אזוי ווי זיין מנהג ברענגט ער "ראיות" מיטן חשבון אז מען גייט אים נישט נאכקוקן דערויף.קאסא גראנדע האט געשריבן:דא https://drive.google.com/drive/folders/ ... sp=sharing קען די עולם הערן די רעקארדירונג פון די גענעראל פארזאמלונג ווי דאס גאנצע שטעיטל האט זיך צוזאמגענומען אפילו די דריי אידן מצד שכנגד. און יעדער האט געהאט דעם זכות הדיבור ווילאנג ער האט געוואלט ווי מען קען הערן וואו די צד נגד הקהלה טרעטן אויף מיט דרשות. מען האט אפילו געהאט א לייוו האקופ פון מענדיל גאלדבערגער פון ניו יארק. און דא קען מען הערן וויאזוי דער עולם מאכט אפ די רעגולאציעס פון די וואלן וכדו'
סאו דא איז באווייז אויף די וועד'ס עקזיסטענץ. און נישט ווי ק.ג. תושב שרייבט. נאר דער עולם וויל עס ענדליך זענען דא נארמאלע מענטשן וואס ווילן א נארמאלע קהלה וואס איז נישט קראפטירט און נישט ווען מען מאלט אראפ מענטש/ן אלץ נארסיסט/ן ווערט/ן זיי דאס וואס יענער האט געשריבן
ביטע נישט סתם האקן איןקאפ אז די וואלן זענען געווען קאראפטעט נאר ביטע ברענגט א באווייז (אפילו א שוואכע אבער נישט א ליצנות'דיגע)
אדרבה הערטס אויס די רעקארדירינג וועטס עטס זעהן אז עס פעלט שטיקליך איינער באצוהט זיך דארט צו ווערטער וואס יחזקאל האט געזאגט וואס פארשטייט זיך אז דאס האט ער נישט ארויפגעלייגט. חוץ מזה קענט עטץ זעהן וויאזוי אלע וואס רעדן לצידו האט ער זיכער געמאכט מען זאל הערן קלאר משא”כ די וואס זאגען א אנדערע דעה חוץ מזה וואס ביי די עצם אסיפה שרייט מען אריין און מען לאזט נישט קומען צום ווארט דער וואס זאגט עפעס אנדערש זיכער מאכענדיג די צווייטע זייט זאל נישט קענען ארויס ברענגען זייערע טענות, איז די ביסל וואס איז יא דא איז זיכער געמאכט אז אויף די רעקארדינג זאל מען עס נישט הערן קלאר עס זאל ווערן שטיל יעדע פאר מינוט