לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 20, 2022 7:22 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
אויב מעגליך, ביטע אויך שרייבן אין אידיש תמצית הדברים, וויבאלד נישט יעדער דא ליינט אזוי גוט ענגליש. ס'מוז נישט זיין די גאנצע אריכות, (דאס קענען מיר ליינען אינעם דאקיומענט), נאר בקיצור וואס ווערט ארויסגעברענגט דארט.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
מען ברענגט דא ארויס אפאר נקודות גאר קלאר אין שארף צווישן זיי:
1) זיי האבן גאר א קלארע און פונקטליכע סטראטעגיע ווי אזוי צו דעפענדן די קעיס, זיי האבן א פונקטליכע ליסט פון ליגאל ארגומענטן וואס זיי מוזן מאכן, זיי האבן א פונקטליכע אויסגערעכענטע וועג ווי אזוי זיי וויילן עס פרעזענטן. אין ווי באלד די לאויערס זענען נישט גרייט עס צו טון פונקטלעך אזוי, איז די לויערס דעפענס פשוט נישט "זייער" אייגענע דעפענס וואס די קאנסיטאשאן געבט זיי די רעכט.
2) זיי טרייען נישט צו קלאר ענטפערן פ"וו די לויערס טויגן נישט, אוזי פיל זאגן זיי אז נעמענדיג אין באטראכט די עוולות אין קארפשן פון די גאוו. און די וואס זענען אינוואלווד אין די רעליגוס פערסיקוישן וואס די קעיס איז, קען נישט זיין מעגליך צו דעפענדן די קעיס נאר מיטן אויפווייזן די קאראפשען אין שקר פון די קעיס אין די פראסיקוישן.
3) אין וויבאלד רוב לויערס און זוכער גאוו. לויערס דארפן צוקומען צו די גאוו. און מוזן האבן גוטע רעלעישנשיפ מיט זיי פאר פלעי-דילס א.ד.ג. וועל זיי עס נישט קענען טון.
און דעריבער נישט קענען געהעריג זיי דעפענדן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואגטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
די געהעריגע משפט גייט זיך אונהייבן מארגן, אינדערפרי וועט מען ענדיגן דזשארי סעלקשן, אין ביי מיטאג וועט מען אנהייבן 'אופעניג סטעיטמענט' וואס דערמיט הייבט זיך אפיציעל און די משפט\טרייל
עס גייט זיין אין ווייט פלעינס קארט הויז אין מיר גייען אפשר פארבירן אריבער פארן צו עס מיט האלטן פון נאנט, און עס באריכטן פארן ציבור.
אבער כדי צו געבן א מינימאל בעגקראנד אויף די קעיס אין וואס איז די דעפענס טענות בכלל, וואס דארפאר גייען זיי צו משפט, וועל איך עטעטשן א חלק פון א מאשן וואס איז געפיילט געווארן אין קארט ערב פסח תשפב דאקעט #544 אלץ א "מאשן אין לימינע" פארן לעצטן טרייל.
עס איז א 338 בלאט דאקאמענט איך האב ארויסגענומען 25 בלאט וואס איז נאר די חלק פון 'פעקשאל בעגקראנד' פון די קעיס (טאמער וויל די עולם די גאנצע קען איך עס לייגן) וואס איז עסענשאל צו קענען האבן א אנדערסטענדיג פון די יעצטיגע טרייל.
אין די דאקאמענט איז דא רעפערט צו אסאך עוועדענס, עקזיביטס, דאקאמענטן, אין רעקארדינגס. טאמער איז מען אינטרעסירט א ספעציפישע דאקאמענט וועלן מיר עס ארויפלייגן.
עס גייט זיין אין ווייט פלעינס קארט הויז אין מיר גייען אפשר פארבירן אריבער פארן צו עס מיט האלטן פון נאנט, און עס באריכטן פארן ציבור.
אבער כדי צו געבן א מינימאל בעגקראנד אויף די קעיס אין וואס איז די דעפענס טענות בכלל, וואס דארפאר גייען זיי צו משפט, וועל איך עטעטשן א חלק פון א מאשן וואס איז געפיילט געווארן אין קארט ערב פסח תשפב דאקעט #544 אלץ א "מאשן אין לימינע" פארן לעצטן טרייל.
עס איז א 338 בלאט דאקאמענט איך האב ארויסגענומען 25 בלאט וואס איז נאר די חלק פון 'פעקשאל בעגקראנד' פון די קעיס (טאמער וויל די עולם די גאנצע קען איך עס לייגן) וואס איז עסענשאל צו קענען האבן א אנדערסטענדיג פון די יעצטיגע טרייל.
אין די דאקאמענט איז דא רעפערט צו אסאך עוועדענס, עקזיביטס, דאקאמענטן, אין רעקארדינגס. טאמער איז מען אינטרעסירט א ספעציפישע דאקאמענט וועלן מיר עס ארויפלייגן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואגטער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
א גוטן ר' געוואגטער.
אפשר שטעלט איר אונז אראפ די טערמינען פון די קעיס, וואס הויבט זיך לכאורה אן מארגן.
איך פארשטיי אז דער שופט אסר'ט ארויפצוברענגען די טענה, אז דא איז געווען א "רעסקיא" - א הצלה, און נישט א "קידנעפינג". עס דארף באמערקט ווערן אז דאס איז געווען איינע פון די שטארקע טענות ביים פאריגן קעיס, ווען די אנגעקלאגטע האבן גע'טענה'עט אז דאס קען נישט באטראכט ווערן ווי "אוועקכאפן קינדער", וויבאלד זיי האבן זיך געבעטן דערפאר און עס איז באטראכט געווארן בשעתם ווי מען דארף זיי ראטעווען.
לאמיר הערן מער, קודם צי עס איז ריכטיג בכלל אז דער שופט לאזט נישט ארויפברענגען די טענה, און פארוואס.
אזוי אויך לאמיר הערן, וואס זענען די רעגולאציעס וואס דער שופט האט קלארגעשטעלט, פון וואס גייט מען יא רעדן און וואס גייט מען נישט רעדן.

צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
גוט געפרעגט, און איך וועל ענטפערן מער באריכות מארגן אי"ה, דערווייל קענסטו בליקן אין די דאקומענט וועסטו אביסל פארשטיין זייער פערספעקטיוו אויפן קעיס, די עוולות וואס זיי האלטן מען האט זיין געטון, אין פארוואס זיי זענען אזוי פארעקשנט נישט צו פליען.מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:25 pm פארוואס נישט ענדערש נעמען א פלי דיעל?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑פרייטאג מערץ 01, 2024 12:20 amקודם-כל, האט דער גאווערמענט זיי נישט געגעבן קיין פליה, זיי האבן אפילו נישט געהאט קיין ברירה צו נעמען א דיעל.מאנרא יונגערמאן האט געשריבן: ↑דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 9:25 pm פארוואס נישט ענדערש נעמען א פלי דיעל?
אויסער דעם, אפילו מען וואלט זיי יא געגעבן, וואלטן זיי מסתמא נישט גענומען. דער חכם תמ"ל האלט אז נעמען א פלי איז פארבינדן מיט שווערע איסורי דאורייתא.
קודם-כל איז דאס א געוואלדיגע חילול ה', ווייל מען מוז ארויסזאגן מיטן מויל אונטער א שבועה, אז מען אנערקענט אז מען האט געטון אן עוולה, וואס דאס איז סיי שקר און סיי א חילול ה' אז ערליכע אידן באגייען אזעלכע עוולות.
אויסער דעם באדייט דאס אז מען איז מייקר שם אלילים, מען איז מודה אז מען אנערקענט אין זייער קארט סיסטעם, א זאך וואס איז קעגן די תורה הק' און מען טאר דאס נישט טון.
חוץ פון דעם, האלט דער חכם, אז דאס גייט אריין בגדר פון מסירה.
דעריבער לאזט דער חכם נישט נעמען קיין דיעל, נאר מען זאל ווארטן אויף נסים פון הימל.
געראדע מער אונהייב פונעם קעיס האבן זיי יא מסכים געווען צו מאכן עפעס א דיעל מיטן גאוו. זיי האבן אבער געוואלט אז קודם זאל די פראסקיוטערס מסכים זיין זיך ארופ זעצן מיט זיי אבער די גאוו. האט נאר געוואלט מיט געוויסע באדיאונגען (וואס היינט האבן זיי שוין חרטה דערויף אבער ל"ט האלט מער נישט ביים פארהאנדלן)
זע למשל בריוון וואס די דעפענדנס האבן געשריבן פון תפיסה פארן פראסיקיושן 3 יאר צוריק:
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
חכמת שלמה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:35 am א גוטן ר' געוואגטער.
אפשר שטעלט איר אונז אראפ די טערמינען פון די קעיס, וואס הויבט זיך לכאורה אן מארגן.
איך פארשטיי אז דער שופט אסר'ט ארויפצוברענגען די טענה, אז דא איז געווען א "רעסקיא" - א הצלה, און נישט א "קידנעפינג". עס דארף באמערקט ווערן אז דאס איז געווען איינע פון די שטארקע טענות ביים פאריגן קעיס, ווען די אנגעקלאגטע האבן גע'טענה'עט אז דאס קען נישט באטראכט ווערן ווי "אוועקכאפן קינדער", וויבאלד זיי האבן זיך געבעטן דערפאר און עס איז באטראכט געווארן בשעתם ווי מען דארף זיי ראטעווען.
לאמיר הערן מער, קודם צי עס איז ריכטיג בכלל אז דער שופט לאזט נישט ארויפברענגען די טענה, און פארוואס.
אזוי אויך לאמיר הערן, וואס זענען די רעגולאציעס וואס דער שופט האט קלארגעשטעלט, פון וואס גייט מען יא רעדן און וואס גייט מען נישט רעדן.
עס איז א לענגערע ענטפער צו אריין גיין אין די פרטי הגעזעצן מיר וועלן עס האפענטליך שפעטער טון.
אבער קודם ווי עס קוקט אויס וועט די שופט נישט קענען אופהאלטן 'די מאל' (ווי ער האט געטון לעצעטע טרייל), צו ארויף ברענגען די טענות, עוועדענס, עדות אא"וו אז עס איז געווען א רעסקיו. (וואס די טענות זענען, וועלן מיר שפעטער פארהאנדלן דערווייל קוק די 'פעקשואל בעגקראנד' דאקאמענט וואס פריער ארויפגעלייגט)
ער האט שוין טאקע פראבירט עס אפהאלטן ביי לעצטע קאנפרענס אבער עס איז עם נישט געגאנגען ווייל די דעפענדענס האבן עם העפטיג אופגעפרעגט און אפי' די פראסיקוישן האט שוין בלית ברירה מסכים געווען מיט זיי אין געזאגט פארן שופט אז ער מוז געזעצליך עס לאזן, און אזוי איז עס טאקע געבליבן.
דעריבער מאכט עס טאקע די איצטיגע טרייל גאר אינטרעסאנט ווי אזוי עס וועט זיך אויסשפילן! ווייל ווי עס קוקט אויס וועט די משפט זיין גאר אנדערש פון די פאריגע.
פון צווייטען זייט ווייסט דאס די גאוו. אויך אז זיי האבן דא אסאך פראבלעמען אדערך צו מאכן, און דעריבער גרייטן זיי זיך דא צו צוגיין מיט אסאך א גרעסערע רשעות, מער אגרעסיוו, און זייער ברוטאל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
דאס איז א ארדער פאר קליידער פארן טרייל זעה פייל:סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: ↑מוצ"ש מערץ 02, 2024 7:34 pmנייעסריפארטער האט געשריבן: ↑ דאס איז וואס די שופט האט געפסקענט וויאזוי זיי וועלן גיין אנגעטאן אין קאורט:
ORDERED that defendant, YOIL WEINGARTEN (aka Yoil Weingarten), Westchester County Jail Inmate No. 270863, be permitted to receive non-prison clothing at the U.S. Marshals Office, SDNY White Plains, for trial, scheduled to begin on February 27, 2024. He is permitted to have the following clothing to wear in court during the trial:
1 Kaftan (robe with blue and grey stripes)
2 long white shirts
2 pants
1 Black yarmulke
2 Brown head shawls
1 pair of black shoes
2 pair of socks
1 Gartel (similar to soft belt, white and black stripes)
ציצית??
ציצית דארף מען נישט אריין ברענגן פון אינדרויסן ווייל זיי האבן דאך די ציצית וואס זיי גייען אין תפיסה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
כ'מיין אז דא שטייט פארקערט ווי די שרייבסט.געוואגטער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:36 amחכמת שלמה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:35 am א גוטן ר' געוואגטער.
אפשר שטעלט איר אונז אראפ די טערמינען פון די קעיס, וואס הויבט זיך לכאורה אן מארגן.
איך פארשטיי אז דער שופט אסר'ט ארויפצוברענגען די טענה, אז דא איז געווען א "רעסקיא" - א הצלה, און נישט א "קידנעפינג". עס דארף באמערקט ווערן אז דאס איז געווען איינע פון די שטארקע טענות ביים פאריגן קעיס, ווען די אנגעקלאגטע האבן גע'טענה'עט אז דאס קען נישט באטראכט ווערן ווי "אוועקכאפן קינדער", וויבאלד זיי האבן זיך געבעטן דערפאר און עס איז באטראכט געווארן בשעתם ווי מען דארף זיי ראטעווען.
לאמיר הערן מער, קודם צי עס איז ריכטיג בכלל אז דער שופט לאזט נישט ארויפברענגען די טענה, און פארוואס.
אזוי אויך לאמיר הערן, וואס זענען די רעגולאציעס וואס דער שופט האט קלארגעשטעלט, פון וואס גייט מען יא רעדן און וואס גייט מען נישט רעדן.
עס איז א לענגערע ענטפער צו אריין גיין אין די פרטי הגעזעצן מיר וועלן עס האפענטליך שפעטער טון.
אבער קודם ווי עס קוקט אויס וועט די שופט נישט קענען אופהאלטן 'די מאל' (ווי ער האט געטון לעצעטע טרייל), צו ארויף ברענגען די טענות, עוועדענס, עדות אא"וו אז עס איז געווען א רעסקיו. (וואס די טענות זענען, וועלן מיר שפעטער פארהאנדלן דערווייל קוק די 'פעקשואל בעגקראנד' דאקאמענט וואס פריער ארויפגעלייגט)
ער האט שוין טאקע פראבירט עס אפהאלטן ביי לעצטע קאנפרענס אבער עס איז עם נישט געגאנגען ווייל די דעפענדענס האבן עם העפטיג אופגעפרעגט און אפי' די פראסיקוישן האט שוין בלית ברירה מסכים געווען מיט זיי אין געזאגט פארן שופט אז ער מוז געזעצליך עס לאזן, און אזוי איז עס טאקע געבליבן.
דעריבער מאכט עס טאקע די איצטיגע טרייל גאר אינטרעסאנט ווי אזוי עס וועט זיך אויסשפילן! ווייל ווי עס קוקט אויס וועט די משפט זיין גאר אנדערש פון די פאריגע.
פון צווייטען זייט ווייסט דאס די גאוו. אויך אז זיי האבן דא אסאך פראבלעמען אדערך צו מאכן, און דעריבער גרייטן זיי זיך דא צו צוגיין מיט אסאך א גרעסערע רשעות, מער אגרעסיוו, און זייער ברוטאל.
https://casetext.com/case/united-states-v-weingarten-23
Accordingly, the Court precludes Defendants from introducing the following arguments during trial:
For a more detailed analysis, please see the Court's Opinion & Orders dated October 12, 2021 (See Helbrans MIL Opinion at 50-71) and May 11, 2022, (Malkas MIL Opinion at 31-66.).
• Absent a compelling argument regarding the relevance of historic persecution, Defendants will be precluded from presenting evidence at trial of historic persecution by the United States or any other government entity or from detailing long-standing tensions between Lev Tahor and any other community.
• Defendants are precluded from arguing that they are being prosecuted because of their religious beliefs.
• Defendants are precluded from arguing that the marriage between Jacob Rosner and Minor-1 was legally valid or that marital privilege applies. Moreover, Defendants are precluded from arguing that Jacob Rosner and Minor-1's kidnapping is a defense to marriage.
• Defendants are precluded from arguing that because Jacob Rosner and Minor-1's marriage and sexual relationship was sanctioned by defendants' religious beliefs, they are not subject to prosecution.
• Defendants are precluded from arguing that the Family Court Order, which granted Mother sole custody over the Minors, was fraudulently obtained.
• Defendants are precluded from arguing that because the Minors were not removed from the country by force or that Minor-1 consented to ..., Defendants' conduct is excused.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ביטע ארויפלייגן די גאנצע דאקומענט אויב מעגליך.געוואגטער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:33 am די געהעריגע משפט גייט זיך אונהייבן מארגן, אינדערפרי וועט מען ענדיגן דזשארי סעלקשן, אין ביי מיטאג וועט מען אנהייבן 'אופעניג סטעיטמענט' וואס דערמיט הייבט זיך אפיציעל און די משפט\טרייל
עס גייט זיין אין ווייט פלעינס קארט הויז אין מיר גייען אפשר פארבירן אריבער פארן צו עס מיט האלטן פון נאנט, און עס באריכטן פארן ציבור.
אבער כדי צו געבן א מינימאל בעגקראנד אויף די קעיס אין וואס איז די דעפענס טענות בכלל, וואס דארפאר גייען זיי צו משפט, וועל איך אטענטשן א חלק פון א מאשן וואס איז געפיילט געווארן אין קארט ערב פסח תשפב דאקעט #544 אלץ א "מאשן אין לימינע" פארן לעצטן טרייל.
עס איז א 338 בלאט דאקאמענט איך האב ארויסגענומען 25 בלאט וואס איז נאר די חלק פון 'פעקשאל בעגקראנד' פון די קעיס (טאמער וויל די עולם די גאנצע קען איך עס לייגן) וואס איז עסענשאל צו קענען האבן א אנדערסטענדיג פון די יעצטיגע טרייל.
אין די דאקאמענט איז דא רעפערט צו אסאך עוועדענס, עקזיביטס, דאקאמענטן, אין רעקארדינגס. טאמער איז מען אינטרעסירט א ספעציפישע דאקאמענט וועלן מיר עס ארויפלייגן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
וויאזוי ארבעט "preclude", איז נישט על זה גופו אנו דנים?נייעסריפארטער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 1:06 pmכ'מיין אז דא שטייט פארקערט ווי די שרייבסט.געוואגטער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:36 amחכמת שלמה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:35 am א גוטן ר' געוואגטער.
אפשר שטעלט איר אונז אראפ די טערמינען פון די קעיס, וואס הויבט זיך לכאורה אן מארגן.
איך פארשטיי אז דער שופט אסר'ט ארויפצוברענגען די טענה, אז דא איז געווען א "רעסקיא" - א הצלה, און נישט א "קידנעפינג". עס דארף באמערקט ווערן אז דאס איז געווען איינע פון די שטארקע טענות ביים פאריגן קעיס, ווען די אנגעקלאגטע האבן גע'טענה'עט אז דאס קען נישט באטראכט ווערן ווי "אוועקכאפן קינדער", וויבאלד זיי האבן זיך געבעטן דערפאר און עס איז באטראכט געווארן בשעתם ווי מען דארף זיי ראטעווען.
לאמיר הערן מער, קודם צי עס איז ריכטיג בכלל אז דער שופט לאזט נישט ארויפברענגען די טענה, און פארוואס.
אזוי אויך לאמיר הערן, וואס זענען די רעגולאציעס וואס דער שופט האט קלארגעשטעלט, פון וואס גייט מען יא רעדן און וואס גייט מען נישט רעדן.
עס איז א לענגערע ענטפער צו אריין גיין אין די פרטי הגעזעצן מיר וועלן עס האפענטליך שפעטער טון.
אבער קודם ווי עס קוקט אויס וועט די שופט נישט קענען אופהאלטן 'די מאל' (ווי ער האט געטון לעצעטע טרייל), צו ארויף ברענגען די טענות, עוועדענס, עדות אא"וו אז עס איז געווען א רעסקיו. (וואס די טענות זענען, וועלן מיר שפעטער פארהאנדלן דערווייל קוק די 'פעקשואל בעגקראנד' דאקאמענט וואס פריער ארויפגעלייגט)
ער האט שוין טאקע פראבירט עס אפהאלטן ביי לעצטע קאנפרענס אבער עס איז עם נישט געגאנגען ווייל די דעפענדענס האבן עם העפטיג אופגעפרעגט און אפי' די פראסיקוישן האט שוין בלית ברירה מסכים געווען מיט זיי אין געזאגט פארן שופט אז ער מוז געזעצליך עס לאזן, און אזוי איז עס טאקע געבליבן.
דעריבער מאכט עס טאקע די איצטיגע טרייל גאר אינטרעסאנט ווי אזוי עס וועט זיך אויסשפילן! ווייל ווי עס קוקט אויס וועט די משפט זיין גאר אנדערש פון די פאריגע.
פון צווייטען זייט ווייסט דאס די גאוו. אויך אז זיי האבן דא אסאך פראבלעמען אדערך צו מאכן, און דעריבער גרייטן זיי זיך דא צו צוגיין מיט אסאך א גרעסערע רשעות, מער אגרעסיוו, און זייער ברוטאל.
https://casetext.com/case/united-states-v-weingarten-23
Accordingly, the Court precludes Defendants from introducing the following arguments during trial:
For a more detailed analysis, please see the Court's Opinion & Orders dated October 12, 2021 (See Helbrans MIL Opinion at 50-71) and May 11, 2022, (Malkas MIL Opinion at 31-66.).
• Absent a compelling argument regarding the relevance of historic persecution, Defendants will be precluded from presenting evidence at trial of historic persecution by the United States or any other government entity or from detailing long-standing tensions between Lev Tahor and any other community.
• Defendants are precluded from arguing that they are being prosecuted because of their religious beliefs.
• Defendants are precluded from arguing that the marriage between Jacob Rosner and Minor-1 was legally valid or that marital privilege applies. Moreover, Defendants are precluded from arguing that Jacob Rosner and Minor-1's kidnapping is a defense to marriage.
• Defendants are precluded from arguing that because Jacob Rosner and Minor-1's marriage and sexual relationship was sanctioned by defendants' religious beliefs, they are not subject to prosecution.
• Defendants are precluded from arguing that the Family Court Order, which granted Mother sole custody over the Minors, was fraudulently obtained.
• Defendants are precluded from arguing that because the Minors were not removed from the country by force or that Minor-1 consented to ..., Defendants' conduct is excused.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ניין עס שטייט נישט פארקערט וואס איך שרייב,נייעסריפארטער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 1:06 pmכ'מיין אז דא שטייט פארקערט ווי די שרייבסט.געוואגטער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 4:36 amחכמת שלמה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 3:35 am א גוטן ר' געוואגטער.

עס שטייט דא טאקע אלעס וואס איז פרעקלודעט אבער רעסקיו, אדער די עבויז פון די קינדער, שטייט דא נישט אריינגערעכנט אז עס איז אויסגעשלאסן
משא"כ ביי די מלכא'ס טרייל האט ער יא דערקטלי פרעקלודעט זה: (Malkas MIL Opinion .).
אין פאקט היינט ביים אופענינג סטעיטמענט פון די וויינגארטענס האבן זיי טאקע געמאכט גאר א שטארקע קעיס פון די רעסקיו, עבויז, און אז זיי וועלן פארווען "די האריבל עביוז ענד טארטשער" (כלשונם) וואס די קינדער האבן דא געליטן איידער מען האט זיי געהאלפן אנטלויפן.
די גאוו. האט פראבירט צו אבדשעקטן אבער עס איז זיי נישט געגאנגען
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
- מנחם מנדל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 182
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 2:47 pm
- האט שוין געלייקט: 143 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
@אסטראלאג מיט די מתנחלים האסטע א פראבלעם? די לב טהור חעוורע זענען נאך די גרעסטע סעטלערס..
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 01, 2024 2:12 am
- האט שוין געלייקט: 24 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
די 3 וויינגארטענס האבן געמאכט די אפענינג איינער נאכן אנדערןנייעסריפארטער האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 8:25 pm ווער האט געמאכט די אפענינג סטעעטמענט פאר די דעפענס?
עס איז היינט געווען אסאך אינטרעסאנטע נייעס אין קארט און איך ווארט מיט געדולד אז חכמת שלמה זאל אריין קומען מיטן פולן דעטאלן באריכט פונעם היינטיגן טאג
איך פרעזענדליך בין נישט דא צו טון באריכטן אדער צו רעפארטן די נייעס דאס איז בעיקר זיין פארט, מיין חלק וואס איך בין געבעטן געווארן איז צו טון מער אין די אנאליזן, דיסקאסן, באשרייבן, אין ענטפערן מער טיפערע אין קאמפלעצירטע עניניים און דערביי שעירן אין מיטיילן פון מיינע אוצרות
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
א גוט יאר פאר יעדן איינעם.
געווען א פארנומענע טאג היינט, נישט געהאט קיין צייט און נישט קיין כח, הערשט יעצט האב איך זיך צוזאמענגענומען אביסל צו באריכטן. איך בין באמת געווען אויסגעמאטערט, אויף אזוי ווייט אז איך בין מסופק צי איך וועל קענען אנהאלטן יעדן טאג אזא סדר, פון באריכטן דאהי כסדר. עס איז זייער שווער און עס האט זיך אויך געמאכט עטליכע טעכנישע פראבלעמען וואס קענען פארשווערן מיין באריכטן דא. איך וועל דעריבער פראבירן צו טון די מערסטע און האפנטליך וועל איך קענען אנהאלטן ווייטער.
איך מוז קלארשטעלן אז איך בין נישט די בעסטע עקספערט אינעם קארט סיסטעם ואביזרהו. איך קום נישט צו לקרסילי רגליו פון הרב געוואגטער. ער ווייסט וואס א טרייעל איז, וואס א מאושן איז. וואס ווייס איך קליינע מענטשעלע? - עס איז דעריבער מעגליך אז איך ברענג זיך נישט גוט ארויס אדער אז איך גרייז אין געוויסע פאקטן. אבער טאקע פאר דעם האבן מיר מורינו הרב געוואגטער, וועלכער וועט מיר פארריכטן, אויסקלארן און באשיינען דאס וואס איך פארפאס. בנוסף דערצו וועט ער דאס אנאליזירן, צולייגן זאלץ און פעפער און מסביר זיין יעדע זאך וואס דארט האט פאסירט.
איך וועל יעצט אראפגעבן דעם טאג, פון מיין פערספעקטיוו, א בליק פון א פרעמדער מענטש וואס ווייסט נישט קיין סך, ווי אזוי איך האב עס אנגעקוקט היינט דער קארט.
די דזשורי סעלעקשן האט זיך געצויגן ביז מיטאג צייט. בערך 2:30 האט זיך אנגעהויבן די טרייעל. פון אנהויב האט מען ארויסגעשיקט פון זאל צוויי פון די אנוועזנדע וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן, דער שופט האט גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי זענען פאטענציאלע עדות און זיי זענען א חלק פון די מעשה איבער וועמען מען רעדט, טארן זיי זיך נישט דא געפינען. דער שופט האט געזאגט אז ער וויל אז ס'זאל זיין אויף די רעקארדס אז זיי האבן פארלאזט דעם זאל.
אנהויב פונעם משפט, האט דער שופט קודם געהאלטן א רעדע פאר די דזשורי, זיי אנווייזנדיג וואס זייער אויפגאבע איז. צווישן אנדערע האט ער זיי אנגעזאגט אז מען טאר נישט נשפע ווערן פון קיין שום אנדערע מקורות אויסער פון די עוועדענץ פון די קארט. זיי טארן נישט דיסקאסירן די קעיס מיט קיין נברא בעולם און אפילו נישט מיט זייער גאר נאנטע. שוין אפגערעדט דערפון אז זיי טארן נישט מאכן קאנטאקט מיט קיין שום נוגע בדבר און כמובן אויך נישט מיט די אנגעקלאגטע. זיי טארן נישט קוקן קיין נייעס איבער דעם נושא און נישט סורטשן אויפן אינטערנעט איבער די נושא, אויך נישט אויפן פאון און סאושל מידיע וכו' וכו'.
דער שופט האט זיי אויך דיירעקטירט אויף וואס זיי דארפן קוקן און וואס זיי דארפן פארקוקן. ער האט זיי קלארגעשטעלט אז זיי דארפן קוקן אויף עוועדענץ און נישט אויף די געפילן פון מענטשן. ער האט געגעבן עטליכע דוגמאות, וואס דאס איז א געפיל און וואס דאס איז א הארטע עוועדענץ. ער האט ארויסגעברענגט אז עס זענען פארהאן פאקטן וואס קענען אנגעקוקט ווערן אויף עטליכע וועגן, דעריבער זאלן זיי זיך נישט לאזן פארפירן פון הרגשים, און נאך עטליכע אזעלכע זאכן. דאן האט ער געזאגט אויפן שפיץ גאפל איבער וואס די קלאגעס זענען, אז מען רעדט פון קידנעפינג און ס*עקס טעריפיקינג, אבער די דעפענס לייקנט אלע טשארדזשעס. ער האט אויך געזאגט אז די אנגעקלאגטע וועלן זיך אליין דעפענדן.
דאן האט אויפגעטרעטן דער פראסעקיוטער פון די גאווערמענט, וועלכער האט זיך אויסגעדרייט צו דזשורי און אנגעהויבן זיין רעדע.
אין א דראמאטיש שטימע, האט דער פראסעקיוטער אנגעהויבן מיט די פאסירונג, ווי אזוי א לאוולי פעמעלי זיצט אזוי געשמאק אום פרייטאג-צו-נאכטס, שבת חנוכה, פייערנדיג זייער חנוכה סעלעברעישן אין די בערג, ווי אזוי זיי פארברענגען צוזאמען, מיט עסן לאטקעס און זינגען זמירות, דאן גייען אלע שלאפן מיט א גוטע שטימונג. אבער... (דא ווערט עס דראמאטיש...) אינדערפרי, ווען די מאמע שטייט אויף פון שלאף, כאפט זי זיך אז צוויי פון אירע קינדער פעלן און זיי זענען נישט צום געפינען! - א שאק נעמט ארום אלע אנוועזנדע. "וואו זענען די צוויי קינדער"? פרעגן יעדער איינער. מען מעלדט איין פאליציי, מען הויבט אן זוכן די קינדער... דראמאטישע דריי וואכן (אדער דריי טאג - געוואגטער וועט מיר שוין פארריכטן) גייען אריבער, און... נוצר תאנה יאכל פריה, די אינוועסטיגעישן פון די פאליציי האט געטון איר'ס, מען האט געפינען די קינדער אין א האטעל אין מעקסיקא. שנעל האט מען זיי צוריקגעטראגן צו זייער מאמע, וואו זיי האבן זיך פאראייניגט מיט די צובראכענע פאמיליע, צו די פרייד פון די מאמע, צו די פרייד פון אלע געשוויסטער און צו די פרייד פון... זיי אליין.
אה, א הצלה... ס'הערט זיך ווי דאס קינד וואס איז געפאנגען געווארן דורך בייזע רויבער מיט די שטעכעדיגע וואנצן, וועלכע האבן באפאלן דעם קינד און איר אוועקגענומען, אבער בחסדי השם-יתברך, נאך וואס דער צדיק האט געגעבן זיין הבטחה, האט מען באוויזן צוריקצוברענגען די קינדער פון די פרעמדע מענטשן פרעסער, וואס האבן געוואלט צעקייען די קינדער פאר נאכטמאל. די קינדער זענען צוריקגעקומען גאנץ (די לעצטע פאראגראף איז נישט פון די פראסעקיוטער, דאס זענען מיינע ווערטער - כ'וויל בלויז אראפשטעלן ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט די שטימונג אין זאל, ווי אזוי ער האט אראפגעשטעלט די געשיכטע פון זיין זייט, וואס דארט האט פאסירט. לאמיר אצינד צוריקגיין צו זיינע ווערטער).
"ווער זענען דארט געווען אין מעקסיקא צוזאמען מיט די קינדער"? האט דאס קול פונעם פראסעקיוטער געדינערט. "ער" (ווייזנדיג מיט די פינגער), "שמואל וויינגארטן", "און ער - יואל וויינגארטן. און ווער האט אויסגעפלאנט די גאנצע אקציע? - ער - יעקב וויינגארטן - אנווייזנדיג שארף מיט זיינע פינגער אויף די פארברעכער וואס געפינען זיך דא אין זאל.
א סקרוך איז אריבער פאר יעדן איינעם אין די ביינער!
"פארוואס האבן זיי דאס געטון"? - פרעגט ווייטער דער פראסעקיוטער.
נו, פארוואס טאקע?
די שאלה האט געהאנגען אין די לופטן, אבער דער פראסעקיוטער האט נישט געלאזט לאנג ווארטן, און ער האט אנטדעקט דעם סוד פאר די נייגעריגע דזשורי מעמבערס, וואס האבן שוין אויסגעשטרעקט נייגעריגע אויגן און בכליון עינים האבן זיי שוין געווארט צו הערן, 'פארוואס טאקע'?
"זיי" (אנצייגנדיג אויף די דריי אנגעקלאגטע), זענען די פירער פון אן עקסטרעמע ארטאדאסישע אידישע קאמיונטי, מיטן נאמען "לעוו טאהור", א קאמיונעטי וואס לעבט אפגעזינדערט פון די וועלט, אויף א שטח אין גואטאמאלא אלע אינאיינעם. אלעס אין די קאמיונעטי ווערט קאנטראלירט און אפילו די שידוכים ווערן דארט ארויפגעצווינגען, בשעת די מענטשן האבן נישט קיין רעכט צו האבן א מיינונג אויב זיי ווילן די שידוכים אדער נישט. אפילו ווי אזוי צו האבן ס*עקס ווערט קאנטראלירט דורך די עקסטרעמע קאמיונעטי. אט די פירער פון די קאמיונעטי, האבן געקינדנעפט די צוויי קינדער.
"פארוואס האבן זיי דאס געטון"? האט זיין קול ווייטער געדינערט.
זיי האבן געקידנעפט דאס פערצן יעריגע מיידל, כדאי איר צו ברענגען צו אן עדאלט פון די קאמיונעטי, אז זי זאל וואוינען מיט אים און אים באדינען, אין א מערידזש וואס זיי האבן ארויפגעצווינגען (אזעלכע קאניבאלן זענען זיי - הערות הכותב).
אין דעם טרייעל, וועלן מיר אייך ברענגען עוועדענץ, ווידיא שאטידזשעס, אימעידזשעס, דאקיומענטס, רעקארדינגס און נאך, וואס דערפון וועט ארויסקומען קלאר, אן קיין שום ספק, אז די דריי אנגעקלאגטע זענען גילטי. עס וועט נישט זיין קיין ספק ביי קיינעם און יעדער וועט פארשטיין אז עס קען אנדערש נישט זיין, נאר אז זיי זענען גילטי.
עד כאן דברי הפראסעקיוטער. איך האף אז איך האב גארנישט פארפעלט, אויב יא, זאל קומען הרב געוואגטער און משלים זיין את החסר.
דאן איז געקומען די ראיה אויף ר' שמואל מאיר וויינגארטן, וועלכער איז צוגעגאנגען געבן זיין אפענינג סטעטמענט. איך מוז זאגן, אז ער האט דערליווערט א הפלא'דיגע ארבעט. איך האב איינגעזען זיינע כשרונות אין רעדן, ער וואלט געווען א הפלא'דיגע רעדנער און א גוטע מגיד-שיעור. ער האט גערעדט מיט באק-ציינער און באצויבערט אלע וואס האבן זיך געפינען אין זאל. דאס האט יעדער געזען און מען האט געקענט באמערקן ווי אזוי די לויערס פונעם געווערמענט רוקן זיך אומבאקוועם אין זייערע בענקלעך, ער האט זיי עטוואס צעמאלן, עד כדי כך אז דער שופט האט אים אינמיטן געמוזט איבערהאקן און דערמאנען פארן דזשורי, אז דאס וואס ער זאגט יעצט איז נישט קיין הארטע עוועדענץ, נאר בלויז ווי אזוי ער לערנט אפ די געשיכטע. עס איז אויך געווען דריי מאל במשך זיין רעדע, וואס די פראסעקיוטער האבן געשריגן "אבדזשעקשן", האלטנדיג אז וואס ער רעדט איז נישט אויסגעהאלטן, אבער סוף דבר האט ער דערליווערט א גוטן רעדע.
ער האט אנגעהויבן זיין שמועס, זאגנדיג אז די פראסעקיוטער האט אראפגעלייגט א שרעקעדיגע געשיכטע, אבער "צי האבן זיי דערציילט די גאנצע אמת? - צי האבן זיי נישט פארהוילן קיין פאקטן"? - לויט די ווערטער פונעם גאווערמענט, זענען געקומען ווילד פרעמדע מענטשן און צוגעכאפט צוויי אומשולדיגע קינדער פון אן אמעריקאנער פאמיליע און פלעין צוגעכאפט פאר גארנישט און פאר נישט.
דער אמת איז, אז דא איז פארגעקומען גאר אן אנדערע געשיכטע, און זאגאר א פארקערטער געשיכטע.
דא רעדט מען פון א "לאוו סטארי" וואס איז געווארן ברוטאל אפגעהאקט דורך פרעמדע מענטשן. "יעקב מיט דזשאן" (איך ווייס נישט וויפיל איך מעג דערמאנען נעמען פון נוגעים בדבר, און בכלל צי איך שרייב ארויס די נעמען ריכטיג - געוואגטער וועט מיר שוין פארריכטן), האבן געוואוינט צוזאמען און זיי האבן זיך געקענט נאך פון זייערע יונגע יארן אין קאנאדע. שפעטער זענען זיי געפארן אינאיינעם מיט די גאנצע קאמיונטי קיין גואטאמאלא, דארט זענען זיי ווידער געווען שכנים און זיי האבן זיך געקענט, געשפילט אינאיינעם וכו'. ווען זיי זענען עלטער געווארן, זענען זיי געווארן א קאפל און האבן חתונה געהאט צוזאמען. די ליבע צווישן זיי איז געווען אויפן העכסטן גראד, זיי האבן געלעבט און געשפרודלט ווי קיינמאל פריער, ס'איז געווען עפעס הימליש (איך בין אפשר אביסל מגזם מיט מיינע ווערטער, איך ברענג ארויס ווי אזוי עס האט זיך געהערט פון זיינע רייד. אויב איך זאג נישט עפעס ריכטיג, וועט מיר געוואגטער פארריכטן - געוואגטער; איך לייג שוין ארויף צופיל ארבעט אויף דיר.. הא?).
"דאן... איז אנגעקומען די טאג" האט הרב וויינגארטן א דראמאטישער ערקלערט.
פאר געוויסע סיבות האט זיך די מאמע נישט פארשטאנען מיט די קהילה און מיט איר מאן - די טאטע פון די קינדער, און זי האט נישט מסכים געווען צום שידוך. זי איז קודם אוועקגעגאנגען פון ארט און געגאנגען צו די גרים, וועמען מען האט ארויסגעווארפן פריער פון די קהילה, צוליב זייער האנדל מיט דראגס. פלוצלינג, איין נאכט, ארום דריי אזייגער פארטאגס, בשעת דאס גאנצע שטעטל איז געווען איינגעזינקען אין א טיפן שלאף, איז דאס שטעטל פלוצלינג איבערגעפאלן געווארן מיט אן ארמיי פון די גרים, מיט שטעקענעס און געצייג, פונקט אזוי ווי די אמאליגע איבערפאלן אין די אלטע שטעטלעך, ווי די רויבער האבן באפאלן א שטעטל און גענומען אלעמען אלס קנעכט... מען האט זיך גענומען קלאפן אויף אלע זייטן און אוועקגעכאפט אלע קינדער פונעם ארט.
"לעידיס און דזשענטלמענס" ווענדט זיך הרב וויינגארטן מיט די הענט אין די הייעך. "האט די מיידל געוואלט גיין מיט איר מאמע? - ניין! - זי האט זיך געשלאגן פאר דעם און בשום-אופן נישט געוואלט אוועקגיין פון די קהילה וואו זי איז אויפגעוואקסן געווארן. זי האט נישט געוואלט רעדן מיט די מאמע און נאר געוואלט צוריקגיין צו איר היים, צו איר טאטע. אבער האט איר איינער אויסגעהערט? - ניין, מען האט איר ארויסגעריסן פון איר בעט און איר געשלעפט אויפן ערד צו איר מאמע.
"וואס האט מען דאן געטון מיט איר? - איז זי טאקע צוריקגעגאנגען צו איר מאמע? - ניין! - מען האט איר געלייגט אין א שעלטער, וואו איז געבליבן אליין, צווישן פרעמדע מענטשן במשך פון דריי וואכן.
"נאך דריי וואכן האט די מאמע באקומען הילף פון פרעמדע מענטשן פון אמעריקע, וועלכע האבן געהאט אינטערעסן זיך אריינצומישן און העלפן די מאמע, מען האט איר דאן געהאלפן ברענגען די קינדער צו די פאראייניגטע שטאטן, טראצדעם וואס לעגאל טאר מען דאס נישט טון אן רשות פון ביידע עלטערן צוגלייך, אבער מען האט איר געשלעפט קיין אמעריקע.
"זענען די קינדער געפארן אויף א געהעריגע פליגער, מיט אן עירליינס? - ניין! זיי זענען געפארן אין א פריוואטע דזשעט וואס מען האט זיי צוגעשטעלט פון אמעריקע.
"האבן די קינדער געוואלט קומען קיין אמעריקע? - ניין! - זיי האבן זיך געשלאגן און געריסן און בשום-אופן נישט געוואלט ארויפגיין אויפן פליגער. זיי האבן געשריגן איין זאך, "לאזט אונז צוריקגיין אהיים, צו אונזער קהילה, צו אונזערע חברים, צו אונזער טאטע".
"ווען זיי זענען שוין ענדליך אנגעקומען קיין אמעריקע, וואו זענען די קינדער געווען? - זענען זיי געגאנגען צו זייער מאמע? - ניין! - די מאמע איז זיי ניטאמאל געקומען אפווארטן אין עירפארט. מען האט צעטיילט די קינדער ביי געוויסע משפחות אהער און אהין, זיי זענען נישט געווען מיט די מאמע. איר ווייסט פארוואס? - ווייל זיי האבן נישט געוואלט קענען די מאמע, זיי האבן בלויז געוואלט צוריקגיין צו זייער קהילה.
דא האט הרב וויינגארטן איבערגעגעבן אביסל דברי הסבר:
"די קינדער זענען קיינמאל נישט געווען אין אמעריקע, זיי האבן גארנישט מיט דעם לאנד, זיי קענען נישט די שפראך, די קולטור, זיי האבן נישט קיין חברים דאהי, זיי זענען נישט אינטערעסירט דא צו זיין, זיי האבן בלויז געוואלט צוריקגיין צו זייער לאנד, זייער קאמיונטי און זייערע חברים.
"דערווייל, אנשטאט אויסצוהערן זייער געבעט, האט מען זיי גענומען אין שפיטאל, וואו זיי זענען אריבערגעגאנגען בדיקות און אפגעלעגן דריי וואכן. "זענען די קינדער געווען קראנק? - ניין! זיי זענען געווען געזונט, מען האט זיי פשוט געפייניגט אומזינסט.
"שפעטער זענען זיי אריבערגעגאנגען וואוינען צו א משפחה. די משפחה האבן זיי געפייניגט, נישט געגעבן געהעריג צו עסן וואס זיי האבן געוואלט עסן, נישט געגעבן קיין צוטריט אינדרויסן. די סוף איז געווען אז די מיידל איז אוועקגעגאנגען צו די פאליציי און געשריגן אז מען האט איר געקינדנעפט און זי איז געצווינגען צו זיין ערגעץ וואו זי וויל נישט זיין. "וואס האט מען דאן געטון מיט די מיידל" - פרעגט ווייטער הרב וויינגארטן מאכנדיג מיט די הענט אויף אלע זייטן, "מען האט איר איינגעשפארט אין א מענטל אינסטעטוציע, מיט א סועסייד וואטש אז זי זאל זיך נישט נעמען דאס לעבן". "איז זי אמאל געווען סועסיידל און זיך געוואלט חלילה נעמען"? - ניין! - מען האט איר סתם געפייניגט, ביז די אינסטאנצן אין די אינסטעטוציע האבן געשריגן אז זי איז געזונט און עס האט נישט קיין זין אז זי זאל זיך דא געפינען.
אזוי האט הרב וויינגארטן געשילדערט דאס גאנצע תקופה, גייענדיג שטאפל נאך שטאפל, וואס עס איז אלס אריבער אויף די מיידל, ווי אזוי זי האט אלס געוואלט צוריקקומען צו איר מאן, וועמען זי האט אזוי געליבט און זיך אזוי געבענקט נאך אים. ער האט אראפגעלייגט די ווארעמע עמאניציאנעלע בריוו וואס זי האט געשיקט צו איר מאן, וועלנדיג שנעל אהיימקומען און מאכן אן ענדע צו אירע צרות, אבער... זי איז געווען פארכאפט, מען האט איר נישט אהיימגעלאזט, אלעס צוליב דעם וואס מענטשן האבן זיך אריינגעמישט אין איר ליבע געשיכטע און נישט געלאזט איר זיך צוריק צוזאמענקומען צו איר באליבטער מאן מיט וועמען זי האט זיך שטענדיג געלעבט אין גוטן, והראיה, אז יעצט אצינד, נאך די גאנצע געשיכטע, האבן זיי זיך צוריק פאראייניגט און לעבן צוזאמען גליקליך און צופרידן, על אף וואס אנדערע האבן נישט געוואלט אז דאס זאל פאסירן.
"סא ווען איז דזשאן צוריק פאראייניגט געווארן מיט איר מאמע? - ווען האט זי איר יא געטראפן?" - פרעגט ווייטער הרב וויינגארטן אין זיין רעדע.
"זיבן-און-צוואנציג טעג, נאך וואס זי איז אנגעקומען קיין אמעריקע, האט זי נישט געוואלט טרעפן איר מאמע, זי האט בלויז געשריגן אז זי וויל אהיימקומען. נאך זיבן און צוואנציג טעג, האט זי באוויליגט זיך צו פאראייניגן מיט איר מאמע, ביי דער "האנוקא סעלעברעישן" אין וואדרידזש. פארוואס האט זי פונקט דעמאלס געוואלט קומען צו איר מאמע? - ווייל דאס איז געווען איר פלאן און איר וועג ווי אזוי צו אנטלויפן פון דארט און זיך ראטעווען פון איר געפענגנשאפט וואו זי האט זיך געפינען.
"בלויז איין נאכט האט זי זיך געפינען מיט איר מאמע, בלויז איין נאכט און אפילו נישט קיין גאנצע נאכט, ווייל אינמיטן די נאכט איז זי אנטלאפן פון דארט, מיט די הילף פון די אלע וועלכע האבן איר געהאלפן.
"אז איר וועט שפעטער קוקן אויף די ווידאו פוטידזש וועט איר זען, ווי אזוי די קינדער קומען ארויס פון די הויז אין וואדרידזש און גייען אריין אין קאר. קוקט גוט און זאגט מיר אליין, "זענען די קינדער אין די ווידאו געצווינגען? - זיי גייען אויף די אייגענע פיס, און נישט סתם זיי גייען, זיי קומען מיט שמחה, זיי האבן דאס געוואלט און זיי האבן דאס געבעטן און דאס באשטעלט.
"דער פראסעקיוטער האט געמאכט א מצב, כאילו פרעמדע מענטשן האבן איר געקינדנעפט. לאמיר זען ווער די מענטשן זענען, יעקב ראזנער איז איר מאן, וועלכער איז געקומען אפנעמען זיין ליבליכע פרוי וואס האט אים געהאלטן אין איין שיקן ליבע בריוו, זיך בעטנדיג פון טיפן הארץ פאר הילף. נחמן וויינגארטן איז איר פעטער, די דריי וויינגארטן ברידער זענען אירע קאזינען. דאס זענען נאנטע משפחה וואס האבן דאס געטון.
הרב וויינגארטן האט אויסגעקלארט דעם בילד, אז די מאמע האט זיך אנטזאגט פון איר מאן און פון די גאנצע משפחה, אוועקגייענדיג פון דעם ארט, בשעת די קינדער ווילן צוריקקומען צו די משפחה און צו די קהילה, דעריבער האט זיך די משפחה צוזאמענגענומען און איר געהאלפן ארויסקומען פון דארט און צוריקקומען דארט ווי זי וויל זיין.
צום סוף האט הרב וויינגארטן עפעס דערמאנט איבער די חתונה און איבער איר לעגאליטעט, בשעת אינמיטן האט אן אנדערע פון די ברידער איבערגעהאקט מיט א הערה, אבער דער שופט האט אים שטארק אנגעשריגן זאגנדיג, "דו האסט נישט קיין רעכט איבערצוהאקן די רעדעס".
צוגעענדיגט דעם שמועס האט ער, אז ניין, ער איז נישט בכח צו זיצן דא חדשים לאנג און אפשלאגן אלע לגיונות פון די גאווערמענט, אבער ער וועט באווייזן אפצושלאגן א גרויסן חלק פון די עדות און פון די ראיות, און דערפון וועט מען קענען ארויסלערנען אז די גאווערמענט זאגט דא ליגנט און אז מען קען זיי נישט גלויבן קיין איין ווארט, וואס דאס מיינט קלאר און דייטליך, אז זיי זענען "נאט גילטי".
איך מוז נאכאמאל באטאנען, אז זיינע ווערטער האבן שטארק עושה רושם געווען אויף יעדן איינעם אין זאל, אויפן דזשורי און אפילו די גאווערמענט לויערס זענען געזעצן אויף שפילקעס הערנדיג זייערע ווערטער.
דאן האט דער שופט געפרעגט פון ר' יואל וויינגארטן צי ער וויל אויך עפעס זאגן, האט ער געזאגט אז ער וועט רעדן נאך זיין ברודער ר' יעקב נחום (פסח אבא ירחמיאל).
ר' יעקב נחום האט זיך אויפגעשטעלט און געגעבן זיין רעדע. דאס איז געווען א פיל קורצערע רעדע, בשעת ער איז עטליכע מאל איבערגעהאקט געווארן דורכ'ן גאווערמענט און טייל מאל האט אים דער שופט געווארנט אז ער זאל אכטונג געבן אויף וואס ער רעדט און אז ער זאל זיך נישט פאררעדן. עטליכע נקודות האט ער איבערגע'חזר'ט די זעלבע פון זיין ברודער. אינמיטן האט ער גערעדט אז ער וואונדערט זיך, אז די אומשולדיגע מענטשן, וואס האבן געטאן א העראאישע אקט און געהאלפן די קינדער אנטלויפן פון זייערע באצווינגער, זיצן יעצט און ווערן אנגעקלאגט, בשעת די אמת'ע קידנעפער, די וואס האבן פארכאפט די קינדער מיט געוואלד פון גואטאמאלא און פון נאך פלעצער, זיי זענען אויף די פריי און קלאגן גאר אן אנדערע... די לויער פון די אנדערע זייט איז ווילד געווארן און געשריגן "אבדזשעקשן", אויף וועלכער דער שופט האט איינגעשטימט און אנגעשריגן ר' יעקב נחום.
צום סוף האט ער געזאגט פאר די דזשורי: "ווען עס וועט קומען אייער רייע און איר וועט דארפן ארויסגעבן אן אורטייל, זאלט איר קוקן אויף דריי זאכן..." און ער האט אנגעהויבן אויסצורעכענען אויף וואס זיי זאלן קוקן בשעת'ן משפט'ן, האט אים דער שופט איבערגעהאקט מיט ריגזא און געזאגט: "דו האסט נישט קיין רעכט איינצוטיילן די דזשורי אויף וואס זיי זאלן יא קוקן אדער נישט, דאס איז מיין אויפגאבע און איך וועל זיי געבן די דירעקציעס אויף וואס זיי זאלן קוקן בשעת זייער אורטייל".
דאן האט ער ארויסגעברענגט פאר די דזשורי, אז די גאנצע ס*עקס ענין איז בלויז א טעכנישע. "עס קלערט קיינער נישט אז דאס איז געווען די גאנצע מטרה ווען מען האט ארויסגעראטעוועט די מיידל. יעדער פארשטייט אז מען האט איר געוואלט צוריקברענגען צו די קאמיונטי און צו איר פלאץ, עס איז טעכניש אויסגעקומען אזוי..." אויך דא האט דער שופט איבערגעהאקט און געזאגט אז דאס איז נישט זיין אויפגאבע מחליט צו זיין, מען וועט הערן די געשיכטע און דאן וועט מען שוין זען וואס דא איז געווען...
דאן איז געקומען די רייע אויפן לעצטן ברודער, ר' יואל:
ר' יואל האט אנגעהויבן זאגנדיג, אז זיינע ברידער האבן שוין בעצם ארויסגעברענגט אלעס וואס דארף ארויסגעברענגט ווערן, און וואס די געשיכטע איז באמת. ער וויל זיך בלויז באציען צו אן אנדערן ענין, דאס איז איבער זייער מצב: "מיר קומען נישט פון די פאראייניגטע שטאטן און מיר זענען נישט דאהי אויפגעוואקסן. מיר זענען געבוירן אין בעלגיע, געלעבט אין ארץ-ישראל און שפעטער אין קאנאדע און אין גוטאמאלא. ענגליש איז נישט אונזער ערשטער שפראך, מיר רעדן בעיקר אידיש, אויך פלעמיש, פראנצויזיש און ספאניש (עברית האט ער נישט דערמאנט), ענגליש איז אונזער פינפטער שפראך אדער נאך ווייטער. קוקט נישט אויף אונזער צובראכענער ענגליש אלס א שלעכטער סימן, מיר זענען נארמאלע מענטשן טראץ אונזער שפראך.
"איר דארפט פארשטיין, מיר קומען פון אן אנדערן קולטור און אן אנדערע ביהעוויע, מיר זענען נישט פון דאהי. עס קען זיין אז במשך די טרייעל וועט זיין געוויסע זאכן וואס איר וועט אנקוקן אז מיר פירן זיך נישט אויף העגיעניש. געדענקט אז מיר קומען פון אן אנדערן קולטור, אן אנדערע אויפפירונג. עס קען זיין אז מיר וועלן זיך אויסדרוקן מיט זאכן וואס פאר אייך הערט זיך דאס אינטערעסאנט. אבער געדענקט! מיר זענען מענטשן מיט געפילן, מיר קומען טאקע פון אנדערע פלעצער, אבער מיר זענען אויך מענטשן.
דאן האט ער זיך געוואנדן צו זיי, איבער דער לבוש וואס זיי טראגן:
"איר קוקט אונז זיכער אן עטוואס אינטערעסאנט מיט אונזער לבוש, איר קלערט אז מעגליך איז דאס א תפיסה אונעפארעם וואס מיר מוזן אנטון צוליב קרימינאלע אקטן. "נייין" פירט ער אויס מיט א שמייכל, "דאס איז אונזער מסורה'דיגע לבוש וואס מיר גייען אנגעטון אזוי שוין לאנגע יארן. אזוי גייט יעדער איינער אין אונזער קאמיונטי, דאס איז אונזער וועג.
"איך שטעל זיך פאר אז איר האט קיינמאל נישט געזען מענטשן מיט דעם לבוש אין די פאראייניגטע שטאטן, אפילו צווישן ארטאדאקסישע אידן גייט מען נישט אזוי אנגעטאן, אבער אין ארץ-ישראל זענען פאראן טויזנטע אידן וועלכע טראגן דעם לבוש (?), דאס איז די וועג ווי אזוי אידן זענען געגאנגען אנגעטאן פאר צוויי-הונדערט יאר צוריק און ביז היינט האלטן מיר אן די מסורה און מיר גייען אזוי אנגעטון.
"געדענקט, אונטער די קליידער באהאלטן זיך מענטשן, מענטשן מיט הערצער, מיט בלוט און פלייש. מיר האבן אויך געפילן און מיר זענען אויך מענטשן, אפגעזען פון אונזער לבוש, פון אונזער שפראך און פון אונזער קולטור.
ער האט צוגעענדיגט זיין דרשה מיט די ווערטער:
"דזשאדזש מי פיפל דזשאדזש מיר, אבער משפט מיר מיט צדק און גערעכטיגקייט! - און אזוי ווי מיינע ברידער האבן שוין געזאגט, ווען איר וועט מיר משפט'ן מיט גערעכטיגקייט וועט איר זען, אז מיר זענען אלע נאט גילטי".
נאך די אלע דרשות, האט דער גאווערמענט געבעטן אז זיי דארפן איבערשמועסן זאכן און די דזשורי דארף פארלאזן דעם ארט. די דזשורי האט פארלאזט.
די גאווערמענט האט גע'טענה'ט, אז די אנגעקלאגטע האבן עטליכע מאל פארלעצט די רעגולאציעס פון די קארט, מיט זייערע רייד פאר די דזשורי. בראש וראשונה האבן זיי אנגעוויזן אז זיי האבן לעגעטימיזירט די חתונה אלס א לעגאלע אנערקענטע חתונה, וועלנדיג פארמינערן די ס*עקס טשארדזשעס, וואס דאס האבן זיי נישט געטארט טון. די פראסעקיוטער האבן געוואלט אז דער דזשאדזש זאל דאס קלארשטעלן פאר די דזשורי, נאך איידער די קומענדיגע עדות טרעט אויף אויפן שטוהל.
עס האט זיך געטון א שטיקל טענה'ריי, ביז דער שופט האט געזאגט אז ערגעץ וועט אריינקומען די נושא, וועט ער קלארשטעלן אז די חתונה ווערט אנערקענט אלס "רעלידזשעס וועדינג" אבער נישט אלס "ליגל וועדינג". עס איז געווען נאך זאכן וואס זיי האבן גע'טענה'ט, הרב געוואגטער וועט מוזן אריינקומען מיט די אנדערע זאכן, ווייל איך געדענק שוין נישט. אבער כנראה אז מען האט זיי כמעט גארנישט נאכגעגעבן.
אבער דאן האט ר' יעקב נחום גע'טענה'ט אז אויך די גאווערמענט האט פארלעצט די רעגולאציעס, אנרופנדיג די קהילה אלס אן עקסטרעמע קהילה וואו מען קאנטראלירט יעדן טריט פון יעדע מענטש און דאס איז קעגן די רעגולאציעס וואס מען האט געשמועסט פון פריער, אז מען גייט נישט אנרופן די קהילה מיטן לשון "קולט", כדאי נישט צו געבן די געפיל פאר די דזשורי אז זיי פאר'משפט'ן די קהילה, און די ווערטער פון די פראסעקיוטער איז געווען קעגן די רעגולאציעס, אבער דער שופט האט זיך אנגערופן, "איטס נאט עגענץ די ראלינג". הרב וויינגארטן האט זיך פראבירט צוריק צו טענה'ן, אנווייזנדיג אויף די סעיף וואו עס ווערט אויסגערעכנט די רעגולאציע, אבער דער שופט האט ווידערהוילט, "איטס נאט". הרב וויינגארטן האט זיך נישט געלאזט און מציע געווען אז דער שופט זאל דאס נאכאמאל איבערליינען, אבער דער שופט האט כמעט ווי געשריגן, "איטס נאט" - דעי העוו די רייטס טא דא סאו...
דאן האט מען צוריקגערופן די דזשורי און מען האט געזעצט דעם ערשטן עדות אויפן שטוהל. דאס איז געווען אן אינוועסטעגעיטער, וואס האט אויסגעפארשט די קעיס פון די קידנעפינג.
אזוי ווי עס גייט די סדר אין די פעלער, האט דער גאווערמענט אנגעהויבן אויספרעגן דעם אינוועסטעגעיטער, מיט רעדן און רעדן און רעדן, מאין באת ולאן אתה הולך, וואס איז דיין דזשאב און... און... און... בלי סוף ובלי גבול. אזוי איז מען אריינגעקראכן טיפער און טיפער, אויפברענגענדיג דאקיומענטן, ווידאו קליפס און בילדער, מען האט געזען ווי אזוי די קינדער קומען ארויס פון די האטעל, ווי אזוי מען גייט איינקויפן פאר שבת די פרעמדע קליידונג, מען האט געוויזן רעסיטס און בילדער פון די קליידער, הוטן מיט שיך וואס מען האט איינגעקויפט, א ווידאו פון דער רעסיט פון די קאר און ווער עס האט ארויסגענומען די קאר און ווי אזוי ער האט באצאלט. א ווידאו ווי די קאר קומט אן אין האטעל, די גוי'אישע געקליידעטע קומען אריין אין האטעל און רעדן מיט די אייגנטומער און נאך און נאך.
גאר אפט האבן די וויינגארטנס אויסגעשריגן דעם "אבדזשעקשן", אז זיי לאזן נישט פרעגן די שאלה. על פי רוב האט דאס דער שופט אויבערראלד, דאס הייסט געלאזט ווייטער אנגיין מיט די שאלה. מזמן לזמן האט ער זיך אריינגעמישט און געפרעגט אפאר שאלות פונעם אינוועסטעגעיטער.
א שטיקל כאאס איז אנטשטאנען, בשעת דער כותב התורות האט נישט געכאפט ווען מען האט געשריגן "אבדזשעקשן" ווער עס איז דער וואס שרייעט, קודם האט זי געבעטן אז מען זאל אויפהייבן די האנט, אז זי זאל דאס קענען זען און אראפשרייבן, אבער עס האט נישט געהאלפן, ביז זי האט געבעטן אז יעדע מאל זאל מען זאגן די נאמען, איידער מען מאכט די אבדזשעקשן, כלומר "דיס איז פלוני... אבדזשעקשן".
אצינד האלט די גאווערמענט אינמיטן אויספרעגן דעם אינוועסטעגעיטער, מארגן וועט מען ווייטער גיין דערמיט און דערנאך וועט קומען קראס עקזעם, וואו משפחת וויינגארטן וועט קענען אויספרעגן דעם אינוועסטעגעיטאר. דערנאך וועלן אויפטרעטן די אנדערע עדות.
ביים סוף טאג, נאכן ארויסשיקן די דזשורי, איז ווידער ארויפגעברענגט געווארן מעגליכע פארלעצונגען אין די אפענינג סטעטמענטס ווי אויך שפעטער. די גאווערמענט לויער האט גע'טענה'ט אז מען האט דאך געשמועסט אז מען טאר נישט דערמאנען דעם פאקט אז זיי זענען א קולט, און די וויינגארטן ברידער האבן דאס אליין דערמאנט, זאגנדיג פאר די דזשורי, "די גאווערמענט וועט אונז פראבירן אראפצומאלן ווי א שעדליכע קולט, אבער מיר האבן נישט קיין שייכות מיט די מאפיא, מיר זענען נישט וכו' וכו'".
די וויינגארטן ברידער האבן דערויף רעאגירט, אז זיי האבן נישט געהאט קיין ברירה, וויבאלד דער גאווערמענט האט אנגעהויבן דעם שמועס אזוי, זאגנדיג אז זיי זענען אן עקסטרעמע קאמיונטי וואס קאנטראלירן אלעס ארום און אפילו... דעריבער האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה, נאר דאס צו פארוואסערן און ענטפערן דערויף. זיי האבן גע'טענה'ט אז "דעי אפענד די דאאר" צו רעדן איבער די סארט נושאים. בעצם האבן זיי נישט געפאלנט דאס ארויפצוברענגען, אבער די גאווערמענט האט דאס ארויפגעברענגט און געצוויגען אז מען זאל דאס מוזן זאגן.
א שטיקל טענה'ריי איז דארט געווען, ביז דער שופט האט געזאגט, אז ער וועט מוזן איבערקוקן די אפענינג סטעטמענטס צו זען וואס דארט איז פארגעקומען. ווען ר' יעקב נחום האט ווייטער פראבירט צו טענה'ן, האט דער שופט געזאגט, "איך האב שוין געזאגט, איך וועל איבערקוקן די אפענינג סטעטמענטס".
דערמיט האט זיך געענדיגט דעם טאג. הרב געוואגטער איז מכובד אריינצוקומען פארריכטן, משלים זיין את החסר און געבן זיין פרשנות אויפן דעם היינטיגן (שוין באלד נעכטיגן) טאג.
נ.ב. איך ווייס נישט צי איך וועל קענען אזוי אנהאלטן יעדן טאג. עס זעט מיר אויס ווי א שווערע אינטערנעמונג. אבער איך וועל פראבירן וויפיל מיין האנט ערמעגליכט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חכמת שלמה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 06, 2024 10:58 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
@חכמת שלמה, ווי עס שיינט זענט איר נישט אין אמעריקע, אויב ממעג פרעגן פון ווי זענט איר? און אויך ווי אזוי האלט איר מיט די טרייעל אויב זענט איר נישט דארט?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
WOW
דאס איז מיין ערשטע עקספרעשן נאכן ליינען די דעטאלירטע באריכט פון @חכמת שלמה
גיי אן און שרייב, מ'האט הנאה
דאס איז מיין ערשטע עקספרעשן נאכן ליינען די דעטאלירטע באריכט פון @חכמת שלמה
גיי אן און שרייב, מ'האט הנאה
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
דאס קאסט אפ כוחות עצומות, איך האב נישט די כוחות און נישט די צייט צו שרייבן יעדן טאג אזא דעטאלירטע באריכט. קיינער באצאלט מיר נישט דערפאר און איך גיב אוועק פיל צייט דערויף, און איך האב מורא אז איך וועל נישט קענען אנהאלטן אזוי ווייטער. (אפשר אויב איך וועל האבן א נדבן, אז איינער וועט מיר באצאלן טעגליך דערפאר, דעמאלס קען איך עטוואס נאכלאזן פון מיין ארבעט.)
אויף די שאלה פון מאנכע: מיר געפינען זיך אין בבל, הוצל דבנימין, אינאיינעם מיט אונזערע ברידער דאהי. מיר פארמאגן מקורות פון וואו מיר האלטן מיט טעגליך לעבעדיגע באריכטן וואס עס טוט זיך אפ אין קארט.
...
די היינטיגע טאג אין קארט:
צופיל נייעס איז נישט פארהאן צו באריכטן. ווי ערווארטעט האט מען היינט ממשיך געווען מיט די עדות'שאפט פון די אינוועסטעגעיטאר און דערנאך איז געווען קראס עקזעם דורך ר' שמואל מאיר וויינגארטן. דאן האט אויפגעטרעטן נאך אן אינוועסטעגעיטאר און נאכמיטאג איז געווען קראס עקזעם פון ר' שמואל מאיר מיט ר' יעקב נחום. עס איז געלונגען פאר די דעפענס צו ווייזן עטליכע בילדער, ווי אזוי מען שלעפט די קינדער מיט געוואלד, פון מעקסיקא, וועלנדיג זיי נעמען קיין אמעריקע. די אימעידזשעס זענען לכאורה א שטארקע עוועדענץ אינעם קעיס, וויבאלד מען האט געקענט זען אז די קינדער האבן באמת געוואלט בלייבן אין גוטאמאלא, אין די קהילה און אין די שויס פו די משפחה, אונטער זייער טאטע.
אלע געפילן און אינטערעסאנטע עפיזאדן וואס האט זיך אפגעשפילט היינט ביים טרייעל, וועלן מיר לאזן פאר א צווייטע מאל, ווען מיר וועלן האבן מער צייט.
מארגן איז ערווארטעט אויפצוטרעטן ר' שמעון מלכא, אלס עדות פאר די גאווערמענט. איך גלויב אז עס וועט דארט זיין פרייליך, בשעת עס וועט זיין קראס עקזעם דורך זיינע אלטע חברים פון לב-טהור.
וועלן מיר זען וואס וועט זיין מארגן.

- הודעות: 89
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 13, 2023 3:57 pm
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל
Re: לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!
ווער איז ר' שמעון מלכאחכמת שלמה האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 06, 2024 1:00 am דאס קאסט אפ כוחות עצומות, איך האב נישט די כוחות און נישט די צייט צו שרייבן יעדן טאג אזא דעטאלירטע באריכט. קיינער באצאלט מיר נישט דערפאר און איך גיב אוועק פיל צייט דערויף, און איך האב מורא אז איך וועל נישט קענען אנהאלטן אזוי ווייטער. (אפשר אויב איך וועל האבן א נדבן, אז איינער וועט מיר באצאלן טעגליך דערפאר, דעמאלס קען איך עטוואס נאכלאזן פון מיין ארבעט.)
אויף די שאלה פון מאנכע: מיר געפינען זיך אין בבל, הוצל דבנימין, אינאיינעם מיט אונזערע ברידער דאהי. מיר פארמאגן מקורות פון וואו מיר האלטן מיט טעגליך לעבעדיגע באריכטן וואס עס טוט זיך אפ אין קארט.
...
די היינטיגע טאג אין קארט:
צופיל נייעס איז נישט פארהאן צו באריכטן. ווי ערווארטעט האט מען היינט ממשיך געווען מיט די עדות'שאפט פון די אינוועסטעגעיטאר און דערנאך איז געווען קראס עקזעם דורך ר' שמואל מאיר וויינגארטן. דאן האט אויפגעטרעטן נאך אן אינוועסטעגעיטאר און נאכמיטאג איז געווען קראס עקזעם פון ר' שמואל מאיר מיט ר' יעקב נחום. אלע געפילן און אינטערעסאנטע עפיזאדן וואס האט זיך אפגעשפילט, וועלן מיר לאזן פאר א צווייטע מאל, ווען מיר וועלן האבן מער צייט.
מארגן איז ערווארטעט אויפצוטרעטן ר' שמעון מלכא, אלס עדות פאר די גאווערמענט. איך גלויב אז עס וועט דארט זיין פרייליך, בשעת עס וועט זיין קראס עקזעם דורך זיינע אלטע חברים פון לב-טהור.
וועלן מיר זען וואס וועט זיין מארגן.
איז דא בילדער פון די קארט
ווי קומט עס פאר