרות.)

לאמיר אויסרופן העפטיג, צו אונזער ידיד "געוואגטער": ברוכים הבאים בשם השם.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך לאכעדיג »

ברוכים הבאים בשם השם געוואגטער.

דיין נאמען רעדט פון זיך אליינס.
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך חכמת שלמה »

מאכט אייך גרייט - דער רב קומט שוין צו די בימה... זעצט אייך אראפ דארט, נישט שטיפן...
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך לאכעדיג »

חכמת שלמה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:16 am מאכט אייך גרייט - דער רב קומט שוין צו די בימה... זעצט אייך אראפ דארט, נישט שטיפן...
וואס נאך זאל איך טאן אדער נישט טאן??
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

חכמת שלמה האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:09 am מורי ורבותי, איך האב פאר אייך א באמבע! איר וועט זיכער הנאה האבן דערפון!

איך האב איינגעלאדנט א חבר, איינער וואס איז א חלק פון דעם קעיס, אז ער זאל דא ארויפקומען אויף קאווע שטיבל. מיין חבר איז א חלק פון דער גאנצע מעשה, זיין נאמען וועט געוויס דערמאנט ווערן צענדליגע מאל בשעת'ן טרייעל, זייענדיג אן אקטיווער מיטגלידער אין די גאנצע מעשה.

זיין ערשיינונג דאהי איז בלי ספק פעסטע נייעס. דאס וועט אונז געבן אן אינטערעסאנטערע באדייט, זייענדיג אן ערשט-האנטיגע עדות פון יענע געשיכטע בפרט און אויף לב-טהור בכלל, די קהילה אמאל און היינט, און וואס עס האט זיך געטוישט לעצטנס. מיין חבר פארשפרעכט צו בארייכערן דאס פלאץ מיט דאקיומענטן, רעקארדירונגען, ערשט האנטיגע באריכטן אריין אין די קהילה, זאכן וואס איר אלע ווארט שוין לאנג צו הערן און פארשטיין. ער וועט אייך ברענגען א פיל טיפערן און בעסערן בליק אויף די גאנצע פרשה.

מיר אלע ווילן צוזאמען באגריסן אונזער ידיד, מורינו הרב "געוואגטער", מיין פערזענליכע ידיד שוין פון לאנגע יארן (מיר זענען אויפגעוואקסן געווארן צוזאמען, פון איין קוואל געטרינקען און פון איין שיסל געגעסן), לאמיר אים אפגעבן דעם ריכטיגן ברוכים הבאים, מיט א וואונטש אז ער זאל קענען באשיינען און בארייכערן דעם ארט, לתועלת כל חברי קאווע שטיבל.

(נ.ב. ברוך-השם אז א דאנק די מיטארבעט פון די גאנצע חבריא, קענען מיר מיטטיילן און באריכטן וואס עס קומט פאר אין קארט. מיר האפן יעדן טאג צו באריכטן ערשט האנטיגע באריכטן פון געריכט. מיר בעטן דעם ציבור צו רעספעקטירן אונזער נייער חבר, ער איז א חשוב'ער און געשמאקער מענטש. מיר ווילן אלע הערן פון אים ערשט-האנטיג, מיר ווילן קענען פרעגן מיט רעספעקט די שאלות וואס מיר אלע פארמאגן און פארשטיין וואס דארט איז געווען, מיר ווילן אלע זען די דאקיומענטן און הארטע באווייזן וואס ער פארמאגט ביי זיך. לאמיר זיכער מאכן אים נישט צו פארטרייבן פון דא, אזוי אז מיר זאלן קענען געניסן פון זיינע אוצרות.)

לאמיר אויסרופן העפטיג, צו אונזער ידיד "געוואגטער": ברוכים הבאים בשם השם.

שלום וברכה!
ע"פ בקשת ידידי היקר הרב חכמת שלמה ני"ו קום איך ארויף דא אויף קאווע שטיבל!

ערשטנס יישר כח פארן מיר אזוי באגריסן, איך האף אז ענק אלע וועט טאקע הנאה האבן

איך בין געבעטן געווארן דא ארויף צו קומען מיטן ציל צו בארייכערן די אשכול, ענטפערן שאלות, שעירן אינפארמאציע, דאקאמענטן א.ד.ג. פון מיינע אוצרות.
איך וועל אי"ה פראבירן טון די בעסטע וואס איך קען, איך בין היינט א פארנומענע מענטש מיט א געזינדל קע"ה איך וועל פארבירן ארופרייסן אביסל צייט צו אינפארמירן דער חשובע'ן ציבור, ווי לאנג אז די עולם וועט נאר זיין אינטרעסירט דערין, איך פיל אז איך טו דא א טובה פארן ציבור, איך האב גארנישט דערפון, דעריבער בעט איך מיר נישט באפאלן.

איך בין היינט מער נישט א חלק פון די ל"ט קהילה, דעריבער האב איך מער נישט קיין אינטערעסע צו זיי פארטיידיגן אדער פארענטפערן, איך קום נאר דא ארויף פאר אינפרמאציע צוועקן.

האטס הנאה!
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

ערשטענס זאלט איר אלע וויסן אז די קעיס איז בכלל נישט א פשוטע נאר גאר א קאמפלעצירטע קעיס, סיי ליגאלי אין סיי פעקשעלי. אין פאקט איז עס איינער פון די מערסטע קאמפלעצירטע קעיסעס אין די לעצטע 10 יאר אין די SDNY.

איז פאר מיר הייבן אן אויסקלארן לאז מיר ערשט איבער גייין וואס מען האט שוין געשריבן ביז יעצט אין זען די פארשידענע שאלות וואס חכמת שלמה האט נאך נישט גענטפערט אין עס פארענטפארן אי"ה
אין דערנאך וועל איך פשוט אנהייבן ברענגן קארט דאקאמענטען צו ענק געבן פארשטיין וואס איז די קעיס בכלל אבואט, וואס זענען ביידע צדדים, וואס איז די קיצור פון די פאקטען, אין די ליגאל טענות צווישן ביידע.
וואס גייט דא פאר נאך שוין איבער 5 יאר פון שווערע מלחמות אין די קעיס אין נאך אלץ פייט מען אין קיינער פון די צדדים האלטן נישט ביים זיך אינטערגעבן
געוואגטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

שליחה דורך געוואגטער »

נייעסריפארטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:29 am
חכמת שלמה האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:20 am
מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:25 pm פארוואס נישט ענדערש נעמען א פלי דיעל?
דער חכם תמ"ל האלט אז נעמען א פלי איז פארבינדן מיט שווערע איסורי דאורייתא.

קודם-כל איז דאס א געוואלדיגע חילול ה', ווייל מען מוז ארויסזאגן מיטן מויל אונטער א שבועה, אז מען אנערקענט אז מען האט געטון אן עוולה, וואס דאס איז סיי שקר און סיי א חילול ה' אז ערליכע אידן באגייען אזעלכע עוולות.

אויסער דעם באדייט דאס אז מען איז מייקר שם אלילים, מען איז מודה אז מען אנערקענט אין זייער קארט סיסטעם, א זאך וואס איז קעגן די תורה הק' און מען טאר דאס נישט טון.

חוץ פון דעם, האלט דער חכם, אז דאס גייט אריין בגדר פון מסירה.

דעריבער לאזט דער חכם נישט נעמען קיין דיעל, נאר מען זאל ווארטן אויף נסים פון הימל.
זיי רעפרעזענטירן זיך אליינס אהן א לויער? אויב יא, פארוואס?

אנשטאט צו שפעקאלירן לאמיר ענק שעירן א דאקאמענט וואס איז געשיקט געווארן פון די דעפענדענס פון תפיסה דערעקטירט צום דזשאדש ראמאן. ווי דארטן איז זייער קלאר געמאכט "פארוואס" מען ווילן גיין אן קיין לויער.
letter to Judge new (1).pdf
פארשפארט