אונטער די געזעצן פון פיזיקס וואס רעגירן אויפן וועלט (לויט געוויסע קאנספיראטיקעס, זענען זיי גאר די וואס קאנטראלירן אלעס) וועט יעדער זאך פארבלייבן אזוי ווי עס איז, ביז איינער אדער עפעס, וועט עס קומען און טוישן מיט כוח. אן אלטע טיש וועט בלייבן אין קעלער, די שמוץ וועלן בלייבן ליגן אויפן ערד, די באנק קאונטע וועט בלייבן לער א.א.וו… ביז עס וועט קומען א כוח וואס וועט ארויף צווינגען דערויף א טויש אין זיין צושטאנד אדער פאזיציע.
מאנכע ווילן זאגן אז דאס איז דער ברוטאלסטע געזעץ אין דער קאנסטיטוציע פון די פאראייניגטע רעגירונג פון אלוועטליכע סייענטיפישע קערפערשאפטן, - פ.ר.א.ס.ק און קורץ. אבער אנדערע צייגן אן אויף גראוויטאציע אלס א בעסערע קאנדידאט, אנווייזענדיג אז 99 פראצענט צעבראכענע שטובער וואלטן געקענט פארמיטן ווערן ווען נישט דעם געזעץ…
אלפאנס, צוליב דעם וואס גארנישט פאסירט נישט ארויס פון דער בלוי, אדער ווי מען זאגט אויף ענגליש ״פון זיך אליין״, מוזן מיר שטענדיג ארבעטן און זיין אקטיוו כדי צו טוהן וואס וואלט נישט געשען אן אונז. אבער אזוי ווי דער געזעץ אליין לויטעט דאך אז גארנישט רוקט זיך סתם אזוי און מיר מענטשן זענען בעל כרחינו אונטערגעווארפן אונטער איהם, וועלן מיר אליין זיך אויך נישט האלטן ביים רוקן אדער טוישן פאזיציע, ביז עפעס געשעט. אזוי קומט אויס אז יעדער זוצט און ווארט אז עפעס זאל געשען און ווי לאנג דער עפעס איז נאך נישט געשען, וועלן מיר אלע זינקען אינעם פאטעל און קלאצן אינעם הוילן חלל אריין.
אזוי ווי דער וועלט איז דאך באשאפן געווארן לשבת און נישט לתוהו, קען דאך נישט זיין אז אלע זאלן איינפאך זינקען אין די פאטעלן און ווארטן ביז מיר גייען אויס, ווייל דאן וועט דאך דער קומענדיגן דור נישט קענען מקיים זיין דעם ״לשבת״, דעריבער איז פארהאן א מעכאניזם אין דער מענטשהייט וואס פאראורזאכט אז עס זאלן שטענדיג זיין ״נחשונים״ אויפן וועלט וואס זייערע אויפגאבע וועט זיין צו געבן דעם ערשטן שטופ יעדס מאל עס פעלט אויס.
דער ראטע פון נחשונים לויט די לעצטיגע שאצונגען, שטייט אומגעפער ביי 0.000166, דאס הייסט אז פאר יעדער זעקס הונדערט טויזנט מענטשן איז דא איין נחשון. דאס שטומט אומגלויבליך מיטן חשבון אז עס איז געווען איין נחשון ביים ים סוף.
די נחשונים זענען די וואס הייבן אייביג אן נייע זאכן, זיי האבן דאס אין זייערע בלוט. אפגעזען צו עס פעלט אויס אדער נישט וועלן זיי שטענדיג עפענען נייע געגענטע, בויען נייע געביידעס, זוכן נייע געדאנקען, דרוקן נייע ספרים, קויפן נייע סטיילס, זאגן נייע מיינונגען און דער ליסטע ענדיגט זיך נישט. די נחשונים לעבן אין א ריזיקע פון ווערן אוועקגעשטופט אדער אפילו פיזיש אטאקירט און אין געוויסע פעלער ווערן אינגאנצן ארויסגעשפיגן פונעם געמיינדע און דאס איז טאקע דער סיבה צו דעם אז אזא קליינע פראצענט פונעם וועלטס באפעלקערונג באשטייט פון נחשונים. זייער אסאך נחשונים ווערן אין פאקט פארשוועמט פון די וואלן נאך איידער דער ים שפאלט זיך, טאמער עס וועט זיך בכלל שפאלטן. און אונטער יעדער נחשון וואס שפאלט דעם ים, זענען פארהאן אין דורכשניט, נישט ווייניגער ווי טויזנט נחשונים וואס דער וואסער פארדעקט זיי.
דאן זענען פארהאן די פונקט פארקערטע סארטן, די דתן-און-אבירומים. דאס זענען די וואס בלייבן זוצן אויפן פאטעל אדער פאדעלאגע געוואנדן וועלכע איז מער באקוועם, ביז דער ים איז הונדערט פראצענט טרוקן און אויסגעפלאסטעט. זיי נעמען נישט דער מינדערסטע ריזיקע אדער מוה צו טוהן עפעס אין לעבן וואס האט א חשש פון אומאויספעלבאר, די איינציגסטע טייל פון זייער קערפער וואס איז שטענדיג אקטיוו איז די זוץ פלייש, אויסער זיי רורט זיך נישט קיין גליד. זיי לאזן די נחשונים נעמען די ריזיקעס און דאן ווארטן זיי פאר דעם המון עם נאכצופאלגן און ערשט דאן, ווען אלעס איז הונדערט און צוויי פראצענט גרייט און קיין שום ריזיקע איז נישט פארבונדן מיטן אקט, קומען זיי ארויס פון זייער קאמפערט זאון און רוקן זיך אן.
געוויסע אנטראפאלאגן האבן לעצטנס ארויסגעוויזן גרויס זארג איבער דער צוקונפט פון דער מענטשהייט וואס בעדרויעט, לויט זיי, צו ברענגען דער ענדע נאך פיל שנעלער ווי קלימאטן טויש. דאס איז אז אזוי ווי די נחשונים טוען כסדר נעמען אויף זיך גרויסע ריזיקעס, טוהט זייערע ראטע, אלס רעזולטאט, שטענדיג פאלן. אבער פון דער אנדערע זייט די דתן-און-אבירומים וואס נעמען קיינמאל נישט קיין ריזיקע אויף זיך, זייערע ראטעס הייבן זיך אין די מיליאנען און עווענטועל וועט דער נחשונים צו דתן-און-אבירומים ראטע, זיין צו נידעריג אז מענטשהייט זאל קענען איבערלעבן אויפן פלאנעט. אנדערע ווילן טענ׳ען אז דאס זענען הוילע זארגן ווייל נאטירליכערהייט איז פארהאן א סיסטעם וואס שלינגט איין די דתן-און-אבירומים יעדער שטוק צייט און צייגן אן אויף די וועג וויאזוי דתן און אבירם זענען פארשלינגען געווארן אינעם מדבר.
נחשונים קעגן דתן-און-אבירומים
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: נחשונים קעגן דתן-און-אבירומים
זייער גוט! כ'האב מיך געהאלטן ביי די זייטן. כמדומני אז די פוילסטע דתן ואבירםס זיצן אויף די פאדלאגע דוקא אזוי אז אז ווען די בריאה געשעהט זאלן זיי אפי' נישט דארפן וועיסטן ענערגיע אראפצוקומען פון בענקל כדי זיך אריינצוגליטשן אין לאך.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: נחשונים קעגן דתן-און-אבירומים
דיכטער דו ביסט נעקסט לעוועל...
געוואלדיג, געוואלדיג!!
געוואלדיג, געוואלדיג!!
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 282
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 208 מאל
Re: נחשונים קעגן דתן-און-אבירומים
ביים דריטן פאראגראף האב איך נאכאמאל אנגעהויבן פון אנהייב, און דעמאלטס האט זיך מיין מח אריענטירט און אנגעפאנגען פראסעסן די ארטיקל.
גוט איז גוט, נישטא וואס צו רעדן.
גוט איז גוט, נישטא וואס צו רעדן.