אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

איך האב נישט געשריבן איבער די פרשה ביז יעצט, צוליב חיסרון ידועה אין די פאקטן. אבער איך האב יעצט געהערט א פריש ארויסגערינענע רעקארדירונג צווישן מלכי מיט איר שווער. און טראץ דעם וואס עס איז נאכאלץ מעגליך זיך טועה זיין, נישט קענעדיג די פרשה פון דיר נאנט. דאך קען מען ארויסנעמען זייער אסאך פון די שמועס, או איך מיין אז מיר האבן די רעכט צו אנאלאזירן דאס וואס ליגט פארענט פון אונזערע אויגן. אזוי אויך מיין איך אז דער שמועס איז פון א צייט צוריק, און זאכן האבן זיך שוין מעגליך געטוישט זייט דעמאלס. אבער דער שמועס איז פארגעקומען שוין צוויי יאר נאכען צוטיילען, און דאס קען געבן א בליק איבער די מצב ביז דעמאלס.
מלכי רעדט זייער רעספעקטפול און רואיג די גאנצע צייט.
פון די שמועס הערט זיך, אז מלכי פרובירט צו מאכן קאנטאקט מיט וואלווי, נאכדעם וואס ער האט איר געשיקט א בריוו (מיט וועלכע דער שווער זעהט אויס צו זיין באקאנט), זי זאגט אז זי קען אים נישט דערגרייכען דורכען טעלעפאן, און אז מען האט איר געזאגט אז זיין טעלעפאן איז צובראכען (וואס קען מעגליך זיין אמת). זי פרעגט אויב די שווער קען איבערגעבן פאר וואלווי אז זי וויל זיך טרעפן מיט אים (ביזדערווייל איז ער אין שפיטאל, מחמת איזה סיבה... שפעטער אינעם שמועס קאנפראנטירט זי דער שווער, אז וואלווי איז נישט אין א גוטען מצב, און איז גאר אפט אין שפיטאל... עס איז מיר נישט באקאנט די ערזאך דערפון. דער שווער לייקנט דאס נישט אינגאנצען).
דער שווער ווייזט זייער קלאר אז ער איז אומוויליג איר ארויסצוהעלפן, און עס איז קלאר פונעם שמועס אז די "סיבה" פארוואס זיי האלטען צוריק דאס גט איז וויבאלט זיי זיי האלטען אז מען קען נאך 'צוריקצושטעלן' די שטוב... נישט וויזיטעישען אדער ביי וועלכע פראבלעמען פון איר זייט. בלויז א קעגנערשאפט צו מקבל זיין איר רצון פון זיך צוטיילען.
דער שווער אנטזאגט זיך פון רעדן מיט וואלווי דערוועגן, מיטן אויסרייד אז 'ער ווערט זייער עמאציענאל' ווען מען רעדט צו אים דערוועגן. ער דערמאנט זיך פון די קינדער, און פון איר... און זאגט "מען זאל נישט פארטוישן מלכי פאר קיינעם..." ער איז גרייט אלעס צו טוען.... עס וועקט איך זייער אויף די געפילן...
מלכי מאכט קלאר, אז זי איז בכלל נישט אינעם מצב פון וועלן צוריקגיין, און אפשר איז בעסער צו אויסארבעטן א גט.
דער שווער אנטזאגט זיך פון דאס אננעמען, און טענה'ט אז "זיין מוח זאגט אים יא אז ער גייט צוריק" " ער קוקט אויף דעם ארויס", "פון אים איז נאכנישט ארויס די געפיל"... ממילא קען איך אים נישט זאגען אנדערש... נאכמער טענה'ט דער שווער - אז אויף דעם קוקט ער ארויס און אויף דעם לעבט ער... דאס גיבט אים חיזוק - דאס מאכט אים פילן ווי א מענטש...
רעדנדיג פון די קינדער פילט מלכי פאר וויכטיג צו קלאר מאכן אז זי האט קיינמאל צוריקגעהאלטן וויזיטעישען, דער שווער טענה'ט אז מען האט נישט געגעבען גענוג - ווען ער האט געוואלט, אבער האט נישט קיין ספעציפישע דעטאלען אנציווייזען... מלכי, מאכט קלאר איר גוטע ווילן צו געבן פילע וויזיטעישען, און אז זי האט נישט קיין שום אינטערעסע דאס צוריקגעהאלטן.
(עס איז קלאר פון די דין ודברים, אז עס איז נישט געווען קיין אישו מיט וויזיטעישען אונטער השגחה - ווי פילע האבן געוואלט טענה'ן. עכ"פ אין דער צייט וואס דער שמועס איז פארגעקומען).
מלכי, בעהט זיך ווייטער צו דעם שווער אז ער זאל פרובירן ארויסצוהעלפן, ער דרייט מיטן צינג און אנטזאגט זיך דערפון. אזוי אויך מאכט ער קלאר אז ער איז נישט גרייט איר ארויסצוהעלפן אפילו בלויז זיך צו טרעפן מיט וואלווי - ווען ער ווייסט אז די ציל איז די גט!
מלכי דערמאנט, אז א יאר פריער האט מען אפגעמאכט א צייט פון 4 חדשים, וואס מען וועט ווארטען צו זעהן אויב וואלווי גייט צוריק צו א בעסערען מצב...(?...) און למעשה איז אריבער די צייט און ער איז נאכאלץ נישט בעסער, ממילא לויט די אפמאך דארף מען שוין גיין ווייטער. אזוי אויך מאכט מלכי קלאר אז בכל אופן וויל זי נישט צוריק גיין, זי האט שוין געליטען גענוג אין די פיר יאר וואס זי האט אים געהאלטען, און דאס איז נישט עפעס וואס זי איז גרייט צו ווייטער אויסהאלטען. און דא, טוט ער איר אינגאנצען אוועקמאכן אויף א patronizing אופן - ווי כאילו ער ווייסט בעסער וואס זי דארף, אז אפשר האט מער איר איינגערעדט... און נאר אויב עס וועט זיין "איינער וואס פארשטייט צו דעם", און וועט זיצען מיט ביידע, און וועט זאגן אז דאס איז די ריכטיגע צוגאנג, נאר דאן קען מען באטראכטען די מעגליכקייט... מלכי ענטפערט - נו אדרבה! זי האט נישט קיין שום פראבלעם צו דאס טוען מיט א פראפעסיאנאל... למעשה דרייען זיי זי ארויס פון דעם אויך.
מלכי טענה'ט ווייטער. איך האלט נישט די שווער פאר אן אכזר, איז פארוואס האלט איר צוריק דאס גט? דער שווער מאכט זיך תם'עוואטע... איך פארשטיי נישט - איך פארשטיי נישט (כמה פעמים...). מלכי פרעגט - וואס פארשטייט איר נישט? וואס דען טוט מען? עס איז שוין צוויי יאר זייט מען האט זיך צוטיילט, און זי האט נאכאלץ נישט קיין גט.
הערט אן ענטפער: קודם, מען האלט דאס נישט אפ... און צווייטענס - איך זעה נישט פארוואס מען דארף א גט... אפשר קען מען דאס יא צוריקיבויען... אויסער אויב א פראפעסיאנאל וועט זאגן...
מלכי פרעגט: נו אדרבה לאמיר גיין צו א פראפעסיאנאל, לאמיר קומען צום טיש.למעשה שלעפט מען סתם ארום...דער שווער זאגט אז " ער וועט טראכטען דערפון".
מלכי זאגט, דער אייבערשטער זעהט אלעס און מען דארף געבן דין וחשבון אויף אלעס וואס מען טוט. דער שווער ענטפערט צוריק - מען גיבט דין וחשבון פארן מצער זיין א מאן אויך, פארן אוועקלויפן פון א מאן אויך... פאר צוברעכען א שטיב... . דער שווער איז ממשיך אז ער האלט נישט אז ער אויף וואס צו געבן דין וחשבון, ער ארבעט בלויז 'צוריקצושטעלן' די שטיב, טון ער איז ממשיך אז ער איז גרייט ארויסצוהעלפן מיט אלעס כדי צוריקצושטען די שטיב - אבער נישט דאס צו צוברעכען...
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
זאקן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 190
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:57 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 502 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך זאקן »

מיין הארץ גייט אויס פאר איר, א מאנרא מיידל חתונה געהאט צו איינעם וועם זי קען נישט און קוים געזעהן פאר אפאר מינוט, אריין צו די חתונה בלינד און געהאפט אז זי האט געוואנען די לאטערי, יעצט ווען זי וויל שוין נישט זיין מיט אים איז זי אנגעוואנדן אויף זיינע חסדים צו קענען נאך אמאל חתונה האבן, און עס איז זייער מעגליך אז זי גייט שוין נישט קענען אנהייבן א נייע לעבן.
(ווען איך בין איר וואלט איך אפשר שוין נישט פארלאנגט מער קיין גט נאר אפגעפוצט פון דא אין געטוהן וואס איך וויל)
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך דערהויבענע איד »

דרייט זיך לעצטנס ארום וואויסנאויטס פון איינעם ליפא פרידריך א שלום בית קאקער, ער איז געווען א טוען פאר די בערקאוויטש'עס, ווי ער טענ'עט אז על פי תורה קען א מאן מחליט זיין נישט צו גט'ן אן קיין סיבה.


נישט צו גלייבן ווי פארוקט מענטשן זענען נאך היינט צוטאג'ס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דערהויבענע איד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך תנחום »

לא באתי לנצח (שולי)
סבא דבהתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 173
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
געפינט זיך: ברעזוב
האט שוין געלייקט: 174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך סבא דבהתא »

וויאזוי קען איך דאונלאודן די וואוסנאוט?
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך לאכעדיג »

פלעטבוש גירל איז שטיל געווארן.

נישט דא קיין פרייד פארעיד און אויף איר אינסטעגרעם אקאנט איז זי געווארן פארנומען מיט אנדערע זאכן.

איך האב מורא אז די לעצטע טשעק וואס מען האט איר באצאלט האט געקראכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך סקעפטיקער »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סקעפטיקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך לאכעדיג »

דערהויבענע איד האט געשריבן: דרייט זיך לעצטנס ארום וואויסנאויטס פון איינעם ליפא פרידריך א שלום בית קאקער, ער איז געווען א טוען פאר די בערקאוויטש'עס, ווי ער טענה'עט אז על פי תורה קען א מאן מחליט זיין נישט צו גט'ן אן קיין סיבה.


נישט צו גלייבן ווי פאררוקט מענטשן זענען נאך היינט צוטאג'ס.

אויב איינער האט די וואויסנאט ביטע אהערברענגען.
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך עמרם »

ס'איז אינטערסאנט צו וויסן אויב נאך די אלע אנדרייענישן ווילן זיי נאך אלץ אז ער זאל צוריקגיין וואוינען מיט איר?

גייט מיך נישט אין קאָפּ ווי איינער וויל ווייטער וואוינען מיט א צווייטן נאך דעם וואס יענער האט קלאר געזאגט אז איך וויל דיך נישט קענען.

מענטשן זענען נישט בסדר היינט...
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך לאכעדיג »

א נארסעסיסט גייט נישט אן וואס יענער זאגט אדער טוט.

אויב ער האט עפעס אפגעמאכט ביי זיך אין קאפ בלייבט עס ביי דעם זאל זיין וואס זאל זיין.

ס'איז א שרעקליכע מחלה ליידער און די עלטערן פון וואלווי שמעקן פון סימפטאמען פון די מחלה.
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך צועקים וזועקים »

עס איז דא געהעריגע וויזיטעישאנס?
מר. קלונימוס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
האט שוין געלייקט: 465 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך מר. קלונימוס »

עמרם האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:51 pm גייט מילך נישט אין קאָפּ
מילך גייט אין קאפ ס'דארף נאר זיין א מילכיג גלאז אדער א פלעסטיק קאפ
איך רעד צום וואנט קוקט אויס
האניג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 209 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך האניג »

לאכעדיג האט געשריבן: א נארסעסיסט גייט נישט אן וואס יענער זאגט אדער טוט.

אויב ער האט עפעס אפגעמאכט ביי זיך אין קאפ בלייבט עס ביי דעם זאל זיין וואס זאל זיין.

ס'איז א שרעקליכע מחלה ליידער און די עלטערן פון וואלווי שמעקן פון סימפטאמען פון די מחלה.

גערעכט, איך האב דאס תיכף געהערט ביי די טעלעפאן רוף פון מלכי צו איר שוויגער

דו האסט נאך די חחחחוצפה מיר צו רופן???!!!

הגם מען קען נישט אינגאנצן בויען אויף דעם, ווייל מעגליך איז זי געווארן פארלוירן. אבער ווי @לאכעדיג שרייבט, ס'שמעקט דערפון
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך לאכעדיג »

צועקים וזועקים האט געשריבן: עס איז דא געהעריגע וויזיטעישאנס?

ניין.
[NAMELESS]

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך [NAMELESS] »

לענגערע היציגע פאוין קאול צווישן, זעליג בערקאוויטש, פלעטבוש גירל, מיסיס שטערן,


רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך צועקים וזועקים »

לאכעדיג האט געשריבן:
צועקים וזועקים האט געשריבן: עס איז דא געהעריגע וויזיטעישאנס?

ניין.

דאן פון ווי שמעקסטו?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך סקעפטיקער »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:19 pm לענגערע היציגע פאוין קאול צווישן, זעליג בערקאוויטש, פלעטבוש גירל, מיסיס שטערן,

איך האלט נאך אינמיטן הערן, ער זאגט אז געשטעטנער איז א גוטע בי"ד. און ער וויל גיין צו זיידנפעלד(?) און אפרים הערש שמילאוויטש (אן אלטע משוגע'נער)
[NAMELESS]

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך [NAMELESS] »

צועקים וזועקים האט געשריבן: עס איז דא געהעריגע וויזיטעישאנס?

סופערווייזט וויזיטעשענס
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך צועקים וזועקים »

אקעי איז דא בפשטות כאטש 2 צדדים.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך לאכעדיג »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן: לענגערע היציגע פאוין קאול צווישן, זעליג בערקאוויטש, פלעטבוש גירל, מיסיס שטערן,

בלא בלא בלא. ער איז בכלל נישט מיט אונז, זי שרייט ווי א בהמה, ס'גייט שנייען שבועות וכו'

אין א זייטיגע נאטיץ איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די זעלבע מענטשן וואס האבן געשריגן ביי מענדל הערש פאנעט אז בתי דינים זענען קארופטירט שרייען יעצט אז 5 בתי דינים האבן ארויסגעגעבן א סירוב אקעגן וואלווי בערקאוויטש.

הצד השוה שבהן, וואס די ווינט איז אויף סאשעל מידיע דאס טאנצט מען נאך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיין אז ס'איז זייער קלאר סיי פון בערקאוויטש און סיי פון שטערן, אז די ציל איז נאר צוריקצוברענגען די מערידזש.
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך לאכעדיג »

צועקים וזועקים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:22 pm דאן פון ווי שמעקסטו?
פון די טעלעפאן קאללס, די וועג וויאזוי וואלוויס טאטע און ברודער רעדן און רעאגירן אויף א זאך וואס זיי הערן פון א צווייטן.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: אינסטעגרעם סוספענדירט פלעטבוש גירל אקאונט נאך העסליכע קאמפיינען

שליחה דורך אסטראלאג »

שטערן? די מאמע פון מלכי, און זעליג בערקאוויטש איז די שווער?
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
פארשפארט