קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?

שליחה דורך טמיר »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווי אויך וואונדערט מען זיך פארוואס פונקט דער ריבניצער וואס האט געטרעטן אויף הלכה איז געווארן אזוי גרויס בשעת מיר תמימים וואס פאלגן יעדעס דיטעיל קומען אין ערגעץ נישט אן.

גראדע דאס בלייגיסן גלייב איך יא, אבער דאס איז שוין אפשר אן הוכחה קעגן אידישקייט, זיכער לויט׳ן רמב״ם.

קיינער זאגט נישט אז הלכה איז די רעסעפי פאר מופתים nor אז קדושה קען נישט זיין העכער ווי הלכה
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אקעי, היטן הלכה איז אראפ פון טיש, וואסערע חלק פון אידישקייט קען יא זיין די רעסעפי? רעדן אידיש? גיין מיט א שטריימל? די בבא סאלי האט נישט גערעדט אידיש און נישט געגאנגען קיין שטריימל. אפשר ליגט די סוד פונעם ריבניצער אין דעם וואס ער האט געוואוינט צווישן גוים פאר לאנגע יארן? אקעי, איך מוף שוין קיין אלאבאמא, כ׳על דיר שיקן אפדעיטס וואו מיין רוח הקודש האלט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: קענען מופתים זיין אן הוכחה צי אידישקייט?

שליחה דורך טמיר »

כ'ווייס נישט פארוואס דא ביזטו געווארן עפעס געפערליך סטאק אין חציוניות. יעדע בחור'ל פארשטייט אז עס איז דא אזא זאך ווי דביקות בשם, לעבן בלתי לשם לבדו. ס'איז דא עפעס מער ווי סתם טינקן חלב אין האניג ווייל אזוי שטייט אין רמ"א. ס'איז מער אין קאפ ווי אין די איבעריגע איברים
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

זאגסטו אז לייגן תפילין און בלאזן שופר איז נישט וויכטיג ווייל ס׳נאר חיצוניות, אקעי, יעצט ווערט די שאלה וויפיל מענטשן קענסטו וואס לעבן בלתי לשם לבדו (אגב, וואס מיינט בלתי לשם לבדו אויב נישט היטן השם׳ס תורה?) און אויסער הבטחות פון עולם הבא האבן זיי גארנישט וואס צו ווייזן? ענדיוועיס, יעצט אז מיר האלטן שוין דא קענסטו שוין אויך פארשטיין וויאזוי א גלח וואס איז דבוק בהשם און לעבט בלתו לשם לבדו קען באזיצן איבערנאטירליכע כוחות.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איך בין זיכער דא איז דא אסך וואס זענען זייער איםבאקוועם מיט די קאנסעפט פין איבערנאטירליכע כוחות. אפגעזען צי דאס קימט פינעם גלח אדער רבי
אפשר דאס מיינט דער רמב"ם כדי לישר דרך למלך המשיח
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גראדע די מענטשן פארשטיי איך זייער גוט ווייל מ׳נוצט די פענאמענאן פון איבערנאטורליכע כוחות זיי צו מאניפולירן צו פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער וואס זיי האלטן נישט דערביי, דערפאר שלאגן זיי עס אפ ווייל זיי ווילן זיך נישט לאזן מאניפולירט ווערן, ווען מ׳זאל אפטיילן די צוויי זאכן און עס נישט נוצן צו מאניפולירן וואלטן זיי פיל מער אפן געווען צו דיעס קאנצעפט. יעדנפאלס, די מענטשן וועם איך פארשטיי טאקע נישט זענען דיזע מענטשן וואס זענען אומבאקוועם מיט די קאנסעפט אז ס׳עקזיסטירט נישט קיין איבערנאטירליכע כוחות, כ׳קען זיי ממש נישט פארשטיין, כ׳גלייב אז מ׳קען עפעס ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם אויף דעם אויך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

איך בין זיכער דא איז דא אסך וואס זענען זייער איםבאקוועם מיט די קאנסעפט פין איבערנאטירליכע כוחות. אפגעזען צי דאס קימט פינעם גלח אדער רבי
אפשר דאס מיינט דער רמב"ם כדי לישר דרך למלך המשיח

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע די מענטשן פארשטיי איך זייער גוט ווייל מ׳נוצט די פענאמענאן פון איבערנאטורליכע כוחות זיי צו מאניפולירן צו פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער וואס זיי האלטן נישט דערביי, דערפאר שלאגן זיי עס אפ ווייל זיי ווילן זיך נישט לאזן מאניפולירט ווערן, ווען מ׳זאל אפטיילן די צוויי זאכן און עס נישט נוצן צו מאניפולירן וואלטן זיי פיל מער אפן געווען צו דיעס קאנצעפט. י
איך פארשטיי זיי אויך זייער גוט, אלע זייערע סברות ראיות וואו אויך "רמב"ם ארויסקוועטשן" איז געטריבן און טענטעט פין א דערענג פין ווילן לעבן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער.


איך קען אויך אזאלעכע וואס ווייל זיי ווילען נישט פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער, אדער פאר סיי וואספאר סיבה (עטענשען?), וועלן זיי ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם ממש דער היפך פין וואס דער רמב"ם האט געהאלטן און קלאר געשריבן.

איך מיין הרב אלחנון וואסערמאן זאגט עפעס זייער ענדליך אדער ממש דאס...
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הקטן האט געשריבן:איך קען אויך אזאלעכע וואס ווייל זיי ווילען דוקא פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער, אדער פאר סיי וואספאר סיבה, וועלן זיי ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם ממש דער היפך פין וואס דער רמב"ם האט געהאלטן און קלאר געשריבן.

FTFY
#לא׳מיר_״חרדי׳שן״_דעם_״הייליגן״_רמב״ם
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א מין צופראסקעטע חקירה דאס, נישט נאר וואס מופתים איז נישט קיין הוכחה צו אידישקייט, ס׳איז גאר א ראיה קעגן אידישקייט! פרעג נאר סיי וועלכער מענטש וואס דרייט זיך אדער האט זיך געדרייט ביי א מופתים פראווענער, כמעט יעדער פון די מענטשן האט זיך זיינע זאכן וואו ער פייפט אויפ׳ן שולחן ערוך אויף אלע באקן, אז מ׳רעדט פונעם ריבניצער איז דאך באקאנט אז זיין דאווענען איז נישט געווען אויסגעהאלטן לויט׳ן שולחן ערוך. עפעס פונקט די וועלכע זענען נישט מקפיד אויף הלכה׳דיגע קלייניקייטן פונקט זיי זענען די וואס האבן די אפענע אויגן און איבערנאטירליכע כוחות, הלא דבר הוא. ס׳נישט טראץ דעם וואס זיי איגנארירן הלכה ווען ס׳שמעקט זיי נישט זענען זיי אזוי גרויס, נאר טאקע היא הנותנת, טאקע דערפאר וואס זיי פארלייגן זיך נישט אויף זאכן וואס זיי פילן נישט קיין שייכות דערצו דערפאר זענען זיי אזוי גרויס.

רביה"ק זי"ע: ספעציפיש ביים ריבניצער. (אויב די מופתים וואס מ'פארציילט אויף איהם זענען טאקע אמת.) איז דא אן אנדער (הימלישער) חשבון. ער האט אין רוסלאנד אונטער דעם קאמוניסטישן רעזשים אדורכגעפיהרט צענדליגער און אפשר הונדערטער ברית מילה'ס מיט מסירות נפש. סאו דער אייבישטער האט איהם ספעציעל ליעב.אזוי ווי דעם אלטן סקולענער רבי, זצ"ל (ר' אליעזר זוסיא). דאס מיינט אבער נישט אז איעדער פשוט'ער מענטש קען זיך ערלויבן בשאט נפש צו איגנארירן אפענע הלכות אין שולחן ערוך...!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

ניין מופתים איז נישט קיין ראי'. די גוים האבען אויך מופתים.
עס איז א אפענע פסוק אין דברים י"ג ב
כִּֽי־יָק֤וּם בְּקִרְבְּךָ֙ נָבִ֔יא א֖וֹ חֹלֵ֣ם חֲל֑וֹם וְנָתַ֥ן אֵלֶ֛יךָ א֖וֹת א֥וֹ מוֹפֵֽת׃

וּבָ֤א הָאוֹת֙ וְהַמּוֹפֵ֔ת אֲשֶׁר־דִּבֶּ֥ר אֵלֶ֖יךָ לֵאמֹ֑ר נֵֽלְכָ֞ה אַחֲרֵ֨י אֱלֹהִ֧ים אֲחֵרִ֛ים אֲשֶׁ֥ר לֹֽא־יְדַעְתָּ֖ם וְנׇֽעׇבְדֵֽם׃

לֹ֣א תִשְׁמַ֗ע אֶל־דִּבְרֵי֙ הַנָּבִ֣יא הַה֔וּא א֛וֹ אֶל־חוֹלֵ֥ם הַחֲל֖וֹם הַה֑וּא כִּ֣י מְנַסֶּ֞ה יְהֹוָ֤ה אֱלֹֽהֵיכֶם֙ אֶתְכֶ֔ם לָדַ֗עַת הֲיִשְׁכֶ֤ם אֹֽהֲבִים֙ אֶת־יְהֹוָ֣ה אֱלֹהֵיכֶ֔ם בְּכׇל־לְבַבְכֶ֖ם וּבְכׇל־נַפְשְׁכֶֽם.

מופתים איז נישט קיין ראי'
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:איך קען אויך אזאלעכע וואס ווייל זיי ווילען דוקא פאלגן א געוויסע סארט לעבנסשטייגער, אדער פאר סיי וואספאר סיבה, וועלן זיי ארויסקוועטשן פונעם רמב״ם ממש דער היפך פין וואס דער רמב"ם האט געהאלטן און קלאר געשריבן.

FTFY
#לא׳מיר_״חרדי׳שן״_דעם_״הייליגן״_רמב״ם

98FB4630-4F8D-4864-9BA0-EDC5C214F2B6.jpeg

פון אלעקס שטודען׳ס רעצענזיע אויף די בוך.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

און דער רבי האט איהם געשאלטן ער זאל נישט מוציא שנתו זיין.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
פארשפארט