איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אוקי, כ'מיין נישט צו זיי זענען בני אברהם יצחק ויעקב, כ'מיין צו זיי זענען א חלק פון די גרופע וואס פאררופט זיך אידן.
אונז שטיי מיר קרוב צו זעקס חדשים נאך די ביטירע אומגליק וואס האט באטראפן אונזער פאלק ביום שמחת תורה תשפ''ד, כלל ישראל'ס הארץ איז צופיצלט אויף טויזענט, און מ'צאפלט אויף די גורל פון די משכונות.
פון א צעטיילטע מדינה וואס וויל נישט אנקוקן די אנדערע זייט, פון טעלעוויזיע סטודיאו'ס וואס שפריצן שנאה פון איין פאליטישע לאגער אויפן צווייטען, האבן זיך אידן אנקעגן געקומען איינער דעם צווייטען, און צוזאמען ארויסגעגאנגען מלחמה האלטן קעגן דעם שונא. די נאכפראגע פאר תפילין, פאר אידישקייט, פאר אחדות, פאר געזאנג פון אמונה, האפענונג, און שטאלצקייט צו זיין א איד, און צו זאכן וואס סימבאלירן אידישקייט, ווערט נאר גרעסער.
אין יעדע שטאט ווי עס זענען נאר פארהאן אידן, איז דא צוזאמקונפן פון אחדות און תפילה פאר די צוריקקער בשלום פאר די חיילים, און פאר די פארכאפטע. עס ליגט נאך אין די ביינער די גרעסטע אידישע ראלי וואס איז געווען אפאר חדשים צוריק אין וואשינגטאן, וואס לכאורה זינט מעמד הר סיני איז נישט געווען נאך אזא גרויסע ציבור אידן אויף איין פלאץ. יעדער האט געלייגט זיינע רעגליעזע און פאליטישע אנשויאנגען אין א זייט, און געקומען מיטקרעכצן און מיטוויינען וואס איז געשען צו אונזער פאלק, און זיך צוזאמען מחזק געווען מיט האפענונג.
אפילו ביי חרדי'שע אידן, גייט נישט דורך קיין דינער ווי מ'זאגט נישט קיין קאפיטל תהלים פאר אחינו בני ישראל, נישט קיין חופה וואס מ'זינגט נישט קיין ניגוני התעוררת והתחזקות, און ביי פילע חתונות זעט זיך אן א טיש אנגעגרייט מיט נעמען און בילדער פון די פארכאפטע, צו סימבאליזירין ווי אונז גארן זיי צו טרעפן געזונטערהייט.
ס'קומט אבער צו סאטמער, איז אן אנדערע מעשה. די גאנצע ענערגיע גייט בכלל נישט פאר אחבנ''י אין א''י, אלעס גייט אן ווי נארמאל, אז מ'הערט שוין יא עפעס, איז עס נאר אז מ'זאל זען נישט 'פארכאפט' צו ווערן אין די 'קליפת הציונת' (?).

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
סאטמאר איז גאנץ ברייט זיך אויסגעדריקט, היינט איז שוין דא סאטמערע ציונים אויכט (למשל בערל על עגלה וואז איז א אהרוני מיט א ציוני) אבער בכלל נישט איעדע סאטמערער איז אזוי גלייכגילטיג.
איך וואלט באטיטעלט דעי גרופע וואס די רעדסט פון, אלץ בשרירות ליבי אלך, ווייל אפילו סאטמער רב (א.ק.א. רביה״ק השני) האט אויכט פארלאזט טרערן ווען ער האט געהערט אז חיילים זענען גע׳הרגט געווארען, די חברה וואס די רעדסט זענען סתם קאלטע באקעס וואס האלטן ביי גארנישט און הענגן זיך אן אין סאטמער׳ער רב.
ביטע נישט באשמוצען גאנץ סאטמאר צוליב זיי.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
סאטמער איז א חלק פון די חרדים וואס זענען א חלק פון א כלל. זייער אייגענע כלל. נישט פון ישראל. אפשר כלל יעקב.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
קהל'ס נער: דיין אפשאצונג איז ריכטיג. נאר פארוואס עפעס סאטמאר'ע רבי השני? ר' יואל טייטלבוים איז טאקע געקומען קיין סאטמאר וואו ס'איז שוין געווען דארט א רב. א מרא דאתרא ר' יהודה גרינוואלד.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:34 am סאטמאר איז גאנץ ברייט זיך אויסגעדריקט, היינט איז שוין דא סאטמערע ציונים אויכט (למשל בערל על עגלה וואז איז א אהרוני מיט א ציוני) אבער בכלל נישט איעדע סאטמערער איז אזוי גלייכגילטיג.
איך וואלט באטיטעלט דעי גרופע וואס די רעדסט פון, אלץ בשרירות ליבי אלך, ווייל אפילו סאטמער רב (א.ק.א. רביה״ק השני) האט אויכט פארלאזט טרערן ווען ער האט געהערט אז חיילים זענען גע׳הרגט געווארען, די חברה וואס די רעדסט זענען סתם קאלטע באקעס וואס האלטן ביי גארנישט און הענגן זיך או אין סאטמער׳ער רב.
ביטע נישט באשמוצען גאנץ סאטמאר צוליב זיי.
נאר ער האט אויפגעמאכט זיין אייגן ביהמ"ד מיט זיינע חסידים. און א ישיבה מיט זיינע תלמידים. ער איז געווען דער ערשטער סאטמאר'ער רב פון די סיגוט'ער גזע. זיין טאטע און זיידע זענען געווען רבנים אין די שטאט סיגוט. זיי האבן מיט סאטמאר גארנישט געהאט.
דער צווייטער סאטמאר'ע רבי איז געווען א נעפיו פון ר' יואל. און זיין טאטע איז געווען דער בעל עצי חיים. רב אין סיגוט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
די סאטמארע כאפן נישט איין זאך , ווען סאטמאר רב לעבט ווען היינט וואלט ציונות בכלל נישט געווען זיין דאגה ער וואלט געהאט סך בעסערע נסיונות הדור
פונקט ווי קיין איין רב שטעלט זיך נישט אויף היינט מיט די אלטע איסורים , קיין איין רב וועט זיך נישט אויפשטעלן און זאגן מען טאר נישט קיקן ווידאוי און אזוי ווייטער . די זעלבע זאך מיט דעם

מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
אדער יא אדער נישטשפילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:13 am די סאטמארע כאפן נישט איין זאך , ווען סאטמאר רב לעבט ווען היינט וואלט ציונות בכלל נישט געווען זיין דאגה ער וואלט געהאט סך בעסערע נסיונות הדור
פונקט ווי קיין איין רב שטעלט זיך נישט אויף היינט מיט די אלטע איסורים , קיין איין רב וועט זיך נישט אויפשטעלן און זאגן מען טאר נישט קיקן ווידאוי און אזוי ווייטער . די זעלבע זאך מיט דעם
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 808
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
- געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
- האט שוין געלייקט: 448 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
סא מטאר נישט מתפלל זיין זיי זאלן ניצול ווערן פון די אראבערס ?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:58 am ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
דער ערשטער רביה״ק איז געוועהן דער בעל המשניות, דער דריטער רביה״ק איז דער לץ הידוע וואס האט זיך לעצטנס ריברענדעד, און סאטמער רב איז רביה״ק השני.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:05 amקהל'ס נער: דיין אפשאצונג איז ריכטיג. נאר פארוואס עפעס סאטמאר'ע רבי השני? ר' יואל טייטלבוים איז טאקע געקומען קיין סאטמאר וואו ס'איז שוין געווען דארט א רב. א מרא דאתרא ר' יהודה גרינוואלד.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:34 am סאטמאר איז גאנץ ברייט זיך אויסגעדריקט, היינט איז שוין דא סאטמערע ציונים אויכט (למשל בערל על עגלה וואז איז א אהרוני מיט א ציוני) אבער בכלל נישט איעדע סאטמערער איז אזוי גלייכגילטיג.
איך וואלט באטיטעלט דעי גרופע וואס די רעדסט פון, אלץ בשרירות ליבי אלך, ווייל אפילו סאטמער רב (א.ק.א. רביה״ק השני) האט אויכט פארלאזט טרערן ווען ער האט געהערט אז חיילים זענען גע׳הרגט געווארען, די חברה וואס די רעדסט זענען סתם קאלטע באקעס וואס האלטן ביי גארנישט און הענגן זיך או אין סאטמער׳ער רב.
ביטע נישט באשמוצען גאנץ סאטמאר צוליב זיי.
נאר ער האט אויפגעמאכט זיין אייגן ביהמ"ד מיט זיינע חסידים. און א ישיבה מיט זיינע תלמידים. ער איז געווען דער ערשטער סאטמאר'ער רב פון די סיגוט'ער גזע. זיין טאטע און זיידע זענען געווען רבנים אין די שטאט סיגוט. זיי האבן מיט סאטמאר גארנישט געהאט.
דער צווייטער סאטמאר'ע רבי איז געווען א נעפיו פון ר' יואל. און זיין טאטע איז געווען דער בעל עצי חיים. רב אין סיגוט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
זיי זענען א טייל פון כלל ישראל. צי זיי ווילן יא אדער נישט. דער זעלבער גורל וואס האט באטראפן און באטרעפט אלע אידן וועט זיי אויך באטרעפן. הלואי זאללן זיי דאס שוין אנהייבן צו פארשטיין
פון די אנדערע בהמות און בייזוויליגע רשעים וועלכע זענען נאך מיט א פאר מיליאן פוינטס אראפציר (אין שכל) די נטורי קרתא רעדט מען דאך נישט. ווען זיי וועלן איינמאל כאפן א פאר געזינטע קלעפ פון זייערע פרענדס די אנטיסעמיטן וועללן זיי זיך (אפשר) אויפוועקן.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
קהל'ס נער: אנטשולדיגט: כ'האב פארגעסן פון דעם עכטן, ערשטן רביה"ק.
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:58 am קהל'ס נער: אנטשולדיגט: כ'האב פארגעסן פון דעם עכטן, ערשטן רביה"ק.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p2002817
טיילונג איצט!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
'סיגעיט' נישט סיגוט.
Sea gate האט גארנישט מיט סיגוט. מ'זעט אז דו ביזט א חלק פון כלל ישראל, נישט א סאטמארער...

איך רעד צום וואנט קוקט אויס
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
כ'האב לעצטנס געליינט א גליון פון א דרינגענדע כנס וואס די עדה החרדית אדער סאטמאר האט אפגעהאלטן בערך א חודש נאך די 7' אקטאבער אטאקע צו מעורר זיין איבער די ניסיון פון ציונות וואס איז ליידער פארשטערקערט געווארן צוליב די מלחמה.
אין איינער פון די רעדעס האט איינער געזאגט דארט אז ערליכע אידן האבן געמישטע געפילן אין ליכט פון די געשעאינשן "פון איין זייט איז דא א שמחה אז די גאווה פון די ציונים האט געפלאצט און יעדער האט געזען זייער שוואכקייט, פון דער אנדערע זייט איז דא א שווערע סכנה אז דאס זאל מעורר זיין "הסתה" (כך במקור) לטובת די ציונים מצד היימישע אידן".
אַן אנדערע רעדנער האט געברויזט אויף דעם וואס מ'שיקט עסן פאר די מיליטער אין עטליכע האבן ממש גרעש'ט איבער די פרצה וואס אידן שיקן ציצית און תפילין פאר חיילים וואס דאס אלעס איז דאך בייזוויליגע פראוון מצד די ציונים אויסצונוצן די געלעגנהייט אריינצונארן דאס יהדות הנאמנה אין מיליטער.
כ'וייס נישט צו זיי זענען א חלק פון כלל ישראל אבער איך האב מיט אזעלכע חברה, אידן צו גויים, גארנישט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
זיכער אזוי: ווייסטו דעם נישט אז די ציונים זענע די סיטרא אחרא און די אראבערס זענען פון די סיטרא דקדושה...לאל.מילך טראק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 11:42 amסא מטאר נישט מתפלל זיין זיי זאלן ניצול ווערן פון די אראבערס ?berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 07, 2024 10:58 am ווייל צה"ל איז טמא אין סאטמאר. אלע פראקציעס. אהרונים. זאלונים. בני יואל. מענדעליסטן (פיוטשער סאטמאר'ע רבי).
אונז זעמיר טאקע מתפלל אז די אייבישטער זאל העלפן אז די סיטרא אחרא זאל זיך גובר זיין. אבי אידן בלייבן לעבן.
- צקון לחש
- ידיד ותיק
- הודעות: 682
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
דא האב איך געשריבן מיינע געפילען איבער די שטילשווייגעניש אינעם חרדישען קאמיוניטי.
עס איז נישט דווקא אין סאטמאר, נאר אינעם אלטרא חרד'ישע קאמיוניטי בכלל. אזוי ווי איר קענט זעהן אין מיין ארטיקל האב איך דערמאנט סאטמאר, ווייל איך האב נישט קיין שייכות צו סאטמאר. און מיינע ווערטער זענען זיך מתייחס צו די מצב אין חרד'ישע געזעלשאפט באופן כללי.
ווי ווייט איך האב געקענט זעהן, איז אין די אלגעמיינע ארטאדאקסישע וועלט יא דא א שטארקע awareness און קשר צו די מצב. אין פילע בתי מדרשים ענדיגט מען נאך יעדע תפילה מיט א שיר המעלות, און אין געוויסע מיט אחינו כל בית ישראל. אבער אין די חסידישע בתי מדרשים קען זיך דאכטן אז גארנישט גייט פאר.

There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
איינער האט מיר דאס געשיקט
קוקט אויב איר קענט אויפכאפן א חילוק...
דאס זענען מאמענט הויפט זייטען פון די תקופה נאך שמיני עצרת:
(אוודאי איז דאס נאר איין אויסגאבע, און עס איז מעגליך אז דאס זאגט נישט גארנישט אויף די אנדערע היימישע אויסגאבע'ס, אבער דאך גיבט דאס א שטיקל בליק...). וואס האלט דער עולם?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום פונדאַמענטאַל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
און דאס זענען די הויפט זייטען פון Mishpacha פון די תקופה נאך שמיני עצרת
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 17, 2016 3:45 pm
- האט שוין געלייקט: 465 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 327 מאל
Re: איז סאטמער א חלק פון כלל ישראל?
יעצט ברענג מיר דער איד'ס הויפט זייטן מיט די נ.י. פאוסט הויפט זייטן כ'וויל זיי קאמפערן.. כ'מיין סיריעסלי??
איך רעד צום וואנט קוקט אויס