פונדאַמענטאַל האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 11:03 am
איך האב נישט געשריבן איבער די פרשה ביז יעצט, צוליב חיסרון ידועה אין די פאקטן. אבער איך האב יעצט געהערט א פריש ארויסגערינענע רעקארדירונג צווישן מלכי מיט איר שווער. און טראץ דעם וואס עס איז נאכאלץ מעגליך זיך טועה זיין, נישט קענעדיג די פרשה פון דיר נאנט. דאך קען מען ארויסנעמען זייער אסאך פון די שמועס, או איך מיין אז מיר האבן די רעכט צו אנאלאזירן דאס וואס ליגט פארענט פון אונזערע אויגן. אזוי אויך מיין איך אז דער שמועס איז פון א צייט צוריק, און זאכן האבן זיך שוין מעגליך געטוישט זייט דעמאלס. אבער דער שמועס איז פארגעקומען שוין צוויי יאר נאכען צוטיילען, און דאס קען געבן א בליק איבער די מצב ביז דעמאלס.
מלכי רעדט זייער רעספעקטפול און רואיג די גאנצע צייט.
פון די שמועס הערט זיך, אז מלכי פרובירט צו מאכן קאנטאקט מיט וואלווי, נאכדעם וואס ער האט איר געשיקט א בריוו (מיט וועלכע דער שווער זעהט אויס צו זיין באקאנט), זי זאגט אז זי קען אים נישט דערגרייכען דורכען טעלעפאן, און אז מען האט איר געזאגט אז זיין טעלעפאן איז צובראכען (וואס קען מעגליך זיין אמת). זי פרעגט אויב די שווער קען איבערגעבן פאר וואלווי אז זי וויל זיך טרעפן מיט אים (ביזדערווייל איז ער אין שפיטאל, מחמת איזה סיבה... שפעטער אינעם שמועס קאנפראנטירט זי דער שווער, אז וואלווי איז נישט אין א גוטען מצב, און איז גאר אפט אין שפיטאל... עס איז מיר נישט באקאנט די ערזאך דערפון. דער שווער לייקנט דאס נישט אינגאנצען).
דער שווער ווייזט זייער קלאר אז ער איז אומוויליג איר ארויסצוהעלפן, און עס איז קלאר פונעם שמועס אז די "סיבה" פארוואס זיי האלטען צוריק דאס גט איז וויבאלט זיי זיי האלטען אז מען קען נאך 'צוריקצושטעלן' די שטוב... נישט וויזיטעישען אדער ביי וועלכע פראבלעמען פון איר זייט. בלויז א קעגנערשאפט צו מקבל זיין איר רצון פון זיך צוטיילען.
דער שווער אנטזאגט זיך פון רעדן מיט וואלווי דערוועגן, מיטן אויסרייד אז 'ער ווערט זייער עמאציענאל' ווען מען רעדט צו אים דערוועגן. ער דערמאנט זיך פון די קינדער, און פון איר... און זאגט "מען זאל נישט פארטוישן מלכי פאר קיינעם..." ער איז גרייט אלעס צו טוען.... עס וועקט איך זייער אויף די געפילן...
מלכי מאכט קלאר, אז זי איז בכלל נישט אינעם מצב פון וועלן צוריקגיין, און אפשר איז בעסער צו אויסארבעטן א גט.
דער שווער אנטזאגט זיך פון דאס אננעמען, און טענה'ט אז "זיין מוח זאגט אים יא אז ער גייט צוריק" " ער קוקט אויף דעם ארויס", "פון אים איז נאכנישט ארויס די געפיל"... ממילא קען איך אים נישט זאגען אנדערש... נאכמער טענה'ט דער שווער - אז אויף דעם קוקט ער ארויס און אויף דעם לעבט ער... דאס גיבט אים חיזוק - דאס מאכט אים פילן ווי א מענטש...
רעדנדיג פון די קינדער פילט מלכי פאר וויכטיג צו קלאר מאכן אז זי האט קיינמאל צוריקגעהאלטן וויזיטעישען, דער שווער טענה'ט אז מען האט נישט געגעבען גענוג - ווען ער האט געוואלט, אבער האט נישט קיין ספעציפישע דעטאלען אנציווייזען... מלכי, מאכט קלאר איר גוטע ווילן צו געבן פילע וויזיטעישען, און אז זי האט נישט קיין שום אינטערעסע דאס צוריקגעהאלטן.
(עס איז קלאר פון די דין ודברים, אז עס איז נישט געווען קיין אישו מיט וויזיטעישען אונטער השגחה - ווי פילע האבן געוואלט טענה'ן. עכ"פ אין דער צייט וואס דער שמועס איז פארגעקומען).
מלכי, בעהט זיך ווייטער צו דעם שווער אז ער זאל פרובירן ארויסצוהעלפן, ער דרייט מיטן צינג און אנטזאגט זיך דערפון. אזוי אויך מאכט ער קלאר אז ער איז נישט גרייט איר ארויסצוהעלפן אפילו בלויז זיך צו טרעפן מיט וואלווי - ווען ער ווייסט אז די ציל איז די גט!
מלכי דערמאנט, אז א יאר פריער האט מען אפגעמאכט א צייט פון 4 חדשים, וואס מען וועט ווארטען צו זעהן אויב וואלווי גייט צוריק צו א בעסערען מצב...(?...) און למעשה איז אריבער די צייט און ער איז נאכאלץ נישט בעסער, ממילא לויט די אפמאך דארף מען שוין גיין ווייטער. אזוי אויך מאכט מלכי קלאר אז בכל אופן וויל זי נישט צוריק גיין, זי האט שוין געליטען גענוג אין די פיר יאר וואס זי האט אים געהאלטען, און דאס איז נישט עפעס וואס זי איז גרייט צו ווייטער אויסהאלטען. און דא, טוט ער איר אינגאנצען אוועקמאכן אויף א patronizing אופן - ווי כאילו ער ווייסט בעסער וואס זי דארף, אז אפשר האט מער איר איינגערעדט... און נאר אויב עס וועט זיין "איינער וואס פארשטייט צו דעם", און וועט זיצען מיט ביידע, און וועט זאגן אז דאס איז די ריכטיגע צוגאנג, נאר דאן קען מען באטראכטען די מעגליכקייט... מלכי ענטפערט - נו אדרבה! זי האט נישט קיין שום פראבלעם צו דאס טוען מיט א פראפעסיאנאל... למעשה דרייען זיי זי ארויס פון דעם אויך.
מלכי טענה'ט ווייטער. איך האלט נישט די שווער פאר אן אכזר, איז פארוואס האלט איר צוריק דאס גט? דער שווער מאכט זיך תם'עוואטע... איך פארשטיי נישט - איך פארשטיי נישט (כמה פעמים...). מלכי פרעגט - וואס פארשטייט איר נישט? וואס דען טוט מען? עס איז שוין צוויי יאר זייט מען האט זיך צוטיילט, און זי האט נאכאלץ נישט קיין גט.
הערט אן ענטפער: קודם, מען האלט דאס נישט אפ... און צווייטענס - איך זעה נישט פארוואס מען דארף א גט... אפשר קען מען דאס יא צוריקיבויען... אויסער אויב א פראפעסיאנאל וועט זאגן...
מלכי פרעגט: נו אדרבה לאמיר גיין צו א פראפעסיאנאל, לאמיר קומען צום טיש.למעשה שלעפט מען סתם ארום...דער שווער זאגט אז " ער וועט טראכטען דערפון".
מלכי זאגט, דער אייבערשטער זעהט אלעס און מען דארף געבן דין וחשבון אויף אלעס וואס מען טוט. דער שווער ענטפערט צוריק - מען גיבט דין וחשבון פארן מצער זיין א מאן אויך, פארן אוועקלויפן פון א מאן אויך... פאר צוברעכען א שטיב... . דער שווער איז ממשיך אז ער האלט נישט אז ער אויף וואס צו געבן דין וחשבון, ער ארבעט בלויז 'צוריקצושטעלן' די שטיב, טון ער איז ממשיך אז ער איז גרייט ארויסצוהעלפן מיט אלעס כדי צוריקצושטען די שטיב - אבער נישט דאס צו צוברעכען...