די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
פארשפארט
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

רבי בנציון גייט דאך נישט צו קיין משפחה שמחות אויך נישט.

סארוואש, בית חיים יושע, בוקאבסק, סטעמפעל, שלאף, פרישוואסער, וכו'.
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:29 am אדמו"ר מבית חיים יהושע איז נישט לאנג צוריק געווען ביי א חתונה אין באבוב 48 און די בחורים האבן אים נאכגעשריגן בלויז פארן זינד ווייל ער איז א ידיד נפש מיטן רבין פון באבוב 45.

די אדמו"ר פון באבוב 48 גייט נישט צו קיין שמחות ווייל ער ליידט פון דעפרעסיע ווי אויך פון קאמפלעקס און די דיסארדערס לאט אים נישט ארויסגיין פון זיין קאמפארט זאנע און אביסל הנאה האבן פון די אינדרויסענדיגע וועלט.

און פאר די סיבות איז ער נישט געגיינגען צום כינוס כלל ישראל כידוע.

ווידעראום זיין פאטער רבי שלמהלע באבובער איז דירעקט געווען פונקט פארקערט, ער האט הנאה געהאט צו גיין אויף פלעצער, פארברענגען מיט מענטשן און צו זעהן די באשעפערס גרויסע וועלט.
נישנאש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נישנאש »

לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:34 am רבי בנציון גייט דאך נישט צו קיין משפחה שמחות אויך נישט.

סארוואש, בית חיים יושע, בוקאבסק, סטעמפעל, שלאף, פרישוואסער, וכו'.
וואס ווילסטו די אלע זענען - צווישן מיר און דיר - באבוב 45
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

נישנאש האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:24 am וואס ווילסטו די אלע זענען - צווישן מיר און דיר - באבוב 45
טאקע פארדעם.
די קעפעלע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 47 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך די קעפעלע »

היימלינד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:35 pm
די קעפעלע האט געשריבן: פרייטאג מערץ 01, 2024 12:14 pm
עס איז אפשר שיין מצד די ראחמיסטריווקא רבי שליט'א, אבער איך פארשטיי נישט, ווי קומט דאס אז א שוואגער (נישט קיין זיידע אדער ראש המשפחה) וואס איז היבש יונגער משני צדדים זאל קומען (פארלאנגען?) צו פירן די חתונה פון זיינע פלימעניקס ביי זיין שוואגער אין ביהמ'ד, וואס איז גאר די זיידע.
איך האב מיר איינגעהאלטען פון אריין גיין אין די נושא ווייל עס איז זייער א ברייטע [און עקעלדיגע לדעתי] עס האט נישט דווקא מיט באבוב, נאר בכלליות.
מען קען עס מיטהאלטען ביי אסאך רבישע שמחות ווי דער "פירט" די שעה און די אנדערע "פירט" די נעקסטע שעה, אדער איינער "פירט" די חופה און אנדערע "פירט" די מצוה טאנץ וכו' וכו', מען קען כמעט פארגעסען אז ס'איז דא א חתן וכלה אינוואלוועד.

איך וויל נישט מאריך זיין דא היות דאס איז נישט די נושא האשכול, נאר איין נקודה, דו שרייבסט אז ער איז א פעטער און נישט קיין זיידע מיין איך אז בנידן דידן איז עס נישט קיין גרויסע נפק"מ ואכמ"ל.

ממילא פראבירן צו פארענטפערען די התנהגות ביים חתונה, אולי אפשר ליישב בדוחק

אבער די נקודה פון קומען צו יענעם, פארלאנגען די שענסטע כיבודים ביים חופה, סידור קידושין מיט ברכה אחריתא פאר באבוב 45 און לאזן די זיידע ראחמיסטריווקא רבי אן קיין שום כיבוד ביי זיין אייניקעלס חופה איז פשוט אומדערהערט. דאס נעמען אזוי מיאוס advantage פון ראחמיסטריווקא רבי'ס מדות טובות און פשטות איז נישט קיין מעלה בכלל
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

די קעפעלע האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 1:36 pm
ממילא פראבירן צו פארענטפערען די התנהגות ביים חתונה, אולי אפשר ליישב בדוחק

אבער די נקודה פון קומען צו יענעם, פארלאנגען די שענסטע כיבודים ביים חופה, סידור קידושין מיט ברכה אחריתא פאר באבוב 45 און לאזן די זיידע ראחמיסטריווקא רבי אן קיין שום כיבוד ביי זיין אייניקעלס חופה איז פשוט אומדערהערט. דאס נעמען אזוי מיאוס advantage פון ראחמיסטריווקא רבי'ס מדות טובות און פשטות איז נישט קיין מעלה בכלל
יע יע
חוץ אויב די גייסט מיט די מהלך פון זה נהנה וזה לא חסר פטור
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

:?:
נישנאש האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:18 am
לאכעדיג האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 11:01 pm נאך די פטירה פון מהרנ"ץ מבאבוב האט רבי יהושע רובין געבעטן זיין אינגערע שוואגער הרב מרדכי דוד אז ער זאל ווערן באבוב רבי און דערמיט ממשיך זיין די המשכה פון זייער שווער.

רבי יהושע רובין איז רב אין באבוב 45 און ער פרייט זיך אז זיין שוואגער און די חסידים פילן זיך ווי מחותנים ביי זיינע חתונות, אזוי קומט ער מיט א שטיקל פנים צו זיינע שמחות.

די טאטע און שווער פון רבי יהושע רובין לעבן שוין נישט ממילא איז עס א כבוד פאר אים אז די שוואגער די רבי פירט זיינע שמחות.

און ביי די יעצטיגע פאל ביי די ראחמיסטריווקא חתונה איז די באבוב 45 רבי דירעקט אנגעקומען שפעט צו די סעודות חתונה נישט אוועקצונעמען מאמענטום פונעם ראחמיסטריווקא רבי.

און ווען נישט די באבוב 45 רבי און זיינע חסידים באקומען אביסל מאמענטום ביי די חתונה קוקט קיינער נישט אויף די זייט פון רבי יהושע רובין וואס איז א זיידע דא ביי די חתונה.

און היות די צוויי זיידעס סיי די באבוב 45 רב (ליין: פעטער וואס פאטרעט אים) און סיי די ראחמיסטריווקא רבי ביידע פון זיי האבן געהאט א גרויסע עולם חסידים ביי די חתונה האבן ביידע רביס געפירט ביי די חתונה.

ווידעראום ביי די וויזניץ ב"ב סאטמאר מהר"א חתונות איז געווען אינגאנצן אנדערש, וויזניץ רבי איז געווען א זיידע און קיינער האט אים נישט אנגעקוקט און סאטמאר מהר"א וואס איז געווען א פעטער האט געפירט די גאנצע חתונה און ווי אויך האבן די וויזניץ חסידים נישט געהאט וואס צו זוכן ביי יענע חתונות ווי זייער רבי איז געווען א זיידע.

און אז מען רעדט שוין פון באבוב, די רבי פון באבוב 48 איז נישט מכבד קיין רבנים ביי זיינע שמחות, מען קען אפילו מצער זיין אן אדמו"ר וואס גייט צו זיין צד שכנגד, ווי אויך גייט ער קיינמאל נישט צו קיין חתונות וואס קומען פאר אין אנדערע רעבישע הויפן, אויסער משפחה וואס איז זיך אינגאנצן מכניע אונטער אים.

ווידעראום די רבי פון באבוב 45 איז אויסטערליש באוויסט מיטן מכבד זיין זיידעס און אדמורי"ם ביי זיינע שמחות ווי אויך איז ער זיך משתתף ביי שמחות אין אלע רעבישע הויפן.

בקיצור די באבוב 45 רבי איז א מענטש, און פארדעם איז א גרויסע עולם באבובע חסידים געגיינגען צו אים ווייל זיי האבן געוואלט א רבי וואס האלט אן די באבוב דרך פון מכבד זיין און שעצן יעדעם איינעם.
דו מוזט נישט אראפקנאקן 48 צו מאכן 45 גרויס
רבי בנציון נעמט הערליך אויף רבי'ס און רבנים, קוק אויף אלע בילדער פון חתונות ווי ער נעמט יעדן אויף מיט א שמייכל
דאס גיין צו חתונות יעדע נאכט אדער אנדערע מעמדים זאגן די חסידים אז ס'קומט שוין פונעם פאטער רבי שלמה'לע וואס פלעגט נישט גיין יעדן שני וחמישי צו שמחות
דאס פרעגט נישט אפ רבי מרדכי דוד און ער האט די פולע רעכט יא צו גיין צו שמחות, אבער בעפאר די האקסט דארפסטו וויסן די ארום און ארום
איז אזוי באבובער רב פירט זיך ווי זיין טאטע די דברי שלמה וואס פלעגט כמעט נישט גיין צו קיין מעמדים כינוסים וכדומה חוץ עטליכע יוצא מן הכלל, סתם אזוי פלעגט ער שיקן זיינע קינדער און היינט שיקט די רב זיינע שוואגערס די דיין מיט די ראש ישיבה אדער איינער פון די קינדער.

בנוגע שמחות האט די רב געזאגט נאך די שנת אבלות פון הרבנית מבאבוב ע"ה ווי ער האט נישט געקענט גיין צו שמחות האט ער איינגעזען וויפעל צייט מ'פארלירט פון ארומלויפן יעדע נאכט און ער האט עס געענדיגט, די איינציגסטע שמחות ווי ער וועט גיין איז יתומים און סיי נאנטע קרובי משפחה פון די שוואגערס און אייניקלעך פון קדושת ציון פארשטייט זיך די אייניקלעך וואס זענען קיינמאל געגאנגען קעגן אים ווי שרייבן א ספר פאשקעוויל וכדומה ר' מרדכי דוד פון באבוב 45 וועט אויך נישט גיין צו שמחות ביים דיין הרב טויבער אפילו ער איז משפחה און יעדער פארשטייט עס.

יעצט בנוגע ר' מרדכי דוד אונגאר ראש שלשלת באבוב 45 ער וועט זיך אנריקן צו יעדע שמחה נישט קיין חילוק יא באקומען א הזמנה אדער נישט, ער קוקט אויף פובליסיטי אויב וועט זיין בילדער ווי ער איז דארט וועט ער קומען צו שמחות אפילו קיינער האט אים גערופן און דאס איז די סיבה פארוואס ביי יעדע שמחה לויה כינוס עצרת יום טוב חלוקה וועט מען אים טרעפן דארט, ער וויל האבן די סימפאטיע פון די גאס און אז לויפן צו שמחות וועט אים עס ברענגן איז ער דארט.. און ווי געוויסע ניקים זענען טאקע געפאלן פאר זיינע אויפפירונגען, ער איז דא פאר זיך אז פירן ראחמיסטריווקא חתונה וועט אים ברענגן כבוד וועט ער עס טיען אפילו אויפן חשבון פון זיין שוואגער די זיידע.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

בעל דרשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:37 pm :?:

בנוגע שמחות האט די רב געזאגט נאך די שנת אבלות פון הרבנית מבאבוב ע"ה ווי ער האט נישט געקענט גיין צו שמחות האט ער איינגעזען וויפעל צייט מ'פארלירט פון ארומלויפן יעדע נאכט און ער האט עס געענדיגט, די איינציגסטע שמחות ווי ער וועט גיין איז יתומים און סיי נאנטע קרובי משפחה פון די שוואגערס און אייניקלעך פון קדושת ציון פארשטייט זיך די אייניקלעך וואס זענען קיינמאל געגאנגען קעגן אים ווי שרייבן א ספר פאשקעוויל וכדומה ר' מרדכי דוד פון באבוב 45 וועט אויך נישט גיין צו שמחות ביים דיין הרב טויבער אפילו ער איז משפחה און יעדער פארשטייט עס. ווען מ'לאזט איהם וואלט ער געגאנגען צו רב"צ אויכעט, דו ווייסט עס זייער גוט

יעצט בנוגע ר' מרדכי דוד אונגאר ראש שלשלת באבוב 45 ער וועט זיך אנריקן צו יעדע שמחה נישט קיין חילוק יא באקומען א הזמנה אדער נישט, וויאזוי ווייסטו אז מען האט איהם נישט געלאדענט? ער קוקט אויף פובליסיטי אויב וועט זיין בילדער ווי ער איז דארט וועט ער קומען צו שמחות אפילו קיינער האט אים גערופן און דאס איז די סיבה פארוואס ביי יעדע שמחה לויה כינוס עצרת יום טוב חלוקה וועט מען אים טרעפן דארט, ער וויל האבן די סימפאטיע פון די גאס און אז לויפן צו שמחות וועט אים עס ברענגן איז ער דארט.. און ווי געוויסע ניקים זענען טאקע געפאלן פאר זיינע אויפפירונגען, ער איז דא פאר זיך אז פירן ראחמיסטריווקא חתונה וועט אים ברענגן כבוד וועט ער עס טיען אפילו אויפן חשבון פון זיין שוואגער די זיידע. ווי אנדערע און איך האבען געשריבען פריער, דאס איז א דז'ענערעל מחלה ביי אסאך רבי'ס פון "פירען חתונות" ער איז די ראש המשפחה פון זיין שווער'ס קינדער אין אייניקלעך און האט געטוען דאס וואס זיין שוואגער און נעפיו האבען געוואלט
ווי געשמועסט איז עס טאקע א עוולה מצד באבוב-45 אדער רמ"ד עצמו, אבער דאס מאכט נאכנישט כשר רב"צ וואס איז אסאך ערעגער אומענטש כידוע ליודעים
you asked for this, otherwise I would have kept quiet
בעל דרשן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 06, 2018 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך בעל דרשן »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:48 pm

איך קען דיר ענטפערן און מסביר זיין אויף אלע דיינע באמערקונגען איך האב נישט די צייט יעצט, אפשר אין א צווייטע געלעגנהייט, איך האב נאר מסביר געווען די חילוק פון ביידע בנוגע דאס גיין אויף שמחות וכדומה אבער מ'קען נאך אסאך מער מאריך זיין
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

בעל דרשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:37 pm איז אזוי באבובער רב פירט זיך ווי זיין טאטע די דברי שלמה וואס פלעגט כמעט נישט גיין צו קיין מעמדים כינוסים וכדומה חוץ עטליכע יוצא מן הכלל, סתם אזוי פלעגט ער שיקן זיינע קינדער און היינט שיקט די רב זיינע שוואגערס די דיין מיט די ראש ישיבה אדער איינער פון די קינדער.

בנוגע שמחות האט די רב געזאגט נאך די שנת אבלות פון הרבנית מבאבוב ע"ה ווי ער האט נישט געקענט גיין צו שמחות האט ער איינגעזען וויפעל צייט מ'פארלירט פון ארומלויפן יעדע נאכט און ער האט עס געענדיגט, די איינציגסטע שמחות ווי ער וועט גיין איז יתומים און סיי נאנטע קרובי משפחה פון די שוואגערס און אייניקלעך פון קדושת ציון פארשטייט זיך די אייניקלעך וואס זענען קיינמאל געגאנגען קעגן אים ווי שרייבן א ספר פאשקעוויל וכדומה ר' מרדכי דוד פון באבוב 45 וועט אויך נישט גיין צו שמחות ביים דיין הרב טויבער אפילו ער איז משפחה און יעדער פארשטייט עס.

יעצט בנוגע ר' מרדכי דוד אונגאר ראש שלשלת באבוב 45 ער וועט זיך אנריקן צו יעדע שמחה נישט קיין חילוק יא באקומען א הזמנה אדער נישט, ער קוקט אויף פובליסיטי אויב וועט זיין בילדער ווי ער איז דארט וועט ער קומען צו שמחות אפילו קיינער האט אים גערופן און דאס איז די סיבה פארוואס ביי יעדע שמחה לויה כינוס עצרת יום טוב חלוקה וועט מען אים טרעפן דארט, ער וויל האבן די סימפאטיע פון די גאס און אז לויפן צו שמחות וועט אים עס ברענגן איז ער דארט.. און ווי געוויסע ניקים זענען טאקע געפאלן פאר זיינע אויפפירונגען, ער איז דא פאר זיך אז פירן ראחמיסטריווקא חתונה וועט אים ברענגן כבוד וועט ער עס טיען אפילו אויפן חשבון פון זיין שוואגער די זיידע.
@בעל דרשן. די שרייבסט דאך אזוי שיין, באבוב 48 שטאלצירט זיך מיט אזא קראספידאנט ווי דיר. די דארפסט אבער געדענקען אז מיטן אראפקלאפן באבוב 45 ווערט נאך רבי בנציון נישט ארויפגעקוקט ביי די המון עם. די גאס ווייסט זייער גוט מיט וואס פארא גאלדענע מידות רבי בנציון איז באשאנקען געווארן, מילד גערעדט.

רבי שלמהלע באבובער איז יא געגיינגען צו אלע אסיפות וואס התאחדות הרבנים האט געמאכט ווי אויך האט ער זיך געהאלטן זייער נאנט מיט זיין משפחה און זיך באמת מיטגעפרייד מיט זייערע שמחות. היסטאריע קען מען נישט לייקענען.

רבי שלמהלע האט נישט געמאכט קיין מחלוקת אין די משפחה זיינע אזוי ווי זיין צווייטע זוהן טוט.

די רבי פון באבוב 45 איז די עכטע ממלא מקום פון זיין הייליגע שווער מהרנ"ץ מבאבוב וואס איז געווען די אמתע ממלא מקום פון זיין הייליגע טאטע רבי שלמהלע באבובער ולמעלה בקודש ביזן הייליגן צאנזע רב.

און ער שעמט זיך נישט צובאווייזן זיין פנים ביי אסיפת ישראל און ביי אידישע שמחות ווי אויך האלט ער זיך גאר נאנט מיט רוב אייניקלעך פונעם קדושת ציון.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום לאכעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

בעל דרשן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:53 pm

איך קען דיר ענטפערן און מסביר זיין אויף אלע דיינע באמערקונגען איך האב נישט די צייט יעצט, אפשר אין א צווייטע געלעגנהייט, איך האב נאר מסביר געווען די חילוק פון ביידע בנוגע דאס גיין אויף שמחות וכדומה אבער מ'קען נאך אסאך מער מאריך זיין
שכוח פאר די גוטע רצון אבער עס פעלט נישט אויס, ס'איז מיר בכלל נישט אינטרעסאנט ווער עס גייט ווי און פארוואס

ביזט נישט געקומען סתם מסביר זיין די חילוק ווייל ווען יא וואלט נישט אויסגעפעלט צו שרייבען אזוי האספול קעגען רמ"ד.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:55 pm ווי אויך האלט ער זיך גאר נאנט מיט רוב אייניקלעך פונעם קדושת ציון .
העי רב"צ האלט זיך אויך נאנט מיט נכדי הקדושת ציון [חוץ פון רוב ווייל זיי... עפעס האט @בעל דרשן פריערט געשריבען]

איך בין אמאל נאכגעגאנגען פארוואס רוב נכדי הקדושת ציון זענען געגאנגען צו באבוב-45, קודם האב איך געטראכט אז ס'איז מחמת די הערצה און קירבה צו רבי'ן רנ"צ, למעשה איז נתברר געווארען פון עטליכע כלי ראשון - פון עטליכע משפחות אז אנהויב די פלוגתא האט צד באבוב-48 געוואלט פילע געטריישאפט און אז די משפחות זאלען אינגאנצען אפהאקען מיט חתני רבי נפתלי צבי וחסידיהם, פארשטייט זיך אז רוב האבען נישט געהאלטען דערביי, א חלק זעהנדיג די מצב האבען זיך אפיציעל אנגעשלאסען אין קהילת באבוב-45, די רוב האבען נאך פראבירט צו טאנצען אויף ביידע חתונות אבער צד 48 האט זיי זייער שנעל געוויזען אז אדער אינגאנצען דא אדער ארויס, זענען זיי טאקע ארויס.

א חלק פון די עלטערע דור וואס האבען נישט קיין פראבלעם מיט רב"צ און לאכען פון די שווענץ זענען יא ממשיך צו גיין צו ביידע למשל ר' אהרן טווערסקי - ער האט עטליכע קינדער און אייניקלעך קנאקערס אין 48 און מאידך גיסא האט ער גערעדט ביי די אסיפה הידועה אין 45. די זעלבע איז מיט האדמו"ר ממילוואקי וואס האט לכאורה ביי נאו מער מיט 48 ואעפ"כ האט ער נישט קיין פראבלעם מיט 45 און פון זיינע קינדער און נעפיוס ההולכים לאורו געפינען זיך עטליכע אין 45
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

היימלינד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 3:12 pm

מיין חידוש איז בנוגע ר' לייבל סטעמפל, וואס כאטש ער גייט אויך קיין 45, האט אים 48 נישט גענצליך באיקאטירט (כ'רעד כהיום) און רב"צ איז אים געגאנגען באזוכן זייענדיג אין לאנדאן

ר' יעקב יוסף קומט אויך צו רב"צ'ס שמחות, אבער כ'מיין אז רב"צ נעמט אים נישט שיין אויף
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך היימלינד »

נחום הסופר האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:08 pm

מיין חידוש איז בנוגע ר' לייבל סטעמפל, וואס כאטש ער גייט אויך קיין 45, האט אים 48 נישט גענצליך באיקאטירט (כ'רעד כהיום) און רב"צ איז אים געגאנגען באזוכן זייענדיג אין לאנדאן ר' לייבל איז פון די עלטערע וואס האבען געפיפען כדלעיל, ער איז א מחותן אויך

ר' יעקב יוסף קומט אויך צו רב"צ'ס שמחות, אבער כ'מיין אז רב"צ נעמט אים נישט שיין אויף זייער נישט שיין, ער איז אויך אוועקגעפארען ווען ער האט חתונה געמאכט די ערשטע אייניקעל נאך אזויפיל יאר, היינט מיין איך גייט ער ווייניגער און רב"צ גייט בכלל נישט צו איהם
אברהם שנית מן השמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך אברהם שנית מן השמים »

לייבל סטעמפעל אעז אייביג געווען א מענטש פאר זיך משא״כ רבי יעקב יוסף וואס ער איז איז נאר בזכות רבי שלמה וועגן דעם איז רב״צ מער בכעס אויף איהם זאת ועוד איז ער געווען די ערשטער צו אויף רמ״ד בשעתו
אברהם שנית מן השמים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 50
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 31, 2024 7:42 pm
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך אברהם שנית מן השמים »

וואס דעס זיכט און דעם אשכול וייס איך נישט
פרי עץ הדר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 3:27 pm
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך פרי עץ הדר »

נישנאש האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:13 am
פרי עץ הדר האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 10:10 pm
נישנאש האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 5:51 pm
פרי עץ הדר האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 4:02 pm איך בין נישט דארט געווען איך האב געזעהן בילדער ווי ער טאנצט מיט אלע זיידעס וואס איז ער געווען דער חתן? וואס עפעס זיצט ער פאר די זיידעס אולם און אבדק"ק באובוב45 ? ער איז א פעטרע פיין מען געט אים א כיבוד מהיכי תיתי אבער טאנצען מיט יעדען ווי א עלטער זיידע וואס מיינט דאס? ער האט באצאלט? ווען איך בין א מחותן זאג איך מוחל טובות גייט אהיים צאלט נישט נעמט נישט געט נישט איר זענט נאט וועלקאם,
כהאב נישט קיין ספק וואס טראכטען מענטשען יומען ווי די קינדער פון רבי יושע רובין אז א איד קומט און ווערט א 60 יעריגער חתן.??

איטס ווערי סימפל, און ס'מיר א חידוש אז דו פארשטייסט נישט אליין
ווער פילט אן האלב פון די פארענטשעס? זיינע חסידים
אז דו ווילסט די עולם באקומסטו דעם רבי'ן אויך
קיינער איז נישט דארט וועגן די רב מאכט חתונה, מ'איז דארט ווייל ס'איז א באבוב 45 חתונה וואס די רבי פירט

כבין נישט קיין 45טע נאר ס'איז קאממען סענס
עס קען זיין קאמאן סענס און איך רעד דא נישט און די נאמען פון הרב רובין אויף אים איז א בחינה כאשר אבדתי אבדתי ווען ער האט מסכים געווען אז זיינער אינגערע שוואגער איז די רבי האט ער זיך מפקיר געועון לעזעזל,
אבער מענטשהייט איז נאך א זאך, ביי יענעם אין בית מדרש, יענער איז גראדע אויכעט דיין שוואגער,
די האלטסט דאך די ראביסטיווע פון באובוב קומט דיך דיר ווייל די ביסט א מענטש, די יסודות פון באובוב וואסערע מענטש זעצט זיך נומער איינס ביי יענעם'ס חתונה? דאס פאסט פאר דער ראש המריבה! נישט מער דאס איז נישט עטיש נישט שיין א חסיד פון אים וואלט זיך געדארפט שעמען מיט אזא נעירש עקלדיגע געפירעכטס דאס איז גאוה שחצנות,
אויף אזא הנהגה איז הרה"צ בנציון זייער זייער גיט מיר דארפען נשיט דע רת"ח פאר דעיס.......
דו רעדסט אביסל אין די וועלט אריין, פארוועם פונקטליך זאל עס האבן געבאדערט?
געווענליך איז עס א כבוד פאר א משפחה ווען די רבי פון די משפחה קומט פירן א חתונה, זיי ווילן עס
איך האב גראדע יא זיך נאכגעפרעגט, און ליידער ליידער הרבה יותר מה שכתבתי אית בי',
גיי הער נאר וואס די קינדער און אייניקלעך פון הרב רובין זאגען אפען און באהאלטען,
און אויב חסידי רמ"ד קענען נישט קומען צו א אייניקעל פון די הייליגער רב מהרנ"ץ נאר בתנאי אז רמ"ד איז דער חתן זעלבסט,
דאן זאלן זיי נישט שימפען אויף רב"צ וואס איז נישט געניק מחשיב רנ"ץ!
ווייטער מצד רבי יושע רובין איז זייער שיין מכבד זיין זייין אינגערע שוואגער,
אבער דער אינגערע שוואגער דארף האבען מענטשהייט אין שכל ודי בזה
אויב איר פארשטייט נישט איז א שאד די צייט....
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

פרי עץ הדר האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 5:36 pm
נישנאש האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 4:13 am
פרי עץ הדר האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 10:10 pm
נישנאש האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 5:51 pm

איטס ווערי סימפל, און ס'מיר א חידוש אז דו פארשטייסט נישט אליין
ווער פילט אן האלב פון די פארענטשעס? זיינע חסידים
אז דו ווילסט די עולם באקומסטו דעם רבי'ן אויך
קיינער איז נישט דארט וועגן די רב מאכט חתונה, מ'איז דארט ווייל ס'איז א באבוב 45 חתונה וואס די רבי פירט

כבין נישט קיין 45טע נאר ס'איז קאממען סענס
עס קען זיין קאמאן סענס און איך רעד דא נישט און די נאמען פון הרב רובין אויף אים איז א בחינה כאשר אבדתי אבדתי ווען ער האט מסכים געווען אז זיינער אינגערע שוואגער איז די רבי האט ער זיך מפקיר געועון לעזעזל,
אבער מענטשהייט איז נאך א זאך, ביי יענעם אין בית מדרש, יענער איז גראדע אויכעט דיין שוואגער,
די האלטסט דאך די ראביסטיווע פון באובוב קומט דיך דיר ווייל די ביסט א מענטש, די יסודות פון באובוב וואסערע מענטש זעצט זיך נומער איינס ביי יענעם'ס חתונה? דאס פאסט פאר דער ראש המריבה! נישט מער דאס איז נישט עטיש נישט שיין א חסיד פון אים וואלט זיך געדארפט שעמען מיט אזא נעירש עקלדיגע געפירעכטס דאס איז גאוה שחצנות,
אויף אזא הנהגה איז הרה"צ בנציון זייער זייער גיט מיר דארפען נשיט דע רת"ח פאר דעיס.......
דו רעדסט אביסל אין די וועלט אריין, פארוועם פונקטליך זאל עס האבן געבאדערט?
געווענליך איז עס א כבוד פאר א משפחה ווען די רבי פון די משפחה קומט פירן א חתונה, זיי ווילן עס
איך האב גראדע יא זיך נאכגעפרעגט, און ליידער ליידער הרבה יותר מה שכתבתי אית בי',
גיי הער נאר וואס די קינדער און אייניקלעך פון הרב רובין זאגען אפען און באהאלטען,
און אויב חסידי רמ"ד קענען נישט קומען צו א אייניקעל פון די הייליגער רב מהרנ"ץ נאר בתנאי אז רמ"ד איז דער חתן זעלבסט,
דאן זאלן זיי נישט שימפען אויף רב"צ וואס איז נישט געניק מחשיב רנ"ץ!
ווייטער מצד רבי יושע רובין איז זייער שיין מכבד זיין זייין אינגערע שוואגער,
אבער דער אינגערע שוואגער דארף האבען מענטשהייט אין שכל ודי בזה
אויב איר פארשטייט נישט איז א שאד די צייט....
פארוואס איז מען אזוי נתפאל ווי דער רחמסריווקע רבי איז מכבד זיין עלטערע שוואגער הרמ"ד שליט"א, און מ'איז נישט נאך אסאך מער נתפאל פון וויאזוי הגר"י רובין איז מכבד זיין אינגערן שוואגער הרמ"ד שליט"א?
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

אגב, האט עמיצער דא אמאל אויף קאווע שטיבל געשריבן עפעס ווערטער אז נישט לאנג נאך וואס רב"צ ווערט רבי, גייט ער ארויסשטויסן זיינע שוואגער'ס פון אלע זייערע פאזיציעס, במציאות איז ער זייער שיין מכבד זיינע שוואגערס, מער ווי אנדערע רבי'ס
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מופת הדור »

נישט ממש, יעדע איז דארט מיט זייער פאזיציע וואס זיי האבן באקומן בחייו פון מהר"ש thats all
מופת הדור
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 11, 2024 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך מופת הדור »

דער עולם רעדט דא ווי נביאים, אפשר האט רחמסטריווקא רבי מעיקרא געזאגט צו געבן אלע כיבודים פאר אלע אנדערע שושבינין
נחום הסופר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
האט שוין געלייקט: 246 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך נחום הסופר »

מופת הדור האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 8:15 pm נישט ממש, יעדע איז דארט מיט זייער פאזיציע וואס זיי האבן באקומן בחייו פון מהר"ש thats all
ער איז זיי אבער שיין מכבד און גיט אפ דעם פארדינטן רעספעקט
לאכעדיג
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 620 מאל

Re: די נייע רחמיסטריווקא אדמורי"ם

שליחה דורך לאכעדיג »

נחום הסופר האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:21 pm ער איז זיי אבער שיין מכבד און גיט אפ דעם פארדינטן רעספעקט
מיט וואס פונקטליך איז רבי בנציון מכבד זיינע שוואגערס??

רבי יהושע רובין איז אב"ד באבוב 45, ער האט א אייגענע שטענדער און א שיינע בענקל, ער באקומט אלע סידור קידושין אין די קהילה, וכו' וכו' דאס אלעס און נאך אסאך זאכן מאכט די באבוב 45 רבי זיכער אז ער באקומט עס און מיטן גרעסטן כבוד

רבי בנציון האט פאר זיינע שוואגערס געגעבן גארנישט.
און יא, פריי דיר אז ער האט זיי נישט ארויסגעווארפן.
פארשפארט