שטריימל באקס האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 10:25 pm
לאכעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 1:49 pm
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 12:47 pm
דרייט זיך לעצטנס ארום וואויסנאויטס פון איינעם ליפא פרידריך א שלום בית קאקער, ער איז געווען א טוען פאר די בערקאוויטש'עס, ווי ער טענ'עט אז על פי תורה קען א מאן מחליט זיין נישט צו גט'ן אן קיין סיבה.
נישט צו גלייבן ווי פארוקט מענטשן זענען נאך היינט צוטאג'ס.
אויב איינער האט די וואויסנאט ביטע אהערברענגען.
דא קען מען הערן די דברי חכמה פון ליפא פרידריך.
Lipa Friedrich.mp3
אין אן ענין הלכה וועל איך אריין שרייבן.
זיין ווערטער זענן עמהארצות גמורה, ער קען נישט קיין פשוט'ע הלכות אין שו"ע.
זיין צושטעל צווישן שעמן און צווינגן איז א טעות גמור.
זיין ווערטער אז 'נאר די פינף מענטשן אין די משנה צווינגט מען צו געבן א גט, און קיין ראשון דינגט זיך נישט', איז קעגן שיטת הגאונים ביי 'מאוס עלי', הגם אז די הלכה איז למעשה קעגן זיי.
און דער ש"ך אין גבורת אנשים לייגט צו א מאן וואס גייט אוועק פון זיין פרוי, צווינגט מען צו געבן א גט, אפילו עס איז נישט אין די משנה.
און הרב קוק איז געווען א גאון הגאונים, וואס וואלט נישט געמאכט אזעלכע סטופיד טעותים ווי דער פרעדיגער.
און זיין ראיה פון דעם וואס א פרוי וואס איר מאן שטארבט און קינדער, וואס האט א ברודער אן פיס, איז דאך אן עגונה לעולם. ווייל אזוי וויל דער אויבישטער, ולכן ה"ה א פרוי וואס דער מאן איז סתם א שלעכטע און וויל נישט געבן א גט, איז ממש מביא לידי גיחוך. דער אויבישטער שלאגט א מאל א מענטש, און ער פארלירט זיין פוס. ממילא מעג מען (וי"ג מוז מען) אפהאקן יעדעמ'ס פיס.
בקיצור, א פאלנע עם הארץ, סתם א מקוה שמיעסער, און מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון אים.