נאכט לאמפ'ס מחשבות - נשמה

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
נאכט לאמפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:08 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

נאכט לאמפ'ס מחשבות - נשמה

שליחה דורך נאכט לאמפ »

איך

בס"ד

טיף אין מיינע מחשבות
באהאלטן גאר שטארק
געפינט זיך אן איך
ער זיצט דארט געפארקט

ווער ער איז
ווייסט נישט קיינער
קוקט ער ארום און -
ווארפט אראפ שטיינער

איך לעכץ
איך קרעכץ
עפעס העכער איך זיך
אבער מיין אונטערשטע שכן -
מיין הארץ
"ווייסט" בעסער פון מיר

איז גייט ער ארום
טשילט אין די נאכט
מאלט וואסער מיט פלייס
ביז די זייגער ווייזט אכט

איך בעט איך וויין
קוק אויף מיין זייט
דערקענסטו מיין עקזיסטענץ,
כאטש אביסל פון די צייט?

טעג גייען אריבער
יארן לויפן פארביי
אויף מיר נישט געבליקט
ניטאמאל געטרייט

דעס איז נישט קיין צוואה
נאר א שטימע געבעט
ווייס אז צוליב מיר נשמה
אלעס געשעהט

ווען דו האסט א מינוט
שטעל אפ דיין וועלט
און מאך דיך וויסענדיג
פון וואס 'מיך' געפעלט

דיין לעבן דא
איז נאר צייטוויליג
'איך' בין אבער א חלק
פון דער וואס לעבט אויף אייביג
רעאגיר