עמרם האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 05, 2024 5:06 pm
לויט ווי ווייט איך ווייס האבן זיך די רדיפות אנגעהויבן ערשט נאך די פטירה פון זיין טאטען, בחייו פון זיין הייליגע ברודער ז''ל
יא! זיי זענען באגאנגען א גרויסע עוולה מיט'ן מצער זיין רב''צ ומשפחתו,
אבער ווען רב''צ וואלט זיך ווען אביסל מער מבטל געווען צו זיין ברודער (נישט אז ער האט געדארפט) וואלט ער נישט געהאט א פאליטישע קעגנער, און ס'וואלט נישט געווען נאכאיינער וואס ניצט די באבובע נאמען
למעשה האט זיין עלטערע ברודער (מיט בערך 20 יאר) געהאט הייסע חסידים (איך זאג נישט וויפיל, אבער געבאט האט ער) און ס'האט זיי נישט אזוי געשמעקט אז רב''צ איז זיך נישט אונגאנצן מבטל (איבער דעם האט מען אים אויך גערודפט, הגם ער איז נישט געווען מחויב פאר קיינעם)
און זיי זענען געגאנגען צו די צד שכנגד
אזוי פיל איז קלאר, אז ער וואלט געקענט האבן אלעס, קיינער וואלט נישט גע'חלומ'ט פון אוועק גיין, ווען ער איז זיך ווען מער מבטל
נאר די סיבה איז פשוט, ער האט פשוט נישט געוויסט ווילאנג ס'וועט נעמען (און ווען ס'נעמט ווען לענגער, וואלטן זיי אים געווארפן צו די רוחות)
....
עפנטליך, אפשר. אינדערהיים איז געווען היבש געשפאנט. פון רביצין העסא לבית דעעש וועלכע האט געטרונקען איר שוועגערינס בלוט און זיכער געמאכט איר צו דערמאנען אז זי קומט נישט פון רבי'שע בלוט און איז א זיוו"ש, ביז היבשע רייבערייען צווישן די נאנטע פון מהרנ"צ און ר' שלמה'לעס נאנטע. פאר א סיבה האט ר' שלמה'לע נישט געלאזט קיין צוואה, כאטש ער איז געווען אן אויסגערעכנטער מענטש און האט גאר גוט געוואוסט אז עס גייט זיין א פייט - אויב מהרנ"צ ווערט נישט געזונט באופן נס, אזויווי עס איז טאקע געווען.
די גאס ווייסט אז מהרנ"צ האט זיך צעריסן פאר באבוב מיט חובות, אבער די גאס ווייסט נישט אז מהרב"צ האט עס שיינערהייט איבערגענומען און איז געפארן א וועלט צו דעקן די חובות אז עס זאל נישט באנקראטירן. די גאס ווייסט אויך נישט אז די ערשטע עכטע שפאלט מיט משפחת פרישוואסער איז געווען ווען זיי האבן אים געגעבן דאן אין יענע תקופה א שפאטישע נדבה לפי ערך.
די גאס ווייסט אויך נישט אז ווען מהרב"צ האט חתונה געמאכט בחיי אחיו האט מען געמאכט אש און פארעך פון זיינע שמחות, סתם טרונקענדיג זיין בלוט פאר זיין איינציגן חטא אז ער האט זיך ניש מכניע געווען פארן ברודער (געדענקט אז ער האט גארנישט געטוהן שלעכטס, ער האט קיין פיפס נישט גערעדט און האט נישט געטוהן קיין שום פעולה בקום ועשה וואס זאל אפילו זיין א פחיתות הכבוד פאר זיין ברודער. ביי זיינע שיעורים אין ישיבה האט מען אריינגעשפריצט און איבערגעדרייט, און נאך און נאך. און ווי כ'האב געזאגט, ס'איז דא פראף אז מהרמ"ד האט עס מיטגעהאלטן בשתיקה כהודאה מיט א שמוץ אריבער.
נאך א וויכטיגע פוינט... גאנץ ווינטער תשס"ה איז געווען פארהאנדלונגען צווישן ביידע זייטן, יעדער האט געוואוסט אז עס קומט א ספליט, און מ'האט אפיציעל פארהאנדלט. פאר סאם אדד ריזן, און מסתמא צוליב דעם וואס מען האט מורא געהאט פון די גאפלעך טעראריסטן מצד רמ"ד, איז נישט געווען עווידענט אז מהרב"צ האט א שטארקע שאנס. י"ג אדר ב' איז געווען הריגות אין ביהמ"ד, קיינער האט אפילו דאן נאכנישט געוואוסט וויאזוי עס גייט זיך אויסלאזן. למעשה האבן אברהם אהרן מיט אהרן בנציון בייגעל באוויזן דעם קונץ און עס איז געלונגען פאר מהרב"צ צו פארכאפן אלעס. וואס האט ער געטוהן אז זיין נעפיו איז אוועקגעגאנגען?! גארנישט... נישט געווען קיין שום מערכות, נאדא.
קומט אן דער נעפיו, דער וואס האט אים געטרונקען דאס בלוט און גע'רודפ'ט, און רופט אים אין קאורט, מיט א פארלאנג אז ער ער דארף אלעסססס, ער וויל רב"צ זאל זיך נישט טארן רופן באבוב, זאל אויפגעבן די בנינים, געלט - אלעס אלעס. דאס האט אריינגעצויגן אין א בלוטיגע מלחמה, האט אויפגעשפילט די מערכה וואס איז געווען פויליש פארווע קאלטע קריג, און האט געטרונקען מיליאנען פון צד מהרב"צ ביי די דין תורה הידוע לשמצה.
לאמיר נישט פארגעסן, דער זעלבער נעפיו האט אונטערגעשריבן (נאכן ווערן געצווינגען פון קאורט בחרפה) שטרי בירורין אז ער וויל זיין פעטער זאל זיך נישט טארן רופן באבוב, אבער ווען בי"ד פסקנ'ט אז ער טאר זיך נישט רופן באבוב, דעמאלטס מוז ער עכט נישט פאלגן נאר "ער וועט עס טוהן למען השלום והמבין יבין".
גייט דער פעטער, און ער איז מודיע פאר די קאזינס, נכדי הקדו"צ וואס האבן אלע יארן געזוכט צו קריגן כבוד אין באבוב, אהובי וידידי, מיין נעפיו רופט מיר אין קאורט / בי"ד, און ער לאזט מיר נישט רופן זיך באבוב, עס טוט מיר וויי, און אויב גייסטו צו אים פליז קום נישט צו מיר. און אויפאמאל ווערט ער דער שייגעץ און מושחת במדות...
זיין קאזין ר' יעקב יוסף הלברשטאם האט פארשטאנען אז אין מאנסי טאר נישט ר' אברהם הערש וואזנער ווערן סאטמארער רב, און האט אים געקענט פראבירן צו באשמיצן, ווייל זיין בן יחיד דארף זיין דער אויסלוסליכער רב אין מאנסי. אבער ער פארשטייט נישט פארוואס זיין קאזין מהרב"צ ווערט ברוגז ווען זיין נעפיו רופט אים אין קאורט צוצונעמען דעם נאמען באבוב...
ס"ה, יעדער רבי'ש קינד, און יעדער גאליציאנער, און זיכער אזוי יעדער רביש'ער גאליציאנער, ווערט ווי אן אקס ווען ער זעהט רויט די מינוט וואס איינער וויל עם צורירן זיין כסא מלוכה. עס איז נישט געווען קיין האר אויפשטעלנדע רשעות מצד מהרב"צ.
כ'קום צוריק צו מיין עיקר פוינט, די מעשיות זענען גלוי וידוע פאר יעדעם וואס האט זיך געדרייט אין באבוב יענע יארן, און קיינער לייקנט עס נישט. סאמהאו האבן אנשי מהרמ"ד מצליח געווען זיך צו פארטרעיען אלס אנשי שלום ואמת, אבער אפילו הכי האט צד מהרב"צ נישט ארויסגעלייגט די סחורה אויפן גאס, כאטש עס וואלט קלאר געטוישט דעם נערעטיוו און דעת הקהל. פארוואס?! - מיין אלא מאי איז, אז באמת זענען זיי נישט אזוינע מושחתים במדות, און ס"ה ווילן זיי אפהאקן מיט יעדן וואס האט זיי פראבירט צו אונטערהאקן בעפאר. גייט עס מיט אן עקסטרעם, אויף א משוגע'נעם וועג?! זיכער אז יא, און די באבוב'ע געקעסטלטקייט האט זיי בכלל נישט איבערגעלאזט... אבער כ'וויין נישט פון די רשעות וואס זיי טוהן כלומר'שט פאר אנשי מהרמ"ד.
---
די מעשה וואס מ'רעדט דא פון די סקול איז פשוט, מהרב"צ האט איר קלארגעשטעלט אז ער דארף א שולע, זי קען בלייבן מיט וואס זי וויל, אבער אין דעם פאל האלט ער עס מער נישט אויס, און האט פארשטייט זיך מרמז געווען אז איין טאג עפנט ער אליין. קיינער וואלט נישט געהאלטן אז מהרב"צ מוז לאזן זיינע טעכטער און אייניקלעך - און חסידימ'ס קינדער - גיין אין א שולע וואס וויל נישט מקבל מרות זיין פון אים ווייל זיין נעפיו רופט אין קאורט און מ'מוז זיין בשלום מיט די נעפיו. און זיכער וואלט קיינער נישט געהאלטן אז ער מוז פאנדרעיזן פאר זיי. זיין שוועסטער האט אפשר עס נישט געגליכן, אבער האט געזעהן אז קיין צוויי ברירות האט זי נישט, ווייל דאס געלט האט זי נישט געהאט.