וואס מיינסטו צו זאגן אז ער האט געטוישט זיין מיינונג?
ספרים היפך שיטת ויואל משה
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 2:55 pm
- האט שוין געלייקט: 17 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
נאך די מלחמה איז א טעות: ווייל ער האט נישט איבערגעלעבט די מלחמה. ער איז אומגעקומען אין אנהייב פון יאר '41. דורך גויים רוצחים. פארנדיג אויף א טרעין...!
ער האט געטוישט זיין מיינונג מיט דעם וואס ער האט געזאגט אז "קנאות" איז א טעות. אז דער אייבישטער וויל אז די אידן זאללן גיין קיין ארץ ישראל. דער נאמען פון זיין ספר איז "אם הבנים שמחה". וואו ער ווייזט אויף פון גמרות און מדרשים אז ס'איז א גוטע זאך אז אידן זאללן האבן אן אייגן לאנד אין ארץ ישראל...!

- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re:
אביסל נעראיש צו אזוי זאגן. ווייל די גאנצע שיטה איז נישט עפעס וואס מ'דארף/מ'קען אפווענדן, אויב די קענסט די אלף בית, ס'איז א פשטל וואס סאטמאר רב האט געמאכט וואס לויט אים קומט עס אזוי אויס, למעשה שטייט נישט אין שלחן ערוך אדער אפילו אין רמבםקופערניקוס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:03 pm לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מילך טראק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re:
די גאנצע שטעטל קרית יואל איז אקעגען גזירות הגלות אין איז א חלק פון די אמעריקאנער געזעץ וואס דאס איז מינות, און גילו עריות געמאכט געווארן דורך די רשעי הגויםגאלד האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 3:31 pm קומסט מיר פאר ווי איינער זאל זאגן
איך האלט אין תורת משה מסיני וחז"ל, און יענער האלט פון להבדיל יוזל, אלו ואלו דברי אלוקים חיים,
די גאנצע באוועגונג פון די ציונים איז א סעקולערע רעיון דורך פורקים מעול מלכות שמים, וואס פארקויפן א בלאפערישע גאולה דורך רשעי ישראל,
דאס איז נישט קיין קפידא אדער חומרא, דאס איז די עקרי אמונה,
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: Re:
די תורה הקדושה האט זיך נישט געענדיגט, נישט ביים רמב״ם, נישט ביי טור, שלחן ערוך, נושאי כלים, לבוש, ערוך השולחן און משנה ברורה וכו' וכו' און נישט ביי ספרי הפסק על סדר השו"עמילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:23 amאביסל נעראיש צו אזוי זאגן. ווייל די גאנצע שיטה איז נישט עפעס וואס מ'דארף/מ'קען אפווענדן, אויב די קענסט די אלף בית, ס'איז א פשטל וואס סאטמאר רב האט געמאכט וואס לויט אים קומט עס אזוי אויס, למעשה שטייט נישט אין שלחן ערוך אדער אפילו אין רמבםקופערניקוס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:03 pm לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
ציונות איז דעמאלטס נאך נישט גילטיג געווען צו ברענגען אויפן אויבערפלאך.
און פון קליפת הציונות איז געבוירן, האבן אלע גדולי ישראל דאס פארבאטן.
מיר האבן א ויואל משה.
וואס דאס איז חי וקיים פאר יעדע איד שעמדו על הר סיני.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: Re:
אסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:52 am
די תורה הקדושה האט זיך נישט געענדיגט, נישט ביים רמב״ם, נישט ביי טור, שלחן ערוך, נושאי כלים, לבוש, ערוך השולחן און משנה ברורה וכו' וכו' און נישט ביי ספרי הפסק על סדר השו"ע
ציונות איז דעמאלטס נאך נישט גילטיג געווען צו ברענגען אויפן אויבערפלאך.
און פון קליפת הציונות איז געבוירן, האבן אלע גדולי ישראל דאס פארבאטן.
מיר האבן א ויואל משה.
וואס דאס איז חי וקיים פאר יעדע איד שעמדו על הר סיני.
קיינער האט נישט געמאכט א ספר פון א נייע הלכה וואס איז נישט געשטאנען אין שלחן ערוך
אויסער די משנה ברורה האט געמאכט א ספר אויף הילכות לשון הרע און ענק האבן עס טאקע נישט אנגענומען ....
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: Re:
איר זענט אבסאלוט קאמפלעט איגנאראנט.מילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:07 amאסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:52 am
די תורה הקדושה האט זיך נישט געענדיגט, נישט ביים רמב״ם, נישט ביי טור, שלחן ערוך, נושאי כלים, לבוש, ערוך השולחן און משנה ברורה וכו' וכו' און נישט ביי ספרי הפסק על סדר השו"ע
ציונות איז דעמאלטס נאך נישט גילטיג געווען צו ברענגען אויפן אויבערפלאך.
און פון קליפת הציונות איז געבוירן, האבן אלע גדולי ישראל דאס פארבאטן.
מיר האבן א ויואל משה.
וואס דאס איז חי וקיים פאר יעדע איד שעמדו על הר סיני.
קיינער האט נישט געמאכט א ספר פון א נייע הלכה וואס איז נישט געשטאנען אין שלחן ערוך
אויסער די משנה ברורה האט געמאכט א ספר אויף הילכות לשון הרע און ענק האבן עס טאקע נישט אנגענומען ....
קודם כל, אין יעדע הלכה קומט צו נאך פילע הלכות וואס זענען אין די ספרי הפוסקים. די ארטאדאקסישע לעבענסשטייגער נעמט אין זיך אסאך מער אריין מדי יום ביומו
ויואל משה איז די אויסגעברייטערטע ספר הפסק פון הלכות אין באצוג צו ציונות.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: Re:
סוף פסוק.אסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:52 amדי תורה הקדושה האט זיך נישט געענדיגט, נישט ביים רמב״ם, נישט ביי טור, שלחן ערוך, נושאי כלים, לבוש, ערוך השולחן און משנה ברורה וכו' וכו' און נישט ביי ספרי הפסק על סדר השו"עמילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:23 amאביסל נעראיש צו אזוי זאגן. ווייל די גאנצע שיטה איז נישט עפעס וואס מ'דארף/מ'קען אפווענדן, אויב די קענסט די אלף בית, ס'איז א פשטל וואס סאטמאר רב האט געמאכט וואס לויט אים קומט עס אזוי אויס, למעשה שטייט נישט אין שלחן ערוך אדער אפילו אין רמבםקופערניקוס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:03 pm לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
ציונות איז דעמאלטס נאך נישט גילטיג געווען צו ברענגען אויפן אויבערפלאך.
און פון קליפת הציונות איז געבוירן, האבן אלע גדולי ישראל דאס פארבאטן.
מיר האבן א ויואל משה.
וואס דאס איז חי וקיים פאר יעדע איד שעמדו על הר סיני.
פינטל.
אני מאמין.
ואין לנו רשות להרהר.
אלע גדולי ישראל.
יעדער איז מודה.
לכולי עלמא.
אלע פוסקים.
חי וקיים.
לעולם ועד.
פאר אלע יודן.
פארבאטן.
אסור בנגיעה.
מטמאה במחשבה.
איסור עולם.
אינגאצן.
נצח סלה.
אזוי? א הא!
איך הער….
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: Re:
זעהט אויס איר האט געשריבן א שיינעם ארטיקל קעגן קליפת הציונות אבער אונז נאר געטיילט די קעפלעךהיום האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:16 amסוף פסוק.אסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:52 amדי תורה הקדושה האט זיך נישט געענדיגט, נישט ביים רמב״ם, נישט ביי טור, שלחן ערוך, נושאי כלים, לבוש, ערוך השולחן און משנה ברורה וכו' וכו' און נישט ביי ספרי הפסק על סדר השו"עמילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:23 amאביסל נעראיש צו אזוי זאגן. ווייל די גאנצע שיטה איז נישט עפעס וואס מ'דארף/מ'קען אפווענדן, אויב די קענסט די אלף בית, ס'איז א פשטל וואס סאטמאר רב האט געמאכט וואס לויט אים קומט עס אזוי אויס, למעשה שטייט נישט אין שלחן ערוך אדער אפילו אין רמבםקופערניקוס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:03 pm לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
ציונות איז דעמאלטס נאך נישט גילטיג געווען צו ברענגען אויפן אויבערפלאך.
און פון קליפת הציונות איז געבוירן, האבן אלע גדולי ישראל דאס פארבאטן.
מיר האבן א ויואל משה.
וואס דאס איז חי וקיים פאר יעדע איד שעמדו על הר סיני.
פינטל.
אני מאמין.
ואין לנו רשות להרהר.
אלע גדולי ישראל.
יעדער איז מודה.
לכולי עלמא.
אלע פוסקים.
חי וקיים.
לעולם ועד.
פאר אלע יודן.
פארבאטן.
אסור בנגיעה.
מטמאה במחשבה.
איסור עולם.
אינגאצן.
נצח סלה.
אזוי? א הא!
איך הער….
ברענגט אהער די גאנצע..
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 321
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 25, 2023 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 27 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 548 מאל
Re: Re:
אמת, אמת.אסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:19 amברענגט אהער די גאנצעהיום האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:16 amסוף פסוק.אסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:52 amדי תורה הקדושה האט זיך נישט געענדיגט, נישט ביים רמב״ם, נישט ביי טור, שלחן ערוך, נושאי כלים, לבוש, ערוך השולחן און משנה ברורה וכו' וכו' און נישט ביי ספרי הפסק על סדר השו"ע
ציונות איז דעמאלטס נאך נישט גילטיג געווען צו ברענגען אויפן אויבערפלאך.
און פון קליפת הציונות איז געבוירן, האבן אלע גדולי ישראל דאס פארבאטן.
מיר האבן א ויואל משה.
וואס דאס איז חי וקיים פאר יעדע איד שעמדו על הר סיני.
פינטל.
אני מאמין.
ואין לנו רשות להרהר.
אלע גדולי ישראל.
יעדער איז מודה.
לכולי עלמא.
אלע פוסקים.
חי וקיים.
לעולם ועד.
פאר אלע יודן.
פארבאטן.
אסור בנגיעה.
מטמאה במחשבה.
איסור עולם.
אינגאצן.
נצח סלה.
אזוי? א הא!
איך הער….
זעהט אויס איר האט געשריבן א שיינעם ארטיקל קעגן קליפת הציונות אבער אונז נאר געטיילט די קעפלעך
גאר שיינעם קלארן ארטיקל.
עס נעמט ארום די נושא (און נאך כמה וכמה נושאים) פון אלע זייטן.
מפני טורח הציבור (וקוצר זמן הכותב) וועל איך ברענגען דא נאר בקיצור נמרץ, א תמצית, וואס איז יוצא לנו למעשה.
גרייט צו הערן (ליינען)?
איז אזוי.
די פוינט איז, אז, היוצא לנו מכל זה, אז (ס׳זעהט שטארק אויס, אז) ס׳איז יא דא צוויי (לכה״פ) דעות, לכאן ולכאן…
דיין אבסעלאט שפראך, האט מיך געטריגערט צו רעאגירן, צו דיר, און צו אלע וואס טראכטן (?) ווי דיר, אז ס׳איז יא דא נאך א זייט!
יעצט ליין איבער די אלע קעפלעך, און לייג צו, צו יעדער איינס די ווארט
״אזוי?״.
פארשטאנען?
ייש״כ
״א טאג נישט געלאכט איז א פארלורענע טאג״ - שמעון דזיגאן
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 38
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 20, 2023 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 103 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
וועלעכער ספר ברענגט ארויס די קלארסטע די דעת המנוגדת לשיטת הרבי מסאטמאר?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
רוב סאטמאר'ע אינגעלייט קענען נישט ויואל משה,
איך פאנג אהן מיט איין קשיא, אויב איז שלש שבועות א הלכה פארוואס ווערט עס נישט געברענגט אין שלחן ערוך??
איך פאנג אהן מיט איין קשיא, אויב איז שלש שבועות א הלכה פארוואס ווערט עס נישט געברענגט אין שלחן ערוך??
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: Re:
נאר א ווערטל ווייל הילכות לשון הרע ווערט יא דערמאנט אין שלחן ערוךאסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:15 amאיר זענט אבסאלוט קאמפלעט איגנאראנט.
קודם כל, אין יעדע הלכה קומט צו נאך פילע הלכות וואס זענען אין די ספרי הפוסקים. די ארטאדאקסישע לעבענסשטייגער נעמט אין זיך אסאך מער אריין מדי יום ביומו
ויואל משה איז די אויסגעברייטערטע ספר הפסק פון הלכות אין באצוג צו ציונות.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
אז שלחן ערוך איז די תורה דעמאלטס פארוואס ווערן נישט די הלכות געברענגט אין די תורה
במשך אלע דורות פירט מען זיך וויאזוי די צדיקים האבן איינגעפירט.
דור פון מדרשי הלכה, משנת תנאים, גמרא, ראשונים, רמב״ם, טור, שלחן ערוך - דער ספר אויף וואס מען באציט זיך צו הלכות. ציונות איז נאך נישט געווען געבוירן.
ויואל משה פסק'נט די הלכות בנוגע שלש שבועות.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
איך ווייס אז סשטייט אין ויואל משה, איך זאג אז רוב סאטמאר'ע אינגעלייט קענען נישט קיין ויואל משה
איך האב שיין מסביר געווען די קשיא, פליז זיי מיר אויך שיין מסביר די תירוץ
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
די קשיא פרעגט דיין רבי "רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע" ער ענטפערט עפעס אנדערשאסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:27 pmאז שלחן ערוך איז די תורה דעמאלטס פארוואס ווערן נישט די הלכות געברענגט אין די תורה
במשך אלע דורות פירט מען זיך וויאזוי די צדיקים האבן איינגעפירט.
דור פון מדרשי הלכה, משנת תנאים, גמרא, ראשונים, רמב״ם, טור, שלחן ערוך - דער ספר אויף וואס מען באציט זיך צו הלכות. ציונות איז נאך נישט געווען געבוירן.
ויואל משה פסק'נט די הלכות בנוגע שלש שבועות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל
Re: Re:
"אלע" גדולי ישראל האבן עס פארבאטן? אדער כפי שיטתך איז ווער עס האלט פארקערט ווי די סאטמאר רב זי"ע קוים א יוד, און זיכער נישט קיין תלמיד חכם וואס זיין פסק האט סיי וועלכע שוויות.אסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:52 amדי תורה הקדושה האט זיך נישט געענדיגט, נישט ביים רמב״ם, נישט ביי טור, שלחן ערוך, נושאי כלים, לבוש, ערוך השולחן און משנה ברורה וכו' וכו' און נישט ביי ספרי הפסק על סדר השו"עמילך טראק האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:23 amאביסל נעראיש צו אזוי זאגן. ווייל די גאנצע שיטה איז נישט עפעס וואס מ'דארף/מ'קען אפווענדן, אויב די קענסט די אלף בית, ס'איז א פשטל וואס סאטמאר רב האט געמאכט וואס לויט אים קומט עס אזוי אויס, למעשה שטייט נישט אין שלחן ערוך אדער אפילו אין רמבםקופערניקוס האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 25, 2012 7:03 pm לאמיר נישט רעדן קיין שטותים, סאטמאר איז אפשר נאריש פארן שרייבן "קיינער האט קיינמאל נישט אפגעוואנדן דעם רבי'ן"
אבער אין פאקט האט קיינער אין זיין רעינדזש, אין זיין רמה געשריבן עפעס אפילו נאנט צו וואס ער האט געשריבן, און דעריבער זענען זיי אזוי שטארק מיט זיין שיטה. יא, דא דארטן האט אפשר איינער געשריבן א קונטרס'ל, אבער ווען טשעבינער רב שרייבט א חיבור, אדער אז דער סטייפלער שרייבט א קונטרס וואלט עס אפשר געווען א שטיקל איווען פייט, אזוי פילן די סאטמארער ווי קיינער האט אים נישט מצליח געווען אפצעווענדן
ציונות איז דעמאלטס נאך נישט גילטיג געווען צו ברענגען אויפן אויבערפלאך.
און פון קליפת הציונות איז געבוירן, האבן אלע גדולי ישראל דאס פארבאטן.
מיר האבן א ויואל משה.
וואס דאס איז חי וקיים פאר יעדע איד שעמדו על הר סיני.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 57
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 2:13 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
איינער האט געפרעגט דעם טשעבינער רב טאמער האט ער א ויואל משה אינדערהיים, האט ער געענטפערט אז ער האט דאס נישט וואו צו לייגן,
ער האט א שאפע פון ספרי הלכה און א שאפע פון ספרי אגדה, אבער א ספר הלכה אויף דברי אגדה האט ער נישט וואו צו לייגן...
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
דו ביסט אן אפיקורס: דו זאגסט אז די ציונים זענען נאך דאמאלס נישט געווען געבוירן. און וואס טוט זיך מיט שנת ת" ות"ט. און ביים חורבן בית המקדש.אסטראלאג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 2:27 pmאז שלחן ערוך איז די תורה דעמאלטס פארוואס ווערן נישט די הלכות געברענגט אין די תורה
במשך אלע דורות פירט מען זיך וויאזוי די צדיקים האבן איינגעפירט.
דור פון מדרשי הלכה, משנת תנאים, גמרא, ראשונים, רמב״ם, טור, שלחן ערוך - דער ספר אויף וואס מען באציט זיך צו הלכות. ציונות איז נאך נישט געווען געבוירן.
ויואל משה פסק'נט די הלכות בנוגע שלש שבועות.
גיי לערן א ביסל אידישקייט. קוק וואס הרב ש.ב. מרגליות זאגט איבער דעים. און אלע ערליכע אידן האלטן אז די ציונים זענען שוין געווען ביי חורבן בית המקדש. זיי האבן דאך עס גורם געווען...! ווער מיינסטו האט אויסגעהרג'עט די אידן אין שנת ת"ח ות"ט? נאר די ציונים זיי האבן געמאכט שותפות מיט די אוקריינער גויים. ווייל זיי האבן געוואלט אויפשטעלן א מדינה.!
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
דאכט זיך מ'זאגט אז די ציונים זענען א גלגול פון די בריונים בשעת חורבן בית שני
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
דער וואס זאגט: ער זאגט נאך א סאך זאכן. ער זאגט למשל אויך אז יאשקע איז מגולגל געווארן אין די ציונים. אז דאס איז די זעלבע קליפה. אויך טענה'ט ער אז די ציונים זענען געווען שותפים מיט די נאציס אויסצוהרג'נען די אידן. די פראבלעים איז נאר אז די נאציס האבן אריינגעלייגט זייערע שותפים די ציונים אין דעם זעלבן גאז קאמער און קרעמאטאריום אויוון ווי די גרעסטע צדיקים און קנאים.
אויך אויב די ציונים זענען געווען די שותפים פון די נאציס אויס צו הרג'נען די אידן כדי זיי זאלן קענען אויפשטעללן א מדינה. נו, פאר וועים וואלטן זיי געמאכט די מדינה?
אויך אויב די ציונים זענען געווען די שותפים פון די נאציס אויס צו הרג'נען די אידן כדי זיי זאלן קענען אויפשטעללן א מדינה. נו, פאר וועים וואלטן זיי געמאכט די מדינה?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל
Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה
כיהודה ועוד לקרא וויל איך מוסיף זיין אז צו פארשטייען עכט גוט די ויואל משה די שיטה הקדושה מיט א קלארקייט דארף מען פראבירן צו באקומען קורצע ענטפערס צו 6 פשוטע פראגעס.
האט שוין איינער געטראפן א בקי אין ויואל משה וואס קען ענטפערן די פראגעס אן צוצייכענען אז דער רבי רעדט שוין דערפון אין סימן דארט און דארט? דהיינו א איד וואס ווייסט די פשוט'ע ענטפער מיט פשוטע לאגיש אן ווארפן מראה מקומות וואס ער אליין פארשטייט נישט?
א. איז די דריי שבועות אן הלכה? אויב יא פארוואס שטייט די ג' שבועות אינמיטן אן אגדתא גמרא?
ב. פארוואס ברענגן די ראשונים נישט אראפ די ג' שבועות אלץ אן הלכה?
ג. אויב איז די ג' שבועות איינע פון די וויכטיגסטע הלכות פארן זמן הגלות פארוואס שטייט עס נישט אין שולחן ערוך?
ד. ווען איז פארגעקומען די שבועה צערעמאניע? ד.ה. ווען איז כלל ישראל דערמיט באשוואוירן געווארן?
ה. ווען די חשמונאים האבן מורד געווען אין די יוונים האבן זיי עובר געווען אויף די ג"ש? ווען בר כוכבא מיט אלע חכמים פון יענעם דור האבן מורד געווען אין די רומיים האבן זיי עובר געווען אויף די ג' שבועות? (לשון הרמב"ם: ודימה הוא וכל חכמי דורו שהוא המלך המשיח)
ו. אויב ווילן אסאך יודן ארויפגיין קיין ארץ ישראל מיט איין מענטש ווייניגער פון עליה בחומה כדי נישט עובר צו זיין די שבועה, ביי וויפיל מענטשען פונקטליך הייסט יא עליה בחומה (כדי מען זאל קענען גיין איינס ווייניגער)?