להודיע האט געשריבן: ↑
דער איד האקט זיך ארויס פון כלל ישראל!
בשעת וואס דאס אידישע פאלק פירט א מערכה קעגן רוצחים שונאי ישראל וואס ווילן נאר להשמיד להרוג ולאבד, און ס'שטעלט זיך א איד אין א פלאץ פון גויים, און שטעלט זיך ארויס אלץ א תומך פון די שונאי ישראל קעגן די אידישע פאלק, האט ער זיך אינגאנצן אפגעהאקט פון די אידישע פאלק.
שר"י
איך קען נישט די מעשה דארט אין קערעסטיר, אבער ליידער שטייט מען יעצט אין א מצב ווען ס'איז א שעת מלחמה אין ארץ ישראל, אויב איינער פרובירט נאר איינעם זאגן א ווארט אז ער האלט נישט מיט די זייט פין די מדינה ווערט ער א נטורי קרתא אין א מינוט, און יעדער באשייגעצט אים נאר ווייל ער האט א מיינונג.
אדרבה שפאצירט אריין אין א ביהמ"ד אין איינע פון די קליינע שטעטעליך וועט איר געוואר ווערן.
זאגסטו ווען ער שטייט ווען דארט מיט א סיין
A Jew is not a Zionist
A Zionist is not a Jew
אן די פאלעסטינע פלעג וואלסטו אויך מסכים געווען,
אבער וויבאלד ער האט געהאט א פלעג אויפן סיין בארעכסטו די מכות וואס ער האט געכאפט?
דו קענסט אים אפילו נישט. סטאם ארויפלייגן א שלעכטע בליק אויף א איד?
פארוואס ביסטו נישט געגאנגען העלפן דיין ברודער? לוי סאא-מויד אל דאם ראייעיכאאא...! דו האסט געדארפט רופן שראאל דויד וייס און די טוינטער אנדערע כאווייראם צי קימאן העלפאן ימח שמו...!
אים נישט לאזנדיג אראפנעמען די נאציוניסטישע פאן, האט ער למען תורתנו הקדושה און פאר די כבוד פון רבי ישעיה בן ר' משה זיך אוועקגעשטעלט און אויסגערופן אין לנו חלק בנחלה הציונים ימח שמם.
איך בין דארט געווען בשעת מעשה, די מעשה איז געווען אזוי @אתרוגים זאגט, אז משה ארבל איז געקומען צו ר' ישעילעס הויז, און זיך געפיקטשער מיטן ארטיגן מעיאר.
ער איז נאכדעם ארויף צום ציון, אזוי אויך צוויי מענטשן וואס זייערע געשוויסטער זענען פארכאפט אין עזה
די סאטמארע יודן זענען ארויס פון ציון בשעת מעשה, וגם אני בתוכם, מיר זענען געווען אויבן אין כהנים שטיבל, אינמיטן האבן מיר געכאפט א ריקוד אויפן ניגון השם הוא מלכנו... ער האט זיך זעט אויס דערשראקן און איז שנעל ארויס פון ציון....