אגודת קדושת ציון
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
אגודת קדושת ציון קומט אויך זאגן אז די גדולי ישראל האבן זיך נישט אקעגען געשטעלט אקעגען די ציונים נאר ווייל זיי זענען געווען פריי, און געוואלט אפשמ'דן כלל ישראל
אבער צי פירן א לאנד ע''פ תורה האבן זיי יא געהאלטן
אבער צי פירן א לאנד ע''פ תורה האבן זיי יא געהאלטן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
זיי שרייבן זיי ווילן א "מדינה ע"פ תורה", און חאמאס וויל שאריא געזעצןעמרם האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 5:06 pm ווי קומט דאס דא אריין ??
אגודת קדושת ציון איז בכלל נישט דא אויפציווייזן פאר סיי ווער אז די אידן זענען גערעכט איבער די אראבער.
זיי זענען דא פאר אידן וואס גלייבן אין די בורא עולם און ווילן טוהן וואס די רבש''ע וויל, מ'דארף זיי נישט אויפווייזן אז ס'איז דא א באשעפער און אז מ'דארף אים פאלגן, נאר זיי ווילן טוהן די רצון ה'.
אויף דעם קומט אגודת קדושת ציון צי ארויפברענגען די ענין און מצוה פון ישוב א''י און א מדינה ע''פ תורה
איך זעה נישט ווי די גאנצע שמועס קומט דא אריין
ביטע נישט ממשיך זיין דא
איר קענט עפענען א אשכול ווער איז גערעכט די אראבער אדער ציונים, אבער דא קומט עס נישט אריין
ש'כח
אויב ווילן זיי נישט ארויפצווינגען גארנישט אויף קיינעם דעמאלטס כל הכבוד
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
לאמיר זאגן אזוי, אויב זאל פאסירן וואס רוב חרד'ישע אידן גלייבן אז עס גייט געשעהן ווען משיח וועט קומען, האב איך נישט קיין שום פראבלעם מיט א מדינה ע"פ תורה, און איך בין בכלל נישט באזארגט פאר די וואוילזיין פון די וועלט. אבער ווילאנג מיר לעבן בהסתרה, איז די איינציגסטע מהלך פאר די וועלט צו לעבן בשלום ובמנוחה אז א רעגירונג זאל זיין פריי פון רעליגיע, רעליגיע זאל זיין א בחירה פאר יעדן איינעם. ווייל אז נישט גייט דאך דער אנדערער (וואס האט די אומריכטיגע רעליגיע) אויך טוהן די זעלבע און טענה'ן אז זיין רעליגיע איז ריכטיגמתתיהו האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 3:54 pm איך הער. סך הכל זענען מיר מחולק אויב ס׳איז דא הוכחות ברורות אויף די אידישע רעליגיע.
לגבי וואס דו שרייבסט וועגן א סתירה מיט בעיסיק מאראל, איז אלס שייך צו זאגן אז צוליב עפעס א גאר וויכטיגע תכלית מעג מען אפילו הארגענען. ווי מ׳זעהט אז יעדער איז מודה אז ס׳איז דא אזא מושג פון קאלעטראל דעמעדזש.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
דאס איז זיכער אמת, די אישו איז נאר אז א לאנד ע"פ תורה איז שוין דא, ווידער א לאנד ע"פ די ארטאדאקסישע אינטערפרעטאציע פון די תורה איז אוממעגליך צו זיין אפילו לשיטת הארטאדאקסיע. א מדינה ע"פ תורה לויט די ארטאדאקסן וואלט געהייסן אז מ'גייט דארפן הארגענען געיס און שבת קאר דרייווערס וואס קען נישט געשעהן אין א ציוויליזירט לאנד ווייל אלע געלונגענע מענטשן וועלן אפפוצן באצייטנס, סיידן אז דו ווילסט פארוואנדלען ארץ ישראל אין נאך א סאמאליע וואו מ'שטארבט יעדן טאג פון מגיפות און הונגער, און אויף דעם זאגט מען דאך זיכער פיקוח נפש דוחה כל התורה כולה...עמרם האט געשריבן: אגודת קדושת ציון קומט אויך זאגן אז די גדולי ישראל האבן זיך נישט אקעגען געשטעלט אקעגען די ציונים נאר ווייל זיי זענען געווען פריי, און געוואלט אפשמ'דן כלל ישראל
אבער צי פירן א לאנד ע''פ תורה האבן זיי יא געהאלטן
און אפילו הלכה'דיג איז אוממעגליך צו אינפארסירן הלכה ווייל וואס וועסטו טוהן צו די שומרונים וואס זענען מקריב קדשים בחוץ? זיי זענען שוין מקריב קרבנות אויף הר גריזים אסאך פאר אונזער תלמוד האט באשלאסן אז קדשים בחוץ איז אן איסור דאורייתא, אויב וועסטו זיי געבן מלקות פאר'ן עובר זיין אויף קדשים בחוץ וועלן זיי דיך גוט אנזעצן די ביינער פאר'ן נישט מקריב זיין קיין קרבן פסח עד שיאמר רוצה אני. אז דו וועסט סוקל זיין א ליטוואק פאר'ן פאררייכענען א ציגארעטל מוצאי שבת בעפאר'ן זמן ר"ת וועט קומען דער קראי און דיך סוקל זיין פאר'ן לאזן דיין פייער אנגעצינדן אום שבת. אז דו גייסט אנפראקן דעם קראי פאר'ן נישט לייגן תפילין וועט קומען דער פאלאש און ענק ביידע אנפראקן פאר'ן מחלל זיין דעם יום טוב שבועות לויט זייער מסורה. איז פארוואס גיין אנדרייען א גאנצע מדינת הלכה וואס די סוף וועט סייווי זיין מכת חרב והרג ואבדן, אלץ שיעבודא דרבי נתן קען מען גראד גיין צום פוינט, זאלן אלע פונדאמענטאליסן זיך צאמנעמען איין טאג און זיך אויסמארדן איינער דעם אנדערן און לאזן כלל ישראל צורוה.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
ס'קען נישט פאסירן, און זיי אליין ווען זיי וואלטן געהאט די שכל צו כאפן צו וואו זיי צילן און די תוצאות פון אזא מהלך וואלטן זיי עס אויך נישט געוואלט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 189
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 4:22 am
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑ א מדינה ע"פ תורה לויט די ארטאדאקסן וואלט געהייסן אז מ'גייט דארפן הארגענען געיס און שבת קאר דרייווערס וואס קען נישט געשעהן אין א ציוויליזירט לאנד ווייל אלע געלונגענע מענטשן וועלן אפפוצן באצייטנס...
און אפילו הלכה'דיג איז אוממעגליך צו אינפארסירן הלכה ווייל וואס וועסטו טוהן צו די שומרונים וואס זענען מקריב קדשים בחוץ? זיי זענען שוין מקריב קרבנות אויף הר גריזים אסאך פאר אונזער תלמוד האט באשלאסן אז קדשים בחוץ איז אן איסור דאורייתא, אויב וועסטו זיי געבן מלקות פאר'ן עובר זיין אויף קדשים בחוץ וועלן זיי דיך גוט אנזעצן די ביינער פאר'ן נישט מקריב זיין קיין קרבן פסח עד שיאמר רוצה אני. אז דו וועסט סוקל זיין א ליטוואק פאר'ן פאררייכענען א ציגארעטל מוצאי שבת בעפאר'ן זמן ר"ת וועט קומען דער קראי און דיך סוקל זיין פאר'ן לאזן דיין פייער אנגעצינדן אום שבת. אז דו גייסט אנפראקן דעם קראי פאר'ן נישט לייגן תפילין וועט קומען דער פאלאש און ענק ביידע אנפראקן פאר'ן מחלל זיין דעם יום טוב שבועות לויט זייער מסורה. איז פארוואס גיין אנדרייען א גאנצע מדינת הלכה וואס די סוף וועט סייווי זיין מכת חרב והרג ואבדן, אלץ שיעבודא דרבי נתן קען מען גראד גיין צום פוינט, זאלן אלע פונדאמענטאליסן זיך צאמנעמען איין טאג און זיך אויסמארדן איינער דעם אנדערן און לאזן כלל ישראל צורוה.
ס'נישט אזוי פשוט, חז"ל האבן מבטל געווען השקאת סוטה סוף בית שני צוליב'ן מצב הדור, סנהדרין האט נישט געזוכט צו הרג'נען יעדן שני וחמישי, מ'דארף עדים והתראה, חקירות ודרישות, א בי"ד וואס הרג'עט איינמאל אין 70 יאר הייסט א (כ'געדענק נישט יעצט די נאמען) ס'בכלל נישט קיין פארגלייך עפ"י תורה צו סאמאליע און טאליבאן... דרכיה דרכי נועם..
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
יעצט טאקע איז נישט מעגליך, די שאלה איז, ווי מ'זעהט אז די חרדים און די אנדערע וואס האלטן תורה ומצוות (אויף די ארטאדאקסישע מהלך) מערן זיך פי כמה ווי די פרייע וכו', אז ס'קען זיין אז איין טאג וועט א גרויסע מערהייט אין מד''י זיין שומרי תורה ומצוות,
אזוי אויך זענען שוין דא היינט אין אלע אפטיילונגען פרומע אידן, אנגעהויבן אין די ממשלה, און אין די מיליטער, אין די שפיטעלער, און אזוי ווייטער,
דהיינו אפילו זאלן די פרייע אפפוצן קענען די פרומע פירן א שטיקל לאנד, ממילא קען זיין אז מיט די יארן וועט נאך עפעס ווערן פון דעם.
איך זאג נאר בדרך אפשר...
(אפילו דא אין נ''י ווי די פרומע אידן זענען אסאך קלענער קעגן די אלגעמיינע באפעלקערונג, האט מען שוין געשריבן אין ק''ש אז איין טאג גייען זיי אלעס איבערנעמען).
אזוי אויך זענען שוין דא היינט אין אלע אפטיילונגען פרומע אידן, אנגעהויבן אין די ממשלה, און אין די מיליטער, אין די שפיטעלער, און אזוי ווייטער,
דהיינו אפילו זאלן די פרייע אפפוצן קענען די פרומע פירן א שטיקל לאנד, ממילא קען זיין אז מיט די יארן וועט נאך עפעס ווערן פון דעם.
איך זאג נאר בדרך אפשר...
(אפילו דא אין נ''י ווי די פרומע אידן זענען אסאך קלענער קעגן די אלגעמיינע באפעלקערונג, האט מען שוין געשריבן אין ק''ש אז איין טאג גייען זיי אלעס איבערנעמען).
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
נו, ווער ווייסט וואס נאך חז"ל וואלטן היינט מבטל געוועהן צוליב'ן מצב הדור? איך האלט אז ווען חז"ל לעבן ווען היינט און פירן מדינת ישראל וואלטן זיי עס געפירט פונקט ווי ס'פירט זיך דורך בנימין נתניהו. אלנספאלס, ס'נישט אזוי פשוט אז ס'נישט אזוי פשוט, סנהדרין דארף נישט זוכן צו הארגענען יעדן שני וחמישי, ס'גענוג איין בית דין זאל איינמאל מקיים זיין מצוות סקילה און ס'וועלן זיך שוין יאווען אזעלכע וואס וועלן פארזיכערן אז די נעקסטע טאג זאלן אלע רבנים זיין טויט. מלקות און מכת מרדות האט מען זיכער קיינמאל נישט מבטל געוועהן און היינטיגע צייטן זענען דא זייער ווייניג אידן, פרומע און פרייע צוגלייך, וואס וועלן דאס צולאזן. אפילו אויב די ארטאדאקסן וועלן זיין די רוב וועלן אבער די קדושת ציון אידן אלץ זיין א פיצינקע קליקע נישט צופיל גרעסער ווי זיי זענען היינט און זיי וועלן קיינמאל נישט האבן מאכט צו קענען עפעס אויספירן.מן הסתם האט געשריבן:ס'נישט אזוי פשוט, חז"ל האבן מבטל געווען השקאת סוטה סוף בית שני צוליב'ן מצב הדור, סנהדרין האט נישט געזוכט צו הרגנע'ן יעדן שני וחמישי, מ'דארף עדים והתראה, חקירות ודרישות, א בי"ד וואס הרגעט איינמאל אין 70 יאר הייסט א (כ'געדענק נישט יעצט די נאמען) ס'בכלל נישט קיין פארגלייך עפ"י תורה צו סאמאליע און טאליבאן... דרכיה דרכי נועם..
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל
Re:
מי אני האט געשריבן: עס דארף צו ווערן גענומען אין אכט, אז דער רמב"ם דא איז מער איבער דאס'ן זיין קעגן בלייבן (בשב ואל תעשה) אין א מקום וואו עס איז דא א גזירת שמד וכדומה על קיום המצוות ווייל מ'פארלאזט זיך אויף ביאת המשיח, ווי איידער זיין פאר'ן משתדל זיין לעלות לא"י (בקום ועשה) להחזיר המצוות התלויות בה.
אייגענס? אדער גענומען פון די מפרשים? אזוינס צופארדרייען קלארע ווערטער פונעם רמב"ם, הפלא ופלא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
ווי גרעסער די חרד'ישע עולם ווערט אלס ברייטער ווערן די גרעניצןעמרם האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:19 pm יעצט טאקע איז נישט מעגליך, די שאלה איז, ווי מ'זעהט אז די חרדים און די אנדערע וואס האלטן תורה ומצוות (אויף די ארטאדאקסישע מהלך) מערן זיך פי כמה ווי די פרייע וכו', אז ס'קען זיין אז איין טאג וועט א גרויסע מערהייט אין מד''י זיין שומרי תורה ומצוות,
אזוי אויך זענען שוין דא היינט אין אלע אפטיילונגען פרומע אידן, אנגעהויבן אין די ממשלה, און אין די מיליטער, אין די שפיטעלער, און אזוי ווייטער,
דהיינו אפילו זאלן די פרייע אפפוצן קענען די פרומע פירן א שטיקל לאנד, ממילא קען זיין אז מיט די יארן וועט נאך עפעס ווערן פון דעם.
איך זאג נאר בדרך אפשר...
(אפילו דא אין נ''י ווי די פרומע אידן זענען אסאך קלענער קעגן די אלגעמיינע באפעלקערונג, האט מען שוין געשריבן אין ק''ש אז איין טאג גייען זיי אלעס איבערנעמען).
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 22, 2023 4:02 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
סעודת הילולא לגה"ק בעל אם הבנים שמחה דורך אגודת קדושת ציון
בהשתתפות הגה"ח ר' יצחק דוד אלתר מגער שליט"א
בהשתתפות הגה"ח ר' יצחק דוד אלתר מגער שליט"א
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 811
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 337 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
האט איינער פון די סאטמארע רבי'ס, וכדומה, שוין אמאל מוחה געווען אדער געהאקט אויף קדושת ציון?
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
זעה איך אז זיי האבן ארויפגעלייגט אויף יוטיוב אפאר דרשות פונעם יארצייט סעודה, אריינגערעכנט דעם דרשה פון הרב טייכטאל'ס אייניקל ברייער, ווי אויך האבן זיי ארויפגעלייגט ר' משה בראנדסדארפער'ס דרשה פונעם יארצייט סעודה תשפ"ב. https://www.youtube.com/@K-TZ/videos
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
דאס איז שוין א חידוש פאר מיך. ר' משה בראנדסדארפער דיין אין תולדות אברהם יצחק זאל רעדן דארט.ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 9:01 pmזעה איך אז זיי האבן ארויפגעלייגט אויף יוטיוב אפאר דרשות פונעם יארצייט סעודה, אריינגערעכנט דעם דרשה פון הרב טייכטאל'ס אייניקל ברייער, ווי אויך האבן זיי ארויפגעלייגט ר' משה בראנדסדארפער'ס דרשה פונעם יארצייט סעודה תשפ"ב. https://www.youtube.com/@K-TZ/videos
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 173
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 28, 2022 11:12 pm
- געפינט זיך: ברעזוב
- האט שוין געלייקט: 174 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 195 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
כ’פארשטיי נישט זייער ציל... זיי ווילן אויפשטעלן אין 2024 א לאנד וואס:
גייט האקן קעפ פאר געי חברה...
גייט אראפשטופן פון דעכער פאר איינער וואס האט געטראגן שבת..
וועלעכע מדינה גייט זיי שטיצן? זיי גייען אויסקוקן פונקט ווי אייסיס אדער נאך ערגער...
גייט האקן קעפ פאר געי חברה...
גייט אראפשטופן פון דעכער פאר איינער וואס האט געטראגן שבת..
וועלעכע מדינה גייט זיי שטיצן? זיי גייען אויסקוקן פונקט ווי אייסיס אדער נאך ערגער...
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 780
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
- האט שוין געלייקט: 328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 32
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 22, 2023 4:02 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 270
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל
Re: אגודת קדושת ציון
קודם כל, להוי ידוע רבי משה בראנסדארפער איז א אייניקל, צווייטענס, אפילו ער וואלט נישט געווען א אייניקל, וואלט ער אןיך פיין אריינגעפאסט דארטן, ער איז היבש קיהל, מיט ליבעראלע אנשויאינגןברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 04, 2024 9:01 pmזעה איך אז זיי האבן ארויפגעלייגט אויף יוטיוב אפאר דרשות פונעם יארצייט סעודה, אריינגערעכנט דעם דרשה פון הרב טייכטאל'ס אייניקל ברייער, ווי אויך האבן זיי ארויפגעלייגט ר' משה בראנדסדארפער'ס דרשה פונעם יארצייט סעודה תשפ"ב. https://www.youtube.com/@K-TZ/videos