א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך סקעפטיקער »

להודיע האט געשריבן: דער איד האקט זיך ארויס פון כלל ישראל!
בשעת וואס דאס אידישע פאלק פירט א מערכה קעגן רוצחים שונאי ישראל וואס ווילן נאר להשמיד להרוג ולאבד, און ס'שטעלט זיך א איד אין א פלאץ פון גויים, און שטעלט זיך ארויס אלץ א תומך פון די שונאי ישראל קעגן די אידישע פאלק, האט ער זיך אינגאנצן אפגעהאקט פון די אידישע פאלק.
שר"י

ווען מ'גייט פראטעסטירן מיט פרא-פאלעסטינער האסטו א פוינט, אבער מיט מוחה זיין קעגן א ציוניסטישע פאן אויף א ציון איז נישט קיין פארגלייך
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

סקעפטיקער האט געשריבן: ווען מ'גייט פראטעסטירן מיט פרא-פאלעסטינער האסטו א פוינט, אבער מיט מוחה זיין קעגן א ציוניסטישע פאן אויף א ציון איז נישט קיין פארגלייך
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך אסטראלאג »

ער איז פולקאם בארעכטיגט צו פראטעסטירן!!!!
ער איז געשטאנען אויף די גאס. נישט אויף קיין פריוואטע פראפערטי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אסטראלאג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

עי' תגובת סקעפטיקער
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך אסטראלאג »

נא, א פאלעסטינער פאן צו באוועגן זיי זאלן אראפנעמען די ציוניסטישע פאן - אז ער האלט אז דאס וועט עררייכן זיין ציהל איז פארוואס נישט.?!
דאס איז נישט קיין פרא פאלעסטינער פראטעסט, יעדער פארשטייט וואס ער וויל דארט.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך חב''ד הויזן »

ס'פעלט בלי ספק א חלק פון די מעשה. פאר א סיבה האט אים די פאליציי ארעסטירט.
היימלינד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 2:40 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 655 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך היימלינד »

חב''ד הויזן האט געשריבן: ס'פעלט בלי ספק א חלק פון די מעשה. פאר א סיבה האט אים די פאליציי ארעסטירט.

קען זיין אז די אונגערישע פאליציי זענען undercover ציונים.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך חב''ד הויזן »

דאס קען זיין...
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך א בני יואל »

איך קען נישט די מעשה דארט אין קערעסטיר, אבער ליידער שטייט מען יעצט אין א מצב ווען ס'איז א שעת מלחמה אין ארץ ישראל, אויב איינער פרובירט נאר איינעם זאגן א ווארט אז ער האלט נישט מיט די זייט פין די מדינה ווערט ער א נטורי קרתא אין א מינוט, און יעדער באשייגעצט אים נאר ווייל ער האט א מיינונג.
אדרבה שפאצירט אריין אין א ביהמ"ד אין איינע פון די קליינע שטעטעליך וועט איר געוואר ווערן.
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך חב''ד הויזן »

מ'ווערט נישט א נטורי קרתא ווען מ'איז קעגן די מדינה, מ'ווערט א נטורי קרתא ווען מ'אידענטיפיצירט זיך מיט די אראבערס. סימפל.
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך א בני יואל »

זאגסטו ווען ער שטייט ווען דארט מיט א סיין
A Jew is not a Zionist
A Zionist is not a Jew
אן די פאלעסטינע פלעג וואלסטו אויך מסכים געווען,
אבער וויבאלד ער האט געהאט א פלעג אויפן סיין בארעכסטו די מכות וואס ער האט געכאפט?
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך מילך טראק »

איך זעה נישט ווי ער האט געכאפט מכות?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך שמן למאור »

פון די ווידיאוס זעט נישט אויס ווי זיי האבן אים סתם געשלאגן. איינער האט פראבירט ארויסצוכאפן די סיין, א צווייטער איז געקומען העלפן, און ווען ער האט עס שטארק אנגעכאפט האבן זיך אלע דריי חברה איבערגעדרייט.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך berlbalaguleh »

אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 11:05 am
היום האט געשריבן: עהההעעם…
ווער האט אנגעהויבן?

דו קענסט אים אפילו נישט. סטאם ארויפלייגן א שלעכטע בליק אויף א איד?
פארוואס ביסטו נישט געגאנגען העלפן דיין ברודער? לוי סאא-מויד אל דאם ראייעיכאאא...! דו האסט געדארפט רופן שראאל דויד וייס און די טוינטער אנדערע כאווייראם צי קימאן העלפאן ימח שמו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך berlbalaguleh »

אסטראלאג: דו האסט געדארפט רופן די וואוילע קאזינס פון די כאמאס זיי זאלן זיך שלאגן מיט די ציונים.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך שמעון וואלף »

חב''ד הויזן האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:26 pm אז די פאליציי האט ארעסטירט דעם געשלאגענער אנשטאט די שלעגער איי געסס ס'איז דא א צווייטע צד.

לכאורה נישטא קיין שום סיבה צו ארעסטירן דעם פראטעסטירער, ניין? אתמהה.
פון די קליפס קוקט אויס אז די פאליציי האט אין געוואלט אוועקפירן פון ווי ער איזה געשטאנען אבער ער האט זיך נישט געלאזט, האבן זיי אים ארעסטירט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך berlbalaguleh »

אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:13 pm
דערהויבענע איד האט געשריבן: זעהר גלייך.
המממ שנאת ישראל..?! וויאזוי קען א איד אזוי רעדן?
נו, דו האסט שוין געקוקט אין שפיגל? אן געפרעגט דיך אליין?
אתרוגים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:11 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך אתרוגים »

טוט זעך אויף בענק און אויף טישן...

א חרדישע מיניסטער פון מדינת ישראל פון די ש"ס פארטיי, מיטן נאמען משה ארבל איז געווען און קערעסטיר.
אלס א מיניסטער האט ער געהאט שב"כ חברה, און באגלייטונג פון לאקאלע אינגארישע פאליציי.
די אינגערמאן וואס זעט זיך אויס נעמט מיט ווי ער גייט א סיין קעגן ציוניזם און אויך ארויף געלייגט א פאלעסטינע פלעג, האט ארויס גענומען זיין סיין און אנגעהויבן צו שרייען ווי נאר נטורי קרתא קען.
צוויי יודן וואס האט זיי געשטערט ווי דער יונגערמאן שרייט מיט א פאלעסטינער פלעג האבן עס געוואלט ארויס נעמען פון זיין הענט, ער זאל נישט אוסלערנען פאר די לאקאלע גוים זיך אנצונעמען פאר די אראבער, האלטט דיינע מחאות ביי דיר אינדערהיים.
פון זיך ארום אמפערן זענען זיי אלע דריי אראפ געפאלן.
די פאליציאנטן האבן אוועק געשלעפט די נטורי קרתא'ניק, וואס האט פארפירט דארט, עס זאל נישט ווערן דארט מער לעבעדיג.
זיי האבן איהם נישט ארעסטירט.
דעיס איז געווען ביי ר' ישעי'לעס הויז, נישט ביים קבר.

יעצט גיי איבער אלעס וואס איז דא געשריבן געווארן ביז אהער.
הוילע פוסטע דמיונות, נישט קיין פאן, נישט קיין ארעסט, נישט קיין געשלעגן, אין נישט קיין חשובע....

אויפן קעפל דארף שטיין: א יוד זיך שווער צושריגן ווען ער האט געשמעקט א ציוניסט.
אתרוגים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:11 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך אתרוגים »

אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 9:40 am קערעסטיר, א פלאץ ווי אידן בעטן זיך אויס פאר כל מיני ישועות, בני חיי ומזוני, שלא יכשלו בקליפת הציונות, און אלעס וואס אידן דארפן.

א חשוב'ער איד אנקומענדיג צום קבר איז אויפגעציטערט געווארן דערזענדיג א נאציוניסטישע פאן פלאטערן אויף די געביידע, ווארשיינליך אויפגעהאנגען דורך ציוניסטישע סימפאטיקער.

אים נישט לאזנדיג אראפנעמען די נאציוניסטישע פאן, האט ער למען תורתנו הקדושה און פאר די כבוד פון רבי ישעיה בן ר' משה זיך אוועקגעשטעלט און אויסגערופן אין לנו חלק בנחלה הציונים ימח שמם.

דער ציוניסטישער רשע מרושע האט זיך פיזיש מיט אים ארומגעאמפערט עטליכע מינוט און נאכן שווער צו'מזיק'ן גערופן פאליציי אז מען זאל דעם איד גאר ארעסטירן.

מיר האבן זיך גענומען פאר א פליכט צו אידענטיפעצירן דעם רשע, אים ברענגען צו גערעכטיגקייט און אים אנלערנען אחת דתו!

ווער ס'האט סיי וואספארא אינפארמאציע, ביטע קומט אין אישי.
א שיינע מעשה פאר די סאטמארע צוהערער, א שאד עס איז נישט אמת אויך.

האסטו ארויף געלייגט און א פאבליק פארום א בילד פון א יוד וואס האט געוואלט צונעמען א פאלעסטינער פלעג פון א מענטש וואס גייט אנגעטוהן ווי א יוד און ווייזט פאר די גוי א דוגמא צו שטיצן רוצחים, איהם באטיטלט מיט מיאוסע נעמען, פארן מברר זיין וואס דארט איז געווען.
יעצט אז די ווייסט שוין די אמתע מעשה, לאמיר דיר פרעגן.

די ר.. וואס נעמט מיט זיך א פאלעסטינע פלעג ווי אימער אזש ביז קיין קערעסטיר, ווילסטו נישט לערנען אחת דתו?
א בני יואל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 02, 2022 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך א בני יואל »

אינטערסאנט גראדע,
ס'קוקט אויס ווי די דגל פין דיין אזוי-גערופענע יודיש לאנד וואס וועקט אויף דאס אנטיסעמיטיזם ביי יעדן גוי אין די וועלט און פון די מדינה וואס טיילט מכות רצח פאר יעדע חרדישער יונגערמאן וואס איז מוחה אויף עפעס וואס די אזוי-גערופענע יודישע מדינה טוט אקעגן די "יודישע תורה", מיט זייער דגל האסטו נישט קיין שום פראבלעם,
אבער מיט א יונגערמאן וואס שלעפט זיך מיט א סיין פין ערגעץ (גראדע מיין איך ער איז א קערעסטירער אייניקל פון זיין שווער) מיט א פאן וואס דיר געפעלט נישט, דעמאלטס קימט אים מכות רצח? און אלעס פארוואס, ווייל דיר געפעלט עס נישט?
פארוואס איז זיין פאן דגל בלע"ז ווייניגער רציחה ווי דיין בלויע און ווייסע פענדעלע?
אלא מאי מוז מען זאגען אז דיך באדערט גאנץ ווייניג דעי פאן אדער יענער פענדעלע.

דיך דריקט און באדערט אז א חסידישער יונגערמאן, וואס וואלט זיך מוסר נפש געוועהן פאר א מנחה'לע מיט א מנין, שטייט דארט מיטן גאנצן חסידישן לבוש און שיקט א מעסעדזש אז נישט יעדער יוד גלייבט און איז פארקויפט פאר דיין ליבליכע מדינה, ס'איז פארהאנען וואס ווילן יעדער זאל וויסן וואס די רשעות פון ציוניסטישע באוועגונג דערלאנגען פאר די היימישע יודעלעך.

און דער דאזיגער ליידיגייער וואס איז געקומען צו פארן קיין קערעסטיר, און לכאורה ניטאמאל מיטגענומען זיין הוט און רעקל, קען דאס נישט דערליידן, היתכן איינער האט א אנדערע מיינונג פין אים,
דא קומט אריין זיינע ידים ידי עשו,
ווי האט דער פאנאטישער משה רבינו געזאגט פארן אויפגעקלערטן ווען ער האט געהויבן זיין האנט,
נישט מער אין נישט ווייניגער, "רשע למה תכה רעך",

נאכאמאל, איך האלט גראדע אנדערש ווי דעם יונגערמאן מיטן פאלעסטינער פענדל, אבער הייבן הענט אויף א צווייטן ווייל מיר געפעלט נישט וואס יענער טוט איז בכלל נישט עפעס וואס האט מיט יודישקייט אדער ערליכקייט, ס'איז סתם א רשעות און גארנישט מער.
אתרוגים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 04, 2023 4:11 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך אתרוגים »

ווי האסטו געזען איך זאל זאגן אז עס קומט איהם מכות?
און ווי האסטו געזען איינער זאל איהם האבן געגעבן מכות?
די מעשה וואס איז דא פארציילט געווארן איז אפשר צוואנציג פראצענט אמת.

איך האב ס"ה פארציילט וואס די מעשה איז געווען, און געפרעגט דעם איינעם וואס זיכט אויסצופראקן א צווייטנס נאמען, מיט א מעשה וואס איז געבויט אויף לגיונות און דמיונות, צו ער איז מוחה און מבזה יעדער צעהיצטע מענטש וואס האט א שוואכע מינוט? אדער נאר ווען עס שטימט מיט זיין שיטה?

ווער רעדט פון פרייע ציונים בכלל? וואס האב איך מיט זיי און וואספארא השפעה קענען שוין פרומע יודן האבן אויף זיי?
נישט יעדער מענטש וואס וואלט זיך מוסר נפש געווען פאר א מנחה איז גערעכט מיט יעדער צוהיצטע זאך וואס ער טוט.
און נישט יעדער מענטש וואס גייט נישט און שפאן מיט דיינע מחאות און קאפריזן ווערט אויטאמאטיש א ליידיגייער.

די מעשה איז געווען מיט דריי פרומע יודן און קיינער האט קיינעם נישט געשלאגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך berlbalaguleh »

דא זענען דא גוטע און שלעכטע. א יעדער האט זיך זיין גוטער און זיין שלעכטער. נאר ביי א נארמאלן איד זענען די וועלכע אידענטיפיצירן זיך מיט די רוצחים בשעת אידיש בלוט גיסט זיך ווי וואסער נישט פון די גוטע זייט.

דער גרעסטער לימוד זכות אויף זיי איז אז זיי זענען שוטים. נאר איך זאג אז זיי זענען רשעים. אפשר שוטים אויך. אבער רשעים זיכער.
ארכיטקט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 21, 2024 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 201 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 60 מאל

Re: א איד שווער צושלאגן דורך א ציוניסט אין קערעסטיר

שליחה דורך ארכיטקט »

איך בין דארט געווען בשעת מעשה, די מעשה איז געווען אזוי @אתרוגים זאגט, אז משה ארבל איז געקומען צו ר' ישעילעס הויז, און זיך געפיקטשער מיטן ארטיגן מעיאר.

ער איז נאכדעם ארויף צום ציון, אזוי אויך צוויי מענטשן וואס זייערע געשוויסטער זענען פארכאפט אין עזה

די סאטמארע יודן זענען ארויס פון ציון בשעת מעשה, וגם אני בתוכם, מיר זענען געווען אויבן אין כהנים שטיבל, אינמיטן האבן מיר געכאפט א ריקוד אויפן ניגון השם הוא מלכנו... ער האט זיך זעט אויס דערשראקן און איז שנעל ארויס פון ציון....
פארשפארט